קענט איר זיך פארשטעלען א טיי-לעפל-פול פון א געוויסע חומר וואס איר זאלט נישט קענען רירען פון ארט?
אפי' דער דמיון איז שווער. כ'מיין, ס'איז א טיי-לעפל... גיב עס א שטופ מיט'ן פינגער...
נישט נאר קענט איר עס נישט רירען, נאר הונדערטער טרעקטארס וועלן אויך נישט קענען.
דער כח המשיכה פון גראוויטי הערשט פון יעדן שטיק חומר צו יעדן אנדערן שטיק חומר וואס געפונט זיך אין די בריאה. די שטארקייט פונ'ם גראוויטי ווענדט זיך אין וואו ווייט די צוויי חפצים זענען איינס פון די אנדערע, און פון וויפיל חומר זיי באשטייען.
'וויפיל חומר' קען זיין א טריקי הגדרה אריינצונעמען אין קאפ. זאכן וועגען (=גראוויטי) נישט ווייל זיי זענען גרויס, זיי וועגען ווייל זיי האבן אסאך חומר. גראדע וועט געווענליך זיין אז גרויסע חפצים האבן אסאך חומר, און ווייס ווערסא.
יעצט באקענט אייך מיט'ן ניוטראן שטערן. זי האט אן אומגעהויערע מאס חומר אריינגעקוועטשט אין גאר א קליינעם ארט. א טיי-לעפעלע פון ניטראן-סטאר-חומר איז אוממעגליך צו רירען פון ארט.
פאקטיש וועגט אזא טיי-לעפל א נישטיגע צוואנציג מיליאן פונט.