☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דער פארדארבענער לאקשען קוגעל,

דער פארדארבענער לאקשען קוגעל,

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4426

חזקיהו המלך » זונטאג אוגוסט 4, 2013 6:24 pm

· #138323
דער פארדארבענער לאקשען קוגעל,
טויזענטער פארשוינען שטייען אין די רייע, אין מיסטער מענדעלאוויטש האט באשלאסען צי פארקויפען די איבריגע לאטקעס אויף די ליציטאציע, בל תשחית איז דאך פין די זאכען וואס ער איז שטארק מקפיד,

בקיצור מען האט אפגעדינגען מעדיסאן סקווער גארדען, אין מען האט זיך געגרייט אויף די ליציטאציע, מאסען מענטשען זענען געקומען ציגיין מיט געשוואלענע טייסטערס, יעדער געוואלדיג באגייסטערט איבער די אויספארקויף פין די מיוחס'דיגע ירושה לאטקעס, די זאל איז געווארען איבערגעפילט מיט הייסע פארע, ספעציעלע לאטקעס האבען זיך געפרעגעלט איבער בערג פין הייסע קוילען, אין די ריח ניחוח איז ארויף אין די נאז לעכער איז אויפגעהויבען דעם עולם אין א העכערע אטפאסמער,

דערווייל האט איינער אנגעהויבען צי זינגען מה ידידות, אין דער גאנצע עולם איז מיט געריסען געווארען מיט א אתערותא דלתתא, אין די התעררות איז געווארען אזוי גרויס אז די לאטקעס האבען זיך געהויבען אין די לופטען, אין מענטשען האבען זיך איבערגעדרייט די היטען אין עס אנגעפילט מיט לאטקעס, אין ס'געווען וויפעל מ'וויל, ס'האט זיך ווי געפענט א קוואל פין לאטקעס, יעדער האט זיך אנגעפילט אלע טאשען מיט לאטקעס, אין דער עולם האט אנגעהויבען צי אנטלויפען פין זאל, דער זאל האט זיך געשאקעלט פין די שטופעניש, די גאנצע גאס אינדרויסען פין זאל איז געווארען פארוואנדעלט אין א מאסע מענטשען, אין ביז געציילטע מינוטען איז דער עולם פארשווינדען,

מיסטער מענדעלאוויטש איז געווען אויסער זיך פאר אויפרעגונג, קיין פעני האט ער נישט פארדינט פין די לאטקעס, אין בכלל האט ער זיך געווינדערט אויך דער איבערפלוס פין לאטקעס, ער האט שנעל אריבער געריפען פראפעסאר גראבערוויטש אין פארציילט די גאנצע מעשה, דער פראפעסאר האט זיך ציקנייטשט דעם שטערן, אין אנגעהויבען צי זינגען מה ידידות, אין ס'איז געווארען א אתערותא דלתתא, אין מיסטער מענדעלאוויטש איז מיט געריסען געווארען מיטען שטראם, אין פליצלונג האט אנגעהויבען צי רעגענען לאטקעס, אויליגע לאטקעס, טשיז לאטקעס פעטעיטע לאטקעס אין סתם פיש לאטקעס אין אייער לאטקעס,

מיסיס מענדעלאוויטש איז אריינגעקומען אין געשריגען: משוגעים וואס גייטעס דא פאר מיט ענג, שוין אויפהערען זינגען, אין די לאטקעס האבען זיך אויפגעהערט,

דער פראפעסער איז צי זיך געקומען אין מיסטער מענדעלאוויטש האט געאטעמט שווער, וואס גייט דא פאר פרעגט ער דעם פראפעסער, כ'וועל דיר זאגען זאגט ער דאס איז א ערענסטע קעיס פין לאטקעלייטעס, מען דארף באשטעלען א קלינינג קאמפאני צי אויפקלינען דא, אין מען דארף עפענען א אינוועסטיגעשען, מען דארף זעהן ווער ס'האט אנגעהויבען די ערשטע צי זינגען דעם מה ידידות, מען דארף איבערקוקען די קעמערעס, מען טאר עס נישט צילאזען צי ארויסגיין פין קאנטראל, ווייל דאס קען חלילה ציברענגען צי כראנישע לאטקעלייטעס אין מען ווייסט נאך נישט וואס פאר א עפעקט דאס קען האבעןם אויף גלאבעל ווארמינג, אין מען טאר נישט נעמען איבריגע ריזיקעס, אין בפרט נישט אין אזא צייט ווי היינט, וואס מען קען גאר נישט וויסען וואס דער מארגענדיגע טאג וועט ברענגען,

מיסטער מענדעלאוויטש האט ציגעשאקעלט מיטען קאפ, אין באשלאסען, אז מער פארקויפט ער נישט קיין לאטקעס,

תם ונשלם שבח יקר וגדולה,

סאשי פיש » זונטאג אוגוסט 4, 2013 6:38 pm

· #138326
און די אשכול גייט מען רעדען ווי אזוי מען מאכט לאטקעס אן פאטעטאס 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂

פרישער » זונטאג אוגוסט 4, 2013 7:05 pm

· #138334
וד"פ?

זר זהב » זונטאג אוגוסט 4, 2013 7:07 pm

· #138337
נישט גענומען די וואקסינען היינט

דעת תורה » זונטאג אוגוסט 4, 2013 7:12 pm

· #138343
מיר דערמאנט עס פון "לאקשן ברעט"...

יידל » זונטאג אוגוסט 4, 2013 8:30 pm

· #138393
דעת תורה
מיר דערמאנט עס פון "לאקשן ברעט"...

וואס זאגסטו, ישי? נישט געזארגט, איך טאנץ שוין אראפ פון דאך מיט מיין ספעציעלן אומזעעבארן העלי-פלי-דיזשיפי-טשיפ.

מ. גליקמאן » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 12:24 pm

· #138637
עטץ זענטס נארמאל צי וואס? צי ווייסט עטץ אז די נעקסטע מאל וואס לאקשען ברעט גייט שרייבן עפעס אויף איי וועלט קען ער פארגעסן פון באקומען א קאמפלימענט, נאר ער גייט כאפן הייס און קאלט'ס פארן חטא אז מאנכע האבן געזאגט אויף א קאווע שטיבל שרייבער אז דאס איז לאקשען ברעט..
שוין צוריק ציען.