ראו מה בין בני וכו' - בודקעס ביים ציון
54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4409
ראו מה בין בני וכו' - בודקעס ביים ציון
אויב איינער דארף א באווייז וועלכע זייט אינעם סאטמארן קאנפליקט איז מער מענטשליך, און וועלכע מער וויאלענט, ברויך מען נישט מער ווי קוקן כ"ו אב ביים ציון. ווילאנג די זאלי'ס האבן געהאט די לעגאלע בעלות ביים ציון, האט יעדער מוסד פון סיי ווי אימער באקומען א פלאץ, א בודקע צו שטיין נאך געלט. די רגע וואס די אהרונים האבן איבערגענומען קאנטראל, תקנו שם תיקון גדול, אז א מוסד וואס געהערט בעקיפין צו די הולכים לבג"ץ, קען נישט דארט שטיין, ווייל דער רבי ז"ל איז דאך זייער ברוגז אויף זיי...
נישט אז עס פעלט אויס מסביר צו זיין פאר ווער עס געדענקט ריסענט היסטארי, אבער א דערמאנונג - זכרהו מאחר שבא להשכיחו - איז צומאל אין פלאץ.
דעת'ל, די זאליס האבן קיינמאל נישט געהאט די פולע לעגאלע בעלות אויפן ציון, ווייל ווען יא וואלט א קרית יואל מוסד נישט געשטאנען דארט
נאר וואסזשע דען, ווי לאנג ס'איז געווען סטאטוסקווא האט קיינער נישט געטשעפעט מיטן צווייטן, איינמאל ס'איז דא א בעה"ב לאזט מען נישט שטיין אזעלכע מוסדות וואס האבן אריינגעשטאכן א מעסער אינעם ויואל משה (איך ווייס אז אמת'דיג זענען די ארונים געגאנגען אין בג"ץ אבער איך רעד לשיטתם....)
C'MON guys get a life...........same thing again & again.....
כ'האב אבזערווירט אז ארונישע פלאקאטן קענען נישט הענגען אויף די וויליאמסבורגע ווענט מער ווי א 5 מינוט אפילו יעצט זימער ווען די בחורים זענען נישט דאהי מלאכתן נעשית ע''י ווייסע בערד וואס פליקן פלאקאטן אן קיין בושה. א סעמפל בילד אפגעהיטן ביי מיר
gergeleC'MON guys get a life...........same thing again & again.....
שלום עליכם.
איר הייבט אן מיט די לינקע פוס.
"צימעס" איז געמאכט פאר דעם.
אפשר לייגט איר דעם בילד מיט א באדעקטן פנים?
אויב איינער זאל נאר חלום'ן פון אראפלייגן א טישל אין ראדני פאר סיי וועלכער ר"א מוסד - למשל די נייע מאנסי מוסדות - וואלט איך געראטן יענער זאל זיך קודם געזעגענען פון זיין ווייב און קינדער.
און ווען די מעשה וואלט געווען פארקערט, וואלט מהר״א ווען געקענט קומען ווי א רבי צום ציון נעמען קוויטלעך וכדומה?
האט מהר״א געקענט אריין גיין צו זיין טאטן די לעצטע פאר יאר ווען ער איז געווען אינטער די בעלות פון מהרז״ל?
נישט אז עס פעלט אויס מסביר צו זיין פאר ווער עס געדענקט ריסענט היסטארי, אבער א דערמאנונג זכרהו מאחר שבא להשכיחו איז צומאל אין פלאץ.
האט ר' אהרן אמאל פארשלעפט זיין טאטן צו די רוחות אינעם טאג פון זיין אייניקלס חתונה?
האט בכלל א אידיש קינד מיט א טראפ מידות און מענטשליכקייט געטאן אזא מאפיאנערישע זאך?
נישט אז עס פעלט אויס מסביר צו זיין פאר ווער עס געדענקט ריסענט היסטארי, אבער א דערמאנונג זכרהו מאחר שבא להשכיחו איז צומאל אין פלאץ.
דיע זאכן זענען רעלאטיוו. ר' הרן איז וויכטיגער גיווען דעם ברך משה'ס הויז אין מאנרא ווי דאס אז זיין טאטע זאל קומען צי דע חתונה. והא ראיה מ'האט אים געגעבן א אפשען אויפצוהערן מיט גניבות אבער ער האט נישט געטשוסט אזוי צו טין. נו איז דאס פשט אז אים איז בכלל נישט אזוי וויכטיג געווען זיין טאטנ'ס קימען. איז וואס ווילסטע פון דע גבאים? זיי דארפן נישט האבן מער געפיל ווי א אייגענער קינד, נקודה.
די מאפיע'ס געבן דיר אויך אפשענס, אדער געבסטו געלט אדער שווימט דיין קערפער אין האדסען ריווער
על-קאידיא געט דיר אויך אפשענס, אדער שמד דיך צו איסלאם אדער זעג מיר אראפ דיין קאפ לעבעדיגערהייט
דע מאפיאנערן בעטן דיין געלט. פון ר' אהרן האט מען געבעטן נכסים וואס ער האט גע'גנבט.
אבער אפילי לויט דיין נישט ריכטיגע משל, וואס וואטלסטע געגעבן פארן מאפיע דיין לעבן אדער דיין געלט? אוודי דיין געלט פארוואס? ווייל ס'דיך סך וויכטעגער דיין לעבן. און וואס האט ר' אהרן אויסגעוועלט? דאס ווייזט אז אים איז נישט אויז וויכטעג געווען דאס קימען. מיללא וויין נישט מיט אזעלכע קראקאדיל טרערן. אבער ווי געזאגט איז דיין משל בכלל נישט וואליד
קיין נפק"מ די מעטאדן זענען די זעלבע, אגב מאפיאנערן בעטן נישט סתם יענעם'ס געלט, אלס איז עס מיט מענטשן זיי האבן געמאכט א געוויסע דיל, אבער ווי געשמועסט ס'קיין נפק"מ, דער מאראל איז דער זעלבער,
זיכער א נפק"מ. ר' אהרן האט עס גאנץ ווייניג אינטערעסירט דאס קימען. די ''מעטאדן'' זאגט גארנישט. ווען א דאקטאר שנייט פלייש טוט ער ראטעווען ווען א רוצח שנייט טוט ער הרגנן. די מעטאדן זענין דע זעלבע. "שניידן".
sefishאבער אפילי לויט דיין נישט ריכטיגע משל, וואס וואטלסטע געגעבן פארן מאפיע דיין לעבן אדער דיין געלט? אוודי דיין געלט פארוואס? ווייל ס'דיך סך וויכטעגער דיין לעבן. און וואס האט ר' אהרן אויסגעוועלט? דאס ווייזט אז אים איז נישט אויז וויכטעג געווען דאס קימען. מיללא וויין נישט מיט אזעלכע קראקאדיל טרערן.
מ'קען זיך טאקע דינגען צו ר' אהרן איז א שייגאץ פאר נישט נאכגיבן די קאפריזן פון די טעראריסטן - זיין ברודער און די גבאים - אבער די טעראריסטן זעלבסט מה נענה אבתרי' זיי האבן דאך זיכער געהאט די ברירה נישט צו פארשלעפן א זיידע ביום שמחת לבו,
זיכער האבן זיי געהאט דע ברירה, זייער ברירה איז גיווען געוואנדן אין ר' אהרנ'ס אויסוואל. און אויב איז א אייגינע טאטע (ר' אהרן) א שייגאץ (דיין לשון) וואס ווילסטע פון בלויזע גבאים?
און סנישט געווען 'קאפריזן' פון טעראריסטן. די פרובוסט צו פארוואשן וואס ס'פארגעגאנגען. סגעווען די גבאים וואס האבן פארלאנגט פןן ר' אהרן צוריציגעבן גניבות וואס ער האט באגענבט.
sefishזיכער א נפק"מ. ר' אהרן האט עס גאנץ ווייניג אינטערעסירט דאס קימען. די ''מעטאדן'' זאגט גארנישט. ווען א דאקטאר שנייט פלייש טוט ער ראטעווען ווען א רוצח שנייט טוט ער הרגנן. די מעטאדן זענין דע זעלבע. "שניידן".
כאפסט אז דער על-קאידא "אלא אחבאר" זאגט אויפן האר די זעלבע זאך,
די האסט נישט וואס צי ענטפערן , דרייסטע ארום מיט נארישע משלים. די ליינער זענען קליגער און זיי וועלן דעסיידן פאר זיך.
sefishזיכער האבן זיי געהאט דע ברירה, זייער ברירה איז גיווען געוואנדן אין ר' אהרנ'ס אויסוואל. און אויב איז א אייגינע טאטע (ר' אהרן) א שייגאץ (דיין לשון) וואס ווילסטע פון בלויזע גבאים?
און סנישט געווען 'קאפריזן' פון טעראריסטן. די פרובוסט צו פארוואשן וואס ס'פארגעגאנגען. סגעווען די גבאים וואס האבן פארלאנגט פןן ר' אהרן צוריציגעבן גניבות וואס ער האט באגענבט.
ליין ביטע איבער מיין ערשטע תגובה:
זה לשוני:
"האט בכלל א אידיש קינד מיט א טראפ מידות און מענטשליכקייט געטאן אזא מאפיאנערישע זאך?"
ר' אהרן'ס "מעגליכע" שיגץ שטיק האט נאך א סברה, נישט זיך צו בייגן צו קאפריזן פון טעראריסטן, דאס איז מעשים בכל יום אין די סיוויליזירטע וועלט, און די סברה איז אז א טעראריסט קען מען נישט געטרויען און וועט זיך נישט אפשטעלן,
אבער אז א אידיש קינד, אייגן בלוט און פלייש, האלט זיך נאך פאר א רב, זאל זיין דער מאפיאנער זעלבסט און נאך אויפן חשבון פון א אלטע טאטע א אדמו"ר, אזא זאך לא שמענו נאר ביי גאר קלי הדעת אשר אין יראת אלוקים במקום הזה,
דיע זאכן זענען רעלאטיוו. ר' זלמן ליב איז וויכטיגער גיווען דע בג״צ אין בני ברק ווי צו האבן א שותפות אינעם ביה״ח מקום מנוחת רבוה״ק ז״ע, והא ראיה מ'האט אים געגעבן א אפשען אויפצוהערן מיט גניבות און די בּגצ, אבער ער האט נישט געטשוסט אזוי צו טין. נו איז דאס פשט אז אים איז בכלל נישט אזוי וויכטיג געווען זיין פעטער און טאטנ'ס ביה״ח, איז וואס ווילסטע פון צד מהר״א זיי דארפן נישט האבן מער געפיל ווי א אזויגערופענער ממלא מקום
גאלדר' אהרן'ס "מעגליכע" שיגץ שטיק האט נאך א סברה, נישט זיך צו בייגן צו קאפריזן פון טעראריסטן
sefish
און סנישט געווען 'קאפריזן' פון טעראריסטן. די פרובוסט צו פארוואשן וואס ס'פארגעגאנגען. סגעווען די גבאים וואס האבן פארלאנגט פןן ר' אהרן צוריציגעבן גניבות וואס ער האט באגענבט.
sefishגאלדר' אהרן'ס "מעגליכע" שיגץ שטיק האט נאך א סברה, נישט זיך צו בייגן צו קאפריזן פון טעראריסטן
sefish
און סנישט געווען 'קאפריזן' פון טעראריסטן. די פרובוסט צו פארוואשן וואס ס'פארגעגאנגען. סגעווען די גבאים וואס האבן פארלאנגט פןן ר' אהרן צוריציגעבן גניבות וואס ער האט באגענבט.
נאכאמאל,
דער משמעות פון "טעראר" טוישט זיך נישט קיין ברעקל, אויב דער טעראריסט האלט אז ס'קומט זיך איהם ע"פ יושר מ'זאל איהם נאכקעבן זיין פארלאנג, די כאמאס האלטן אויך אז ע"פ "יושר" קומט זיך זיי פאלעסטינע,
"טעראר" איז דער מעטאד, דער מיטל, די וועג וויזוי מ'פארלאנגט עס, מ'בלעק מעילד יענעם, און דא האט ר' זלמן לייב געניצט דער טעראר מיטל פון היידשעקן זיין אייגן אלטן טאטן בערוב ימיו און איהם פארשלעפן צו די רוחות ביום שמחת לבו
sefishדע מאפיאנערן בעטן דיין געלט. פון ר' אהרן האט מען געבעטן נכסים וואס ער האט גע'גנבט.
געגנב׳ט? פון וועם? עס האט באלאנגט פאר קיט״ל קר״י (בבעלות מהר״א), נאר געווען פארשריבן צוליב סיבות (אזוי ווי יעדע צווייטע דירה בים היימישן עולם) אויף קהל עצ״ח (בבעלות מהר״א).
מען האט באשלאסן צוליב סיבות צו טוישן די נאמען לעגאל, אלעס איז געבליבן בים אלטן, די זעלבע האבן באצאלט די ביללס וכו׳ דער בר״מ זצ״ל האט געקענט ווייטער קומען, צד מהרז״ל האט גערופען צו ד״ת, איז צד מהר״א תיכף געקומען, האט צד מהרז״ל ארויסגעבעקט,
סא וואס פארא גנבה איז דא?
sefishדיע זאכן זענען רעלאטיוו. ר' הרן איז וויכטיגער גיווען דעם ברך משה'ס הויז אין מאנרא ווי דאס אז זיין טאטע זאל קומען צי דע חתונה. והא ראיה מ'האט אים געגעבן א אפשען אויפצוהערן מיט גניבות אבער ער האט נישט געטשוסט אזוי צו טין. נו איז דאס פשט אז אים איז בכלל נישט אזוי וויכטיג געווען זיין טאטנ'ס קימען. איז וואס ווילסטע פון דע גבאים? זיי דארפן נישט האבן מער געפיל ווי א אייגענער קינד, נקודה.
דע פראגע איז! אויב א זיידע וויל גיין צי א אייניקלס חתנה מעג ער גיין? איז דאס געוואנדען אין עם? אדער וואס איינער פין דע קידער ווילן? האט מען עם געגבן א אפשען? וואס מישטמען אריין א סיכסוך וואס דע קינדער האבן צווישען זיך,
שעפעלעך, עטס זענטס ביידע גערעכט...
gergeleC'MON guys get a life...........same thing again & again.....
What life ? What should they do?
אוודאי קען מען ברענגען סיפורים און פאסירונגען לכאן ולכאן, ווי אויך בלעימען רז"ל און זיין איצטיגע קרו פאר אלעס וואס משה גבאי האט געטאן. אבער נישט דאס איז דא די אישו. (נאר אגב, די קלימאקס רשעות וואס מען האט געטראפן ביי די זאלי'ס, <נעמליך אז א פאטער האט געזאגט פאר זיין זון פאר וועמען ער האט זיך מקריב געווען זיין לעבן און רואיגקייט אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט, אז אויב ער סטאפט נישט דעם תביעה אין קאורט קעגן אים און זיינע החלטות, הנהגה קומט ער נישט צו זיינע שמחות>, קען זיך לדעתי פארשטעקן פאר די מאס רשעות וואס ליגט אין נישט לאזן באערדיגן א נפטר, וואס האט כמעט נישט בדומה לו אין היסטאריע).
אבער די נושא דא איז בעיקר אויפן בית החיים און די בודקעס, וואס ווילאנג די זאלי'ס האבן עס געהאט האבן זיי נישט פרובירט קיינעם ארויסצורוקן פון שטיין דארט, (כאטש זיי קענען אויך מאלן וואסער און זאגן אז דער רבי ז"ל וויל זיכער נישט אז אזאלכע ... ... .... (פיל אין די בלענקס) ווי די אהרונים זענען זאלן שטיין דארט, זיי קענען די זשאב נאך בעסער ווי די אהרונים), און ווי נאר די אהרונים האבן עס גע'גנב'ט האבן זיי תיכף ארויסגעווארפן די זאלי'ס פון דארט. דאס צייגט אויפן יסודות'דיגן מענטאליטי חילוק צווישן די 2 זייטן.
דעת תורה...נעמליך אז א פאטער האט געזאגט פאר זיין זון ... אז אויב ער סטאפט נישט דעם תביעה אין קאורט קעגן אים און זיינע החלטות, הנהגה קומט ער נישט צו זיינע שמחות...
ווי נעמסטו די מעשיות? איך ווייס בידוע וברירות אז כל המחותנים מכל הצדדים, חתן כלה, האבן פערזענליך געלאדנט דעם זיידן און ער האט נישט דערמאנט אף מילה אחת וועגן תבועות, קארט אדער ענליכס, אדרבא ער האט בשמחה וטוב לבב מבטיח געווען צו קומען, (וכן גם העיד ברבים המחותן הרב אייכנשטיין) ווי ווייט איך דענק איז דער ברך משה נישט געווען קיין אקטיור,
אבער די נושא דא איז בעיקר אויפן בית החיים און די בודקעס, וואס ווילאנג די זאלי'ס האבן עס געהאט...
וואס פאלטער ביי אז די זאליס האבן עס אמאל געהאט, ווען זיי וואלטן עס דעמאלטס געהאט וואלטן זיי עס היינט אויך געהאט,
elter-zeidesefishדיע זאכן זענען רעלאטיוו. ר' הרן איז וויכטיגער גיווען דעם ברך משה'ס הויז אין מאנרא ווי דאס אז זיין טאטע זאל קומען צי דע חתונה. והא ראיה מ'האט אים געגעבן א אפשען אויפצוהערן מיט גניבות אבער ער האט נישט געטשוסט אזוי צו טין. נו איז דאס פשט אז אים איז בכלל נישט אזוי וויכטיג געווען זיין טאטנ'ס קימען. איז וואס ווילסטע פון דע גבאים? זיי דארפן נישט האבן מער געפיל ווי א אייגענער קינד, נקודה.
דע פראגע איז! אויב א זיידע וויל גיין צי א אייניקלס חתנה מעג ער גיין? איז דאס געוואנדען אין עם? אדער וואס איינער פין דע קידער ווילן? האט מען עם געגבן א אפשען? וואס מישטמען אריין א סיכסוך וואס דע קינדער האבן צווישען זיך,
לול. ער האט געוואלט גיין? ער האט דיך געקאלעכט אויף טויזענט.
איינער האלט דא אז ווען מהר"א גיבט צוריק די הויז וואלט די ברך משה געקומען אדער עס וואלט נולד געווארן א פרישע סיבה?
סיואלט געשטעלט די גבאים אין א שווערן ספאט אויב דאס איז וואס זיי האבין פארלאנגט
זיי האבן שוין שווערערע ספאטס געהאט, דאס ארויסצייגן ברבים אהבה וחיבה איז אויך געווען אן אישו און אעפי"כ עשו מה שעשו.
נאכן צוריקגעבן די הויז וואלט געקומען ערכאות אלס תירוץ.
דיסעגרי?
כבין נישט זיכער. אבער אויב האסלטסטע אז סוואלט אזוי געגאנגען און אז דאס איז גיווען מהראס חשבון, דאן וואלט ער אפשר יא געדאפט נאכגעבן אויפן הויז און דאן ווייזן וואסערע רשעים און ליגנערס דער צד שכנגד איז
סתם א קשיא בתמימות פון א איד א תמים.
אויב איז ר׳ אהרן געווען אזוי ציבראכן אז מען האט אים נישט געלאזט קומען צום טאטע׳ן מרן בעל בירך משה זי״ע אלס מצות כיבוד אב, פארוואס האט ער די מאמא בכלל נישט געהאט אן אינטערעסע צו באזוכן אפי׳ מעו האט אים דאס געאאפערט כמה פעמים?
ליבי אומר לי אז די השתוקקת צום טאטע׳ן איז געקומען מיט זייטיגע חשבונות אויך.
עיין חול המועד פסח תשנ״ט.
ווען איך בין ווען א תמים וואלט איך געשטעלט אויף די חזקה אז א קינד האט נארמאל א השתוקקת צו האבן א קירבות צו אייגענע עלטערן, דאס איז דער נארמאלער סדר העולם,
געמעקט
עס מאכט סענס דו זאלסט זיין א אהרוני, ווייל די גאנצע אהרן'יזם איז געבויט אויף א קאנספיראציע. דא איז געווען א רבי פון טויזנטער חסידים וואס האבן סאפאוזעדלי געדארפט גיין אין פייער פאר זיינס א ווארט, און ער האט מחמת פערזענליכע - אדער סיי וועלכע אנדערע - סיבות מחליט געווען צו צוטיילן זיין ירושה. ריכטיגע חסידים וואלטן געדארפט אים שטיין צו די האנט, און אוודאי נישט שטערן. למעשה האבן ר' אהרן'ס מענטשן אנגעהויבן פארשפרייטן א קאנספיראציע אויף דעם רבי'ן אז ער וועפט ממש, כאטש יעדער איינער האט זיך געקענט איבערצייגן אנדערש. די ערשטע פאר יאר איז ער געווען געהעריג ביי זיך, געשמועסט, גערעדט און געזעגנט מענטשן כאילו לא היה. יא, ער איז געווען שוואך, צומאל פארגעסן, געקענט איבערפרעגן, אבער בכלליות האט ער געוויסט וואס ער וויל. עס איז נישט מער ווי ערווארטעט אז חזקיה המלך זאל זיך צוכאפן צו די טעאריע.
בכל אופן, לעניננו, די אהרונים, לעבנדיג אין זייער באבל, אין זייער קאנספיראציע, קענען באמת נישט משיג זיין די רשעות פון משה גבאי. לא די האסט צוגעכאפט ר' אהרן'ען די וויליאמסבורגער רבנות, לאזסטו זיין אייגענעם טאטן נישט קומען צו זיינע שמחות. א הימל געשריי, ניין? אויב אבער גייט מען אביסל ארויס פונעם באבל, קלאפן די פאקטן אין פנים. דער ברך משה האט אויפגענומען זיין דריטן זון פאר רב אין וויליאמסבורג, אבער ר' אהרן האט אונטערגענומען א העפטיגע מלחמה דערקעגן. צוערשט אין די הויכע פענסטער, פרובירנדיג צו פועל'ן ביים פאטער אליין, ווען ער האט געזען כי כלתה אליו הרעה מאת המלך, האט ער מחליט געווען צו פירן א גערילא - סטיל קאמף, זיך באהאלטנדיג אונטער שיק יונגלעך און בחור'לעך, אבער ווען דאס האט זיך נישט אויסגעארבעט און ער האט געזען אז די מערכה פירט אים נישט אין ערגעץ, האט ער מחליט געווען צו שפילן אפענע קארטן, און פשוט און פראסט רופן דעם טאטן לדין.
און פאר די רעקארד, דער פראבלעם איז לאו דוקא דער קאורט, דער פראבלעם - כלפי דעם טאטן - איז די דין תורה פונקט אזוי. יעדע פעולה וואס ר' אהרן און זיינע מענטשן האבן געטון קעגן רז"ל'ס התמנות, איז פאקטיש געווען א דירעקטער שריט קעגן דעם טאטן'ס רצון, מיט געוואלד. א קינד מעג על פי הלכה רופן זיין פאטער צו דין תורה, דאך שטייט אז מען זאל עס נישט טאן, און קיין גוט'ס קומט נישט ארויס דערפון.
און בכל אופן, מען קען נישט האבן קיין טענות צו א טאטן אז ער וויל נישט קומען צו א קינד'ס שמחות, ווען דער קינד פירט א גוט פובליצירטע העפטיגע מערכה קעגן אים, אריין גערעכנט פערזענליכע בזיונות און אטאקעס. איך ווייס נישט צי דער ברך משה איז נאך געווען דאהי ס"ג, אבער פון די סילוקים וואס ער האט אריין געגעבן דעם חוצפה'דיגן זונדל אין די ערשטע יארן, איז גאנץ מסתבר אז ווען ער איז ווען יא דא וואלט ער ווען אויך נישט געוואלט גיין צו די חתונה.
געמעקט
.
לאמיר קוקן דערויף אלס א רעגולאר גבירישע, נישט רעבישע משפחה:
די עלטסטע זון האלט אז ער גייט באקומען א גרעסערע חלק פון די געלט צוליב דעם וואס ער איז אינוואלווד אין אויפבויען די ביזנעס וכו,.
קען ער נעמען א גרעסערע חלק? אויב די טאטע זאגט נישט אז יא, דעמאלס קען ער שרייען ווי לאנג ער וויל. ווי לאנג די טאטע זאגט אדער שרייבט נישט אזוי, באקומט ער פונקט ווי יעדער.
יעצט ווייטער: לאמיר זאגן די יונגערע ברודער באקומט די שליטה אין די טאטע'ס הויז - קען ער שיקן זיין חברים אוועקטראגן די טאטע ווען די עלטערע ברודער מאכט חתונה?
טראכטס אריין ווען עס געשעט אין אייער משפחה...
לאמיר זאגן די יונגערע ברודער וויל עס דוקא טון, זאל ער זאגן אז ער האט עס געטון אדער געהייסן טון (נישט אז דאס מאכט עס מער גערעכט, אבער 'עפעס' א תירוץ קען מען טרעפן).
יעצט, האט רז'ל געזאגט בפה מלא אז ער האט הייסן אדער געלאזט אוועקטראגן זיין טאטע? ניין.
אויב אזוי, ווי אזוי קען מען זאגן אז עס איז א גערעכטע זאך צו טון?
קענען גבאים זיך אריינמישן אין פריוואטע סכסוכים?
ן ניין, איך בין נישט קיין אהרוני. 🙂
דעת, איך וויל זיך נישט אריינמישען על ריב לא לו, אבער און וומסב״ג וואס איז לכולי עלמא א שטח הפקר און מוהר״א האט געהאט די רעכטן צו בויען אייגענע מוסדות, איז געווען ווער עס האט גע׳מסר׳ט און פארפירט איבער א געוויסע בנין פאר מיידליך און יענער האט אויסגעפירט און צד מוהר״א האט דארט ארפגעפלאשט עטליכע מעלאנועס, און דאס איז געווען איין בנין ווי די יעניגע האבן מצליח געווען אינגאנצן עס אפצושפארען, ביי אנדערע בנינים האט מען סתם אזוי דורוך 311 ארויסגעשלעפט פון צד צוהר״א הינדערטער טויזענטער דאלער.
ווילסט נאך משלים? עס איז איבריג, ביין בית החיים האט איין צד געווינענן און ביי אנדערע פלעצער האט א אנדערע צד געווינען, און ביידע שפילען מיט די זעלבע רולס.
משולם שטיינפעלדאיינער האלט דא אז ווען מהר"א גיבט צוריק די הויז וואלט די ברך משה געקומען אדער עס וואלט נולד געווארן א פרישע סיבה?
איינער - אפילו א זאלי - האלט אז מוהר״א האט עפעס גע׳גנב׳ט?
איינער - אפילו א זאלי - האלט אז דער ברך משה האט געמיינט אז מוהר״א האט גע׳גנב׳ט?
איינער - אפילו א זאלי - האלט אז דער ברך משה האט נישט געוואלט קימען צו די חתונה?
דא רעדט מען לפופוטי דעלמא, און סעלפיש - ווער עס האט דא אנגעהויבן רעדן פינעם הויז - איז נאך פאר עטליכע וואכען צירוק
דא געווען א מוהר״א חסיד, א שאד די טענה׳ריי.
כ'האב געהערט אז די ביה''ח האט קיינמאל נישט באלאנגט פאר קיט''ל ברוקלין נאר וועגן עפעס א מסירה מצד י''וו האט מען דאס געטוישט פאר קיט''ל ווימ''ס. קיט''ל ווימ''ס האט אבער געמיינט אז ס'איז זייערס באמת וועגן דעם האבן זיי אנגעפירקלט און צוקרייצט די מצבה פון ר' בערל פ''מ ווייב און אויך געשיקט בריוו צו די אלמנה פון ר' יוסף שלום האפמאן ע''ה אז זיי וועלן בלית ברירה אויפגראבן די קבר פון איר מיין אויב מ'ליפערט נישט צו זיי א געוויסן סכום. אלעס איז געווען מחמת טעות אז די ביה''ח באלאנגט פאר קיט''ל ווימ''ס. ווי נאר זיי זענען געוואר געווארן אז זיי לעבן אין א געוויסע טעות. האבן זיי זיך אריבערגעצויגן צום שכינות'דיגן פעלד ' והכל על מקומו בא בשלום. יבא שלום ינוחו על משכבותם בשלום עד ביאת מבשר טוב אבי שלום
sefishדיע זאכן זענען רעלאטיוו. ר' הרן איז וויכטיגער גיווען דעם ברך משה'ס הויז אין מאנרא ווי דאס אז זיין טאטע זאל קומען צי דע חתונה. והא ראיה מ'האט אים געגעבן א אפשען אויפצוהערן מיט גניבות אבער ער האט נישט געטשוסט אזוי צו טין. נו איז דאס פשט אז אים איז בכלל נישט אזוי וויכטיג געווען זיין טאטנ'ס קימען. איז וואס ווילסטע פון דע גבאים? זיי דארפן נישט האבן מער געפיל ווי א אייגענער קינד, נקודה.
לאמיר נישט איבערקייען אלטע היסטארי, אבער דער פאקט בלייבט דאך אז אין טאג ווען ר' אהרן האט חתונה גמאכט אן אייניקל האט מען דעם ברך משה פארשלעפט קיין פלארידע, אפילו מיט א פריוואטן עראפלאן. אלץ כדי ר'זאל נישט זיין ביי די חתונה. והשנית. ווער האט געגעיבן די אפשן?! א באנדע מאפיאנערן, וועלכע שטייען גארנישט הינטער פון די איטאליענישע און די רוסישע.
רעדסט ווי א בהמה. ביידע זייטן האבן אינטער זיך מאפיאנערן, איין חיליק ווי מ'האט אים געשלעפט. דא זענען ביידע אייגינע טעראריסטן און יעדער געט דע בעסטע פאנטשעס וואס שייך.
ביסט גערעכט אז ביידע זייטען האבן טעראריסטען (נישט אויפטוישען מיט על קיידע) און מעגליך אז אלמלא מוהר״א וואלט געווען בעה״ב אויפן ברך משה וואלט ער אים אויך אוועקגעשלעפט אויף פלארידע ביי מוהרז׳ל א קינדס אדער אייניקעל חתונה, מען קען עס אבער נישט וויסען ווייל במציאות האט עס נאר מוהרז׳ל מענטשן געטיען, און מען טרעפט נאך נישט דאס גלייכען ביי קיין שום אנדערע קהלה.
פארוואס אז איינער וועפט איז עס א "קאנספיראציע"? א מין גערעדעכטס?!! דאס איז א סדר העולם וואס מאכט זיך רעגלמעסיג ביי געוויסע עלטערע מענטשן
און ער האט געוועפט, פינטל,
וויי ווייט? ווייס איך נישט,
זיכער נישט ער זאל אריינקומען אין שוהל מיט פעזשאמעס, ב"ה
און אויך נישט, אז ער האט נאך ב"ה געטאן די רוטין זאכן, ב"ה
אבער גענוג אז אויב מ'זאל איהם פירן קיין מיאמי אין טאג פון זיין אייניקל'ס חתונה זאל ער נישט וויסן פון זיין חיות פארוואס פאר ווען מ'פארט קיין פלארידע,
און די אישו איז דא נישט אזוי ווייט ר' אהרן, לאמיר שוין זאגן אז ס'זיך געקומען דער עונש פאר דעם אהרן,
די רעדע איז א טאטע, א זיידע, דאס איז "זיין" שמחה, "זיין" נחת,
און דער רעדע איז אויך חתן, כלה, די אייניקלעך, אלע געשוויסטער, כל המחותנים והשושבינין,
חז"ל רעדן אזויפיל ארום פון שמחת חתן וכלה, יעדער מענטש מיט א טראפקעלע געפיל, מענטשליכקייט, א טראפקעלע סיוויליטי, וואלט קיינמאל געטאן אזא געמיינע זאך,
נאכדערצו אייגן בלוט אין פלייש, שלעפן מיט געוואלד אוועק א אייגן טאטן 1000 מייל אוועק, נעמט צו נחת פון א טאטע זיידע, צישטערט א אייגן משפחה שמחה,
ס'אנביליוועבל!! מ'רעדט דא "מה בין בני.." איבער דרעקישע בודקעס ביים ציון, בעת זייער רבי זעלבסט האט געקענט טאן די געמיינסטע היסטארישע רשעות פאר זיין אייגענע משפחה, אייגענע געשוויסטער אייגענע נעפיו'ס ניסעס, וואס איינער וואס רופט זיך א רבי האט געקענט טאן,
גאלד, נעם דיך נישט צום הארצן, איין מימרא פארענטפערט אלעס
הא לן והא להו!
אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל האבן שוין זינט תש"ס באקומען עליות אזעלכע אידן ווי
ר' ארי' ראזנפעלד
ר' משה מנחם טירנויער
ר' יעקב נחמן שטויבער
ועוד ועוד
איך בין נייגעריג אויב איינער פון די מורי הוראות פון וומסב"ג וואס באלאנגען צו צד מהר"א, אדער ר' מענדל ווערצבערגער דער דומ"ץ אין מאנטרעאל פון צד מהר"א, צו ר יעקב ווייס אדער ר' דוד שלמה עקשטיין קענען באקומען א עלי' אין ראדני
דעת תורה דא איז געווען א רבי פון טויזנטער חסידים וואס האבן סאפאוזעדלי געדארפט גיין אין פייער פאר זיינס א ווארט, און ער האט מחמת פערזענליכע - אדער סיי וועלכע אנדערע - סיבות מחליט געווען צו צוטיילן זיין ירושה.
ווי און ווען האט ער עס מחליט געווען? זיינע אמת'ע חסידים האבן געוויסט וואס זיין אמת'ע רצון איז, מעגסט האלטן אנדערש ריכטיגע חסידים וואלטן געדארפט אים שטיין צו די האנט, און אוודאי נישט שטערן. למעשה האבן ר' אהרן'ס מענטשן אנגעהויבן פארשפרייטן א קאנספיראציע אויף דעם רבי'ן אז ער וועפט ממש, כאטש יעדער איינער האט זיך געקענט איבערצייגן אנדערש.
קאנספיראציע? עס איז נישט אמת געווען אז די קאפ ארבעט אים שוין נישט ווי אמאל? לייקענסט א מציאות וואס טויזענטער מענטשן האבן מיטגעהאלטן?
די ערשטע פאר יאר איז ער געווען געהעריג ביי זיך, געשמועסט, גערעדט און געזעגנט מענטשן כאילו לא היה. יא, ער איז געווען שוואך, צומאל פארגעסן, געקענט איבערפרעגן, אבער בכלליות האט ער געוויסט וואס ער וויל.
אזוי? מאכסט זיך פארגעסן פון א׳ חיי שרה, ווען ער האט נישט דערמאנט דאס רבנות ביז יונה האלפערט האט אים אינטערגעריקט א צעטל לעיני כל הקהל? אדער ביי די הכתרה ווען ער האט זיך אויפגעשטעלט נאכ׳ן אראפזעצן זיך שוין און געזאגט העיקר שכחתי, און גערעדט וועגן "מחזק זיין א ת״ח"??
אבער פון די סילוקים וואס ער האט אריין געגעבן דעם חוצפה'דיגן זונדל אין די ערשטע יארן,
סילוקים? די בילדער ביי רז״ל׳ס זון׳ס חתונה, ביי אים אין שטוב ווען ער האט זיךאריינגעכאפט אפנעמן מז״ט ביים אייניקעלס שידוך וכדומה ווייזן גאר אנדערש