א היימישע שפיאן?
סע טוהט זיך לעבעדיג אין ארץ ישראל אז עפעס א בעל תשובה פון די קנאים איז געווען פארמישט מיט א שפיאן רינג און האט אנגעפירט 15 יאר מיט שפיאנען פון הויעכע רעגירונג אפישעלס
דא איז קען מען לייענען מער
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2013/07/blog-post_6762.html">http://bshch.blogspot.com/2013/07/blog-post_6762.html</a>
<a class="postlink" href="http://www.ynetnews.com/articles/0,7340,L-4412610,00.html">http://www.ynetnews.com/articles/0,7340 ... 10,00.html</a>
איך ליין דא אין ״הארץ״ אז ער איז א נטורי קרתא און ער האט געאפפערט שפיאנאזש פאר איראן. אפשר מיש איך הודו מיט כוש?
דאכט זיך מיר אז שולזאהן פאר׳נחום׳ט די מעשה אביסעלע, לויט ווי איך לעיז אין די ישראל היום זייטל, האט ער שפיאנירט פאר איראן נישט רוסלאנד, און קיינער רעדט נישט אז ער האט אנגעפירט א רינג מיט 15 שפיאנען.
עס איז כדי אנצומערקן, אז עס איז נאך דא א טיילווייזע צו איסור פירסום אויף די פרטי המעשה, ממילא איז נאך נישט קלאר די בילד פאר קיינעם.
@MKreports: ISRAEL: 47 y/o Neturei Karta member charged with treason, Reports say he walked into Iranian embassy in Berlin offering to spy on Israel.
איך האב געהאט געעפענט אן אשכול איבערדעם פאר איך האב דאס באמערקט, איך האב דאס פארמעקט, אבער צוליב אן אישי -אז ער קען נישט עפענען יענע זייטלעך- לייג איך עס איבער (הודעה 1500...), אבער דא...
א נטורא קרתא (איבער זיי פארלאנגט זיך אן עקסטערע אפהאנדלונג... אפשר ועוד חזון..) מיטגליד (נאמען איז געהיטן אין געהיים צוליב די מידיא פארבאט) איז ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן פון פרובירן צו שפיאנירן פאר איראן אקעגן מדינת ישראל.
איין (אומבאוויסטע) טאג האט א נטורא קרתא מיטגליד, אלט בערך 47, -צוליב זיין שטארקע פיינטשאפט צו מדינת ישראל, און אזוי אויך האפענדיג צו מאכן אפאר טאלער...- באשלאסן צו קאנטאקטן די איראנער גאווערמענט אנבאטן צו ווערן א שפיאן פאר זיי און פרובירן זיי איבערצוגעבן געוויסע געהיימע זאכן וואס ס'טיצעך אפ אין מדינת ישראל, ער איז ארויף אויף די אינטערנעט און געזיכט א איראנער אמבאסאדער צו וועם ער וועט זיך קענען פארבינדן. אין יאנאווער 2011 איז ער אריבערגעפלויגן קיין בערלין, דייטשלאנד, און צוויי טאג נאכן אנקומען דארט האט ער אריינגעוואקט מיט די שמונה בגדים אינעם אמבאסאדער זאגענדיג אז ער איז אן איזרעילי און וויל רעדן מיט זיי, ער האט זיך געטראפן מיט א פארשוין האגי באבא, און נאך צוויי מענטשן, ער האט זיי מסביר געווען אז ער איז אקעגן די געדאנק פון האבן אן אייגענע מדינה, און ער וואלט ווען געוואלט אז א אנדערע לאנד -נישט אידן- זאלן דאס איבערנעמען, און איז אפילו גרייט צו הרגענען א ציוני אויב ס'וועט זיך אויספעלן דאס אדורכצופירן (רח"ל).
נאך זיין צוריקקער פון דארט האט ער ווייטער אנגעהאלטן באציאונגן מיט די איראנער אדורך אימעילס וואס ער האט געשיקט פון קאפע הייזער און אויך גערעדט מיט זיי אויפן טעלעפאון דורך א פאבליק פאון נעבן זיין הויז.
פאריגן חודש האט מען אים ארעסטירט און ביים אויספארשונגן האט ער מודה געווען אין געוויסע זאכן און זיך אויסגעדריקט אז ער האט דאס געוואלט טאן צוליב זיין קעגנערשאפט איבער א אידישע מדינה.
מיין שאלה איז נאר וואסאפארא ווארע וואלט ער בכלל געקענט איבערגעבן...?
לאליפאפאיך ליין דא אין ״הארץ״ אז ער איז א נטורי קרתא און ער האט געאפפערט שפיאנאזש פאר איראן. אפשר מיש איך הודו מיט כוש?
ניין. דו מישט נישט הודו מיט ברוך שאמר. ווייל דער אופן פון זייער התנגדות צו ציוניזם און מדינת ישראל ברענגט ארויס וואונדער ביי א יעדן איד. עד כדי כך אז זיי באטייליגן זיך אין א סימפאזיום פון האלאקוסט לייקענונג, מיט אלע נאציס און אנדערע שונאי ישראל. ומצד השני, האבן זיי געוויסע ספאוקסמען ווי למשל "הרב" ישראל דוד ווייס, וועלכער רעדט זייער א גוטן און פליסיגן ענגליש. ס'איז צום וואונדערן וואו ער האטצעך דערלערנט דאס לשון אזוי גוט, אפשר אויף סענדס סטריט? אלא מאי, איז ער געגאנגען אין א פובליק סקול ערגעץ אין קענזעס אדער אייאווא, ביז צו די בר מצוה און נאכדעים האט ער זיך צוגעכאפט צו אידישקייט. און ר'איז נישט דער איינציגער.
פיין, צוגעדעקט.. צופרידן?
אנאנים: איך מיין אז די שב"כ אדער עף בי איי וואלטן זיך אויכעט מחי' געווען מיט די ידיעות וועלכע דו רעכנסט דא אויס. אפשר איז ער גאר א דאפלט'ער שפיאן. מ'קען נישט וויסן. ❓ ❗ 😂
berlbalagulehלאליפאפאיך ליין דא אין ״הארץ״ אז ער איז א נטורי קרתא און ער האט געאפפערט שפיאנאזש פאר איראן. אפשר מיש איך הודו מיט כוש?
ניין. דו מישט נישט הודו מיט ברוך שאמר. ווייל דער אופן פון זייער התנגדות צו ציוניזם און מדינת ישראל ברענגט ארויס וואונדער ביי א יעדן איד. עד כדי כך אז זיי באטייליגן זיך אין א סימפאזיום פון האלאקוסט לייקענונג, מיט אלע נאציס און אנדערע שונאי ישראל. ומצד השני, האבן זיי געוויסע ספאוקסמען ווי למשל "הרב" ישראל דוד ווייס, וועלכער רעדט זייער א גוטן און פליסיגן ענגליש. ס'איז צום וואונדערן וואו ער האטצעך דערלערנט דאס לשון אזוי גוט, אפשר אויף סענדס סטריט? אלא מאי, איז ער געגאנגען אין א פובליק סקול ערגעץ אין קענזעס אדער אייאווא, ביז צו די בר מצוה און נאכדעים האט ער זיך צוגעכאפט צו אידישקייט. און ר'איז נישט דער איינציגער.
לויט ווי איך לייען איז דער א.ג. "שפיאן" אויך א בעל תשובה, ארגינעל א מזרחי'סט. די איינציגסטע שייכות וואס ער האט מיט נטורי קרתא, איז אז זיינע קינדער גייען אין די דארטיגע מוסדות. ער וואוינט אין שמואל הנביא, נישט מאה שערים. די מוסדות וואס האבן אנגענומען זיינע קינדער זענען תורה ויראה, פון די "מעסיגע" נטו"ק וואס קושן זיך נישט מיט אחממאדענאנדידאדזשעזשאד.
די גאנצע מעשה איז היבש מאדנע. כ'הער אז איראן האט באלד איינגעזעהן מיט וועמען זיי האבן צו טוהן און האבן אים באלד געשיקט אראונד די קארנער, צום צפון קארעא אמבאסאדע...
מסתמא האט ער אנגעטראגן די איראנער צו ערלעדיגן פאר זיי, אפאר חסידישע אונטערהויזן פון מקווה.
צו וואס זאלן זיי עס געברויכן?
[ציטאט אראפגענומען]
טרייבסט איבער.
לויט מיין אינפא. האט ער זיך דערוויסט, - און איבערגעגעבן די סוד ווייטער - אז יא, דער מאמע האט יא געלאזט איר קינד אויסגיין פאר הונגער.