☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » גייט קומען א טיילנונג אין די עדה החרדית ?

גייט קומען א טיילנונג אין די עדה החרדית ?

147 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4400
בלאט: 1 2 3

blauvelt » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:48 pm

· #139843
זר זהב
you shouldnt have asked.... No point

agree

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:50 pm

· #139850
blauvelt
zalmen let me ask you a question
if this rav vosner will give a drusha and lets say he says that aronim should not try to close camps shuls
and fight with the zalis will he still be posek hador or then he will be made litzunis just like everyone that
did not go in shpan

i dont really expect a answer

ר' יחזקאל ראטה איז געבליבן ביי אינז ערליכער יוד אין א גאון טראץ דעם וואס ער האט מתיר געווען דעם עירוב
ביי די זאלי'ס איז ער געווארן א ליצנות אין א שייגץ

ביי די זאלי'ס איז אלעס געוואנדען אין פאליטיק אין שקר

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:52 pm

· #139852
ל"ע. דאס איז ווייל די ארעלעך ווילן טראגן... און ער איז נישט געווארן א שייגעץ ביי קיינעם. גיי ארויס פון דיין בלאט מענטעליטי

blauvelt » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:57 pm

· #139857
hey dont deflect its simple would you listen or not

and just for the record reb yecheskel never became a sheigetz
looks like you get false info

btw you guys are pro eiriv so what credit do you want that he is kosher by you
besides the times when he was thrown and yelled at in kj

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:59 pm

· #139859
ער באקומט נישט קיין שלעכטע אינפאו. ער באקט זיין אינפאו ווען ער שרייבט עס

just making stuff up as he goes along

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:01 pm

· #139862
זר זהב
ל"ע. דאס איז ווייל די ארעלעך ווילן טראגן... און ער איז נישט געווארן א שייגעץ ביי קיינעם. גיי ארויס פון דיין בלאט מענטעליטי

בקיצור די זאלי'ס האבן א ריי מיט ערליכע יודען
ר' יחזקאל ראטה
ר' משה שטערנבוך
רב וואזנער
ר' געציל
ר' משה גרין

באלד וועל איך געוואיר ווערן אז ר' אהרן איז גאר צדיק הדור ביי זיי

אזוי קוקט מען אויס ווען א בחור פריד פיטערט זיי די נייעס אין אלע זקני מהרז"ל זענען זיך מתחמם דערמיט

מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:07 pm

· #139865
בקיצור די חסידי מהר'א האבן א ריי מיט ערליכע יודען
ר' ז.ל. פילאפף
ר' ח.ד. כ'ץ
תולדות אהרן רבי
ר' לייבוש
ר' משה גרין

באלד וועל איך געוואיר ווערן אז ר' זלמן לייב איז גאר צדיק הדור ביי זיי

אזוי קוקט מען אויס ווען א בחור לאנדא פיטערט זיי די נייעס אין אלע זקני מהר'א זענען זיך מתחמם דערמיט

blauvelt » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:16 pm

· #139870
wow zalmenu i see you really had to work hard to come up with a list the problem is we agree they are all erlicha
yidden so i really dont know what you are trying to tell me lets start

rav yechekel as we discussed before

rav shternbuch did you listen to his speech by reb zalmen leibs kabulas punim

rav vosner as discussed

rav getzil stayed erlich even came to speak by shimon weiss levae ouch

reb moshe green i really dont know what to say but he was noam hakuvid a few years ago kuf alif kislaev and from his speech he
did not seem to have a problem with reb zalmen leib so i dont see why a zali should have a issue with him

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:25 pm

· #139874
וואס איז פשט אז די ביסט ארויסגעגאנגן פון צימעס צו שרייבן 40 תגובות?
2013-08-08_15-24-07_1.jpg

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:54 pm

· #139896
דארפסט נישט טוישן ניק קענסט בלייבן מיט די זעלבע אין שרייבן אויף ענגליש יודיש מיט רוסיש

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:55 pm

· #139897
אבי נישט ''ארויניש''

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:56 pm

· #139898
זלמן זאפיר
נאר,,פרייליך
אין מין טיים דעי צד מהר"א האט אנגענומען א מויל מיט וואסער נישט וויסענדיג ווי צו שטיין
זיי האבען שוין חרטה אויפען זיך אריינלייגען אין אזא קראנקער בעט

די אהרונים'ס מהלך איז ווי די וועלט זאגט ווען דער שונא באגראבט זיך שטיי אין די זייט

דער ר' יצחק טובי זאל מאריך ימים זיין מאכט א סופער זשאב מיט די עדה החרדית, די אהרונים (מיט תולדות אהרן אין תולדות אברהם יצחק אין דושנסקיא) זיצן פין דערווייטענס מיט קוקערס אין לאכן א גוט'ס אין קוקן צי ווי דער אנטווערפענער דיין בארגאבט מיט סוקסעס די עדה החרדית

פארפאלן וואס ר' יצחק טובי טוט מיט די עדה האבן די גרעסטע ציונים נישט געקענט

לייענדינג די באריכטען אינעם צייטונג די ''נייעס באריכט'' אין בריוו פינעם בי''ד הגדול בירושלים עיה''ק איבער דעם חומר העוון פין גראבען און מחטט זיין אין בית שמש
איז מיר דאס הארץ צוריסען געווארען פאר צער פון די ווייטאג וואס צד מהר''א און אזעלכע חשובע אנ''ש ווי שעפטל זאפיר וחביריו ברויכען דורכ'גיין
וואס זענען זיי שולדיג פאר'ן בלויזען חטא פין זיך מדבק זיין אין א חשובער מנהיג בישראל וואס האט שוין אויפגעטון גדולות ונצורות אין פילע געביטען ביים יהדות החרדית צניעות כשרות חינוך ''לימוד התורה'' און צום לעצט די פייערדיגע מלחמה איבער גיוס און אירע פרימע צוהעלפער, צוליב דעם ברויכען מיר ווערן דם שונאים פאר די עסקנים להצלת קברי קדמונים?
קומט אזא ש''ו אין בלאט און ניצט אויס דאס תמימות און צוגעבינדענקייט פין פילע טויזענטער שלומי אמוני ישראל החונים תחת דגל סאטמאר המקורית, און שלעפט זיי אריין אין א סכסוך וואס'אט נישט צו זיי און אינטערסירט גאר קנאפ פאר די יודען אז מ'זאל דייקא יא אויסרייסען דעם בית שמש בית החיים צוליב וואס דאס העט זיין א נצחון אין מ''פ וואס האט אריינגעשלעפט דעם גאב''ד לטובת כת מהרז''ל ביים סכסוך אין בני ברק
און אצינד אז מיר העלן ווייזען דעם גאב''ד ביי די נושא פין קברים אז צאנז/איהעל קאורט איז שטערקער פון בניני זופניק העט אויסקומען אז מיר האבען געווינען די פייט ע''כ בערך די קראנקהאפטיגער חשבון הפוליטי
און פארדעם נארישען פוליטישע חשבון ווערן נעבעך אצינד געפייניגט טויזענטער און טויזענטער תלמידי וחסידי סאטמאר אלעס צוליב וואס בי''ד האט זיך פאראייניגט און ארויסגעגעבען א קלארען פסק איבער'ן חיוב פין היטען אויפען בית החיים אין בית שמש
צר לי עליכם חבירנו ידידינו חברי הקהלה ואנ''ש דק''ק סאטמאר

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:01 pm

· #139900
האב אויף מיר נישט קיין רחמנות, סוף כל סוף וועט אי"ה זיין דארט דירות, מיין ווייטאג וועט נאר זיין אז שמידל וועט קריגן אפאר טאלער און דער גאב"ד וועט קריגן די מעסעדזש אז ס'איז מסודר.
אתרא קדישא מיט די סיקריקים האבן די לעצטע וווייסעך וויפיל יאר נאך גארנישט אויסגעפירט, זייערע טעגליכע פראטעסטן איז ווערט בערך אזויפיל ווי די דא קעגן עיבי ראזן'ס הויז...

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:07 pm

· #139904
מ. גליקמאן
בקיצור די חסידי מהר'א האבן א ריי מיט ערליכע יודען
ר' ז.ל. פילאפף
ר' ח.ד. כ'ץ
תולדות אהרן רבי
ר' לייבוש
ר' משה גרין

באלד וועל איך געוואיר ווערן אז ר' זלמן לייב איז גאר צדיק הדור ביי זיי

אזוי קוקט מען אויס ווען א בחור לאנדא פיטערט זיי די נייעס אין אלע זקני מהר'א זענען זיך מתחמם דערמיט

פילעף מיט כ"ץ זענען וואליע יודען אבער די פאר טאלער די וועיזש'ס שטייט ביי זיי העכער ווי תורה הקדושה כי השוחד יעור עיני חכמים
אין ברוך השם אינז נעמיר פין די יודען נישט קיין הדרכה

ווידער דער תולדות אהרן רבי שרייט דאך ענקער צדיק'ל חיים הערשעלע אז ער איז א לינקער מענטש
( אינז האמיר מיט אים גארנישט חסדי השם )

ווייטער מיט ר' לייביש אין ר' משה גרין ווייס איך אפילו נישט וואס די רעדסט זענען אויסגעריפנענע ערליכע יודען

מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:10 pm

· #139905
מיט וואס שטייט די געלט העכער ביי כ'ץ פילאפף ווי ביי בערקאוויטש?
וואו האסטו געהערט ר'חיים הערש דאס זאגן?

blauvelt » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:17 pm

· #139907
Sheftel and like all protests against the tzionim look how far you guys are going

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:22 pm

· #139912
זלמן זאפיר
דארפסט נישט טוישן ניק קענסט בלייבן מיט די זעלבע אין שרייבן אויף ענגליש יודיש מיט רוסיש

That's a good one, even though I didnt really get it.

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:25 pm

· #139918
שעפטל
האב אויף מיר נישט קיין רחמנות, סוף כל סוף וועט אי"ה זיין דארט דירות, מיין ווייטאג וועט נאר זיין אז שמידל וועט קריגן אפאר טאלער און דער גאב"ד וועט קריגן די מעסעדזש אז ס'איז מסודר.
אתרא קדישא מיט די סיקריקים האבן די לעצטע וווייסעך וויפיל יאר נאך גארנישט אויסגעפירט, זייערע טעגליכע פראטעסטן איז ווערט בערך אזויפיל ווי די דא קעגן עיבי ראזן'ס הויז...

שעפטל איר האט נישט פארשטאנען מיין ווייטאג
דאס אז איר ברויכט אזוי באשמיצען און באווייטאגען הגאון הגדול רבי דוד שמידעל מיטען גאב''ד בלויז ווייל ש''ו האט ענק אריינגעפירט אין א פלאנטער על לא דבר דאס איז גרויס וויטאג
וואס אין די וועלט האט א חסיד מהר''א סתם אזוי צו ווערן צוקריגט יעדן שני וחמישי מיט פרישע קנאים ולוחמים פאר נארישע און קינדישע חשבונות??
וואס דארפט איר ווערן די וואס סאפארטען די זעלבע אידילאגיעס וואס יתד און המודיע שאולזון ציניסטישע פרעסע שטיפט פאראויס??
דיס איז נאן סענס

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:26 pm

· #139920
מ. גליקמאן
מיט וואס שטייט די געלט העכער ביי כ'ץ פילאפף ווי ביי בערקאוויטש?
וואו האסטו געהערט ר'חיים הערש דאס זאגן?

פיעלף מיט כ"ץ האבן מתיר געווען ערכאות צענדליגער מאל נישט ווייל זיי האבן מברר געווען די הלכה
נאר פשוט די געהאלט געבערס האבן אזוי פארלאגט

אין אזוי האט זיך אפגעשפילט ביים עירוב, צימות וגידין, אריזאנע מצות, שחיטה מנוחת, גיין אינעם טאמ'נעם בג"ץ

אלעס האבן די דיינים געגעבן זייער גושפאנקא ווי אזוי די פארטיי האט פארלאנגY, נישט ווייל זיי זענען ליידיגייערס ח"ו נאר די געהאלט געבערס האבן אזוי פארלאנגט

זיי זענען ערליכע יודען נאר אויף זייער'ס א פסק טאר מען זיך נישט פארלאזן ווילאנג די פעיראל געבער'ס זענען זייער בעלי בתים

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:27 pm

· #139923
נאר,,פרייליך
שעפטל
האב אויף מיר נישט קיין רחמנות, סוף כל סוף וועט אי"ה זיין דארט דירות, מיין ווייטאג וועט נאר זיין אז שמידל וועט קריגן אפאר טאלער און דער גאב"ד וועט קריגן די מעסעדזש אז ס'איז מסודר.
אתרא קדישא מיט די סיקריקים האבן די לעצטע וווייסעך וויפיל יאר נאך גארנישט אויסגעפירט, זייערע טעגליכע פראטעסטן איז ווערט בערך אזויפיל ווי די דא קעגן עיבי ראזן'ס הויז...

שעפטל איר האט נישט פארשטאנען מיין ווייטאג
דאס אז איר ברויכט אזוי באשמיצען און באווייטאגען הגאון הגדול רבי דוד שמידעל מיטען גאב''ד בלויז ווייל ש''ו האט ענק אריינגעפירט אין א פלאנטער על לא דבר דאס איז גרויס וויטאג
וואס אין די וועלט האט א חסיד מהר''א סתם אזוי צו ווערן צוקריגט יעדן שני וחמישי מיט פרישע קנאים ולוחמים פאר נארישע און קינדישע חשבונות??
וואס דארפט איר ווערן די וואס סאפארטען די זעלבע אידילאגיעס וואס יתד און המודיע שאולזון ציניסטישע פרעסע שטיפט פאראויס??
דיס איז נאן סענס

שמידל איז א קנאי ? זייט ווען ? דאכט זיך מיר ער איז שוין געזעצן אינעם כנסת המינים

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:28 pm

· #139926
פרישע אפדעיטס אינעם העפטיגען קריגעריי פון די שונאי א''ק מיט די עדה''ח

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=57791

http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=57820

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=57795

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:31 pm

· #139931
הייסט אז יעדער קנאי וואס ווערט ארעסטירט אין אר'י דורך די ציוניסטישע פאליציי ווערט אויס קנאי ווייל ער איז געווען אין די ציוניסטישע תפיסה?

מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:31 pm

· #139932
זלמן זאפיר
מ. גליקמאן
מיט וואס שטייט די געלט העכער ביי כ'ץ פילאפף ווי ביי בערקאוויטש?
וואו האסטו געהערט ר'חיים הערש דאס זאגן?

פיעלף מיט כ"ץ האבן מתיר געווען ערכאות צענדליגער מאל נישט ווייל זיי האבן מברר געווען די הלכה
נאר פשוט די געהאלט געבערס האבן אזוי פארלאגט

אין אזוי האט זיך אפגעשפילט ביים עירוב, צימות וגידין, אריזאנע מצות, שחיטה מנוחת, גיין אינעם טאמ'נעם בג"ץ

אלעס האבן די דיינים געגעבן זייער גושפאנקא ווי אזוי די פארטיי האט פארלאנגY, נישט ווייל זיי זענען ליידיגייערס ח"ו נאר די געהאלט געבערס האבן אזוי פארלאנגט

זיי זענען ערליכע יודען נאר אויף זייער'ס א פסק טאר מען זיך נישט פארלאזן ווילאנג די פעיראל געבער'ס זענען זייער בעלי בתים

זיי האבן דאס געגעבן נאכדעם וואס זיי האבן דורעכגעטון די הלכה.
גראו אפ! דאס איז גוט פאר כתה ה'.

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:35 pm

· #139935
זאפיר טייערער ח'אב שוין לאנג נישט געהערט אזא קנאישער סטעיטמענט
יענקי פאלעי בעל המשפחה מאגאזין איז א לוחם מלחמות ד' יאקטער בעל התקשורת איז ממש אן אש להבה פאר'ן אייבערשטען ר''מ שטרנבוך וואס קומט כסדר ארויס מיט צומישטע הוראות און הדרכות און לויבט אויס בספרו די געוואלדיגע נסים פין די ששת הימים דער איז ממש ראש הקנאים
נאר איינער וואס גייט בהוראת הגר''ז מ'בריסק און האט קיינמאל מיט סאטמאר רב נישט געהאט ער האט בלויז לוחם געווען שטארק פאר שמירת הקברים, דער איז ממש אראפ פין וועג ס'קוקט אויס איר זענט ממש אן בלאט עדיקט און מען קען אייך נישט מסביר זיין איינס מיט איינס
אווי האט סאטמאר רב געקענט הייסען שטיצען די וואס ראטעווען פון מיסיאן וואס האבען מיט סאטמאר נישט געהאט און זענען געווען מאז ומקדם שטארק געשטימט אויף פרא איזראעל

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:37 pm

· #139938
מ. גליקמאן
זלמן זאפיר
מ. גליקמאן
מיט וואס שטייט די געלט העכער ביי כ'ץ פילאפף ווי ביי בערקאוויטש?
וואו האסטו געהערט ר'חיים הערש דאס זאגן?

פיעלף מיט כ"ץ האבן מתיר געווען ערכאות צענדליגער מאל נישט ווייל זיי האבן מברר געווען די הלכה
נאר פשוט די געהאלט געבערס האבן אזוי פארלאגט

אין אזוי האט זיך אפגעשפילט ביים עירוב, צימות וגידין, אריזאנע מצות, שחיטה מנוחת, גיין אינעם טאמ'נעם בג"ץ

אלעס האבן די דיינים געגעבן זייער גושפאנקא ווי אזוי די פארטיי האט פארלאנגY, נישט ווייל זיי זענען ליידיגייערס ח"ו נאר די געהאלט געבערס האבן אזוי פארלאנגט

זיי זענען ערליכע יודען נאר אויף זייער'ס א פסק טאר מען זיך נישט פארלאזן ווילאנג די פעיראל געבער'ס זענען זייער בעלי בתים

זיי האבן דאס געגעבן נאכדעם וואס זיי האבן דורעכגעטון די הלכה.
גראו אפ! דאס איז גוט פאר כתה ה'.

גערעכט זיי האבן עס דורך געטיען ציזאמען מיט ר' זלמן לייב מיט יעקב בער

ה' הטוב יכפר

מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:38 pm

· #139940
געענטפערט צום פינטעל.
נאר אזוי.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:39 pm

· #139942
נאר,,פרייליך. דיין IQ וועט נאר פאלן פון זיך טענה'ן מיט מענגאס

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:39 pm

· #139945
נאר,,פרייליך
זאפיר טייערער ח'אב שוין לאנג נישט געהערט אזא קנאישער סטעיטמענט
יענקי פאלעי בעל המשפחה מאגאזין איז א לוחם מלחמות ד' יאקטער בעל התקשורת איז ממש אן אש להבה פאר'ן אייבערשטען ר''מ שטרנבוך וואס קומט כסדר ארויס מיט צומישטע הוראות און הדרכות און לויבט אויס בספרו די געוואלדיגע נסים פין די ששת הימים דער איז ממש ראש הקנאים
נאר איינער וואס גייט בהוראת הגר''ז מ'בריסק און האט קיינמאל מיט סאטמאר רב נישט געהאט ער האט בלויז לוחם געווען שטארק פאר שמירת הקברים, דער איז ממש אראפ פין וועג ס'קוקט אויס איר זענט ממש אן בלאט עדיקט און מען קען אייך נישט מסביר זיין איינס מיט איינס
אווי האט סאטמאר רב געקענט הייסען שטיצען די וואס ראטעווען פון מיסיאן וואס האבען מיט סאטמאר נישט געהאט און זענען געווען מאז ומקדם שטארק געשטימט אויף פרא איזראעל

זיי זענען די זעלבע קנאים ווי שמידל

מאך דיך נער'יש פלעי שמעלי שמידל פידל אלעס מיינט געלט געלט אין פארטיג
קיינער פין זיי מיינט נישט דער הויה ברוך הוא

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:50 pm

· #139951
זר זהב
המממ די ארוינים האבן שוין פארגעסן אז זיי האבן געפאפמפט און פארפירט אז הרב ווייס זאל ווערן רב... יעצט האט מען אים אין דער ערד? איך קען נישט די איזרעלי פאליטיק באט עפעס שטימט נישט דא

נישט געווען קיין ארוני וואס האט עפעס געהאלטן עפעס שטארק פון ר' יצחק טובי'ן, חוץ די פאר אנטווערפענע אידן און תלמידים האט אים קיינער נישט געקענט.
ס'איז ברייט באקאנט פארוואס די ארונים האבן געארבייט לטובתו, אך ורק צוריקצוגעבן א ריק פאר ריח"מ היינטיגער ראב"ד ראס און סגן נשיא העדה..., און טאקע די שיך ליגט נאך דארט דערינען..... א וועל דאן דזשאב געמאכט! פערצופאל איז עס געלונגן פאר ר' יצחק טובי' אז זיין נאמען איז ארויפגעברענגט געווארן.

יעצט איבער די עדה היינט, מ'שרייט, מ'פראטעסטירט און מ'טוהט גארנישט אויף, אלע קנאי'שע רבנים טוהן היינט וואס זיי ווילן, צו איז דאס מירון, בעלזא, ועוד.

ממש א רחמנות אויפן גאב"ד אז ער האט בכלל נישט קיין פאוער, דער ראב"ד האט קיין פראבלעם ארויסצוקומען בפהרסיא אקעגן זיין מיינונג, און ביי א בי"ד זיצונג זיצן עפ"י רוב די חברי בד"צ פארלוירן.

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:53 pm

· #139953
זאפיר טייערע ביטע ליינט די מאמרים פין דעם צדיק'ל העט איר זעהן ווער איז דער ערליכער
און צו אייך חסיד מהר''א בעט'ך אייך זייט נישט אזוי משפיל אייער חסידות מיט אזעלכע נארישע תגובות

http://bshch.blogspot.com/2013/08/blog-post_1349.html

http://bshch.blogspot.com/2013/08/blog-post_8176.html

http://bshch.blogspot.com/2013/08/blog-post_9161.html

http://bshch.blogspot.com/2013/08/blog-post_3095.html

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:59 pm

· #139956
נאר,,פרייליך
שעפטל
האב אויף מיר נישט קיין רחמנות, סוף כל סוף וועט אי"ה זיין דארט דירות, מיין ווייטאג וועט נאר זיין אז שמידל וועט קריגן אפאר טאלער און דער גאב"ד וועט קריגן די מעסעדזש אז ס'איז מסודר.
אתרא קדישא מיט די סיקריקים האבן די לעצטע וווייסעך וויפיל יאר נאך גארנישט אויסגעפירט, זייערע טעגליכע פראטעסטן איז ווערט בערך אזויפיל ווי די דא קעגן עיבי ראזן'ס הויז...

שעפטל איר האט נישט פארשטאנען מיין ווייטאג
דאס אז איר ברויכט אזוי באשמיצען און באווייטאגען הגאון הגדול רבי דוד שמידעל מיטען גאב''ד בלויז ווייל ש''ו האט ענק אריינגעפירט אין א פלאנטער על לא דבר דאס איז גרויס וויטאג
וואס אין די וועלט האט א חסיד מהר''א סתם אזוי צו ווערן צוקריגט יעדן שני וחמישי מיט פרישע קנאים ולוחמים פאר נארישע און קינדישע חשבונות??
וואס דארפט איר ווערן די וואס סאפארטען די זעלבע אידילאגיעס וואס יתד און המודיע שאולזון ציניסטישע פרעסע שטיפט פאראויס??
דיס איז נאן סענס

קיינער קריגט נישט מיט קיינעם. סך הכל האט הגאון הגדול מפוסקי דורינו הראב"ד ירושלים שליט"א אדורך געטוהן די גאנצע ענין, אבער שמידל קען זיך נישט ברעכן נאכדערצו אז ס'דא אנדערע טייערע אידן וואס היטן אויף קברים, אבער שמידל זעהט אז מ'פייפט אן זיין קאפי רייט וועט ער גיין מיטן קאפ אין וואנט אריין און שרייען און פראטעסטירן.

שמידל האט שוין פרובירט נאך מיטן הייליגן ברך משה זצ"ל די דזשאוקס און אויף אים האט די רבי געזאגט "ער וויל ס'זאל נתקדש שם שמים זיין, אבער על 'ידינו'!!!". ס'גארנישט אנדערע ארגענעזאציע'ס ווי קדמונינו, אדמת קודש ועוד האבן אין זייערע פאר יאר פון עקזעסטענץ מער אויפגעטוהן גייענדיג מיט א שכל הישר און מיט שיינעם

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 5:00 pm

· #139957
שעפטל
זר זהב
המממ די ארוינים האבן שוין פארגעסן אז זיי האבן געפאפמפט און פארפירט אז הרב ווייס זאל ווערן רב... יעצט האט מען אים אין דער ערד? איך קען נישט די איזרעלי פאליטיק באט עפעס שטימט נישט דא

נישט געווען קיין ארוני וואס האט עפעס געהאלטן עפעס שטארק פון ר' יצחק טובי'ן, חוץ די פאר אנטווערפענע אידן און תלמידים האט אים קיינער נישט געקענט.
ס'איז ברייט באקאנט פארוואס די ארונים האבן געארבייט לטובתו, אך ורק צוריקצוגעבן א ריק פאר ריח"מ היינטיגער ראב"ד ראס און סגן נשיא העדה..., און טאקע די שיך ליגט נאך דארט דערינען..... א וועל דאן דזשאב געמאכט! פערצופאל איז עס געלונגן פאר ר' יצחק טובי' אז זיין נאמען איז ארויפגעברענגט געווארן.

יעצט איבער די עדה היינט, מ'שרייט, מ'פראטעסטירט און מ'טוהט גארנישט אויף, אלע קנאי'שע רבנים טוהן היינט וואס זיי ווילן, צו איז דאס מירון, בעלזא, ועוד.

ממש א רחמנות אויפן גאב"ד אז ער האט בכלל נישט קיין פאוער, דער ראב"ד האט קיין פראבלעם ארויסצוקומען בפהרסיא אקעגן זיין מיינונג, און ביי א בי"ד זיצונג זיצן עפ"י רוב די חברי בד"צ פארלוירן.

שעפטל טייערער כ'זעה אייער שטארקער ווילען אז דער עדה זאל נישט האבען מער קיין פאוער אבער סאם הא רעכנט מען זיך נאך גאר שטארק היינט וואס דער עדה העט דייעגנאוזען דעם בית שמש לאט והא ראי' קיקט ווי די חברה שטורעמען נאכען פסק פון די עדה
און די ראב''ד דארף שיקען פאלעי צוזאמנעמען אפאר ליטאים פון דגל התורה צו ערקלערן אז זיין דע''ת איז וועליד
שעפטל איר העט נאך אסאך בליט דארפען שפייען צו ערגענצן אייער ווינטש אפשר שיק דעם רבי'ן טאנצען עטליכע מאל פאר די ווידעא'ס מיט'ן בעלזער שוואגער אפשר העט אייך גיין בעסער אייער אידעלאגיע

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 5:00 pm

· #139958
נאר,,פרייליך
זאפיר טייערע ביטע ליינט די מאמרים פין דעם צדיק'ל העט איר זעהן ווער איז דער ערליכער
און צו אייך חסיד מהר''א בעט'ך אייך זייט נישט אזוי משפיל אייער חסידות מיט אזעלכע נארישע תגובות

http://bshch.blogspot.com/2013/08/blog-post_1349.html

http://bshch.blogspot.com/2013/08/blog-post_8176.html

http://bshch.blogspot.com/2013/08/blog-post_9161.html

http://bshch.blogspot.com/2013/08/blog-post_3095.html

ברענג מיר נישט צי פין דעם שייגץ שאלזהאן ער פירט שוין יארן א מערכה מיט האדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

אין אויף ר' זלמן לייבעלע האט ער נאר געזעהן ווי הייליג ער איז אין ער הארוועט יומם ולילה על התורה

פרייליכ'על האסטטיך מיט אים אלע יארן אונטערגעהאלטן מיט דעם שאהלזאהן עס אים אויף יעצט

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 5:03 pm

· #139959
נאר,,פרייליך
[שעפטל טייערער כ'זעה אייער שטארקער ווילען אז דער עדה זאל נישט האבען מער קיין פאוער אבער סאם הא רעכנט מען זיך נאך גאר שטארק היינט וואס דער עדה העט דייעגנאוזען דעם בית שמש לאט והא ראי' קיקט ווי די חברה שטורעמען נאכען פסק פון די עדה
און די ראב''ד דארף שיקען פאלעי צוזאמנעמען אפאר ליטאים פון דגל התורה צו ערקלערן אז זיין דע''ת איז וועליד
שעפטל איר האט נאך אסאך בליט דארפען שפייען צו ערגענצן אייער ווינטש אפשר שיק דעם רבי'ן טאנצען עטליכע מאל פאר די ווידעא'ס מיט'ן בעלזער שוואגער אפשר העט אייך גיין בעסער אייער אידעלאגיע

אויף דעם דארף איך ניטאמאל ענטפערן... דא בין איך דער געווינער...

בד"וו דער ראב"ד שיקט נישט אינערגעץ, אלע פון די ליטווישע וועלט זענען אלע יארן געווען אינוואלווד אין אלעמען, אבער האבן אייביג געשריגן אז שמידל איז נישט ציוועלעזירט

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 5:05 pm

· #139960
און אז דו רעדסט פון בעלזא, יא דאס טאקע ווייזט די שטארקייט היינט פון די עדה ווען תוא"י, דושינסקיא ועוד האבן זיך געטראפן מיט אים זינט ער האט איבערגעבעטן, אבער די סיקריקים וועלן ווייטער גיין מיט קאפ אין מיסט אן קיין שום פשט

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 5:07 pm

· #139962
זאפיר'ל כ'אב נישט קיין אנונג וואס איר רעדט בנוגע מהר''א מהר''יי און שאולזון פערזענליך קימערט מיר בכלל נישט ווען שרייבערליך שרייבען אהער צו אהין
אבער דא לעניניו העט איר זעהן ווער איז דא דער לוחם פאר שמירת הקברים און ווער ס'מיינט געלט ווען דער טמא'נער שאולזון וויל זעהן פאר יעדן פרייז דעם בית עולם אויסגעגראבען קענט איר שוין זעהן וואס דארט גייט פאר
און אז ער האט כל ימיו מבזה געווען דעם הייליגען מהר'א דארפט איר זעכער מסכים זיין אז זיינע שאיפות זענען תועבה און אויסווארף נו ווי נעמט איר אזא שטעלונג אז דער בית שמש'ער קאנפליקט האט גארנישט מיט ערנסקייט ווען אזא נידריגער פארשוין שפייט בליט ווען די עדה איז מצליח ארויסצוגעבן אן הוראה אנדערש פין זיין טמא'נער פארשטאנד?

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 5:10 pm

· #139964

דיך קימערט נישט מהר"א מהרי"י
מיך קימערט נישט די געלט קאנפליקט פין שמידל - פאלעי

פליקט'ס ענק גוט אן די ביינער איינס דעם צווייטן וועק מיך ווען ס'איז דא געווינער

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 5:12 pm

· #139966
שעפטל טייערער כ'מיין איר זאלט ליבער מתפלל זיין צום בוכ''ע אז איר זאלט געווינען דער גענצליכער מאכט אין בני ברק און דער מ''פ זאל איינעמען א מפלה ווי איידער אויסצוגעבן אייער נקמה געפילען און האס אויף אומשילדיגע קברים ווי ס'ליגען באגראבען טויזענטער יארען סך הכל פאר'ן איינציגען און בלויזען חטא פין ווערן געבוירען אלס יומען בין אויף וועמען ס'חל געווארען אזא גזירה זינט'ן חטא אדם הראשון און ווארטען בלויז אויפען התגלות פין מלך המשיח
ביטע נעמט א תהילמעל און זייט מתפלל פאר אייער סוקסעס אין ב''ב און מפלת מ''פ לאזט אפ די ישיני עפר א דאנק צום ווידער זעהן מארגען

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 5:13 pm

· #139967
אין לנו אלא דברי משה הראב"ד. אונז זעמער זיך תולה אין דעם גרויסן בוים אן קיין שום פאליטיק.

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 5:25 pm

· #139972
פאר אתרא קדישא'ס געלט פאליטיק מיז איך יעצט האלטן אז רב שטערנבוך איז א שייגץ אין ר' יצחק טובי איז דער נוטר ברית

אתרא קדישא כאפט פיינע מכות נישט נאר פין דעם געלעווענטיץ נאר פין די גאנצע גאס
זייער קאראפשין איז אפען ווי א גרעיפ פרוכט

נאר,,פרייליך » זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:04 am

· #140419
היינט זינטיג אינדערפרי האט די לאט אין בית שמש אנגעהויבען צו ווירבלען מיט כוחות פין בויער'ס און הילף באגלייטונג ארומצובויען די שטח צו קענען אויספירען די בארבארישע אקט פון בא'גזלען מנוחת המתים פון אריבער טויזענט גופים וואס ליגען שוין במקום מנוחתם פאר טויזענטער יארען
קומען היצט עטליכע געלט גייציגע חברה מיט די הילף פון שרייבערליך און פארוואלטער'ס פון מאגאזינען און קווי ה'נייעס פאר פאליטישע אינטערעסען און מ'גייט פון זיי מאכען רח''ל א תל עולם
ליידער האבען די חברה אויך באקומען דאהי הילף פון עטליכע ניקים וואס פאר קראנקהאפטיגע חשבונות טוען זיי געבן די פולסטע מאס חיזוק ועידוד פאר די מחטטי שכבי צוליב נארישע און טיפשות'דיגע חשבונות

ס'דערמאנט מיר א מעשה ווען כ'זעה די מהלך המחשבה און צמצמו'דיגע געפירעכץ פין די ניקי ה'בלאט, כ'אב מיט יארען צוריק געהאט א שכן אין ב.פ. וואס'אט באקימען א חינוך אין א בנ''י הויז און האט אלס נאר געהערט נעגעטיווע גערעדעכץ איבער סאטמאר און האט געשפירט אויף די הויט די מיטמאכענישען וואס די קינדער האבען געליטען יענע יארען סוף מ'מס תחילת נ'נס
און ויהי היום ער איז מחליט ער ווערט אויפגעקלערט און האט'מיר אנגעהויבען מסביר זיין מיט לענגערע הסברים ווי גרויס מהר''א איז אזש די רבי מהר''י מ'סאטמאר זצוק''ל קען זיך פארשטעקן קעגן זיין גדלות
ס'נעבעך א ביטער געלעכטער אבער די ניקי ה'בלאט וואס טיען דא אויסרימען די מחטטי שכבי און משפיל זיין די שומרי הקברים טראגען בערך דאס זעלבער פנים נעבעך וואס פאר קראנקע פאליטישע שגעון ווערן זיי אויפגעקלערט אויפען זעלבען סארט שניט ווי דער בנ'י און יענע שווערע יארען ווען זיי זענען געווען די נרדפים
ס'קוקט אויס אז ביז עטליכע יאר העלן די פרישע דזשענערעישען פין די ניקי ה'בלאט גאר אויסרימען די וואס שיקען און מיליטער בראשות פינעם בני ברק'ער מרן, און משפיל זיין די וואס טיען פאר געלט אפהאלטען בחורים פין גיין אין מיליטער און העלן גאר פירען א קאמף מיט די וואס לאזען נישט גיין אין צבא

ס'איז ערווארטעט שארפע מחאות און הגנת כבוד העדה פין ש''ו אין די בלאט אינאיינעם מיטען יתד/המודיע וכו' איבער'ן פגיעה אינעם מרן ראש הישיבה שר התורה פוסק הדור כ''ק מרן הראב''ד וואס איז נפגע געווארען פארגאנגענער ליל שישי בעואב''י קרית יואל ביי א שיעור פין הגר''מ פיליף איבער'ן פרשת בית שמש
כולנו למען כבוד העדה! צאו והפגינו!

אבזערווירער » זונטאג אוגוסט 11, 2013 2:37 pm

· #140532
די זעלבע ווילן אסאך אידן עסן דוקא די חלק הצומת הגידין אלעס נאר אפצוטון איינעם אויף טערקיש.. ...אזוי ווי יענער גוי פון נציבין האט געבעטן דוקא די אליה פונעם קרבן פסח

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 9:44 am

· #140940
היינט מאנטיג כי תצא האט זיך אנגעהויבען דער ביטערער שוד המתים אין בית שמש ווען אויפען טאוועל העכער די מחטטים און גוזלי מנוחת המתים הענגט א אויפשריפט אז די חטוטי שכבי ווערט אינפארסירט דורכ'ן הויכגעשעצטען חריף וגאון הגאונים מרן פוסק הדור וסר התורה ר''מ שטרנבוך
די מכות און קלעפ דארטען איז איום ונורא
אינערהאלב די בלאט פראקציע שע''י נשיאות נשיא הדור ש''ו גייט פאר העפטיג באראטונגען צו מ'זאל איינמיירענען דעם ארוינישען ציבור בעד די ראב''ד אדער ווייטער שטיין אין די זייט, און זעך אינטערהאלטען

בנוגע די אנפראגע פין זאפיר'ן ביים פתיחת האשכול וואס פרעגט זוי תמימות'דיג צו ס'העט שוין ענדליך קומען די ערווארטעטע מינוט וואס זאפיר העט זעהן א צושפאלטענער עדה

להוי ידוע אז דער טיילונג איז שוין דא און דאס איז שוין א לענגערע קייט פון טיילען זיך זינט הגה''ק רי''ח זוננפעלד האט מייסד געווען די עדה און מכריז געווען א טיילונג און גענצליכער התבדלות און אפשיי פין די רשעי הציונים און אירע מיטהעלפער בלבוש רבני וחרדי וואס איז צושטנד געקומען ביים גרינדונג פינעם ראבינאט הציוני זינט דאן קומט פאר א טיילונג און שארפער שניט צווישען די ציבור היראים און די מפשרי פשרות ומשתפי פעולה עם מדינת השמד נאר די פין וועמען מ'טיילט זיך טיען כסדר אהן פרישע לבושים שונים אמאל ריפט זעך עס בעלז החדשה אמאל כת המתמידים און אמאל האט ער גאר אן אדרת שער פין מרן ראש הישיבה ראב''ד וואו ס'גייט לייידער אהן א לענגערע קייט פון פעולות און בריוולאך וואס זיין צדיק'ל חיים עוזר'ל מרבני ארץ החיים והאירגון אגודה למניעת חילול זללה''ה ת.נ.צ.ב.ה. טוט כסדר ליפערן פאר די קווי ה'נייעס און ציוניסטישע בלעטער אינאיינעם מיטען יועץ פינעם שר הדתות פריד מרבני מזרחי

און פרובירט דערמיט מקרר צו זיין און אפקילען די הייליגע קריג וואס אלע גדולי ישראל בלי שום יוצא מן הכלל האבען געפירט יארען לאנג א מלחמת חרמה אנטקעגן די מחטטי שכבי
און די אלע פעולות קומט ליידער באגלייט מיט א הילכיגער שטילשווייגעניש פון פילע קרייזען און שיכטען וואס האבען אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט אויך צוגעלייגט א האנט צו היטען אויפען כבוד המתים ומנוחת ישיני עפר נאר ליידער בעד תאות כבוד ושררה וממון האט זיי די חשבונות געטריבען צו אנפילען א מויל מיט וואסער און דערמיט געבן א שתיקה כהודאה פאר די מחטטי שכבי צו גיין פאראויס מיט זייער עקירת האמונה אויסצורייסען יעדען זיק פון אמונה בהשארת הנפש.

און יעצט צו זאפיר'ן מיט זיין נאאיווע פראגע, יא כלל ישראל איז ווייטער גרייט צו שטיין בחירוף נפש ממשיך צו זיין די הייליגער דרך פון אינזערע אבות ואבות אבותינו די מייסדי העדה החרדית און מיר העלן ווייטער זיך אפשיידען און שטיין ווייט פין די וואס ניצען די כח התורה און חרדישער אנצוג דערמיט צו אריינשטעכן א מעסער בלב ליבה של היהדות החרדית

און מ'העט נישט וארטען אויסצופאלגען די הוראות פין דיין אויבערהאר אין בלאט אפיס וועמען צו לעקן און וועמען צו ווארפען וועמען צו ערקלערן אלס מרן ראש הישיבה און וועמען צו מאכען פאר'ן פאר הדור דאס יהדות החרדית האט א גיטער שמעק און וועמען צו גלייבען און וועמען אויסצושפייען ווי מ'האט געטאן צו אלע פורצי גדר ומחריבי הדורת און די לעצטע הינדערטער יארען אין גלות

דער ציבור רייסט איין בתפילה ותחנונים שלא ינוח שבט הרשע פין עטליכע בעלי תאוה אויפען ריזיגען בית עולם אין בית שמש

אבזערווירער » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:32 pm

· #141022
די הענט פון די אדמור''י ויזניץ איז נאך ווארעם געווען פון אריינלייגן זייער שטומע ביי די בחירות איז זיי געקומען באזוכן מיט גרויס פריינדליכקייט דער געהויבענער גאסט פון ברוקלין. ממילא דערצייל מיר נישט פון א טיילונג מימות יושע בן נון

בעריש » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:52 pm

· #141045
נאך אזא שפלות'דיגע באנעמונג פון עסקני אתרא קדישא אנקעגן ר"א שלעזינגער און די אנדערע רבני לאנדאן ביי די פרשה פון די ביה"ח און שפאניע פארלאנגסטי נאך אז מזאל פארשטיין די עסקני אתרא קדישא?

זלמן זאפיר » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:48 pm

· #141087
נאר,,פרייליך

ס'איז ערווארטעט שארפע מחאות און הגנת כבוד העדה פין ש''ו אין די בלאט אינאיינעם מיטען יתד/המודיע וכו' איבער'ן פגיעה אינעם מרן ראש הישיבה שר התורה פוסק הדור כ''ק מרן הראב''ד וואס איז נפגע געווארען פארגאנגענער ליל שישי בעואב''י קרית יואל ביי א שיעור פין הגר''מ פיליף איבער'ן פרשת בית שמש
כולנו למען כבוד העדה! צאו והפגינו!

איך גלייב אין דער איד וועט מען אויך מוחה זיין קעגן דעם שמוציאן אין צייטנונג שרייבער מנשה פילעף שר"י

ר' משה שטערנבוך איז א גאון וואס פסק'ט שוין איבער 60 יאר די הארבסטע שאלות אין די עדה אליינס שוין צענדליגער יארן
ווי קען קומען א הפקר יונג ווי מנשה פיעלף ימח שמו אין זאגן אויף אים זקן ממרא

איז איינעם בייגעפאלן צי שרייבן אויף טשעבינער רב צי אויף בעלזער רב ווען זיי האבן מתיר געווען די בחירות " זקן ממרא "
אויף וואס די גאנצע בית דין האט גע'פסק'ט אז מען טאר נישט גיין
אין רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע האט געהאלטן אז ס'איז יהרוג ועל ועבור

האט איינער געשריבן אויף ר' אברהם לייטנער זקן ממרא ווען ער האט מתיר געווען בני יואל אין די צייט ווען די גאנצע בית דין פין ירושלים האט עס גע'אסר'ט ?

קומט אזא ראצער מנשה פילעף וואס לא קרא ולא שנה אין שמיצט אויף איינער פין די גרעסטע פוסקים בדירנו אלה זקן ממרא

מדחצף כולה האי שמע מינה ממזר הוא ער איז נישט ר' יונה פילעף'ס א קינד מען האט אים אויף געטוישט אין שפיטאל

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:51 pm

· #141091
אין מיימאנעדיס?

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:18 pm

· #141115
זאפיר'ל אין צייט וואס דיינע אויבערהארען די נשיאי ה'בלאט פראקציע פירען אהן העסליכע השמצות און הסתה אנטקעגן גאב''ד ירושלים און ניצען דעם גראב''ד צוליב די קנאה וואס זיין פעמילי האט אז ער קען קיין גאב''ד נישט ווערן און מ'איז גרייט לעקור את כל הקדוש והיקר ביזען מפקיר זיין קברים כדומן על פני השדה פאר נארישע חשבונות קומט אים דאס פארדינטע

דאס וואס איר זענט מדמה הגאון מ'טשעבין זצוק''ל און הגר''א לייטנער און הק' מ'בעלז אהער האט קיין הענט און פיס ווייל בסך הכל זענען זיי געווען פין די גדולי ישראל וואס זענען געשטאנען און די זייט און מן הצד געזאגט זייער חוות דעת אבער גיין זיך משתמש זיין מיטען נאמען פין העדה החרדית און דערמיט שטעכן על החיים ועל המתים ''איז נאכנישט געהערט געווארען''

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:24 pm

· #141123
@נאר,,פרייליך בארואיגט אייך, בקיצור לויט דיר איז יעדער קארופטירט, פארפוילט, פיל מיט קנאה, גרייט לעקור את כל הקודש לנו, מפקיר קברים ועוד ועוד, חוץ די פאר לאו-לייפס פון אתרא קדישא וואס האבן אן אלטן טרעק רעקארד פון זיך שלאגן און אנפייפן יעדע ערליכע איד, גלייכצייטיג יעדעם טערעראזירן א שטייגער ווי רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע (הבר"מ), הגה"ק גאב"ד ירושלים הרמ"א זצ"ל ועוד ועוד.

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:36 pm

· #141137
שעפטל אויב זענט איר צומישט און איר כאפט נישט גענוי ווער ס'קארופטירט
העל איך אייך דערמאנען א באקאנט ווארט ''ווילט איר וויסען ווער איינער איז קיקט ווער ס'חבר'ט זיך צו אים''
אז דער ציוניסטישער ''קול חי'' ראדיא און אלע פרעסע פין די מדינה זענען זוי פרייליך צו דיין פארשמייליגטער פוסק ושר התורה ומרן ראש הישיבה, קענט איר בערך אפלערנען במה דברים אמורים

נאך א פשוטער פאקט וואס איר העט זעהן די אלע וואס האבען פאליטישע און פריוואטע חשבונות העלן בלינדערהייט שטיצען די מחטטים און די פרימער און ערליכער ציבור שטייט גרייט על משמר קברי קדמונינו ווי די קרוב צו ''דריי טויזענט'' מפגינים מרחבי ארץ הקודש היינט ביים גאלאבענציק לאט זענען מעיד אויף דעם פאקט
בלאט: 1 2 3