☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!

א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #437

מנשה לוסטיג » מוצ"ש אפריל 21, 2012 9:28 pm

· #6112
א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
שלום עליכם כלל ישראל, איך האב בדרך לא דרך אויסגעפונען נארוואס ממש לעצטענס וועגן דעם ווינקל. און כ'האב זיך שנעל אריינבאקומען אהער, מיטן ציל להנות בהן בני אדם.

כ'האף דא אויכעט משתתף זיין מיט מיינע מעמוארן, וואס איך שרייב מזמן לזמן.
מנשה האט מער ליב לאכן ווי ערנסט, דאך טאמער ווער איך אמאל ערנסט, נעמט מיך אן און פארנעמט עס ווי סעזאן טויש.. חחח

כל הכבוד אני ולא הגבאי אני ולא אחר... מנשה לוסטיג - פרילינג קוואל..

אוי טאטי » מוצ"ש אפריל 21, 2012 9:50 pm

· #6115
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
וועלקאם מנשהלע! שפירט אייך היימיש!

יידל » מוצ"ש אפריל 21, 2012 10:04 pm

· #6118
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
איז עס טאקע מנשה בכבודו ובעצמו? אפשר גאר איז עס עפעס א משתמש בקרוין חבירו? וועלן מיר מוזן טון אזויווי מ'האט געטון מיט דעם ר' יונתן פון יום שבת קודש הוא, און מיטן דובנא מגיד... מנשה, שטעל ארויס עפעס גוטע סחורה, עמער וויסן אז ס'איז טאקע דיר!

אבי גערעדט » מוצ"ש אפריל 21, 2012 10:14 pm

· #6121
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
שלום עליך מנשה היקר, ביסטו געווען היבש פאפולער די וואך אבער צוליב נישט באטעמטע סיבות, לאמיר האפן אז דא וועט מען הערן די געשמאקע סחורה

שמואל הלוי » מוצ"ש אפריל 21, 2012 10:24 pm

· #6128
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
שלום עליכם ר' מנשה!
מיר ווארטן שוין צו זעהן זאפטיגע תגובה'לעך פון דיר.

משה געציל » זונטאג אפריל 22, 2012 2:01 am

· #6426
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
שלום עליכם מנשה!
וואו לאנג עס קומט עפעס פריש וואלטען מיר זיך מחי' געווען מיט אפאר אלטע מאמרים.

ידען » זונטאג אפריל 22, 2012 2:05 am

· #6431
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
מנשה איז פיינע נייעס. שוין גיזען אסאך קליפס פון דיר, אביר לעצטנס ביסטו זייער שטיל. וואס גייט פאר?

שלום עליכם אונז פריי זיך דיר צו זען דא, איך האף אז דו קענסט אויך נעמען heat אמאל אמאל 😉

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 am

· #6452
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
לאמיר דא אין איין קורצע שורה זאגן קלאר, אלע היעט קען איך נעמען, אבער אקעגן מיין רבין, בין איך ממש יעצט געווארן זייער עמפינדלעך, זייט ראטנבערג עפאכע, ווי כ'זע ווי בלונד מענטשן קענען זיין, און ווי מיאוס מ'קען רעדן אקעגן אזעלכע וואס מ'קען נישט און מ'האט נישט געליטן. אין די צייט וואס איך יא, איך קען גוט דער ראטנבערג.
און בעיקר! איך בין דאך לעת עתה א אלמן, די פאקט איז געווען אז מיין ווייב ע''ה האט קיין קינדער נישט געקענט האבן. איך האב איין ייונגעלע, וואס דער סקווערע רבי האט מיך צוגעזאגט, און ווי נאר ער האט מיר געזאגט די ווערטער ניין יאר צוריק. 'זאלסט זוכה זיין מקיים זיין והגדת לבנך' האב איך אין ניין חדשים אויפן טאג געהאלטן א פרישע ב'חנ'טע נשמה'לע. ממילא איז ביי מיר די ווארט נישט ''גלייבן'' ווייל אז מ'זעט אפענע זאכן איז עס נאר א פאקט.
ס'טוהט מיר די לעצטע חדשים שטארק וויי די אפענע מיאוסע רייד אקעגן אזא פועל ישועות.
און בנוגע אנדערע סארט קריטיק? עמ... אקעגן מיינע קליפס מוזט איר אויכעט פארשטיין, א איך קלער איבער טויזענט מאל ווען איך מאך עפעס, און אז איך האב אפגעמאכט דאס ארויסצולייגן, דארף דאס צוזיין א גוטס, און טאמער פארשטייט איר נישט דערצו, אדער איר האלט ס'צו לאנג אדער בארד, בעסער פרעגט שיין א פירוש ווי איידער שיסן מבינות, יא גוט נישט גוט.
דאס איז שוין סתם א הודעה אבער ס'שטערט מיר נישט אזוי ווייט ווען מ'זאגט קריטיק, ס'פשוט א מודעה, איך ווייס וואס איך טוה. די טאלאנט האב איך פון הימל, און איך כ'האב קיינעם נישט געבעטן צו לאכן, און אוודאי נישט קיין געלט דערפאר. לאכט אן אויפהער.

ידען » זונטאג אפריל 22, 2012 2:41 pm

· #6511
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
אויף דיינע קליפס האב איך נישט קיין קריטיק (בעסער געשריבן, איך געדענק נישט קיין קריטיק-שוין לאנג נישט געזען) זיי זענען גוטע סחורה און דו מאכסט א tremendous job

איין פיצי קריטיק אז מיר דארפן נאך... אבער איך קען נישט פארלאנגען און נאר בעטן.

און יעצט קען איך שוין נישט רעדן וועגן דיין רבי (צו דיר...) אויך נישט ווייל מיט מופתים ווער איך שטים. דיע שפראך קען איך נישט און פארשטיי עס נישט.. בפרט ווען נישט איך האב מיטגעהאלטן דעם מופת און דארף גלייבן באמונה פשוטה אז עס איז א מופת פון רבין און נישט פון בוני עולם..

באט פאר דיר, keep it up, און סע א גוטע זאך אז מען גייט נאך א רבין.

מיכאל » זונטאג אפריל 22, 2012 2:41 pm

· #6513
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
מנשה לוסטיג
לאמיר דא אין איין קורצע שורה זאגן קלאר, אלע היעט קען איך נעמען, אבער אקעגן מיין רבין, בין איך ממש יעצט געווארן זייער עמפינדלעך, זייט ראטנבערג עפאכע, ווי כ'זע ווי בלונד מענטשן קענען זיין, און ווי מיאוס מ'קען רעדן אקעגן אזעלכע וואס מ'קען נישט און מ'האט נישט געליטן.

מנשה איך גיי יא רעדען, איך קען יא סקווירא, אין האב יא געליטען דערפין,
מנשה לוסטיג

און בעיקר! איך בין דאך לעת עתה א אלמן, די פאקט איז געווען אז מיין ווייב ע''ה האט קיין קינדער נישט געקענט האבן. איך האב איין ייונגעלע, וואס דער סקווערע רבי האט מיך צוגעזאגט, און ווי נאר ער האט מיר געזאגט די ווערטער ניין יאר צוריק. 'זאלסט זוכה זיין מקיים זיין והגדת לבנך' האב איך אין ניין חדשים אויפן טאג געהאלטן א פרישע ב'חנ'טע נשמה'לע. ממילא איז ביי מיר די ווארט נישט ''גלייבן'' ווייל אז מ'זעט אפענע זאכן איז עס נאר א פאקט.


מנשה לאמיר דיר עפעס מסביר זיין טאמער די ווייסט נאכנישט, דאס צי די האסט געהאט א קינד דורך די ברכה פין סקווערע רבי דאס איז נישט מוכרח, אדער יא אדער נישט, אבער אפילו אז יא, לאמיר דיר פארציילען א מעשה וואס איז געווען ביים אלטען סקווערען רבי'ן,

ס'געווען ווען דער ליוובאוויטשער רבי זצ"ל איז געווארען רבי, האט דעמאלץ דער אלטער סקווערע רבי געווען שטארק ברוגעז, אז היתכן איינער וואס האט געלערענט אין קאלעזש איז געווארען א רבי, ער איז געווען זייער ציטראגען דערפין, עכ"פ מיט די צייט האט אים איינער געזאגט אז מען זעהט אז ער האט א כוח צי העלפען אידען, אידען ווערען ביי אים געהאלפען האט ער גענפערט אזוי:

"יעדער וואס צען אידען גלייבען אין אים באקומט א כוח דערפין" , אין ער האט נישט געוואלט נעמען דערפין א ראי' אפצישאצען זיין ערליכקייט, עכ"פ שפעטער ווען ער האט געהערט אז ער טוט אויף פאר אידישקייט האט ער מער נישט געוואלט רעדען אויף אים,

אבער עכ"פ לעניניני, סקווערער רבי האט הונדערטער אויב נישט טויזענעטער וואס גלייבען אין אים בלינדעהייט,(כ'וויל נישט יעצט אריינגיין אין די אפגעפרעגטקייט דערפין אין ווי דאס איז נגד דעת תורתינו הקדושה), אין טאמער האט ער עפעס א כוח קומט עס פין דעם אין עס האט גארנישט ציטוהן מיט ערליכקייט אין ס'נישט קיין ראי' אויף די מסקנות וואס די ציהסט דערפין אז וועגען ס'קוקט דיר אויס ווי ער האט עפעס א כוח מיינט עס שוין אז אלעס וואס ער טוט איז גערעכט, דיין רעכענונג איז פשוט פעלערהאפט,

צווייטענס מנשה די אליינס ווייסט אז א גרויסע חלק שטעטעל איז זייער אנגעווייטאגט אויפען סיסטעם דארט, אין מען רעדט נישט דא פין וואגאבונדען, מען רעדט פין איידעלע יונגעלייט, ביודעי ובמכירי קאמינא, דאס אלעס וואס אומשולדיגע מענטשען ליידען פארגארנישט דאס באדערט דיר נישט קיין כי היא זה, זייער ווייטאג אין פיין נעמט נישט אויף קיין פלאץ אין דיין הארץ, נאר זאל זיך איינער דערווייגען אנצירירען דעם כבוד פין דער ווואס איז דער גורם דערצי אין דער וואס קען דאס אלעס טוישען, דאן ווערסטע פ-ליצלונג עמפינדלעך..........

אוי טאטי » זונטאג אפריל 22, 2012 2:51 pm

· #6516
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
מנשה דזשאסט וואן ליטל פעיוואר פליז!

איז אזוי, פאר די דריקסט ״שיק״ אויפן ענטפער וואס די שרייבסט יעצט וואס גייט לכאורה זיין היבש באלבאטיש קלער דיך איבער א מינוט אין לייג עס נישט דא ארויף!
אז די ווילסט עפן אויף א נייעם אשכול צו דעבאטירן צי סקיוורא איז יא גערעכט צו נישט..

אונז זענען שוין פעט אף פון די נערישע טאנערייען א גאנצע וואך! קיינער גייט סייווי נישט איבערצייגן א צווייטן סאו פארוואס פעלט עס אויס?!

לאז דעים אשכול נאר פאר דיין פרייליכע מאמרים פליז!

טענקס אין עדווענס...

אברעמעל » זונטאג אפריל 22, 2012 2:57 pm

· #6517
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
כאוי טאטי

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 22, 2012 3:03 pm

· #6520
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
איך קלער און קלער, און כ'זע נישט קיין אנדערע עצה, און קיין אנדערע פשט אויף דיינע ווערטער, נאר דאס אז אנגעווייטאגט איז א זאך וואס קומט מיט די פעקעדזש, מ'קען נישט יעדן צופרידנשטעלן, ווען מ'פירט א קהילה, און די עול הקהילה און אלע פראבלעמען ליגן נישט נאר אויף זיין פלייצע, און איך בין דאך דא, איך בין גענוג א נאז שטעקער, ס'מיר קלאר 'קריסטאל קלאר' אז ווען די אנגעווייטיגטע זאלן ווען וויסן וואס מיינט א רבי, וואס מיינט חסידות, וואס מיינט אמונה וואס מיינט דעת תורה, וואלטן זיי פארשטאנען אז זיי זענען בייז אויפן עול מלכות שמים, וואס מורא רבך כמורא שמים.
איך ווייס גוט די אלע אנגעווייטאגטע, ס'קומט נישט פון אויפגעקלערטקייט, ס'קומט, ווייל ס'פעלט זיי ווייטאמינען...
כ'בין דאך נישט דער בלינדע פערד, איך בין געווען אין די וועלט זיבן יאר, איך האב שטודירט אנדערע הויפן. כ'זע נישט אז מ'זאל אזוי טרייבערן די אדערען ווי די שילדערסט. איך בין מיך אזוי מחיה מיט די חסידים ואנשי מעשה, וואס האבן און געבן מיר אלץ אזויפיל חיזוק און ווארימקייט אדורכצוגיין אלע שווערע טעג.
ווער פון די אלע לשון הרע רעדנערס דא און דארט, טוהען עפעס מחזק צוזיין צעבראכענע נפשות. איך טוה טאג טעגליך ארומגיין צו גייסטישע און פיזישע חולים, און זיי פארציילן מיר אסאך פון טובות וואס זיי האבן דירעקט צו אומדירעקט פון רבינס שטוב. און דו זאגסט מיר כאילו ס'איז א מאפיע גרופע וואס האט איין ציל, לייגן כלל ישראל אריין אין שטיוועל און אין טערקישע טלתים..
וואס זענען די צענדליגע בחורים עלטערע יונגערע פון אלע סארט ישיבות וואס קומען אלץ אויף שבתים און ימים טובים אהער קיין סקווער? ווער שמייסט זיי צו קומען?
ווער זענען די טויזענטע יודען וואס שטופען זיך אריינצוגיין צום רבין מיט בקשות עצות, יעדע נאכט כמעט אלע נעכט פון יאר, אכט שעה מידי לילה בלילה. ווער טרייבט זיי אהער?
ווי קען זיין אז איך בין אזוי העפי או דו באליידיגט און באבלאזן? אז איך האב נישט ליב קיין קארטאפל וועל איך עס נישט עסן און אוועקשטיין, אז דו האסט נישט ליב דעם 'סיסטעם'.. שטיי אוועק. טויזענטע לעבן דערמיט און דערקוויקן זיך אלע לעבענס טעג מיט קדושה וטהרה להם ולבניהם אחריהם

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 22, 2012 3:07 pm

· #6522
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
איר קענט זיין זיכער, ווען ס'קומט א פרייליכע מאמר, וועט עס זיין אין א באזונדערע אשכול.. מיטן שטעכן און ציפן, קען נישט יערן קיין פרייליכע מאמר קינדערלעך..

יידל » זונטאג אפריל 22, 2012 3:14 pm

· #6524
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
מנשה לוסטיג
איר קענט זיין זיכער, ווען ס'קומט א פרייליכע מאמר, וועט עס זיין אין א באזונדערע אשכול.. מיטן שטעכן און ציפן, קען נישט יערן קיין פרייליכע מאמר קינדערלעך..

אוי זאגסטו גוט! רבותי, אז איר זענט אנגעווייטאגט אויף סקווירא אחז מנשה נישט שולדיג. מנשה איז נישט דער סקווירא'ר שליח אין קאווע שטיבל און לאזט אים צורי. אז איינער וויל קען ער עפענען א באזונדער אשכול אויף סקווירא און 'קען זיך דארט טענה'ן עד עלות השחר. דא אין דעם אשכול איז די פלאץ צו באגריסן מנשה'לע און אים גיבן א ברייטן שלום עליכם ווי ס'קומט אים. ואסיים מעין הפתיחה: טוטס א טובה און לאזט מסקווירא פאר א צווייטער אשכול! און נאכאמאל: וועלקאם ר' מנשה! יהא בואך לברכה ולצחקה.

מיכאל » זונטאג אפריל 22, 2012 3:23 pm

· #6527
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
הערצי מנשה, לאקשען קענסטע פארקויפען פאר ווער עס ווייסט נישט, איך ווייס וואס טוט זיך אין סקווירא, אין כ'ווייס זייער אסאך וואס דארט גייט פאר אין וואס ס'איז פארגעגאנגען פאר פערציג אין פאר זעכציג יאר צוריק,

נאר די זאך איז אזוי, איך האב מיט סקווער גארנישט, ממילא בין איך נישט עכט אינטערעסירט זיי צי אויסשמירען דא ברבים סתם אין די וועלט אריין, אבער טאמער די קומסט מיט הוילע פראפעגאנדע אין די זיכסטעך וועל איך דיר דארפען אפענפערען, איז לאמיר הערען מנשה ווילסטעך מתווכח זיין מיט מיר כ'בין מסכים אבער דארפסט זיין גרייט אז די אמת גייט ארויף שווימען, אין ענפער צים זאך נישט אז "אנגעווייטאגט" זאל זיין די תירוץ אויף אלע קשיות,

כ'קען דיר פארציילען מעשיות מיט נעמען אין פאקטען וואס די וועסט נישט קענען אפפרעגען, דיין איינציגע תירוץ וועט קענען זיין אז אזוי ווי די האסט געזעהן א מופת ביי אים, וועגען דעם מעג ער שוין האט ער שוין א פאס צי טוהן וואס ער וויל, אין די דארפסט גלייבען אז ער האט אזוי געזעהן אין הימל,

סאו כ'ווארט אויף דיין ענפער, ווילסטע אדער נישט ?

מיכאל » זונטאג אפריל 22, 2012 3:25 pm

· #6528
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
יידל

אוי זאגסטו גוט! רבותי, אז איר זענט אנגעווייטאגט אויף סקווירא אחז מנשה נישט שולדיג. מנשה איז נישט דער סקווירא'ר שליח אין קאווע שטיבל און לאזט אים צורי. אז איינער וויל קען ער עפענען א באזונדער אשכול אויף סקווירא און 'קען זיך דארט טענה'ן עד עלות השחר. דא אין דעם אשכול איז די פלאץ צו באגריסן מנשה'לע און אים גיבן א ברייטן שלום עליכם ווי ס'קומט אים. ואסיים מעין הפתיחה: טוטס א טובה און לאזט מסקווירא פאר א צווייטער אשכול! און נאכאמאל: וועלקאם ר' מנשה! יהא בואך לברכה ולצחקה.


יידל ביסט נישט גערעכט, מנשה האט אנגעהויבען צי רעדען דערפין אין איך האב עים נאר גענפערט, ווען ער הייבט ווען נישט אן צי זאגען זאכען וואס איך האלט אז ס'שטותים וואלט איך עים גארנישט געזאגט, ער האט עס דאך באשטעלט, סאו וואס ווילסטע יעצט ?

קול גדול » זונטאג אפריל 22, 2012 3:36 pm

· #6530
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
קודם כל שלום עליכם מנשה, איך פלעג אמאל ארויפקוקן אויף אייך אלץ א גוטע קאמיקער וואס מאכט פרייליך, אבער אזויווי אנדערע בין איך אנטוישט געווארן אז איר שטיצט א דיקטאטורישע רעזשים מיט טעראריסטישע אקטיוויטעטן.
וועגן איר האלט אזוי שטארק פון דיין רבי מיינט עס שוין אז מ'מעג דורכפירן געוואלדטאטן? מיט וואס איז עס אנדערש פון איסלאמישע טעראר גרופעס וואס שעצן אויך שטארק זייער פירער און האלטן אים פאר א בעל מופת? ער איז א בעל מופת? וואס פאר א מופת איז דאס צו ווינטשן איינער זאל האבן א קינד און עס ווערט מקיום, סאיז דאך מעשים בכל יום אז פארפעלקער וואס האבן נישט קיין קינדער פאר א לאנגע צייט האבן מיטאיינמאל א קינד וואס על פי רוב קומט דאס אדאנק די היינטיגע וויסענשאפט. אז אן אנדערע גייסטישע פירער וואלט דיר געווינטשן און עס איז מקיום געווארן וואלסטו געגלייבט אין אים? און וויפיל עלטערן האט ער אנגעווינטשן און ס'איז נישט מקיום געווארן? איך ווייס לכל הפחות פון איין פאל ווי ער האט אנגעווינטשן איינעם ער זאל מצליח זיין אין זיין ביזנעס און ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט איז ער גאר געגאנגען באנקראט.

הקיצור, דברים וואס פאסירן סיי ווי סיי קען מען פון דעם נישט ברענגן קיין ראיה אלץ א מופת. און אפילו וועסט וועלן טענה'ן אז יא איז עס נאך נישט קיין בארעכטיגונג צו באגיין געוואלדטאטן.

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 22, 2012 3:59 pm

· #6546
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
נאך איינער האט א קשיא?
מ'האט מיר געפרעגט צו כ'פארנעם היעט, האב איך געענפערט וואס יא און וואס נישט, און פארוואס.
כ'מיין, מ'האט געשמועסט אז אויפן סקווערן טעמע קען מען עפענען א באזונדערע אשכול. דא האב איך נאר בקיצור געזאגט וואס מיינע געפילן זיינען.

שמואל הלוי » זונטאג אפריל 22, 2012 3:59 pm

· #6547
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
איך מיין ס'איז צייט צו פארקירעווען די טעמע צוריק צו "א ברייטן קבלת פנים פאר מנשה ידידינו".

ידען » זונטאג אפריל 22, 2012 4:40 pm

· #6582
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
אקעי ווען מנשה בעט און נאכדערמו מיט אזא ענווות חן וועלן מיר אים צוליב טוהן.

וואס גייסטו שרייבן דא און וואס אין אייוועלט?

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 22, 2012 4:45 pm

· #6583
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
ווען כ'שרייב עפעס, לייג איך עס איבעראל.

געפילטע פיש » זונטאג אפריל 22, 2012 4:47 pm

· #6585
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
שמואל הלוי
איך מיין ס'איז צייט צו פארקירעווען די טעמע צוריק צו "א ברייטן קבלת פנים פאר מנשה ידידינו".

גם אני מצטרף, שלום עליכם האדמו"ר מלוסטיג, אבער האת נישט קיין טענות פארוואס די אשכול איז געווארן פאליטיזירט ווייל איר האט דאס ארויפגעברענגט, אלזא פון היינט און ווייטער אנשטאט זיך צו אדענטיפיצירן מיט וועלכע חסידות מ'באלאנגט צו, לאמיר טרייען שיך סייזעס, איך בין א 10, וואס זענט איר?

און לגבי אייער חתימה
כה דברי מנשה'לע.. פה פרילינג קוואל
וואס מיינט דאס? אויב מיינט איר ספרינג וואלי מיין איך אז די ריכטיגע אפטייטש איז פרילינג טאָל, נישט קוואל.

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 22, 2012 4:51 pm

· #6587
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
ס'נישט געפערליך ווען מ'רעדט און מ'דיסקוטירט, אבער נישט מיט מעסער שטאך! און זיכער נישט מיט מסירה.. חח

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 22, 2012 4:59 pm

· #6591
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
-

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 22, 2012 5:00 pm

· #6592
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
מנשה לוסטיג
ס'נישט געפערליך ווען מ'רעדט און מ'דיסקוטירט, אבער נישט מיט מעסער שטאך!


מנשה'לע.... אלעס קען איך פארנעמען... אבער די היעט פון א "מגן דוד" גייט שוין אריבער אלע גרעניצן, נאך דערצו אז עס בלינקט אזוי וואס איז א מעסער שטאך פאר אלע סאטמארע אידן.....

דזשאוקס עסייד. בואכם לשלום!! ברכוני לשלום... (נאא יונה! שריקא! ברענג די גרעיפ דזשוס! כאפסט א פאטש!!.........)

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 22, 2012 5:03 pm

· #6594
Re: א גאסט.. מנשה'לע אין קאווע שטיבל!
אקעי געטוישט

מנשה לוסטיג » זונטאג אוגוסט 4, 2013 7:47 am

· #138190
כ'בין געווען פארנומען ביז יעצט, מ'ווארעמט אן די שרייב מאשין און מ'גייט בעז''ה ממשיך זיין

מנשה לוסטיג » מיטוואך אפריל 1, 2015 1:35 am

· #263405
פסח ע''ה
מאמרים
כ'קען נאכנישט זאגן א גוטן פרילינג, ווייל די וועטער איז נישט איינשטימיג מיט מיינע ווערטער.
אבער מיר האלטן שוין היבש געציילטע מאמענטן בעפארן הייליגן יום טוב פסח, ווען מיינע געפילן מאכן מיר שפרונגען פון די הויט.
אט אט וועט מען זוכה זיין צו די הייליגע מצות, וואס וועט אונז רייניגן און איבערטוישן דאס גאנצע חיות אויף עפעס העכערס.
אלע הארעווען אריין אין די טעג, ווער טרייבט ארויס די חמץ, ווער ברענגט שוין אריין מיט פרייד די לעכטיגקייטן, מ'ארבעט נאך אריין מיט שווייס און מיה, אז דער קעניגליכער נאכט זאל זיין מיט שלימות און גלאנץ.
אט יעצט, קוק איך מיר אום, און כ'זע מיין רשימה מיט נאטיצן זענען פוהל..
ווי סאך זענען זיי מיינע געדאנקן, וואס איך גלייך צו פארשרייבן און פארציילן, דווקא פונעם קלייטל אוואו איך הארווע אריין טאפעלט אין די דאזיגע טעג, און ווי עס שוויצט זעך לאכט זעך..
ווען פון יעדע שטאלפער וויל איך מאכן דערפון א ארטיקל, למען תספר, וואס איך האב אין הארצן, און זאלן נאך באשעפענישן פארגעניגן שעפן פון מיינע שורות און געדאנקן.
פונעם פסח סעזאן קאן מען ליבערשט שרייבן א באזונדערע ביכל.. א כשר לפסח'דיגס..
און אז כ'וועל אנהייבן וועט זיך עס אויסציען א מגילה, די אלע סיפורים וואס איך לעב אריבער ביז איך קום אן צום חסל סידור פסח א אויסגעארבעטער טייגל, און מיט א ריכטיגע שנת העובד מיט א מתיקות שווים איך אריין אינעם היסב בעטל, און מ'קען זאגן שנעל מאכן קידוש כדי די טאטע זאל נישט איינשלאפן אבער ס'איז ונצעק צו טויבע ווענט, איך שלאף אריין ביז נרצה.
אז יודען זענען ארויס פון מצרים, און ארויס משעבוד לגאולה, איז עס ביי מיר נישט קיין כאילו..
ממש יצאתי מיטן נשמה אין האנט! איבערלאזנדיג א לאנגע רשימה פון כל דכפין און כל דיצריך'ס.. מיט אומ'פארענטפערטע פראגעס און דאגות פון א צאל הונדערטע קונים, און קונים'טעס וואס זענען מיר אריבערגעלאפן כבני מרון, און כ'האב מיט אלע געהאט א דין ודברים, און קוים ארויס פון דארט מיט רויטע אויגן און שווארצע גלידער.
רויט פון מוטשעניש און מידע טעג און נעכט נאכאנאנד, ארבעטן מיט די עשר אצבעות אין די בלאטיגע ירקות און אומ'געוואשענע ערד עפל.
נו מיט וואס הייב איך אן שילדערן מיין איבעלעבעניש, פונעם ערב פסח סעזאן?

עס פאלט אריין מיט א שטורעם ווען דער ציבור ערקלערט זיך נצרכים, און מיר מוזן זיי באזארגן דעם יו''ט מיט מצרכים, זאל עס זיין אזעלכע פראדוקטן וואס מאנכע נעמען ניטאמאל אריין אין מויל ווי גרויס די יאר איז, אבער וויבאלד ס'איז ביליג ווי בארשט, מוז מען עס איינהאנדלען, און נישט איינס, נישט צוויי, נאר צוואנציג קעסטלעך..
ס'זאל זיין גענוג ביז לבוא חמת.. און מיט שמיץ אריבער, אז די קינדער זאלן קענען פרעגן מה נשתנה, אויף אזא רחבות פון ביליגע פעטרישקע און גראבע בלאטיגע וועטשטיבעלס, וואס אויסער א כזית, ליגט עס אפ ביזן מוצאי אחרון של פסח א געטריקענטע ווארצל..
כנגד ארבעה רעדשיסטערס מדברים, אחד רשע – סתם א שלעכטע מוכר, וואס שרייעט און יאגט די קונים, אחד חכם – וואס ווייסט איך מפטירים אפיקומן פון קונים וואס האבן חובות אויפן קאנטע פון א יאר זיבציג.
אחד תם, וואס איז אינ'איינוועגס א שאינו יודע.. גארנישט ווייסט ער נישט..
יונגערמאן!! הער איך א עלטערע שטימע פונעם אנדערן זייט קראם.
וואס קאסט דע וויזוי הייסט עס?
וויזוי הייסט וואס? די בארשט?
ניין די צוויקל.. די בעריקעס..
וואס ווילט איר, א זאק צו א זעקל, פופציג פונט קאסט דרייסיג דאלער, און איינצעלנע איז ביליכער..
נעם איך איינצעלנע.. און לייגט עס ארויף אויף מיין איידעמ'ס קאנטע – פינעף און דרייסיג דאלער און זיבעצן צענט, און די איבריגע ברענג איך אריין באלד... [באלד! איר האט קיינמאל נישט געהערט די ווארט באלד?..]
ער קומט באלד, און איך ווער צעפליקט פון נאך עטליכע וואס זענען דיאגנאזירט געווארן אלץ נצרכים לכבוד יום טוב..
יעדער וויל האבן וואס ס'איז נישטא..
הייסט עס אז איר ווייסט נישט ווען ס'וועט זיין צובאקומען שאלאטן?...
ניין, דער מענידשער דארף וויסן, און איר קענט עהם פרעגן, ער זיצט אין אפיס, און איך ווייס נאר וואס מ'רעכנט דא, און וואס ס'שטייט אויפן צעטל וואס מ'האט געטיילט פון די פראדוקטן.
הייסט עס אז איר ווייסט נישט..
איך האב אייך געזאגט, און ס'האט זיך גארנישט געטוישט אין מיין ידיעה שלא נדע, פון א מינוט צוריק.
ווען וועט איר וויסן?...
און איך פראביר אריבערצוגיין דעם פארהער מיט רואיגקייט, 'ניין, כ'ווייס נישט..
זאגט נאר, די ניסלעך זענען אלטע?
ווי לענגער איר דרייעט זיך נעבן זיי, און נאשט פון זיי כלאחר יד, ווערן זיי עלטער און עלטער.. יא!
און דער קאסטומער, יאגט זיך.. איר גלייבט נישט? געבט א קוק ווי ער שפרונגט פון איין רעדזשיסטער צום צווייטן, ביי יעדן עפענט ער אויף א פרישע בלעטל, ביי איינעם לאזט ער הענגן א פעטרישקע און צוויי שאכטלעך קעיז, און ביי א צווייטן פינעף קעסטלעך משקה, און ער ווייסט נישט פארוואס מ'האט טענות אויף עהם.
כ'בין פונקט אזא קונה ווי יעדן..
אמת, אלע זענען ווי עהם, מ'קומט זיי אלעס, און זיי קומען דעם געשעפט גארנישט..
אשר פסח על בתי מצרים.. מ'שפרונגט פון דלפק צו דלפק, און מ'פראבירט לייזן ביליגע ירקות, שהכל קוכן אן קיין געוויכט, אבער מלא השגחות..
סאו איר זענט זיכער אז ס'נישטא..?
איך בין נישט זיכער, איך ווייס באמת נישט.. פרעג דעם מענידשער צום פינפטן מאל..
וואס שרייעסטו? איך מעג פרעגן.. און זאג מיר טאקע, מ'דעליווערט היינט? יא!
ווען? באלד!
ווען באלד?
א רגע נאך וואס איר באצאלט באלד.. קומט א העליקאפטער צו אייער טיר צו לאנדן..
וואס מיינט איר?
כא כא כא.... לאכט ער מיר אריין אין פנים.. און איך מוז שמעקן זיינע נישט געוואשענע לכבוד פסח'דיגע...
דו ביסט גוט.. זאג נאר, פסח'דיגע בעגס האט איר?
יא אלעס איז פסח'דיג דא.
יא, אבער ס'האט א השגחה?
און טאמער יא?
טאמער יא, וויפיל קאסט עס ביליגער פון א גאנץ יאר... איין מינוט, מיין רעבעצען קלונגט...
מאמי וואס ווילסטו אין גראסערי... פארוואס דארפסטו דאס.. ניין איך קויף עס נישט..
שנעלער רעבע, א גאנצע שורה ווארט אונטער אייך..
אקעי שרייב עס אויף.. ניין נעם דעם טשעק.. ס'איז דרייצן דאלער און אכט צענט..
אייער ביל יעצט איז נאר דרייצן דאלער און פינעף צענט, נעמט אייך דריי פעני..
ניין ניין, לייג עס ארויף, איך וויל נישט נעקסטיים בלייבן חוזק אן געלט, ווען כ'האב געלט לייג עס ארויף..
גרויסע עושר, דריי צענט לייג עס ארויף..
און ער רעדט נאך.. און אריין אינעם אויער פונעם נעקסטן רעדזשיסטער וואס איז בכלל א שונא גדול צו די היינטיג טעכנעלאגיע, און בפרט צו יענעמס טעלעפאן..
און ס'ברעכט אויס מכת ברד, ס'רעגענט קללות אהין און צוריק, איך פארבייס א ליפ צו א ציין, און נעם אן באהבה דעם נעקסטן מוטשעניאק אינעם ליין...
[המשך יבוא..]

מנשה לוסטיג » פרייטאג אפריל 3, 2015 12:10 am

· #263995
יא, נעקסט פליז! וואס איז אייער נאמבער?
איר רעכנט? ס'איז פסח'דיג דא? מ'קען באשטעלן קעיסעס??
אט די פראגעס הער איך א גאנצע טאג כאטש זעקס און פערציג מאל א שעה, און כ'פארשטיי נאכאלץ נישט דעם פראגע..
בין איך נישט דא אלץ רעכענער? איז יעצט אפשר נישט ערב פסח? און שטייט דען נישט גרויסע אותיות אויפן דלת, אז מ'קען באשטעלן קעיסעס??
און כאטש איך זאג, יא אוודאי, און כ'שטיי גרייט צום דינסט, איז מען נאכאלץ נישט רואיג.
איך וויל באשטעלן א א קעסטל עפל, אבער ס'גוטע עפל? איך וויל די ביליגע..
אה, איר ווילט די ביליגע און איר פרעגט אויב ס'גוטע עפל, און איר מיינט כ'וועל אייך זאגן, ניין, מיר פארקויפן נאר טייערע און זויערע סחורה..
יא, מיר האבן די ביליגע פיינע עפל פאר קאמפאט און צום עסן, און לייגט ארויס אייערע איבריגע זאכן און מ'וועט עס רעכענען און אפשיקן צו אייך אהיים.
כ'זיך א צינדער..
אקעי, אקעגן די פרידזשידער אין אייעל זעקס, ליגן צינדערס.
ס'איז כשר לפסח?
וואס מיינט איר צו פרעגן.
ס'דא וואס האט א הכשר?
איך פלאץ אויס אין א געלעכטער... וואס נאך דארף אלץ א הכשר, און אז מ'וועט עס האבן וועלן שוין אלע זיין העכסט צופרידן און האבן א פרייליכן יום טוב...
און יענער לויפט פון איין רעדזשיסטער צום אנדערן, אפשר דער אנדערער וועט געבן עטוואס ביליגער אויף דעם שטיק כריין, וואס קוקט אזוי בייז אויף זיינע קונים.
אוי כ'האב פארגעסן, איך האב צוריקגעברענגט א שאכטל קעיז, מיינע שונאים זאלט איר שיקן אזא קעיז..
און איך ווערטל זיך צוריק, געבט מיר זייער אדרעסע און איך שיק זיי עס זאפארט אהין..
וואס נאך דארפט איר.. איר האט דאך שוין אלעס געקויפט נעכטן און אייער נעכטן..
איך זיך די שמאלע קליינע דינע פלעסטיגע שטארקע פלעשלעך..
ניין, אויף פסח פארקויפן מיר נאר די גרויסע באטלעך פאר מאסט, און די קליינע איז דא צו באקומען נאר פורים צייט.
נו זאל זיין פורים, איך דארף יא יענע קליינע דינע שטארקע פלעסטיגע שמאלע פלעשלעך.
זאגט מיר נישט אז איר ווילט צוריק מישן דעם קאלענדער צו פורים, וויפיל ריטערנס איר האט געמאכט דעמאלט, און ביז מ'האט געזען פון אייך א העד טשעק אויף בעסערע צייטן, וכולי האי ואולי..
אקעי, וואס איז מיין דעמיטש??
אייער דעמעטש? אז איר האט נאך א אלטע באלאנס, און האט נאך היינט נישט דאס גאנצע תשלומין, איז עס אייער דעמעטש?
אוי, כ'האב פארגעסן צו פרעגן. [נו פרעגט שוין..] ווי ליגט די 'ווערים ספריי'...
איר מיינט פאר מוראשקעס?
ניין פאר מאריטשקעס..
יא יא.. מאריטשקעס האבן מיר אויך.. און אייער ספריי ליגט אייעל פינעף. נאך עפעס?
בלי אומר ודברים, נעמט ער זיך ארויפטראסקען איבערגעפילטע זעקלעך מיט פעטרישקע און מייערן, אז כ'זאל האבן הונדערט זעלנער אונטער מיין באזיץ וועט עס אויך סטייען גענוג און אויף איבריג.
אבער אבי מ'האלט שוין ביים רעכענען יענעם, און בדיל ויעבור ער זאל זיך שוין גיין פון דא..
ס'פליעט.. זאכן, עפעלעך ראוילען זיך.. און זעקלעך גיסן זיך.. און ער פרעגט מיר, יענס איז אויך מיינס אויפן פלאר?
ווייסעך וואס? דער לייגט ארויף זאכן פון רעכטס און לינקס, ווייסט נאכנישט פון וועלכע וועגעלע פון א שכן אין די רייהע ער האט עס בטעות ארויסגענומען און אויפגעלאדענט דא.
איך יאג זיך שנעל מיט עהם, אבי צו האלטן ביים נעקסטן פעיגער, אפשר פילייכט גרינגער ווי דער ערשטער און צווייטער אנלייגעניש.
אפשר א גוטע נשמה? מ'דארף פארשטיין – קלער איך, אז ס'ערב יום טוב, און ס'שווער דן זיין איבערגעשטרענגטע מענטשן אין אזעלכע אומשטענדן.
אבער איין זאך שטרייך איך אונטער, אז בכיסו בכעסו ובכוסו, זעט מען קלאר אויף יעדן באזונדער, וויאזוי ער האנדעלט מיט אנדערע אין געשעפט.
ס'דאך איין שטעטעלע יודען, און מ'קומט זיך אויס איינער אויפן צווייטענס חשבון, פאלט עס נישט ווייט פון א מחותן צו א בלוט קרוב פון וועלכע זייט נאר.
איך פארשטיי דאך מיין שטעטל, מער ווייניגער, אבער אז יענער נעמט פייניגן דעם ערל וואס פאקט עהם איין די זאכן אין די באקסעס – איך וויל אהיימנעמען מיט מיר די אייער און די מילכיגס און די פיש און די פלייש און די טשאקלאד און די דזשעליס..
אבער רעב יוד, ס'שוין איינגעפאקט, פארוואס דערמאנט איר זיך ווען ס'שוין אויפן וואגן צום דעליווערן..?
און יענער שרייעט מיר צוריק מיט העזה, און פארוואס רעגט זיך דער גוי??
וואס הייסט פארוואס, ער קען דיך נישט פון שול? פון חדר? ער זעט קליפ און קלאר אז דו ביסט מפוזר ומפורד..
דאס אלעס זאג איך חלילה נישט יענעם אין פנים, אבער די מצב רעדט פאר זיך, און דאס איז דאך א חלק פונעם שענקן און סערווירן, אז מ'דארף נאכאנאנד ווישן די נאז און שווייגן..
האלט איך טאקע אלץ נעבן מיין טישל א שאכטל טישוס, און וויש אוועק נאך יעדן באלאגאן, און בדיל ויעבור! זאל זיין לכבוד יום טוב!
דער ערל וועט דאך נישט קענען נאר זיינע פאר גרייצער פאר זיין עבודת פרך. איך האב וועל דאך מוזן לאכן און לחיים געבן דאס רוב פון די קונדן דא, איז דאך נישט קיין חשבון צו זאמלען שונאים פאר חצי בחינם.
איז גוט יום טוב אלע יודען.. דער עיקר איר האט שוין אלעס? אז נישט, כאלאמויעד זעמער ווידער אפען.. קומט און האט הנאה – צו פרעגן אלע סארט מאדנע פראגעס, האט נישט מורא! ס'יום טוב אויפן וועלט.

מנשה לוסטיג » מאנטאג אפריל 6, 2015 6:19 pm

· #264388
ווי נאר די פלעמעלעך פון די מה נשתנה לעכט האבן אויפן געשיינט, זענען מיר אפאמאל געוואויר געווארן אז מיר זענען מער קיין עבדים – מיר זעמער אצינדער בני מלכים.
ווען די טייערע מיכלא דאסוותא ליגן פארשטעקט אונטערן פלושענעם טיכל, וואס זענען דערויף אויסגעוועבט לעכטיג גאלדענע ציטאטן פונעם זמן חירותינו.
דאס זויערטייג איז שוין לאנג פארשוואונדן פונעם האריזאנט, פונעם מחשבה אוודאי..
כ'זאג א ווערטל.
ווי הונגעריג מיר זעמער געווען בערבי פסחים, אז עס דוכט זיך, אז דאס וואס אסתר המלכה האט געפאסט דריי טאג מעת לעת, בימים ההם בזמן הזה – פאר פסח כידוע, איז אפשר ממילא שוין נישט געווען קיין געהעריגע מאכל אין מויל צו נעמען פון יענע – נישט אין פסח גערעדט - געבעקסן..
ווייל אין די צייט ווען ס'שוין ערב פסח, האט שוין די פארטרוקענטע לעבל מזונות, יענס טעם, יענס פרישקייט.. ס'שוין דערגאנגען די אפעטיט פון די חמץ, וואס איז אמאל איידער זויער, שוין שימל.
ס'שוין קיין גרויסע ניסיון נישט, עס צו פארניכטן און פארווישן פונעם אויג און וויסן.
אבער די רבותא דא, איז אונזער שמחה של מצוה, וואס מיר זענען אזוי פארקאכט און דערהויבן אינעם יום טוב אטמאספער, אז ווען מיר זאגן אשר בחר בנו מכל עם, דו ליבע גאט ברוך הוא – האסט אונז אויסדערוועלט פון אלע פעלקער.
- און וואס טוט זיך מיט אונז? מיר האבן בלויז געהערט פון טאטע צו זון, אז דו האסט אונז אזויפיל חסדים געטון, און מיר טוהען דיר ליבע גאט פריש אויסוועלן און ממליך זיין אלץ אונזער איינציגער פודה ומציל מפרנס ועונה.
ווייל 'מיר' האבן בוחר געווען אין דיר!
אז איינער וויל עפעס שטארק, איז ווייל ער גלייכט עס, ווי שווער עס זאל עהם נאר אנקומען, וועט ער עס גלייכן, און נישט אנטלויפן דערפון ווי פארשטענדליך, ווייל 'ער' האט דאס אויסגעוועלט..
טאקע אתה בחרתנו, אבער אויך מיר בעטן דיר אצינד, יהי חסדך ה' עלינו כאשר יחלנו 'לך'.
דאן טוהען מיר זיך באהעפטן אינעם מידת הטוב פונעם כביכול, און מיר רופן אויס על כוס יין און א טאץ מצות, 'כל דצריך ייתי ויפסח..'
מיר זאלן עס נאר מיינען פאר א אמת, אז די טיר זאל זיך עפענען און עס זאלן אריינמארשירן געסט פון אלע סארטן און קאלירן.. וועלן מיר זיי מיט פרייד אויפנעמען און געבן כל דכפין וואס ער וויל נאר.
וועלן מיר זוכה זיין אויך, צו באקומען משפע בריכה עליונה וואס מיר גלוסטן און הונגערן אזוי, השתא הכא לשנה הבאה וועלן מיר שוין זיין בני גאולים.

מנשה לוסטיג » מאנטאג אפריל 6, 2015 10:39 pm

· #264449
זמן חירותינו? אזוי שטייט, אזוי הערט מען פון אלע דרשנים, און יעדע יודעלע מיט זיין פעקעלע גלות, ווען ס'קומט די זמן חירותינו, פראבירט מען זיך אריינלייגן אינעם הוטל פון א בן מלך, און איז ברוך השם זוכה טאקע מקבל צוזיין די הייליגע השפעות פונעם יו''ט.
אזוי גלייבן מיר באמונה שלימה.
היינט מיטאג.
ס'האט פאסירט און ס'האט עקספלאדירט!
איינער א באקאנטער, וואס כ'האב גארנישט געוואוסט אז ער איז א סינגל, האט מיר געגעבן אנצוהערן א בלו פרינט פון זיינע געפילן.
און ער פרעגט מיר.
דו האסט קיינמאל נישט דעם ווילדן מינוט, און דו טראכסט, איך שפיר זיך כעפרא דארעא, און ווילסט ארויפגיין אויפן פינפטן שטאק און מאכן א ירידה?..
כ'האב נישט געלאכט, איך האב געזען ווי זיינע אויגן גלאנצן פלוצלינג.. ער באפרייט א שנירל טרערן פונעם רעכטן אויג, גראד פונעם הויפט נערוו פון אלע הרגשים און מחשבות זיינע.
ניין, זאג איך עהם, איך האב שוין ב''ה איבערגעקומען די תקופה, און זיך געלערנט שלונגען דעם מצב, און זיך אליינס בארואיגן אז ס'קומט בעסערע צייטן, נישט אייביג איז טונקל.
איך שפיר ווי מיינע אויגן טרערן אויך..
איך וואונדער זיך, אוואו זענען מיינע געפילן פלוצלינג הארט געווארן ווי א שטיין? אה! ס'זענען נישט טרוקענע געפילן, ס'איז נאכאנאנדער ציפענישן אין הארצן, וואס בעטן שוין נישט קיין טרערן, אבער יעצט! יעצט שפיגל איך זיך קעגן מיר אין דעם זעלבן געפיל, און כ'הייב ווידער אן ניצן טרערן, ווען איך וועק זיך אויף פונעם וויסטעניש פונעם מציאות.

כלל ישראל איז בודק חמץ, און מ'זוכט צען ברעקעלעך וואס די בני בית האט באהאלטן..
דער סינגל האט נישט וואס צו אויפזוכן, ער זוכט שוין לאנג א מציאה און טאפט א וואנט, ער באהאלט אליינס די שטיקעלעך און קלייבט זיי נאכן ברכה צוזאמען..
ס'שטיל שא אין זיין איינזאמע דירה'לע, נישטא ווער זאל עהם העלפן אויפרוימען, ס'נישטא ווער זאל עהם אויפדרייען..
אלעס ליגט ווי א דומם – ווי א שטיין אין וואלד, אליינס, שטיל, פארגליווערט.
אויסער די שטילע אטעם פונעם וואנט זייגער, ערגעץ וואו אינעם דירה'לע, אויסער די שפין וואס ציט זיינע פעדעמער אין די ווינקלען פונעם שטימע דירה, אלץ צייכן אז דא באוועגן זיך נישט קיין סאך נבראים – בלויז איינס אליינס און קוים ווען.
כלל ישראל גרייט אן די סימני הקערה, און די היסב בעטל, און דאס און יענס.
דער סינגל דארף גארנישט, ס'פעלט עהם גארנישט, ער האט 'ליידער' נישט קיין זארגן, ער דארף ליידער נישט בארגן, ער האט פשוט נישט וואס צו טון מיט די ליידיגע צייט, וואס ציט די נערווען, יעדע לאנגע שבת נאכט, שבת נאכמיטאג, מוצאי שבת, און ערב שבת.
ער גרייט נישט אן פאר קיינעם, גארנישט, עהם איז גוט א שטיקל א פערטל, און א שאד דאס רוב פלעשל וואס ער טרונקט קוים דערפון.
ער האט נישט וועמען צו קויפן עפעס, וועמען צו געבן עפעס, מכבד זיין, מארח זיין, ער איז היינט א אורח ביי אנדערע הייזער, און א שאטן וואס דרייעט זיך ארום ווי א קליינע סמארט קאר, סעלפיש פארלאשן און פאר'קלאפט.
ער דארף גארנישט, ער טוט גארנישט, ער האט נישט קיין דאגה און קיין מאנגל אין צייט, און קיין מאנגל אין עסן, דאס עיקר פעלט, א שותף לחיים, א אויער מיט הארץ, א נשמה מיט פארזארג, ואיננו!
ביים שמועס קרעמל אין שטיבל, האבן אלע וואס צו פארציילן פון זייערע דורכפעלער און דערגרייכונגען ווי איינס, און טייל ווייסן צו זאגן מיט זיכערקייט, יענער? ס'קוקט מיר נישט אויס אז ער וויל נאך חתונה האבן..
קודם כל וועהלט ער זיך ווי משוגע, שנית, ער איז שוין אזוי לאנג אליינס, ער איז שוין זיכער מיואש, דריטענס, ס'איז עהם שוין גוט אזוי..
ער האט מיר אליינס געזאגט.. ער האט אליינס געלאכט ווען כ'האב עהם דאס געזאגט, ער איז פיין מסודר מיט זיין קארעלע מיט זיין דירה'לע מיט זיין ווייסעך וואס נאך אלע חתונה'געהאטע זענען מקנא די סינגלס ווי גרין זייערע גראז וואקסט אויף הייווען.
אויב זאל איך זאגן אויף דעם פריערדיגע שילדערונג, א ביטער געלעכטער, האב איך עס נישט פארטייטשט, עס איז א ביטערע ביטערע געוויין, א שטילע געוויין וואס איז פארשלייערט מיט גראבע ווענט און מויערן, אינעווייניג אינעם הארץ פונעם סינגל פליסט א קוואל פון ביטערע ביטערע טרערן.
דאס הארץ ווערט צושפרונגען..
בערל לעבט מיט זיין ווייב, גייט און קומט, יאנקל פארט עהם אריבער און געבט א פייף, און זיין ווייב זיצט אין פארענט און לאכט..
ביים טאטנס הויז, אלע ברודער און שוועגערינס, לאכן ארום, מ'שמועסט און מ'טענה'ט זיך, און ער שפירט זיך ווי א פינפטע רעדל, ווייל ער טאר נישט קוקן צו סאך אהין, ער טאר נישט רעדן צו סאך אהער, מ'וועט נאך זאגן אז ער טראכט אז ער טראכט אז ער טראכט..
אלעס גייט גע'פארט, און ער גייט ווי א רעדל אן א וואגן, אלע ווייזן א לעבן, און ער לעבט ווייל ער מוז ווייזן..
יעדער האט געוואלדיגע דברי חיזוק עהם צו זאגן, נישט נאר שבת, נישט נאר יום טוב, נאר יעדע מאל מ'טרעפט עהם.. ''דער אייבירשטער וועט דיר זיכער זיכער העלפן, איך זאג דיר צו...''
''איך האב דיר זייער זייער זייער שטארק אינזינען.. [ווען? ביים עסן?? אה, נאכן עסן מיטן טעלפאן ביכל אין האנט זוכנדיג א שידוך פאר מיר.. יא?
ניין, איך בין נישט קיין שדכן, איך האב גראדע גערעדט מיט איינעם 'אמאל'. ער זאגט אז ער וועט טראכטן..
נו ווען דען האסטו מיר אינזינען זייער זייער זייער שטארק..
ביים דאווענען, ביי הנותן לשכוי בינה, ביי גאל ישראל, ביי על הצדיקים.. אה! ביי והסר ממני יגון ואנחה, דו ווילסט מער נישט הערן מיין פראבלעם.. איך ווייס, דו ווילסט כ'זאל מיר שוין חתונה האבן און געענדיגט מיט דיין שווערע געפיל..
כ'זאל מיר שוין חתונה האבן איינמאל פאר אלעמאל.. און וואס טוסטו פארדעם? קלאפסט מיר אין פלייצע מיט דיין אמונה פשוטה.. מיט דיין צעקוועטשן מיין האנט פורים נאכמיטאג און יום כיפור פאר כל נדרי..
סך הכל ווילאנג האסטו אזוי שטארק שטארק געטראכט און געבעטן פאר מיר?
סך הכל ווי שטארק האסטו געבעטן.. ווי לאנג און ווי שטארק וואלסטו געבעטן ווען דיין אייגן קינד דארף א שידוך און ער איז שוין היבש ארויס פון ישיבה??
צו איך האב טענות אויף דיר? ניין! איך קען נישט האבן קיין טענות, דו קומסט מיר גארנישט, דו ביסט דאך נישט קיין שדכן זאגסטו.. וויפיל דו קענסט טון, טוסטו שוין.. אוודאי.
איי פארוואס איך קוק דיר אן מיט א זויערע מינע? זאל איך לאכן? ס'רייסט דאך מיר ביים קאפ און הארץ, איך בין שוין עלנד א היבשע פאר יאר.
אבער אז איך זאג, אז כ'וויל נישט קיין חיזוק, איך וויל נישט קיין אומגעבעטענע ברכות, קיין אומגעבעטענע תפילות און הזכרות, נאר פאקטישע מעשים, קוקסטו מיר אן ווי א מרה שחורה'ניק.
אז דו טוסט דאס בעסטע לשיטתך, און מער קענסטו נישט טון, ס'פשוט נישט מעגליך מער וויפיל דו טוסט, ביסטו פטור.
פטור פון טון אומגעבעטענע טובות אויך..
אז איך בעט דיר נישט קיין הזכרות, שפאציר אוועק פון מיר, און וויין מיר נישט אריין אין מיין ליידיגן שיסל.. ווייל דו פארשטייסט מיר נישט.
ווען דו וואלסט מיר פארשטאנען, וואלסטו נישט געזאגט אז דו האסט גענוג געטון!
כ'רעדט שוין נישט, אז ביסט מתפלל פאר מיר, אבער ס'דיר נישט איינגעפאלן מיר צו שיקן משלוח מנות, ס'דיר נישט איינגעפאלן מיר צו רופן פאר א סעודת שבת, מיר צו שיקן אמאל א געשמאקע נאכטמאל, מיר צו שענקן ידידות ווען איך וויל עס נישט ווען ''דו'' ווילסט..
שבועות ביים מילכיגן סעודה לעקסטו אייז קרים מיט דיין משפחה, איך לעק אראפ מיינע טרערן פון די נאסע באקן, ובמסתרים תבכה נפשי.
זומער מ'גייט מ'קומט מיט די משפחה און איך לעב ווי א בוים אין בעק-יארד, קיינער דארף מען נישט באזארגן מיט קיין שופר בלאזן מיט קיין מגילה לייענען, מיט קיין סוכה מיט קיין מצה מיט קיין אתרוג מיט קיין קידוש והבדלה.
יא אויפגעשטאנען, נישט געגאנגען שלאפן, יא דערלייגט נישט פארלוירן, רעדט צום וואנט!
אבער טאקע צו די וואנט!!
להדליק נר חנוכה, זאג שטיל זאג הויעך, מאך אויף מאך צו.. ווי מיין זאקן ווי מיין בעקיטשע..
הרחמן הוא יברך את.. עמ עמ.... אותי יא! ואת... עמ עמ... אישת...ניין, את עמ...אותנו ואת כל אשר לא לנו.. ו...כל עמך בית ישראל..
אוי! אוי! רייסן זיך ארויס קרעכצן פון דאס הארץ, פון דעם עלענדער איינזאמער הערצעלע, וואס נאר דער שומע כל פה, הערט זיי און וויינט מיט, מיטן צעבראכענעם סינגל, וואס כאפט נישט דעם אטעם פון פארשעמטקייט און יאוש.
אוי באשעפער זיסע, עד מתי!
ווי קען איך ליבע גאט זאגן זמן חירותינו, ווען איך בין פארבינדן דאס הארץ און די געפילן מיט שטעך דראטן.
זמן שמחתינו.. הלוואי, על הניסים ועל הפורקן אוי ווען? בערך ווען וועט דאס שוין זיין..
אפילו מיינע חברים זענען באשוואוירן אז שלום עלי נפשי, אז איך בין שוין גוט אזוי, און כ'בין שוין צעפליקט און צשטויסן פון לויפן צו אבשוי'ס און דייטס, אלץ צו הערן דעם פאגעשטעלטן ניין!!! ער איז נישט פאר מיר..
פארוואס שטיי איך אויף? פארווען לייג איך מיך אראפ? וויאזוי עפען איך א מויל און רצון אויף תפילה, אויף תורה אויף וחי בהם, אויף תכלית, אויף שמחה של מצוה, אויף געזונט, אויף אמונה אויף זיך אויפ'פירן נארמאל, ס'דען נאך דא דען א סיבה דערויף? האב נאך עפעס אנדערש אויפן עתיד?
דאך דאך זאגט יעדע איינציגע שבר כלי, איך גלייב איך גלייב אז אויב אלע האבן מיר שוין אפגזיגלט אלץ א פארגעסענער, אבער דו ליבע גאט האסט מיר נישט פארגעסן אפילו טאמער האב איך אין דיר פארגעסן.
און נאר דיין הילף, דיינע וועגן האבן א תכלית און א בערוף, אעשה לו עזר.. אין יענע רגע וואס עס וועט זיין די געטליכע רצון, ווען דער יושב ומזווג וועט שפאלטן דעם ים הגדול והנורא פון טרערן ימ'ן טרערן און הארץ עסענישן און אומעט, און ביום מן הימים זוכה זיין צום הפכת מספדי למחול.

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 19, 2015 7:11 pm

· #267522
ב''ה
אין א גאנץ הייסע פרילינג מארגן, איז דאס פארגעקומען..
ווען איך האב זיך געגרייט, מיט א לייכטע פיבער און דאפעלטע באווארעניש, איך זאל גארנישט פארגעסן, וואס איך דארף אלץ מיטנעמען מיט מיר, אהין.
איך דארף היינט וויכטיג ערלעדיגן, א נייע קאנטע אינעם דור ישרים אפיס, און פאר דעם פראצעדור, וועל איך מוזן האבן אין מיין טאשקע גרייט, אלע – אבער אלע, וויכטיגסטע דאקומענטן, וואס א בירגער בעולם הזה, ברויך צו האבן אין זיין באזיץ.
דאס פאספארט, געבורטס-שיין, סאשל-סעקיורעטי קארטל, און נאך וויכטיגע 'ארגינעלע דאקומענטן', וואס מ'דארף האלטן אין א מקום משומר, ווייל אן דעם איז מען 'אויס מענטש'..
הכלל, מיסטער שווארץ האט מיר אנגעזאגט קלאר, אז איך זאל זיין אין צייט גרייט, ווייל ער וועט מיר אויפנעמען גאנץ פריה, כדי מיר זאלן אנקומען אין צייט – און נישט פארפאסן דאס ערמערדזשענסי אפוינטמענט, וואס מיר האבן ערלעדיגט.
דאס איז פארגעקומען עטליכע יאר צוריק, ווען ס'האט זיך גע'האנדעלט פון א ערנסטע שידוך, און ס'איז א שאד אז די דאזיגע טעסט זאל אפהאלטן די זאך.
יא, איך האב ברוך השם זיך אריינגעזעצט אינעם טראק זיינע, און יא, איך האב ביי מיר געהאט אלעס וואס איז נויטיג, אפילו א בינטל איבריגע הונדערטערס, אויב אפשר מ'וועט דארפן צאלן מער, אדער וואס נאר מען ברויך, זאל עס נישט אפהאלטן.
און מיר האבן דערגרייכט אהין, און אפגעאטעמט פריי, ווען מיר ווארטן אויף אונזער רייהע, זיך צו לאזן אויסציען א פלעשעלע בלוט – פאר די טעסט געברויך, און איינגעבן די וויכטיגע פאפירן – וואס וועט זיכער מאכן ביום שמחה, אז זאכן זענען בסדר.
און נישט לאנג האט געדויערט, ווען מיר ערהאלטן דעם קאנווערט, דערינען דעם פארהעלטמעסיגע נומער מיינע, וואס איז די נומער פון מיין טעקע אין זייערע ארכיווען.
מיר פארן אהיים היבש צעפרידן, געלויבט דער פון אויבן, אז מיר האבן עס ערלעדיגט, און מיר זענען העכסט גרייט, מיט א ריזן שטאפל פאראויס, פאר פרייליכע מאמענטן.
ביז וואס ווען וואו, איז שוין נאכמיטאג, און ס'וועט נאך נעמען א רינדיגן שטונדע, די וועג אהיים פון שטאט, ביז מיין היים שטאט שיכון סקווירא.
בעפאר מיר פארן ארויף אויפן וואשינגטאן בריק, זאג איך שוין דעם דרייווער, אז ביים אנקומען, זאל ער מיר צופירן צו מיין הויז, כדי כ'זאל די וויכטיגע דאקומענטן און דעם קאנווערט, אוועקלייגן אין א מקום משומר, נאך פאר איך ווער באשעפטיגט מיט אנדערע זאכן.
און תוך כדי דיבור, כאפ איך א ציטער.
...און וואו זענען זיי טאקע מיינע דאקומענטן? אוי! איך האב עס נישט..
וואס גייט פאר מיט מיר? איך האב אויסגעטון מיין קאפעליטש, און אראפגעלייגט דעם גאנצן פעקל – דערינען אלע דאקומענטן, און..
ואיננו!!! געוואלד!
כ'בעט דיך דרייווער, שטעל אפ דעם טראק פארן בריק, איך מוז עס טרעפן יעצט, ווייל ליבי אומר לי... אז ס'ליגט נישטא.
איך טאפ אויס מיינע טאשן, פון קאפ ביז פוס, און בלויז עטליכע איינצעלנע דאלארן פארמאג איך אינעם בעק טאש.
איך הייב אן ווילד זוכן, אונטערן סיט, העכערן סיט, אין די פאדערשטע טייל פונעם טראק, אין די אונטערשטע טייל פונעם טראק, אינמיטן, אויבן אונטן... איננו!!! פארשוואונדן!
איך הייב אן שווער אטעמען, וואס טו איך דא?
און דער דרייווער זאגט מיר, געב א קוק, אדער האסטו עס פארגעסן אינעם אפיס דארט, אדער איז עס ארויסגעפאלן פונעם טראק, אבער אינעם טראק ליגט עס נישט, ריכטיג?
ריכטיג זאג איך, אבער וואס טו איך יעצט?
איך וועל קלונגען אינעם אפיס, און בעטן זיי זאלן אויך קוקן אויף די טרעפן, אין די עלעוועיטער דארט, און אויפן הויף ארום דארט, און אויב זיי וועלן עס נישט טרעפן, וועט מען דעמאלטס קלערן מער ערנסט, וויאזוי מ'קען איבערמאכן דעם פראצעדור, איבערמאכן דעם פאספארט, פארשאפן נייע סאשל סעקיורעטי קארטל.
- און די בינטל געלט?.. א כפרה.. אוי לאמיר כאפן דעם אטעם.
מיר פארן ווייטער.. און כ'בין באמת אובד עצות, די קאפ וויי וואס ווארט מיך יעצט פריש אפ, מאכט מיר שוין יעצט ווילדע הארץ קלאפענישן.
איך זאג דעם דרייווער, אז צו מיר אהיים האט שוין נישט קיין אורזאך צו פארן, ממילא, ווען ער קומט אן קיין סקווירא, זאל ער מיר בעסער אראפלייגן ביים בית המדרש, וועל איך כאפן א תהילים'ל, און קודם מתפלל זיין מיט א אמר ר' בנימין..
מיר בליצט אויף אין קאפ, אז היינט איז דאך פסח שני, די הילולא קדישא רבא פונעם תנא האלוקי 'רבי מאיר בעל הנס' זיין זכות זאל מיר העלפן יעצט.
און דער דרייווער פירט מיר צו, נעבן דעם שול ביים איינגאנג אויף טרומאן גאס.
איך שלעפ מיך אריין אין שול, אינגאנצן צעטומעלט, וואס טוה איך ווייטער?..
איך האלט עס נישט אויס.
איך שפרייז אריבער דעם שול ביזן אנדערן פאליש, און כ'זע דארט זיצט ר' ברוך פרידמאן – דער גבאי פונעם קופת מוסדות סקווירא ירושלים - צדקת רבי מאיר בעל הנס!
איך שלעפ ארויס די פאר סינגעל דאלערס - פון מיין הונטערשטע טאש, און איך זאג שנעל.
איך האב עפעס פארלוירן וויכטיג, איך געב דא אפאר דאלער, איך טראכט, אז די לעצטע דאלער, לייג איך יעצט אינעם פושקע פון רבי מאיר בעל הנס - וואס ליגט אויפן וואנט.
אומר ועושה, איך מאך צו די אויגן, און שעפשע א תפילה קצרה, 'אלקא דמאיר – דער גאט פון רבי מאיר בעל הנס, ענני – ענטפער מיר יעצט'..
און מיט הארץ און מח, שטופ איך אריין טיף טיף, דעם דאלער אינעם פושקע.
גענוי, וואו אין א סאדע מאשין! מלייגט אריין א דאלער, און עס פאלט ארויס א פלעשל..
- איך האב אריינגעשטופט דעם דאלער.. און איך שפיר א קלאפ אויפן רוקן.. דאס איז דיינס???
יא, דאס איז דיינס.. איך זע דא דיין בילד אינעם פאספארט..
ניין.. איך גלייב נישט וואס איך לעב מיט.. וואו גענוי האסטו עס געפונען?
איך האב פארקירט מיין קאר דעם זייט פונעם שול, און כ'עפען דעם טיר פונעם קאר, זע איך דעם פעקל אויפן ערד..
ס'קען דאך נישט זיין! שריי איך היסטעריש..
ביסטו זיכער האסט עס געפונעם דעם זייט פונעם שול? איך בין דאך אנגעקומען פון שטאט, די אנדערע זייט פונעם בנין..
איי איי אלקא דמאיר ענני.. שרייעט ארויס א געזאנג פון מיין הארץ.. אלקא דמאיר ענני – די סגולה וואס העלפט אלץ.
איך זעץ מיך אראפ, און מיין קאפ דרייעט זיך פון שטוינונג.
ווען איך הער ווי אין חלום, דעם געזאנג אין זאצן פון ר' משה גאלדמאן ע''ה.

א. לאמיר אייך דא ערקלערן, ווי אזוי קען דאס זיין?
ווען עס פליסן טייכן טרערן, פון צרות און פון פיין,
קענט איר באלד געהאלפן ווערן, עס איז דאך אן עצה פארהאן,
אפאר ווערטער לאזט איר נאר הערן, און געהאלפן זענט איר שוין דאן.

ב. די סגולה האבן מיר שוין פון יארן, איבער געגעבן אונז פון דור צו דור.
היט עס ביי דיר שטענדיג אין זכרון, די פאר ווערטער געדענקען דארפסטו נאר.
ווען דו ביסט חלילה אין א צרה, א מטבע אין די האנט נעם,
און דער הייליגער רבי מאיר פון די גמרא, ארויס נעמען וועט דיך פון דיין קלעם.
פזמון:
און זאג: אלקא דמאיר ענני, יעדער איינער קען נאר די אדרעס,
אלקא דמאיר ענני, אין זכות פון רבי מאיר בעל הנס. (2X)

ג. ווען דאס הארץ בענקט נאך אביסל פרייד, די ערשטע זאך וואס קומט אויפן געדאנק,
אפילו דער קאפ איז דיר פארדרייט, דו ווילסט שוין הערן א פרייליכן געזאנג.
אין די געהויבענע מינוטן, דעם באשעפער קיינמאל פארגעס.
געבן וועט ער דיר פון אלעם גוטן, אין זכות פון רבי מאיר בעל הנס.

ד. די סגולה האבן מיר שוין פון יארן, איבער געגעבן אונז פון דור צו דור.
היט עס ביי דיר שטענדיג אין זכרון, די פאר ווערטער געדענקען דארפסטו נאר.
ווען דו דאווענסט, און בעטסט פאר הצלחה, פאר דיר, דיין ברודער אדער פאר דיין פריינט,
אפילו ביי א שמחה אין די משפחה, האב גרייט א מטבע אין דיין האנט.
פזמון:
און זאג: אלקא דמאיר ענני, יעדער איינער קען נאר די אדרעס,
אלקא דמאיר ענני, אין זכות פון רבי מאיר בעל הנס.

און פון דעמאלטס און ווייטער, האב איך מיר איינגע'חזר'ט דעם מאמר קדוש פון ר' דוד'ל זלאטיפאלי זי''ע אינעם נאמען פונעם בעל שם הק'.
'פאר משיח וועט קומען, וועט נישט זיין קיין אנדערע עצה, געראטעוועט צו ווערן פון אלע צרות, נאר יעדן טאג זאל מען אריינלייגן א מטבע אינעם פושקע פון רבי מאיר בעל הנס, און בעטן פאר זיך און די בני בית.
און זייט דעמאלטס, פראביר איך יעדן טאג אריינלייגן א קוואדער – אינגאנצן איין קוואדער איז עס, און עס העלפט וואונדערליך.
גלייבט מיר טייערע יודען, איך בין שוין אריבערגעשוואומען זייער זייער אסאך, און אט דעם קוואדער אינעם פושקע יעדן אינדערפרי, יעדן ערב שבת און ערב יו''ט פאר די טעג וואס מ'קען נישט לייגן, און עס העלפט הייליג וואונדערליך.
עס העלפט אויף אמונה, אויף חיזוק, אויף גשמיות אויף רוחניות, אויף געזונט, אויף נחת, אויף שמירה, אויף הצלחה, אויף אלעס! ווייל וואס עס דארף זיין גוט, דאס ווערט, און טאמער איז בעסער נישט, ווערט עס בעסער נישט, און בזכותו זעט מען פארוואס נישט אויך!
אלקא דמאיר, טייטשט דער הייליגער מהרש''א, אז רבי מאיר האט אזוי געבעטן:
דער גאט וואס האט געמאכט לייכטן אין די צייטן פון די יוונים – בעניני רוחניות, ענני – ענטפער אונז אין די צייטן פון מלכות רומי האדומי – בעניני ברוחני וגשמי אויך.
און ער העלפט!

יין שרף » דינסטאג אפריל 21, 2015 10:21 am

· #268134
מעשה שהיה?


די טעסט איז געווען בהסכמת האדמו״ר שליט״א?