☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בר מצוה - קיץ תשעג

בר מצוה - קיץ תשעג

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4367
בלאט: 1 2

אביגדור » פרייטאג יולי 26, 2013 7:18 pm

· #136579
בר מצוה - קיץ תשעג
זעה דא איבער די שמחה.

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 26, 2013 7:33 pm

· #136582
מזל טוב.

איך בין נישט פון אנשי שלומינו, נישט קיין ידיד און אוודאי נישט קיין חסיד.
ע"כ בין איך געצווינגען צו שיקן מיין מזל טוב פאר'ן רב, פון קאווע שטיבל.

אביגדור » פרייטאג יולי 26, 2013 7:36 pm

· #136583
ברבים.

דעת תורה » מוצ"ש יולי 27, 2013 10:28 pm

· #136594
איך קען מיך נישט איינהאלטן, טראץ וואס דער אשכול איז נישט אין צימעס.

דו האסט אריין געלייגט אינעם קעפל די ווארט "מהרב"ץ"? אדער די גבאים האבן עס שפעטער צוגעלייגט?

לאליפאפ » מוצ"ש יולי 27, 2013 11:35 pm

· #136603
וויפיל אזייגער קומט עס פאר?

פרישער » מוצ"ש יולי 27, 2013 11:40 pm

· #136605
-

לאליפאפ » זונטאג יולי 28, 2013 12:29 am

· #136619
געב א שרייב צוויי דריי אפדעיטס דא פון די בר מצוה.
(איך וויל פשוט זען ווי דו ווערסט א ואת האלף...)

אביגדור » זונטאג יולי 28, 2013 3:01 am

· #136684
ראה בלינק המצורף..

לאליפאפ » זונטאג יולי 28, 2013 3:05 am

· #136685
😳 איימסארי! כ׳האב געמיינט צו פירן א נארמאלע דיסקאשן... כ׳האף אז איך בין נישט אינקלודעד

אבי גערעדט » זונטאג יולי 28, 2013 3:20 am

· #136688
פון טוויטער
📎 1374995880697.jpg

לאליפאפ » זונטאג יולי 28, 2013 3:29 am

· #136689
נאך עמיצן דאכט זיך אז ער זעהט איהם?

לעיקוואד » זונטאג יולי 28, 2013 6:10 am

· #136692
דער 'שטיבל' איז נישט עפעס אן אנאנימער ענטיטי וואס פירט זיך פון זיך אליינס, עס איז דער סך הכל פון אלע שרייבערס וואס שרייבען דא. אז דו וועסט אנטלויפען וועגן אפאר נארישע בהמי'שע תגובות (וואס איך זעה מ'האט שוין געמעקט דא) וועט גארנישט בעסער ווערן. אדרבה, שרייב דו באריכות שיינערהייט וואס דו האסט צו שרייבען, מאך זיך נישט וויסענדיג פון די מהרסים, און אזוי וועט דער שטיבל ווייטער בליען לשם ולתפארת כרצונך הטוב.

סאשי פיש » זונטאג יולי 28, 2013 2:19 pm

· #136743
א בילד פונעם רבי׳ן ביים בר מצווה
מיך זעט עס אויס ווי די בחור זאגט די פשעטעל
image.jpg

משולם שטיינפעלד » מאנטאג יולי 29, 2013 12:47 pm

· #137079
דעם באבובער רב'ס קינדער גייען נישט קיין קאלפיק נאכן בר מצוה?

בעל הבית » מאנטאג יולי 29, 2013 4:13 pm

· #137127
ניין, נאר ווען זיי ווערן א חתן, אזוי האט מיך איינער אמאל מגלה געווען

טעפל » דינסטאג יולי 30, 2013 7:05 am

· #137234
יעצט אז ס'איז שוין נישט דא די נארישע תגובות (כ'האב זיי קיינמאל נישט אנגעיאגט צו זעהן בכלל) קענסטו שרייבן נארמאל וועגן די בר מצוה..
דיסקלעימער: כ'האב גארנישט מיט באבוב נישט קיין איין זייט, חוץ פון דעם וואס איך פלעג דארט דאווענען אינדערוואכען און גיין צו טישען

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יולי 30, 2013 9:17 am

· #137241
איך בין אמאל (אפאר יאר צוריק) געווען ביים טיש און געזעהן דריי קינדער מיט קאלפיקעס, דריי חתנים?

בעל הבית » דינסטאג יולי 30, 2013 9:23 am

· #137243
יא איינס איז געווען די דיין'ס זיו אין די אנדרע איז געווען חזקי ליפשיץ,אין מאטי האלבערשטאם

קרעקער » דינסטאג יולי 30, 2013 10:45 am

· #137260
א קאלפיק איז נישט אזוי שיין

לעמיל » דינסטאג יולי 30, 2013 3:21 pm

· #137300
שיינע בילדער פון די בר מצוה, אינטערסאנט אז jdn האט נישט גארנישט פון די בר מצוה

matovu » דינסטאג יולי 30, 2013 3:27 pm

· #137301
לעמיל
שיינע בילדער פון די בר מצוה, אינטערסאנט אז jdn האט נישט גארנישט פון די בר מצוה


😮
I'm Shocked !

מ. גליקמאן » דינסטאג יולי 30, 2013 3:28 pm

· #137302
דער בעל הבית פון JDN איז א נעפיו פון ר' מרדכי דוד.
עס איז נאך אלץ אינטערסאנט?

לעמיל » דינסטאג יולי 30, 2013 3:36 pm

· #137304
מ. גליקמאן
דער בעל הבית פון JDN איז א נעפיו פון ר' מרדכי דוד.
עס איז נאך אלץ אינטערסאנט?

אהה יעצט מאכט עס סענטס
וועמענס זון איז ער?

מ. גליקמאן » דינסטאג יולי 30, 2013 3:39 pm

· #137305
ווייסעך נישט.

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יולי 30, 2013 4:57 pm

· #137318
וואסי פשט אז ער גייט א שטריימל ביים תפלין לייגן זונטאג בייטאג?

איחוד פעלד » דינסטאג יולי 30, 2013 5:46 pm

· #137327
זעהט אויס א באבאווער מנהג אפשר.

קען אויך זיין עס איז געוועהן א ברית.

לעמיל » מיטוואך יולי 31, 2013 1:45 pm

· #137483
זעיט אויס אז jdn האט זיך דערשראקען ווייל זיי האבען למעשה יא ארויף געלייגט בילדער פון די בר מצוה
<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/248719">http://www.jdn.co.il/news/248719</a>

לעמיל » מיטוואך יולי 31, 2013 1:46 pm

· #137484
יעצט באמערק איך אז זיי האבען נישט געלייגט קיין בילדער פון די עולם

סאשי פיש » מיטוואך יולי 31, 2013 1:48 pm

· #137485
דאס זענען די קאמענטס

מאת תוהה‏:
כ״ד באב תשע״ג בשעה 16:33
למה אין תמונה של הקהל??

מאת חסיד באבוב‏:
כ״ד באב תשע״ג בשעה 16:40
אולי לא היה קהל……

מאת דוד‏:
כ״ד באב תשע״ג בשעה 17:29
כל אירוע צריכים תמונה של הקהל?

שמו יגער » מיטוואך יולי 31, 2013 1:57 pm

· #137487
אבער אויף בחדרי איז יא דא תמונות פון די עולם....

שרייבער » מיטוואך יולי 31, 2013 2:20 pm

· #137496
דער וואס שטייט אונטער באבובער רבי מיט די קליינע בארדע, קוקט אויס ווי דער גבאי, מה שמו?

I'm back » מיטוואך יולי 31, 2013 2:35 pm

· #137497
עס שטייען דארט צוויי גבאים מיט קליינע בערד.

איין איז ר' מענדל ציטראנענבוים, און די צווייטער איז ר' חיים גאלדפינגער (משב'ק אצל מהרנ'צ מ'באבוב זי'ע)

שרייבער » מיטוואך יולי 31, 2013 2:49 pm

· #137501
דער וואס שטייט דא אונטער ער איד מיט די ווייסע בארד

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/136743">viewtopic.php?p=136743#p136743</a><!-- l -->

I'm back » מיטוואך יולי 31, 2013 2:52 pm

· #137502
איך בין נישט זיכער וועם די מיינסט.
אונטער ר' חיים יענקל טויבער שטייט ר' לייבוש לנדא. עם מיינסטו?

שרייבער » מיטוואך יולי 31, 2013 3:18 pm

· #137509
ר' חיים יענקל זיצט נעבן באבובער רבי?

בעל הבית » מיטוואך יולי 31, 2013 3:22 pm

· #137510
ער מיינט לכאורה ר אלעזר אלימלך באקאן

בעל הבית » מיטוואך יולי 31, 2013 3:23 pm

· #137511
ער מיינט לכאורה ר אלעזר אלימלך באקאן

שרייבער » מיטוואך יולי 31, 2013 8:21 pm

· #137601
בעל הבית
ער מיינט לכאורה ר אלעזר אלימלך באקאן

איז דאס טאקע באקאן מיט די קליינע בארד צווישן ר' בנציון און ר' חיים יעקב?, וואס איז זיין פאזיציע דארט? משב"ק?

אבי גערעדט » מיטוואך יולי 31, 2013 10:05 pm

· #137625
איך זעה דא עפעס אנדערש חוץ די בר מצוה, איך זעה דא א שיינע פראכטיגע בנין אין הארץ פון די קעטסקילס, און אגב האט מען אין זעלבן נאכט פון די גרויסע בר מצוה באנייט א הערליכע שוהל און תלמוד תורה און ברך משה קאנטרי.

רבותי אשר לעווין איז הייליג גערעכט, אין זיין עדיטאריעל און שטערן די חודש, אז די קעטסקילס שטייט גרייט אויפצונעמען דעם שטאטישן ציבור, מיט א גרייטע מעכטיגע מאלטי מיליאן דאלאר היימישע אינפראסטשראקטור, טא וואס ווארט מען?

בעל הבית » מיטוואך יולי 31, 2013 10:57 pm

· #137639
משה שמילאוויטש האלט טיף אין מיטען א פרויקט לשם ולתפארת אין די מאונטענס

ימי קדם » מיטוואך יולי 31, 2013 11:40 pm

· #137644
בעל הבית
ניין, נאר ווען זיי ווערן א חתן, אזוי האט מיך איינער אמאל מגלה געווען

זיי גייען טאקע נישט ביים בר מצוה, אבער זיי טוהן אהן פארן ווערן א חתןץ
די כללים זענען גאנץ קאמפליצירט, אבער בערך אזוי:
די עלטצטע קינד אין משפחה טוט אהן ביי די 16, דערנאך, ווען מען ווערט "נעקסט", אזוי אז עס קען זיין צוויי אין משפחה אויף איין מאל, א 'חתן' און דער וואס איז נאך אים.
חוץ מזה, פלעגט דער רב ז"ל קענען הייסן אנטוהן פאר אנדערע סיבות אויך, ווי א מתמיד וכדומה.
אלס חתן טוט מען אהן ווייסע זאקן, און א רעזשוואולקע.
שמעתי אז מהרב"ץ וויל אז זיינע אייניקליך זאלן יא גיין פון די בר מצוה.

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 12:29 am

· #137659
אפילו נישט קיין אייניקל, א מתמיד, האט ער געהייסן אנטוהן א קאלפיק.......?

בעל הבית » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 12:40 am

· #137662
איך פארשטיי נישט, ער זעט דען נישט ווי מען מיטשעט זיך צופארשטיין אזעלכע טיפע קאמפליצירטע ענינים. קען ער נישט קומען אביסיל קלאר מאכן?

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 9:34 am

· #137729
ער וועט מסתם קומען מארגן. ער זאגט אז ער האט נישט ליב צו זיין פאר'קאוועט' אינמיטן וואך. עס נעמט אוועק די קאפ פון זיין טאג טעגליכן לעבן.

טעפל » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 9:44 am

· #137731
בעל הבית
ער מיינט לכאורה ר אלעזר אלימלך באקאן

יא ס'איז איהם, איך געדענק איהם פון די באבובע שמחות, גאר א שיינע בעל מנגן..

מ גפני » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 10:03 am

· #137738
בעל הבית
משה שמילאוויטש האלט טיף אין מיטען א פרויקט לשם ולתפארת אין די מאונטענס

ווי ווייט איך ווייס איז זיין פרויעקט גאנץ ווייט פון די מאונטענס, ס'איז נענטער צו ק"י

בעל הבית » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 5:31 pm

· #137864
עס איז פונקט אינצווישען קרית יואל אין די מאנטענס

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 6:32 pm

· #137878
בעל הבית
עס איז פונקט אינצווישען קרית יואל אין די מאנטענס


די מיינסט אפשר סטעטן איילענד?

בעל הבית » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 9:12 pm

· #137906
ניין סטעדן עיילענד איז אן האלד ,קיינער דא איז נישט געווען גרייט צו צולייגן א אצבע אין מים קרים, די קאמיטע איז געווען שטארק אנטוישט

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 9:58 pm

· #137916
איך פערזענליך האלט נישט דערפון.
וויבאלד עס איז א באוואוינטע פלאץ איז נישט דא ווי זיך אויסצושפרייטן, ממילא וועלן די פרייזן ארויפפארן. ואכמ'ל
בלאט: 1 2