☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מאחורי

מאחורי

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4375

לבי במזרח » זונטאג יולי 28, 2013 11:17 pm

· #136913
מאחורי
וואס טיעך אז כ׳וויל שרייבן וועגן א נושא וואס לכאורה איז עס א ״מאחורי״ נושא? שרייב איך בכלל נישט אדער איי טריי מיי לאק? און וואס וועט דאן געשען, ס׳וועט פארמעקט ווערן אדער געריקט ווערן אהין און איך וועל עס מער נישט זען?

די זאך איז אז ווען כ׳ווייס ווען אנאנדערס פלאץ ווי איך קען דיסקוטירן דער סענסיטיוו פערסאנל ענין וואלטעך אהין געגאנגען, אבער טו דע בעסט אף מיי נאלעדזש איז נישט דא נאך א פלאץ וואס האט די מעלות פון דא. דהיינו, פרום אבער אפענמיינדעד, אינטעליזשענט אבער אויך מיט א היימישן אידישן פלעיוואר. (אפשר קען מיר איינער יא סעזשעסטן אזא פלאץ?)

סא וואס טיעך?

ידען » מאנטאג יולי 29, 2013 5:30 am

· #137000
שיק עס צו א מנהל אדער אחראי פאר דו לייגסט עס.

לבי במזרח » מאנטאג יולי 29, 2013 10:30 am

· #137034
ידען
שיק עס צו א מנהל אדער אחראי פאר דו לייגסט עס.

און ער וועט מיר זאגן אויב עס איז אפראפיעט אדער נישט? און אויב נישט?

boxcover » מאנטאג יולי 29, 2013 11:36 am

· #137060
לִבִּי בְמִזְרָח
און ער וועט מיר זאגן אויב עס איז אפראפיעט אדער נישט? און אויב נישט?

דיר עולם מיינט עפעס אז מאחורי איז די אולטאמאטישע פארום. די טיעפסטע סמעטענע. אבער מען פארגעסט אז אישי איז נאכמער פריוואט און יעדער קען דארט שרייבן. אויב דו א נושא, פייף דיך אן אין די מנהלים און לייג עס אין אישי.

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 29, 2013 12:11 pm

· #137070
לייג עס ארויף, העכסטענס וועט מען עס אריבערפירן קיין פרגוד, און מ'וועט דיר מודיע זיין די ריזאלטס.

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 29, 2013 9:32 pm

· #137180
לבי, דו ציעסט אן דעם עולם. כ'זעה אז דע רוילעם פייגערט (אזוי צו זאגן) פאר נייגעריגקייט. ניין נישט איך. נאר כ'זעה אז מ'בעיטצעך צו דיר זאלסט שרייבן. 😂