☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » נייע גדרים וסייגים לטובת הכלל

נייע גדרים וסייגים לטובת הכלל

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4429
בלאט: 1 2

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 2:35 am

· #138913
כ'מיין כ'האב שוין אמאל דערמאנט דא, אז די גאר פרומע זענען מקפיד צו גיין סיעמס רינגס און ארום, זיכער צו מאכן אז די סיעמס זאלן זיך אנזעהן פון אלע זייטן. די מהדרים לייגן נאך צו דיזיינס מיט בלומעלעך פאר הידור מצוה. אה, ווען סאמארע רב וואלט נאר געוויסט דערפון...

שמו יגער » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 10:29 am

· #138937
געפילטע פיש
כ'מיין כ'האב שוין אמאל דערמאנט דא, אז די גאר פרומע זענען מקפיד צו גיין סיעמס רינגס און ארום, זיכער צו מאכן אז די סיעמס זאלן זיך אנזעהן פון אלע זייטן. די מהדרים לייגן נאך צו דיזיינס מיט בלומעלעך פאר הידור מצוה. אה, ווען סאמארע רב וואלט נאר געוויסט דערפון...

נישט בעסער ווי די וואס גיין שבת מיט חסידי׳שע שווארצע זאקן אין buckled slipons......

אבי גערעדט » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 10:51 am

· #138944
טאמבל סאס

בחורים אין ישיבה מוזן האבן ספעציעלע קאלינג קארד'ס, ווי נאר היימישע אידן רעדן אויף אידיש, צוליב די הורהורים וואס ס'ברענגט. דארט וועט מען הערן א כה תאמר קול קוועטשן: "דו האסט נאך פיר דאלער און צוויי און צוואנציג סענט איבערגעבליבן, געדענקט! דברות קודש, לייגט אריין גרויס מיה צוצושטעלן ביליגע קאלינג קארטלעך פאר צוגענגליכע פרייזן, איין זאך וואס איר קענט צוריקבאצאלן. געט אכטונג אויפ'ן מויל. רעדט נישט דערמיט לשון הרע און רכילות. אכטונג, די ליניע ארבעט נישט צו נחום ראזענבערג אדער קול מבשר.


נישט געוויסט אז יואלי לעבאוויוטש האט דא א ניק, די זיסע ווערטער דא זענען דאך טיפיקעל יואלי

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 11:04 am

· #138947
געפילטע פיש
כ'מיין כ'האב שוין אמאל דערמאנט דא, אז די גאר פרומע זענען מקפיד צו גיין סיעמס רינגס און ארום, זיכער צו מאכן אז די סיעמס זאלן זיך אנזעהן פון אלע זייטן. די מהדרים לייגן נאך צו דיזיינס מיט בלומעלעך פאר הידור מצוה. אה, ווען סאמארע רב וואלט נאר געוויסט דערפון...

ער אליין האט נישט געוואוסט. ווייל ער האט נישט געקוקט. אבער מ'האט איהם פארציילט. אזוי ווי ר' זריאל, למשל. אדער די רביצין. 🙄 😳

kliger » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 6:00 pm

· #139073
The Chumrah Song

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=WfFyBqN8kW8">http://www.youtube.com/watch?v=WfFyBqN8kW8</a>

דולה ומשקה » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 6:36 pm

· #139080
kliger
The Chumrah Song

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=WfFyBqN8kW8">http://www.youtube.com/watch?v=WfFyBqN8kW8</a>


עטליכע פון זיינע חומרות:
א) ביי איהם איז די שפיגלן אלעמאהל פארדעקט אולי איז ער נארוואס געווארען א אבל ר"ל
ב) ער צוהאקט זיין הויז בכלל אלס זכר לחורבן
ג) ער עסט נישט קיין מרור אלס חשש תולעים
ד) איבריג סעט דישעס פאר פסח שני
ה) ער לערנט נישט קיים גמרא ווייל גוים האבן געוואוינט אין בבל
ו) קינמאהל נישט צורירן צו קיין שרץ ווייל ווען משיח קומט עט מען דארפן עסן קדשים
ז) גיין אויף דער גאס מיט דער אויגן צוגעמאכט
ח) ער שפילט נישט ש"ח ווייל דער קעניג האט א צלם
ט) זיצן איבעראל ווי עס איז נישט דא קיין מושב לצים
י) א אייגענע הכשר
יא) א אייגענע חמור, אולי איז ער דער משיח
יב) טראגט זיין יארמולקע אפילו בשעת ער נעמנט א שאוער
יג) ער זאגט חס ושלום נישט 'אשת' חיל, ער לאזט אויס דער ווארט 'אשת'.

דער כופר איז אויך נישט אוועק צומאכען, ביי טייל חרוזים קען מען זיך גוט האלטן ביי די זייטן.
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=h1-f9p4kmbg">http://www.youtube.com/watch?v=h1-f9p4kmbg</a>

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 6:39 pm

· #139082
שמירת עינים מיט א שמוץ אריבער
📎 שמירת עינים מהודרת.jpg

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 6:50 pm

· #139087
עס זעט אויס ווי א געגנבטע שמוציגע האנטעך פון ראדני, איך רעד פונעם האנטעך וואס ליגט אויפן אונטערשטען שטאק, דארט צווישן די מאלסטערס-בית-כסא און די אלטע פאראסטטעטע טשייניק, אין וואס ווי די זקנים און נערים ווישן אפ זייער שלשסעודת הערינג זאפט און קטשעניו.

סאשי פיש » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 6:57 pm

· #139092
שמעקעדיג
והשתא דאתית להכי, דריי גוד געשעפטן דארפן האבן א פרוי וואס באהאנדלט די בגדי נשים, פון טאפס/סקירטס ביז שטרימפ, מענער טארן בכלל נישט סערווירן קיין פרויען קאסטומערס,
והוא הדין אין שיך געשעפטן.

תורה לשמה
image.jpg

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 7:11 pm

· #139101
דער סאשי פישל איז באוואפענט מיט קעמרעס ממצרים ועד הנה, ער וואוינט אין אויסטראליע ומצודתו פרוסה עד יאפאן, און כאפט בילדער פון יעדן ווינקל אין דער וועלט און טוט עס דא ארויפלייגן בכל עת מצוא,
זאג נאר, דו ארבעטסט אפשר פאר די NSA ??
בלאט: 1 2