☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אנגעזעענער פסיכאלאגיע פראפעסאר אנטדעקט ווי גרויזאמער מערדער

אנגעזעענער פסיכאלאגיע פראפעסאר אנטדעקט ווי גרויזאמער מערדער

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4418

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 4, 2013 9:44 am

· #138200
אינטערסאנטע מעשה.
נו, וואס זאגט דר'עולם?

איך קען פארשטיין דעם מוסד וואס וויל אים נישט האלטן למען כבוד שמם (יא, אזויווי א ישיבה), מצד שני, אויב דו האסט אים געהאלטן פאר עטליכע יאר אין אן אינסטיטוציה פאר חולי נפש און דערנאך אים געלאזט פריי, בהכרח אז איר נעמט אן אז דער מענטש איז שוין נישט מסוכן. פארוואס זאל ער נישט מעגן זיין א מלמד?

נולד מאוחר » זונטאג אוגוסט 4, 2013 9:53 am

· #138203
בכלל זיין א מלמד האט נישט מיט זיין פערזענדליך ביהעווער. אזוי ווי א דאקטער וואס רייכערט בשעת ער לערנט אויס ווי שעדליך סאיז צי רייכענן. ועוד זיין גייסטישע דורכגאנג געט עם עקספיערינס אין זיין פיעלד.

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 4, 2013 9:57 am

· #138206
אדער א רבי וואס זיצט אויף א שטוהל, משרתים עומדים ממעל לו, פארט אין די נייעסטע קאר, און רעדט פון זיין א "מסתפק במועט".

איך אויך » זונטאג אוגוסט 4, 2013 10:06 am

· #138208
קאוועלע ,שאולי ג. האט אזוי אנגעהויבן ,איך דארף דיך נישט פארציילן ווי עס קען זיך ענדיגן.

קיינער שטערט דיך נישט פון זיך קרוינען אלס אדמו"ר מק"ש ,עס איז א פרי קאנטרי ,נעם דיך ארבייטען און בוי דיך אויף א חצר מיט אלע פערקס.

chosen people » זונטאג אוגוסט 4, 2013 10:22 am

· #138209
איך אויך
קאוועלע ,שאולי ג. האט אזוי אנגעהויבן ,איך דארף דיך נישט פארציילן ווי עס קען זיך ענדיגן.


אויב איר האלט אז שאולי האט זיך פארעקלט פון אידישקייט וועגן דעס, דעמאלטס גיי זאג עס פאר סקווירא רבי. נישט זאג פאר קאווע טרינקער צו אויכט ווערן א רבי.

איך אויך » זונטאג אוגוסט 4, 2013 10:39 am

· #138210
איך זאג אז שאולי האט אנגעהויבן זייו איצטיגע דרך מיט זיין חוזק ליד 'איך וויל זיין א רבי'

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 4, 2013 10:42 am

· #138211
שוין. דער אשכול פארט אפ פון וועג...
סך הכל האב אריינגעברעגט "רביס" כדי לקרב אל השכל א מורה דרך וואס טוט אנדערשט פון וואס ער פרעדיגט. ער רעדט במעלות השלום השלום אבער מיט זיין ברידער טוישט ער נישט קיין ווארט. - - ביסט גערעכט, כ'וואלט געקענט ברענגען אן אנדערע משל.

אדער רב שטיינמאן רעדט פון די גרויסקייט פון א "באטע"... און די צייט וואס ער טוט נישט אזוי, ער אליינס זיצט אין לערענט גמרא.

דעת תורה » זונטאג אוגוסט 4, 2013 10:44 am

· #138212
ווי אויך פלעגט שאולי ג. עסן און טרינקען (כשר'ס) בעפאר ער איז געווארן אזוי. שומר נפשו ירחק מהם!

---

איך געדענק ווי מ'פלעגמיר שטיין און אויסהערן דעם ניגון אויף עפעס א נומער ענליך צו קול מבשר. שאולי איז געווען דער זינגער אויך, אדער נאר דער קאמפאזירער / ליריק'ס שרייבער?

יידל » זונטאג אוגוסט 4, 2013 11:10 am

· #138216
א פראפעסאר איז נישט קיין בעל מחנך, א פראפעסאר דארף קענען אויסלערנען זיין קענטעניס וזהו.

בדחן » זונטאג אוגוסט 4, 2013 2:25 pm

· #138262
ווי אזוי האט שאולי ג. אריינשפאצירט אינעם אשכול? ער איז א קאזין מיט דעם פראפעסער? אדער ער האט אויך געהרג׳ט זיינע עלטערן?

מאיר_וואלף » זונטאג אוגוסט 4, 2013 3:45 pm

· #138295
איך אויך
קאוועלע ,שאולי ג. האט אזוי אנגעהויבן ,איך דארף דיך נישט פארציילן ווי עס קען זיך ענדיגן.


און וויאזוי האבען די רביס אנגעהויבן, איך דארף דיר נישט פארציילן ווי זיי גייען ענדיגן

איך אויך » זונטאג אוגוסט 4, 2013 4:21 pm

· #138303
בדחן
ווי אזוי האט שאולי ג. אריינשפאצירט אינעם אשכול? ער איז א קאזין מיט דעם פראפעסער? אדער ער האט אויך געהרג׳ט זיינע עלטערן?

טריי צו נוטצן דיין של ראש ,אויב דו וועסט בשום אופן נישט פארשטיין וועל איך דיר מסביר זיין.

מאיר_וואלף » זונטאג אוגוסט 4, 2013 4:42 pm

· #138309
איך אויך

טריי צו נוטצן דיין של ראש ,אויב דו וועסט בשום אופן נישט פארשטיין וועל איך דיר מסביר זיין.

יידל » זונטאג אוגוסט 4, 2013 8:33 pm

· #138394
[ציטאט אראפגענומען]

גלייב מיר, עלטערן וואלטן געמעגט וויסן נאך צענדליגע זאכן וואס זיי וויסן נישט איבער מלמדים/מנהלים/פראפעסארן/בעלי חינוך/ספעציאליסטן בעפאר זיי שיקן זייער קינד צו אזא מענטש.

ועל זה נסובה תגובתי, דא רעדט מען נישט פון קיין קליינע קינדער וואס מ'דארף מחנך זיין, דא איז די מדובר פון ערוואקסענע מענטשן וואס זיעיר ציל איז צו זיך אויסלערנען א געוויסע חכמה. וואס א נפקה מינא צו דער טיטשער איז רוצח אדער א משוגענער?

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 1:51 am

· #138557
איך אויך
קאוועלע ,שאולי ג. האט אזוי אנגעהויבן ,איך דארף דיך נישט פארציילן ווי עס קען זיך ענדיגן.

קיינער שטערט דיך נישט פון זיך קרוינען אלס אדמו"ר מק"ש ,עס איז א פרי קאנטרי ,נעם דיך ארבייטען און בוי דיך אויף א חצר מיט אלע פערקס.

וואו 'עט ער נעמען אזויפיל חסידים וואס וועלן איהם נאכלויפן. אזוי ווי יענעם רעבע ❓ ❗