קויפן אדער ליעסן? טיפס עצות אויף אלעס אין און ארום דעם אויטא
36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4413
קויפן אדער ליעסן? טיפס עצות אויף אלעס אין און ארום דעם אויטא
הלוואי ווען כ'וואלט געווען דאס וואס מיין ניק פרעטענטעד מיר צו זיין. וואלט איך דאן גאנץ זיכער געווען פון די יעניגע וואס קויפן יעדע 5-4 יאר א יוזד קאר/מיניווען און מיט די פראבלעמען וואס קומען אונטער וואלט איך זיך דאך אליינס געקענט אנייצה געבן פאר א פערטל די פרייז וואס ס'קאסט אפ ביי א מעקעניק צוליב די לעיבאר און פראפיט וואס זיי לייגן ארויף אויף יעדע ריר און שמיר. בין איך דאך אבער א פלעינער שמו יגער אן געלט און אן מעקעניקל לייסענס איז מיר באשערט געווען פארגאנגענעם וואך אריינצולייגן איבער א האלבן טויזענטער אין מיין אלטן קאר
געפיקסט עטליכע ליעקס און געלייגט א נייעם ראדיאטאר און נאך אפאר זייטיקייטן, נאר צו זען 4 טעג דערנאך דעם 'סערוויס ענדזשין סון' לעקטער ארויפשפרינגען פאר מיין נאז. איז אלזא שוין כמעט גענוג געהאט דערמיט. ווען כ'וועל מיר עווענטשועלי דעסיידען צו נעמען איינמאל פאר אלעמאל א נייעם אויטא ווערט מיר אבער שווער צו ליעסן און באצאלן יעדע חודש 400 דאלער פאר עפעס וואס גייט עווענטשועלי נישט זיין מיינס.
כ'וועל ביי א קומענדיגע געלענהייט אויסשמועסן ביידע צדדים. דערווייל פארציילט אייערע איידיעס און אפיניענס און אדווייז.
לייכעם שלום אייך, פון וואס איך ווייס איז דא איין מהלך און דאס איז צו ליעסן דיין אויטא און ווען דער ליעס לויפט אפ קופט מען עס אפ פונעם דילער און דאן הייבט מען אן מאכן פעימענט. ד.ה. אז האסט אויסגעשפרייט דיינע פעימענטס פאר 8 יאר אנשטאט 5! קומט עס אויס בערך ווי א ליעס.
מ'האט אייביג די אפשען, נישט קיין חילוק צו האסט געוויסט/געפלאנט אדער נישט
די אנגענומענע מיינונג איז א אז איינער וואס דרייווט מער פון 15 טויזענט מייל זאל נישט ליעסן, ווייל דער עוורעדזש ליעס איז פאר 12K מייל א יאר און מיט די איבערצאלונג פאר די איבעריגע מייל לוינט זיך שוין נישט. איז מיין פראגע וואס טוט איינער וואס דרייווט נישט מער ווי 6 טויזענט מייל א יאר אזא איינער טאר נישט האבן א נייעם אויטא יעדע 3 יאר? ווייל פארוואס זאל זיך אים לוינען צוריקצוגעבן זיין אויטא נאך 3 יאר פאר'ן דיעלער מיט בלויזע 18 טויזענט מייל דערויף?
ערגעץ האב איך געליינט אז געוויסע דיעלערס וועלן געבן א ביליגערע ליעס פרייז פאר אזא איינעם. דא ביי אונז האב איך עס נישט געזען.
מעקעניק, וויפיל איך ווייס איז נישט דא אזא ליעס פון וואס די רעדסט.
אויף דיין פראגע צו מ'טאר נישט האבן א נייעם אויטא יעדע 3 יאר? איז די תירוץ אז די מעגסט, נאר אזוי ווי איר ענטפערט דאך אליין ס'לוינט זיך פשוט נישט - עכ"פ דורך א ליעס זיכער נישט.
איינער וואס דרייווט זייער ווייניג מייל און וויל דירעקט האבן א נייעם קאר (נו פארוואס דען נישט...) איז לכאורה די בעסטע אפשען צי קויפען/פיינענסן א נייעם וויקעל, און יעדע צוויי דריי יאר עס איינטרעידן פאר א ברענד ניו וויקעל, אז די קומסט אריין צו א דילער מיט א קאר וואס איז אין א גוטע קאנדישן, ווייניג מיילעדזש, און איספעשעלי אויב די באדי אינדרויסן קוקט נאך אויס שיין, העט ער דיר אפערן טאפ דאלערס פאר דיין קאר, אבי זאלסט קויפן ביי אים.
דזשארדזש. לאמיר מאכן קלאר צו איך פארשטיי וואס איר זאגט ווייל איך בין נישט באקאנט בכלל דערין אזוי ווי איך האב ביז היינט נאר געקופט אלטע. וואס איך ווייס יא איז אז פיינענסן/קויפן קאסט מיט כמעט 200 דאלאר מאר א חודש. אויב וועל איך עס איינטוישן יעדע 3 יאר וויאזוי וועט זיך די ''קויף'' ענדיגן? צולייג מיר עס ביטע מיט גרינגערע טערמינען כ'זאל פארשטיין. ישר
נאר אגב. איך ליין גאר אסאך וועגן אויטא ליעס/קויפן אויף די וועב , און ערגעץ האט איינער אויפגעברענגט אז ס'איז דא (ווע ווייסט וואו? אפשר אין איידעהאו...) דיעלערס וואס וועלן דיר געבן א בעסערע פרייז אויב פארסטע א קליינע מאס מייל. די חשבון איז זייער פשוט. ווען א ליעס ענדיגט זיך טוט דער דיעלער פארקויפן דעם אויטא פאר די פרייז וואס איז דאן ווערד. אויב רעכענט דער דיעלער אז די אויטא וועט זיין היבש מער ווערד צוליב די קליינע צאל מייל דערויף, פארוואס זאל ער דיר נישט וויליג זיין צו געבן פאר אביסל ביליגער?
Re: קויפן אדער ליעסן? טיפס עצות אויף אלעס אין און ארום דעם א
לפי מיין עקספיריענס לוינט זיך פיל מער צו קויפן א גענוצטער קאר ווי איידער צו ליסן. און ספעציעל אונזער היימישער עולם וואס דארפן בעיקר מיניווענס.
והסיבה פשוטה מאוד, אז מען קויפט א יוזד קאר פאר לאמיר זאגן בערך צוויי טויזענט דאללאר, איז קודם כל קענסטו האבן די קאר ווי לאנג דו ווילסט, ווי אויך קאסט אינשורענס בערך א דריטל ווי ס'קאסט פאר א ליעס וויבאלד מ'מוז נישט נעמען קאליז'אן אינשורענס. איך למשל צאל נישטיגע ניינציג דאללאר א חודש פאר מיין אינשורענס. און אפילו ריפערס ביים מעקאניק וואס קען זיך יא מאכן גאנץ אפט ביי עלטערע קארס, וואלט איך אבער געזאגט אז אן עוורידזש קאסט עס נישט מער ווי טויזנט-פופצן הונדער א יאר.
איז דערווייל האלטן מיר אז א יוזד קאר קאסט בערך טויזנט א יאר רעפירס פלוס בערך טויזנט א יאר אינשורענס. וואס צוזאמען איז בערך צוויי א האלב טויזנט דאללאר א יאר.
יעצט לאמיר זעהן א ליעסד קאר, קאסט קודם כל די ליעס פאר א האנדא אדיסי אדער טאיאטע סיענא א מינומים פון $350 דאללאר, פלוס אז ביי א ליעס מוז מען האבן פול קאוורידזש אינשורענס וואס קומט אויס קרוב צו $250 א חודש, האלטן מיר שוין ביי כאטש $600 דאללאר א חודש, דהיינו $7000 א יאר.
און דאס איז אויסער דער פאקט אז ביי א ליעס גייט דער געלט לטמיון ווייל מען געט דאך סוכ'ס צוריק דעם קאר משא'כ א גענוצטער קאר.
ומשום סיבה זה נהגו רבים וטובים צו קויפן אן אייגענעם קאר און נישט ארויסווארפן יעדן חודש געלט אויף א זאך וואס וועט ממילא נישט בלייבן ביי דיר.
ישר אליצפן פאר דיינע באמערקונגען. מיר קוקט דאס אבער נישט אויס אזוי פשוט ווי די ווילסט עס אראפלייגן. קודם כל מיין איך די ערשטע מאל וואס איינער געבט אזא ברייטע ציפער פון א פרייז וואס א גענוצטע קאר דארף אריינלייגן יעדן יאר ביים מעקעניק. 1500 וועט יעדן אפשרעקן, איך האב שוין מיין אויטא עטליכע יאר און איך האלט נאך נישט ביי 1500. צווייטענס טרעפט זיך נישט אזוי גרינג א מיני ווען פאר 2000 דאלער וואס זאל זיין ראוי לאכילה. דריטענס דארף נישט פולע קאווערעדזש קאסטן 250 חוץ אויב דיין היסטאריע איז גאר שלעכט אדער ביזט דו גאר אינג. פערטנעס פארגעס נישט די עגמת נפש ווען מ׳איז אויפן ראוד און דער אויטא נעמט זיך ווארפן און די נשמה פליעט פשוט ארויס, דאס דארף מיין אריינעמען די הרחבת הדעת וואס א פרישע אויטא ברענגט מיט זיך.
איך האב אויסגערעכענט דיינע קאסטן. 2000 דאלער מיט 1500 א יאר ביים מעקעניק מיט 100 אינשורינס. דאס קומט אויס צו 275 א חודש. און איך רעכן אז אזא מיני ווען האלט נישט מער ווי 3 יאר.
יעצט איז די פראגע צו לוינט נישט פאר נאך 200 א חודש צו דרייוון א ברענד נייע אויטא. אדער אפשר גאר מיטן ציהל דאס אפצוקויפן/פיינענסן ווען די ליעס לויפט אפ.
אני Re: קויפן אדער ליעסן? טיפס עצות אויף אלעס אין און ארום ד
איך האב גערעדט פון מיין עקספיריענס מיט די עקספיריענס פון א סאך פון מיינע באקאנטע.
מיין מיניווען האט אפגעקאסט בערך צוויי טויזנט דאללאר. קען זיין אז כ'האב געכאפט א בלינדער מציאה איך ווייס נישט.
אבער דער פאקט איז אז עס האלט שוין ב''ה אן שטארק פאר קרוב צו דריי יאר, און אה''נ כ'האב געדארפט טוישן א סאך פארטס ווי למשל דער פיול פאמפ מיט דער מעסטער סילינדער, אבער מיט דעם אלעמען קומט עס אויס פיל פיל ביליגער ווי א ליעס.
און דער נאמבער $1000-1500 האב איך נאר געזאגט ארויסצוברענגען די מערסטע וואס ס'קען קאסטן, און אה''נ אז רוב מענטשן מיט אלטער קארס קאסט נישט מער ווי עטליכער מאות א יאר מעינטענינס.
און בנוגע אינשורענס בין איך נישט אזוי באקאנט, כ'האב נאר געשריבן א ציפער וואס כ'האב געהערט פון עטליכער באקאנטער מיינער וואס זיי צאלן פאר פון קאוורעדזש אויף א ברענד נייע אויטא.
און פארגעס נישט אז רויב היימישער האבן עטליכער פעטער ספידינג טיקעטס אונטער זייער פאסיק, וואס מאכט נישט ביליגער די אינשורענס.
Sent from my SPH-L300 Using ForumTouch for Android
וואס איז ראנג מיט קויפן א קאר וואס איז צוויי דריי יאר אלט? ס'איז רעלאטיוו ניי, אויב קויפסטו עס גראד פונעם ערשטן אייגענטומער וועט עס קאסטן אבילס מער ווי האלב פרייז פון א נייע קאר די זעלבע מאדעל, אזוי האסטו נישט די חסרונות פון א אלטע קאר, ווייל ס'איז רעלאטוו ניי, און נישט די חסרון פון א נייע קאר אז ס'קאסט די הויזן.
אליצפן, לעת עתה אין ניו יארק איז נישט אזא גרויסע חילוק אין פרייז ציווישן מינימום דעקונג און פול קאוורידזש. (עכ"פ איינער וואס האט א קלין רעקארד)
קויפען א Used קאר היינט צו טאגס, אפילו פונעם ערשטען אייגענטומער, האט א גרויסע ריסק: געדרייטע מיילעדזש.
פרעגט אייך נאר אביסל נאך.
יעדער האט אנדערע עקספיריענס.
ווען איך בין געווען א נייער דרייווער, און איך האב נישט געהאט נישט קיין גוטע דרייווינג רעקארד (בכלל נישט קיין רעקארד, כידוע אז די ערשטע 3 יאר פון א נייע דרייווער קאסט די אינשורענס פי כמה), ווי אויך האב איך נאך נישט געהאט געבויעט מיין קרעדיט (וואס טוט אפעקטירן סיי די ליעס/פינאנץ חלק און סיי די אינשורענס ראטע), בין איך אויך געגעאנגען מיט א יוזד ווען, פאר בערך 2,000 דאלער. איך האב טאקע געצאלט ביליגערע אינשורענס (בערך $90 א חודש) אבער דער ווען איז געווען כל כולו עגמת נפש, בלי גוזמא האט עס מיר געקאסט יעדער חודש צווישן 200-400 פארן מעקעניק, אפגערעדט פון די צייט צו ווארטן זיי זאלן עס פאררעכטן, וואס טיים איז מאני.
נאך א יאר זיך מוטשען דערמיט, זאגט מיר א חבר, הער אויס, דו האסט 2 ברירות, געבן דיין געלט פארן מעכאניקער אדער פארן דילער, ס'איז דיין טשויס! און עס איז מיר אריינגעקראכן אין קאפ אריין.
איך האב דאן געליעסט א נייעם מיניווען, און בעת ההוא האט נאך מיין אינשורענס מיט קאליזשען געקאסט הימל-שרייענדיג הויך, כ'שעם זיך צו זאגן וויפיל, גענוג צו זאגן אז עס האט געקאסט מער ווי די חודש'ליכע ליעס, אבער נאך א יאר האב איך אנגעהויבן אליינס אינשורענס שאפינג פון פארשידענע קאמפאניס, און נישט געטרויעט בלינדערהייט מיין אינשורענס אגענט אז דאס איז די ביליגסטע וואס איז נאר פארהאנדן, און איך האב געטראפן א גוטע קאמפאני פאר ווייניגער ווי האלב די פרייז, און תיכף געסוויטשט צו זיי.
זינט דעמאלס ליעס איך. פאר מערערע סיבות. קודם כל בין איך א טעק-גיק, איך האב ליב די נייעסטע פיטשעווקעס און טעכנאלעגיע, אז מען קען האבן בלוטוט און בעקאפ קעמרע, וויל איך עס האבן. איך וואלט אודאי געקענט באשטיין צו נעמען די טייערסטע סארט, אבער כ'קען נישט אפארדן, נעם איך געווענליך די ביליגערע, אבער גענוג גוט אז עס זאל זיין אפדעיטעד (אלע האנדא'ס היינט קומען שוין סטאנדארד מיט בעקאפ קעמרע און בלוטוט), אבער בעיקר ליעס איך פאר די פיעס אוו מיינד, יעדער אויטא האט א וואראנטי פאר 3 יאר - געווענליך די לענג פון א ליעס - און עס קאסט נישט קיין פעני אויסער די געווענליכע מעינטענענס פון אויל טשענדזש און ווייפער טשעינדזש (נישט טועה זיין מיט דייפער טשעינדזש). און ווי געפילטע שרייבט שוין, קאסט נישט היינט קיין סאך מער קאלישן אינשורענס ווי די פשוט'ע, איך צאל ארום הונדערט טאלער מיט קאליזשען, און מיין ליעס קאסט ווייניגער ווי $300 א חודש, איך מיין עס איז נישט אזוי געפערליך ווי טייל דא ווילן עס אראפלייגן.
אויב וויל איינער באמת האלטן א קאר פאר אייביג, ער איז נישט קיין 'בעסערער מענטש' וואס דארף די נייעסטע משוגעת'ן, איז קלאר די ביליגסטע אפציע צו קויפן. קאנסומער רעפארטס האט דאס אמאל אויסגערעכנט ביי די דאלער מיט עקספערטן, און דאס אויפגעוויזן שווארץ-אויף-ווייס.
מעקעניק - די אפציע צו צאלן ווייניגער געלט פאר ווייניגער מייל האט נישט מיט לאקאציע (איידעהא...), עס זענען פאראן טייל קאר מאנופעקטשורערס וואס האבן טייל מאל אזא דיעל. לעצטנס איז געווען ביליגע דיעלס אונטער $200 פאר קרייסלער מיניווענ'ס, אבער איז געווען נאר פאר צען טויזענט מייל א יאר, אנשטאט די געווענליכע 12,000. אזוי אויך די לעצטיגע דיעלס אויפן שעווראלעי טרעווערס איז געווען פאר 10,000 מייל, נישט צוועלף. קיין גרויסע חילוק אין פרייז איז עס נישט, מען קען אפגרעידן פאר אפאר דאלער צו 12,000.
מעקע-ניקנאר אגב. איך ליין גאר אסאך וועגן אויטא ליעס/קויפן אויף די וועב , און ערגעץ האט איינער אויפגעברענגט אז ס'איז דא (ווע ווייסט וואו? אפשר אין איידעהאו...) דיעלערס וואס וועלן דיר געבן א בעסערע פרייז אויב פארסטע א קליינע מאס מייל. די חשבון איז זייער פשוט. ווען א ליעס ענדיגט זיך טוט דער דיעלער פארקויפן דעם אויטא פאר די פרייז וואס איז דאן ווערד. אויב רעכענט דער דיעלער אז די אויטא וועט זיין היבש מער ווערד צוליב די קליינע צאל מייל דערויף, פארוואס זאל ער דיר נישט וויליג זיין צו געבן פאר אביסל ביליגער?
פאר מיר איז שווער די זעלבע קשיא. ווייל ס'איז א באוואוסטע זאך אז א ברענד ניו קאר, ווען מ'פארט ארויס פונ'ם שוי-רום פארלירט ער שוין א פאר טויזנט דאללאר פון די בוק וועליו. און ביי א נייע קאר גייען די דילערס ביי "טרעיד-אין" נאר לויט די "בוק-וועליו". נישט קיין חילוק אין וואס פארא גוטן קאנדיש'ן דער קאר איז. ס'איז אויכעט א דבר ידוע אז די אמעריקאנער-פראדוצירטע קארס, נישט אזוי ווי די איירעפעיאישע אדער יאפאנעזער טייערע קארס, פארלירן דאס מערסטע פון זייער "בוק-וועליו" אין די ערשטע יארן, ווען די נייע מאדעללן קומען ארויס. ❓ 😕
Re: קויפן אדער ליעסן? טיפס עצות אויף אלעס אין און ארום דעם א
@אנאנים מיין קאר איז געווען בערך צעהן יאר אלט ווען כ'האב עס געקויפט.
דער מיניווען אינעם לינק זעהט אויס צו זיין גאר טייער, מ'קען לכאורה באקומען אזא אלטער קאר פאר פיל ביליגער.
Sent from my SPH-L300 Using ForumTouch for Android
[ציטאט אראפגענומען]
די ביליגסטע? לכאורה די קליינע האנדא סיוויק, כאטש יעצט האבן זיי נישט די בעסטע דיעלס. די האנדא אקארד איז די נעקסט בעסט, אביסל גרעסער, אדער קענסטו נעמען די נייע ניסאן אלטימא וועלכע האט בעסערע ליעס ראטעס. (אבער דארט קומט נישט די בעקאפ קעמרע סטאנדארד דוכט זיך אויף אלע מאדעלס, מען דארף זיכער מאכן צי דער מאדעל פארמאגט עס.)
Is It Better To Buy Or Lease a New Car
<a class="postlink" href="http://www.moneyunder30.com/better-to-buy-or-lease-new-car">http://www.moneyunder30.com/better-to-b ... se-new-car</a>
<a class="postlink" href="http://www.jasonrprice.com/pros-and-cons-of-leasing-a-car/">http://www.jasonrprice.com/pros-and-con ... ing-a-car/</a>
שמעקעדיג. ביי אונד חסידעשע אידן מיינט יעדער אז די אלגעמיינע וועג אין אמעריקע איז אז יעדער 'כמעט' ליעסט. פרעג ארום דיינע חבירים ווער קויפט? אפשר איינע פון 20 קויפט. 'יעדער' ליעסט.... איז עס אבער נישט אמת אין די וועלט וואס הייבט זיך אן אינדרויסן פון די היימישע ברוקלין... כמעט יעדער ''קויפט'' זיין אויטא. פארוואס? ווייל ליעסן איז א לוקזשערי און אומפארשטענדליך פאר כמעט יעדען עווערידזש אינקאם גוי!
דער ענטפער צו די פראגע פארוואס ביי אונז ליעסט כמעט יעדער איז זייער א בעיבישע במחילת כבודך. מ'וויל האבן א נייע קאר יעדע 3 יאר... ס'איז א טוי! און פאן. א גוי האט בעסערע טוי'ס זעהט אויס.
איך פארשטיי נישט קלאר וואס דו שרייבסט.
דאס איז דער פאקט, אז אידעלעך זענען פיין שמעקערס וועלכע ווילן כסדר האבן די שענסטע און די בעסטע, מען האלט זיך פאר בני מלכים....
פון די דירות/הייזער, פוירנטישער, ביז קליידונג און שיך (מענער און פרויען), און קארס, יו נעים איט. אלעס דארף זיין טיפ-טאפ.
ביי די גויים איז ליעסן טאקע נישט קיין רוב (נאר בשעת די עקאנאמיע איז שוואך הייבן זיך די ליעס נומערן), אבער דאס איז ווייל זייער קולטור איז אנדערש ווי אונזער, זיי קוקן שטארק אויף ריסעיל וועליו ביים קויפן די קארס, זענען די יאפאנעזער שטארקער ווי די אמעריקאנע אדער גארמענישע? וכדומה, און לויט דעם מאכן זיי חשבונות ווי לאנג עס צו האלטן, און ווען עס צו פארקויפן, און בכלל איז די יוזד מארקעט ביי זיי פיל שטערקער ווי ביי אונז און עס איז דא א גרעסערע מקום אז די ברכה זאל חל זיין, משא"כ ביי אונז וואס ווייניג קויפן יוזד, און אפילו די וועלכע יא קויפן נישט די וועלכע זענען אלט נאר אפאר יאר און קאסטן צווישן 10 און 15 אלפים, נאר ליבערשט ביליגערע, פון 2 ביז 5 טויזענט, כידוע.
אויך איז אמת וואס דו זאגסט אז אסאך גויים האבן בעסערע טוי'ס.
אויב געדענקסט די סומאטוכע פון טאיאטע ווען זייערע ברעיקס פלעגן נישט ארבעטן, איז איינער פון די גרעסטע אנקלאגעס אנטקעגן זיי געווען פון די קאסטומערס וועלכע האבן נישט געהאט קיין דירעקטע פראבלעם מיט זייערע אויטאס, נאר עס האט פארלוירן די וועליו דורך דעם פראבלעם (אלע טאיאטעס, אפילו די גוטע, כמעט ווי סטאקס) און זיי האבן פארלוירן געלט דורך דעם, און די קאורט האט זיי טאקע לעצטנס צוגעטיילט א שיינעם אפותיקי.
איך וואלט נישט פארגליכן א שיינע הויז צו א שיינע אויטא. און איך זעע נישט קיין חכמה דערינען. ווען איך זעע א עלטערע אויטא אויפן ראוד זעע איך דערינען א דרייווער א בר שכל וואס פארשטייט די וואליו פון זיין געלט און פארשטייט אז דער עיקר ציהל פון זיי אויטא איז צו דערגרייכן דארט ווי ער וויל אנקומען, דער אויטא ווערט נישט די ציהל אליינס.
עס האט נישט מיט שכל. דאס האט שוין צו טון מיט אל תדין את חברך.
איך האב א חבר וואס גלייכט אנטיק'ס, און ער ספענדט דערויף אלפים. איך פלעג אים אנקוקן ווי משוגע. היינט האב איך שוין אנערקענט אז יעדער ספענדט אויף וואס ס'איז אים וויכטיג. איינער אויף דזשולערי פארן ווייב, איינער אויף שיינע וואקאציעס יעדן יאר, איינער אויף א קאר (ס'טייטש, ער ספענדט עטליכע שעה א טאג אינעם קאר, דער עיקר ציהל איז טאקע "אנצוקומען" אבער א גרויס חלק פון טאג ווערט פארנוצט צום ציהל, בבחי' ביזן קרעטשמע וכו', אסאך אידן ספענדן מער צייט אינעם קאר ווי אינעם אייגענעם הויז, און ס'איז נארמאל אז ער וויל ספענדן זיין צייט אין א איינגענעמע אטמאספערע אן פראבלעמען מיט באקוועמליכקייטן).
אנדערע ספענדן עס פאר קאנטרי - דאס איז יא א בר שכל? - אנדערע פאר אומאן, אנדערע פאר מירון ל"ג בעומר, איינער פארן רבי'ן שקלי קודש און קויפט זיך איין זאפאסן עולם הבא, און מען קען נישט דזשאדזשן ווער עס ספענדט געלט אויף וואס. אין ענגליש זאגט מען, טו איעטש היז און (to each his own).
גערעכט. אבער פארוואס זאל איין קאר נישט גוט זיין פאר מער ווי 3 יאר? אויב ביזט דו אזוי גוט באקוועם דערינען איצט פארוואס אין 3 יאר ארום נישט?
@אנאנים עס איז כסדר דא גאר ביליגע דיעלס אויף צו ליעסן קליינע קארס.
איך האב יעצט ביי מיר אין די האנט א קעטעלאג וואס כ'האב באקומען ביי אן אויטא שוי, און לטובת הציבור וועל איך שרייבן עטליכער פון די פרייזן.
Chevy malibu $74 per mo. 24 mo. 10k.
chevy cruze $54 per mo. 24mo. 10k
chevy traverse $84 per mo. 24 mo. 10k
toyota corolla le $78 per mo. 24mo. 10k
Toyota camry le $128 per mo. 24mo.10k
Hyundai accent $89 per mo. 36 mo. 12k
Hyundai elantra $99 36mo. 12k
Hyundai sonata gls $109 36mo. 12k
Buick lacrosse $129 39mo. 10k
און ס'איז דא נאך צענדליגער אזעלכער דיעלס אינעם קאטאלאג. כ'ווייס נישט אויב די דיעלס זענען נאך אקטיוו ווייל דער קאטאלאג איז שוין גאנץ אלט, אבער די סארט דיעלס מאכן זיך כסדר.
מעקע-ניקגערעכט. אבער פארוואס זאל איין קאר נישט גוט זיין פאר מער ווי 3 יאר? אויב ביזט דו אזוי גוט באקוועם דערינען איצט פארוואס אין 3 יאר ארום נישט?
אויף דעם האב איך געענטפערט, סיי אלס די פיעס אוו מיינד, און סיי אלס די לעיטעסט טעק.
אבער דער אמת איז נאך מער: אויב גייסטו נישט פארקויפן דיין קאר און צוריקבאקומען די מאקסימום וואס דו קענסט, און דו האסט ניטעמאל די צייט זיך אפצוגעבן דערמיט און שטיין על המשמר, קומט אויס אז דו פארדינסט גארנישט מיטן קויפן. לאמיר מאכן א פשוט'ן חשבון.
לאמיר זאגן א עוורידזש מיניווען קאסט 30,000 דאלער. צו גיין פיינענסן וועט דיר עס אויסקומען 500 א חודש (לאמיר לאזן טעקס אין א זייט פשוט צו גרינגער מאכן). א געווענליכע פיינענס נעמט 5 יאר, און לאמיר זאגן אז דו וועסט עס האלטן פאר 8 יאר, ביז דו ווערסט נמאס דערפון אדער הייבט אן צו פארפירן, און דו זוכסט פטור צו ווערן דערפון. געווענליך וועסטו באקומען דערפאר בערך 5,000 דאלער - ווענדט זיך אין די קאנדישאן און מיילעזש, לויט ווי KBB גיבט א אפשאצונג דערויף, קומט אויס אז דו האסט באצאלט די 8 יאר 25,000 פלאס אביסל געלט פאר מעקעניקס.
אז דו ליעסט א קאר, צאלסטו א עוורידזש פון 300 א חודש. מאך א חשבון 8 יאר, האסטו איבער געצאלט מיט ווייניגער פון 4 טויזענט דאלער, דאס איז ווייניגער פון $500 פער יאר (הגם אויב דו רעכנסט צו 2 מאל די בענק FEE וואס מען טשארדזשד פאר א ליעס איז עס יא אביסל מער).
יעצט זענען פאראן אזעלכע וואס ווילן האבן גרעניצלאזע מיילעדזש, און קענען צוקראכן די קאר און נישט דארפן אכטונג געבן אויף יעדן קריץ, עס איז זיי א פעין-אין-דע-נעק, פאר זיי לוינט זיך קלאר צו פיינענסן און עס האלטן עד שיבלו שפתותיו מלומר די. אנדערע וועלכע טרעוולען נישט אזויפיל מייל, ווילן נישט צאלן קיין געלט פאר מעכאניקער, ווילן האבן נייערע קארס מיט נייערע טעכנאלאגיע און בעסערע מיילעדזש, און ווילן נישט זיין ביזי פארקויפן זייערע אלטע קארס נאכן גוסס'ן, און קענען אכטונג געבן פון די קריצעס און אנדערע דעמעזשעס (אדער האבן א דעמעזש וועיווער), און ווילן ביי די ענדע פונעם ליעס פטור ווערן פון דעם קאר אן אריינשטעקן א פינגער אין קאלט וואסער און נאר דער דיעלער זאל זיך עס מוטשען צו פארקויפן, פאר די דאזיגע קען זיך יא לוינען צו ליעסן.
ביי א ליעס צאלט מען דען נישט טעקס?
און נאכאמאל וואס זאל איינער וואס וויל נישט טערוועלען אזויפיהל מייל, און טאקע בלויז 5K מייל א יאר... וואס איז גוט פאר אים צו טאן?
און דאס וואס איר שרייבט אז איר פלעגט צאלן בלי גוזמה 400-200 יעדן חודש פאר דיין געקויפטע אויטע איז עפעס גאר מאדנע און קיינער וואלט נישט איינגעגאנגען אויף אזאנס. איך גלייב נישט אז ס'דא איינער וואס לייגט אריין יעדן חודש אזויפיהל געלט.
דאס איז ווייל רוב עולם וועט קויפן פאר 10,000 טאלער אביסל א בעסערע, ווי מיינס וואס איך האב געקויפט פאר קנאפע $2,000 מיט בערך 120,000 מייל דערויף, עס איז שוין געווען אויסגעפליקט קרח מכאן וקרח מכאן. די איינציגסטע מעלה וואס ס'האט געהאט איז געווען אז בארג אראפ פלעגט עס גוט ציען 😠 😂
איך גלייב נישט אזוי. אויב אריינלייגן אזויפיהל יעדע חודש איז שוין בעסער דאס צו נוצן פאר א ליעס!?... מיין מיניווען האט מיר געקאסט 2200 און איך האלט שוין 3 יאר דערמיט און ווייניגער ווי 1000 ביים מעקעניק! אליצפן זאגט אויך כמעט דאס זעלבע. לכאורה זענט איר אריינגעפאלן טאקע מיט א גאר שלעכטן אויטא.
@שמעקעדיג מעקע-ניקביי א ליעס צאלט מען דען נישט טעקס?
און נאכאמאל וואס זאל איינער וואס וויל נישט טערוועלען אזויפיהל מייל, און טאקע בלויז 5K מייל א יאר... וואס איז גוט פאר אים צו טאן?
גאר א שטארקע פוינט לטובת ליעסינג
5. If you drive the car for business: When you lease, a portion of the car's depreciation and financing costs can be deducted on your taxes. Interest on loans to buy a car, however, aren't deductible. The IRS has a guide for how to calculate the tax deduction for a leased car (there are a lot of calculations based on your business percent use of the car, how much the car costs, and additional expenses related to the car, such as gas and maintenance).
וועגן גוטע מעקעניקס. וואלט איך רעקאמענדירט אנבאדינגט א מעקעניק וועם מ'קען טראסטן און וועט נישט זוכן צו פיקסן דיין קאר וואס ער האלט גייט מארגן שטארבן וד"ל... און אויך וועט ער דיר נישט צורעדן צו פאריכטן MINOR זאכן אין די קאר וואס פעילט נישט אויס. כ'מיין אז מ'קומט צו אים פון איבעראל, יעדער טראסט אים. RD מעקעניק אויף 66'סטע גאס ביים קארנער פון ניו יוטריק. ישראלים שומרי שבת
יעדער קען רעקאמענדירן וואס ער האלט
נישט מער געדאכט האב איך אליינס מיט געמאכט א געניצטע קאר, עס איז געווען מיין ערשטע און איך האב פארשטאנען צו קארס ווי דער רב אין מיין בעסמעדרעש צו א תוספות, און איך האב געספענט באלד $2000 ביים מעקעניק אונעם ערשטן יאר, נאך 14 מאנאט ווען איך בין געוואור געווארן ווען נאך $1500 וואס מען מיז שוין אריינלייגן האב איך עס פארקויפט און געליעסט א קאר.
יעצט דער אמת איז אזוי, עס לוינט זיכער מער א קויפן א גענוצטע ווי סיי וואספארא אנדערע אפציע אבער דאס איז נאר געזאגט געווארן ווען מען טרעפט אן אויטא וואס איז רעלייעבעל און איז נישט היי מעינטענענס און מען ברויך נאכקוקן דעם קארפעקס זעהi די היסטאריע זאל זיין מיט קיין עקסידענטס און אלע מענטענענס און צייט און נישט מער ווי איין אייגענטימער, טאמער פאלט מען אריין לוינט זיך שוין א ליעס ענדערש
איז דא א וועג צו ענדיגן א ליעס פריער ווי געפלאנט?
איז דא א וועג צו ענדיגן א ליעס מיט א יאר פריער ווי געפלאנט? מיין ליעס איז לכתחלה פאר 36 חדשים אבער איך בין שוין נמאס דערפון, איז דא א וועג עס איינצוטוישן אדער עפעס אנאנדערע עצה וויאזוי פטור צו ווערן דערפון אנדעם וואס כ'זאל דארפן אויסצאלן די איבעריגע חדשים?
<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.swapalease.com">www.swapalease.com</a><!-- w -->
ס'איז דא א איד וואס רופט זיך דער "ליעסינג שדכן". דו שיקסט אים אריין די אינפא פון דיין קאר, און ער טרעפט איינער וואס וויל עס איבערנעמען. ער האט אויך א גאנצע ליסטע פון קארס וואס מענטשן ווילן סאב-ליעסן.
זיין אימעיל איז <!-- e --><a href="mailto:leasematchinc@gmail.com">leasematchinc@gmail.com</a><!-- e -->
טעלעפאן נומער: 347-292-9120