☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » אשכול אן א טיטל #4421

אשכול אן א טיטל #4421

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4421

— » זונטאג אוגוסט 4, 2013 2:31 pm

· #138264

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 4, 2013 2:33 pm

· #138265
סקולען האלט שוין 3 דורות שפעטער, און לעיקוואד גייט נאך אן? אזא אריכת ימים!

לאליפאפ » זונטאג אוגוסט 4, 2013 2:37 pm

· #138267
כ׳מיין דער משפיע דארף אפגרעידן זיין סאלידעיר, ווייל ער האט נישט די רבי לייוו לייט פראגרעם שווער צו מסבער זיין!

משה געציל » זונטאג אוגוסט 4, 2013 2:41 pm

· #138268
😃 😃 😃
הא הא! איך האב אונטערגעהערט א צווייטן שמועס פונקט פארקערט!
ווען די אינטערנעט איז ארויסגעקומען זענען געווען אפאר רבנים וואס האבן געהאלטן אז מען דארף צושטעלן כשר'ע אינטערנעט. איך געדענעק עס איז געווען א גרויסע אסיפה וואו טויזענעטער אידן האבן פארפלייצט סיטיפילד און עס איז אהערגעשטעלט געווארן אזא סארט ארגענעזאציע מיטן נאמען טע"ג, מיטן ציל צו פילטערן די אינטערנעץ.
שוין דעמאלטס האבן אפאר רבנים און שפיץ פון דער סאטמאר רבי דער בעל לב יקתואל זיך אויפגעשטעלט און געשריגן אז מיר גיימיר זיך נישט לאזן פארשלעפט ווערן, דער רבי האט תיכף געגרונדעט א ארגענעזאציע מיטן נאמען 'משומר' וואס איר ציל איז געווען צו האלטן פולשטענדיג קאנטראל אויף יעדער ריר און בייג. ב"ה היינט האלט מיר ב"ה אין אזא מצב אז יעדער מנהל קען זען פונקטליך דורך די פארגעשריטענע דזשי. פי. עס. טרעקינג וואספארא סארט מכשירים מען האט און וויפיל מאל א טאג מען טשעקט די אי-מעיל.

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 4, 2013 2:42 pm

· #138270
מען האט געמאכט א בית דין, דער זוהר בהיר, דער שאלות ותשובות בנימין זאב השני, דער נייטרא מאנסי רבי ז"ל

אויף איר בלאג, פראפעסער אביגיל טייטלבוים (א בת אחר בן פון די מיטעלע סאטאמרע רבי), די וואך, ווייזט אויף גאר אינטערסאנטע פאקטן ארום די דערמאנטע צדיקים.
זי טענה'ט, אז בדורו האט מען געהאלטן אז דער נייטרא-מאנסי רב איז מאכיל נבלות וטרפות; אויף דער בעל בנימין זאב השני דעקט זי אויף אז ער האט שטאדירט! ער פלעגט זיין דער יועץ פון A TIME, אן ארג. וואס פלעגט זיך אפגעבען (אין די צייטן ווען מ'האט געהאט קינדער 10 חדשים נאך די חתונה) און העלפן פאר-פעלקער האבן קינדער. אויף דעם זוהר בהיר שרייבט זי, אינטערסאנט, אז פון די דאקיומענטען וואס ער האט איבערגעלאזט, זעהט מען קלאר אז ער האט בכלל נישט פארשאטנען צו טעכנעלאגיע.

טעפל » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 6:47 am

· #138573
משה געציל
עס איז אהערגעשטעלט געווארן אזא סארט ארגענעזאציע מיטן נאמען טע"ג, מיטן ציל צו פילטערן די אינטערנעץ.

און פון דעם איז ארויסגעקומען דעם שרעקליכען פירצה דער טעג סיסטעם אים דעם גרויזאמען קאווע שטיבל וואו די היינטיגע גדולי ישראל האבען זיך געדרייט אין די יוגענט..

אויס מענטש » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 6:30 pm

· #139079
איי ווער געדענקט נאך די מושג פון א אוצר הספרים אינדערוואכן, און די מאנגל אין גמרות, גיי פארצייל פאר די היינטיגע יוגנט, וויפיל ביטול תורה מען פלעגט האבן יעדעס מאל מען איז געקומען אין שול אין אלע גמרות פון שאנק זענען געווען ליידיג, ווער קען עס היינט בכלל פארשטיין קומסט אריין אין ביהמ"ד מיט דיין טאבלעט, און די האסט אלע דיינע שיעורים גרייט אויפגעמישט (עס פעלט אונז טאקע די הרהור תשובה ביים נישט אויפמישן גלייך ביים פלאץ ווי מען האלט, שוין ירידת הדורות...)
איי געדענק איך ווי מען פלעגט הארעווען צו זאם צו שטעלן פאר יעדן א חברותא אדער ווען די חברותא איז נישט געקומען איז מען געזעצן און געבטל'ט די צייט אויף די אלטע וואטסאפפ, ניטאמאל ווייסט איר וואס דאס איז, צו עס איז געווען פארן פריזשידער צו נאך, אה היינטיגע אינגעלייט.
היינט אז דער חברותא נישטא, פארבינד זיך מיט אים גלייך פון יענע עק וועלט... אויך אן אויסדרוק פון אמאל אין מיין פון מארס אדער לבנה, און מען לערנט און אויב קען ער נישט הערט מען א שיעור לייוו,

איין זאך טטייערע קינדערלעך וואס איר פארפאסט איז די שמחה פון יעדן אנפאנג ספר צו בראשית צו שמות צו ויקרא ווען די אינגלעך אין חדר האבן געדארפט ברענגען א נייעם חומש איי איז די שמחה געווען גרויס אבער היינט מען טראגט אלעס אויף איינמאל די סידור חומש גמרא און מען קען עס הערן אינדערהיים מיט אזא מתיקות ווער דארף א פרייוועט מלמד, עס פלעגט דאך קאסטן א מאיאנטעק און אויך איז עס געווען צומאל איינגעשטעלט אויס יענער איז געווען א פויגל ב"ה פטור געווארן היינט פון די אלע פראבלעמען
יא מה רבו מעשיך ה' שהכל ברא לכבודו
(זקיניך ויאמרו לך תשפ"ט דערציילט דורך אונזער זיידע יעקב יודא שמעקעדיג ני"ו )

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 6:45 pm

· #139083
אויס מענטש

(זקינך ויאמרו לך תשפ"ט, דערציילט דורך אונזער זיידע יעקב יודא שמעקעדיג ני"ו)

אה, א מוסטער פון א איד פונעם פריערדיגן דור! אשרינו שזכינו!

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 4:12 pm

· #483656
ער גייט אויך צולייגען עס איז געוועהן אמאהל איינער ער האט געהייסען שלמה מייליך ער איז ליידער אויפגעקומען מיט א המצאה פון מתיר זיין טראגען אויף שבת מיט א געדאנק וואס ער האט גערופען עירוב. אבער ב"ה מען האט דאס אויסגעראטען און קיינער נוצט מער נישט דעם אזוי גערופענער היתר

דערהויבענע איד » דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 4:35 pm

· #483657
they also had intimacy before IVF was invented

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 22, 2021 12:02 am

· #483672
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: (אויב דו לעבסט נאך אויף קאווע שטיבל). איך בין מוחה. ווייל דער העיליגער מיטלער סקולענער זצוקללה"ה איז געווען אזא תמים אז ער האט נישט געוואוסט פון פעיסבוק. אפילו אינטערנעט אדער א סמארטפאון האט ער אויך נישט (ח"ו) אליינס געזעהן (רחמנא ליצלן מהאי דעתא) נאר וואס זיינע שטוב מענטשן האבן איהם פארציילט. איי. וויאזוי האט ער מוחה געווען...? מיט רוח הקודש. ער האט געוואוסט פון עפעס א פארווארפענע תוס' אין מס' נדרים. (כ'וועיס נישט אויב ס'איז בכלל דא תוס' אויף מס' נדרים) וואס דארט שטייט בפירוש וועגן אינטערנעט און די אנדערע טמא'נע כלים וואס וועללן ארויסקומען אין יאר 2000 למספרם...!

כמיעוט » זונטאג אקטאבער 24, 2021 5:09 pm

· #483793
קופערניקוס וכת דילי, די/ענק זענען ווי די משכילים פון 200 יאר צירוק פון דייטשלאנד-ליטא-אונגערען וכדומה מיטען גרעסטן מאס שטארקייט.

היטס ענק ווייל ווען עס קימט ארויס actually אויף ענקערע דורות וועלן ענק נישט הנאה האבן

קיק צירוק די היסטאריע עס האט דעמאלטס אויך קיינער נישט געגלייבט אז מיט אביסעל לצנות-(אפען מיינדעד בלע’'ז) וועט אפאר דודות שפעטער שוין נישט זיין קיין ברעקעל אידישקייט.

אבער נעם און באטראכט דיין צוגאנג איז נישט נאר לצנות נאר די ווילסט כשרן די איסור פון לא תתורו אחרי...... וואס דאס ברענגט חוץ פון ווערן אויס איד ברענגט דאס צו חובות. דיפרעשן. פארלירן טעם אין לעבן. וכו’........

אויב גלייבסטו נישט קענסטו אפשטעלן יעדע גוי מחוטב.....עד...... און פרעגן.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 24, 2021 9:12 pm

· #483805
קאווע טרינקער
מען האט געמאכט א בית דין, דער זוהר בהיר, דער שאלות ותשובות בנימין זאב השני, דער נייטרא מאנסי רבי ז"ל

אויף איר בלאג, פראפעסער אביגיל טייטלבוים (א בת אחר בן פון די מיטעלע סאטאמרע רבי), די וואך, ווייזט אויף גאר אינטערסאנטע פאקטן ארום די דערמאנטע צדיקים.
זי טענה'ט, אז בדורו האט מען געהאלטן אז דער נייטרא-מאנסי רב איז מאכיל נבלות וטרפות; אויף דער בעל בנימין זאב השני דעקט זי אויף אז ער האט שטאדירט! ער פלעגט זיין דער יועץ פון A TIME, אן ארג. וואס פלעגט זיך אפגעבען (אין די צייטן ווען מ'האט געהאט קינדער 10 חדשים נאך די חתונה) און העלפן פאר-פעלקער האבן קינדער. אויף דעם זוהר בהיר שרייבט זי, אינטערסאנט, אז פון די דאקיומענטען וואס ער האט איבערגעלאזט, זעהט מען קלאר אז ער האט בכלל נישט פארשאטנען צו טעכנעלאגיע.

און צו זוהר האט ער יא פארשטאנען...?! לאל

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 24, 2021 9:17 pm

· #483806
פאלאצ'ינטא
ער גייט אויך צולייגען עס איז געוועהן אמאהל איינער ער האט געהייסען שלמה מייליך ער איז ליידער אויפגעקומען מיט א המצאה פון מתיר זיין טראגען אויף שבת מיט א געדאנק וואס ער האט גערופען עירוב. אבער ב"ה מען האט דאס אויסגעראטען און קיינער נוצט מער נישט דעם אזוי גערופענער היתר

נאר די צדוקים (נישט די צדיקים) האבן היינט (ב"ה) נאכפאלגערס. די אינו מודה בעירוב'ניקס...!

דוד שריפטליך » מיטוואך אקטאבער 25, 2023 2:21 am

· #538188
מען ברויך אינטערוויען די עלטערע אידן וואס געדענקן נאך משחר טל ילדותם ווען מען האט צו אים ערשטן מאל אויסגעפונען דעם טעכניק פון AI וואס אילו רקיע ימי קען מען זיך גארנישט פארשטעלן וואס פארא סאמאטוכע דאס האט דעמאלט בשעתו אויפגעשטורעמט נישט נאר די ציווילע וועלט נאר אזש די דעמאלטדיגע וועלט גרויסמאכטיגע פירמעס פון טעכנעלאגיע לויט די דעמאלדיגע באגרופן ווי מען האט דאס גערופן יו טוב און עס האט אזש אריינגעשלעפט אין געריכטן די מוזיק פאבריצירער וואס האבן אנגעקלאגט פאלשע שפיאנאזש אדער אין קורצן AI וואס איז די אקראנים פון די ענגלישע אפטייטש ווי אזוי די גאנצע איינריכטונגען האט אפערירט בימים ההם
ער

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 25, 2023 2:47 am

· #538191
פארצייטנס: (אין יאר תשפ"ד) ווען די טראנספארטאציע איז נאך אנגעגאנגען מיט קארס, האבן די רבנים ארויסגעגעבן אן איסור פאר פרויען צו דרייוון א קאר. נאר היינט (תשצ"ז לפ"ק) ווען די גויים (און מאדערנע אידן) פארן נאר מיט העליקאפטערס (עראפלאנען זענען שוין אויך פארצייטיש) האבן די ערליכע רבנים (נישט די ציוניס'טישע. וואס ציוניזם איז. זאלט איהר פרעגן פון הרב חיים שלמה בערגער. דעם ערשטן הרב ח.ש. בערגער'ס אור אייניקל) רבנים און אדמורי"ם געפסקנ'ט אז ערליכע, אפגעהיטענע פרויען זאללן נאר דרייוון קארס. אלע שפיצל רעבעצינ'ס זענען טאקע מקפיד צו דרייוון א קאר. אויך די ערליכע , חסיד'ישע מוסדות האבן ארויסגעגעבן א תקנה אז א יעדע אידישע מאמע זאלל דרייוון א קאר. אנדערש נעמט מען נישט אן אין די מסודות...!