☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » עולם הפקר יבנה

עולם הפקר יבנה

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4359

פרישער » דאנערשטאג יולי 25, 2013 5:49 pm

· #136362
עולם הפקר יבנה
עולם הפקר יבנה

איך שטוין ווען איך קיק צו דו וועיג וויאזוי מענטשען אפערירן מיטן טעיגליכען הלוך ילך, אז איך האב געקלערט אז איך וועל שפיאנירן אויף אזעלכע לייט און איך וועל ריפארטן ווען איך זעי עפעס מאדנע.

איך זעי מענטשען וואס דרייען זיך ארים מיטן מיינינג אז זיי זענען בעל הבתים, זיי זענען נישט דו נידריגע קלאס, זיי קענען נישט עסן קיין טאנא סענדוויטש פין א גראסערי, זיי מיזען ארויסגיין עסן, ווען א זאמלער גייט ארים נאך געלט, מיז מען זיך ביי אים אפשטעלן אין בעיטן א גרעסערע נתינה, ער קויפט עליות און גרויסן, מיז עולה זיין מפטיר יונה, א אתרוג הדר, שתים שהן ארבע אין מיאמי, א הערליכע קאר, א ברייטערע היט, לערנט אפאר שעה אין טאג, וואכנאכט פין צוויי אלפים, קאנטענענטל חתונה, אויפרייסערישע שבת שבה ברכות, סך הכל איז ער א יוד א שיינער בעל בית, נאר איין פראבלעים איז דא, ער האט נישט קיין פעני א דורך צי לעיבן דעים טאג,

וואס איז פשט אז מענטשען לעיבען אויף אזא רעקלאסישן אופן, לעיבט אן קיין שום חשבון, וויזוי קען זיין, אז איינער וואס פארשטייט א שטיקל גמרא, איינער וואס איז א בר דעת און וועלטליכע ענינים, זאל נישט האבען די מינימאלע פארשטאנד אז מען קען נישט ספענדען ווען מען האט נישט, וואס איז אזוי שווער צי פארשטיין.

ווען איך בין געוועין אין ערשטע קלאס אין עינגליש, האט מיך מיין טיטשער אויסגעלערנט אז איינס ווען מען לייגט צי נאך איין ווערט צוויי, א פיטש פליט, תיקף דערנאך, צוויי ווען מען נעמט אוועק איינס איז איינס, נעם אוועק נאך איינס בלייבט איבער זערא, אין אויב וויל מען אוועק נעמען נאך איינס, קען מען מער נישט, ווייל וויזוי קען מין אוועק נעמען עפעס פין גארנישט, פארוואס ברויכען מיר דאס וויסען פרעיגט א אויבער חכם, מער א רעביש קינד, ער האלט נישט פין עינגליש, זאגט עים דער טיטשער, איך וויל וויסען וויפיל ציינער איך האב היינט פארלוירן, אויב איינער וועט מיך פרעיגען וויפיל זאל איך גלייך וויסען, איבעית אימא, סיז זייער וויכטיג צי וויסען ווען מען האט איין דאלער אז מען קען נישט אויסגעיבען מער וויפיל מען האט, אין אויב ברויך מען דעים דאלאר פאר פרישטאג, קען מען עס נישט אריין לייגען אין א פישקע, ווייל אויב יא האט מען מער נישט אויף פרישטאג.

אמת'דיג בתמיה, ביזט זיכער וואס די זאגסט, וויזוי קען אזא זאך זיין הייבען זיך אן די פראגעס, עס שטייט דאך קלאר אין א ספר, אויך איז עס איין געקריצט אינעם פישקע, אז ויתן ויחזור ויתן ווייל ונתנו גייט דאך אהין אין ציריק, און אויב מען געט פאר צדקה, קריגט מען ציריק מינימאם דאפעלט, עס איז זיכער אז מען טאר נישט מאכען קיין חשבונות ווען מען גיט צדקה, דו ביזט מיר זייער אויפגעקלערט, די ביזט נחמץ, אזא גערעדאכץ, איך ברויך דאך חתנה מאכען מיין אכצענטע קינד, ווי איז יודיש הארץ, אלעס איז אמת אבער פראביר אויס וועסטו זעין אז קיין פרישטאג וועט נישט זיין.

יא יא דאס איז אלעס פאר דער גראסערי מאן האט געזעין אז סיז צרות קיינער קויפט נישט, איז מען אויפגעקימען אויף א געניאלען איינפאל, מען גייט זיך שיסען אינעם געדעירם, מען וועט מתקן זיין א ביך, מען וועט אויפשרייבען, וואס איז די גרויסע זאך, ער האט דאך אויסגעגעיבן אלעס אין צדקה, בין איך דאך א מסייע לדבר מצוה, בין איך דאך א שותף אין מעשים טובים, וואס וועט זיין ער ברויך דאך נאר אויסווארטן ביז דער אויבישטער שיקט אים אפ וואס סעקימט אים, קען מען דען דעים גרויסען באשעפער דען נישט טראסטען, המבלי אין, היד השם תקצוץ, מען טרעפט כלערליי פסוקים, און דער ביך וואקסט ער שרייבט אין ביך נאך א הינדערטער, אין איין מאל מען איז אין די רויט וואס איז א חיליק מיט וויפיל, מען נעמט זיך צי פלעסטיק, עס הייבט זיך אן פרישע צדקות אויפן קארטעל, יעדען חודש נאר אכצען דולר, די זאמלער גייען ארים מיט אזעלכע מאשינקעס וואס מען קען אראפלאדענען פין א קארטעל בראייה בעלמא, אפילו ווען מען איז אין בור, קען מען סוויפן ס'קארטעל, ווייל די מאשין איז וואטער פראף.

פארוואס קען מען נישט פארשטיין אז אויב מען באצאלט נישט קיין באנק, נעמען זיי זיך צי די ביינער, און זיי זענען נוקם ונוטר, אה ביזט א נער וואס פארשטייסטו, איך האב א נעפיו וואס מאכט שארט סעילס בוכאשעם זייער מצליח, ער העט קער נעמען, אוי העט מען ציפיקסען די באנק, דעי רשעים אנטעסעמיטן, מעט זיי צייגען ווער סיז באלעבאס, אבער פארוואס קויפסטו א זימער הייזקע, מיט א מארגידש, פארוואס אינטערסירסט דו דיך אין א וואן פוינט צוויי הויז ווען דו האסט פיי סאמעך, אין קיין פינף צענט אין קעשענע, וואס איז דעמאלץ אין דיין מוח, וואס הייסט דאס מעט שוין עפעס מאכען, סעט שוין זיין גיט, כעל נעמען א שותף, אריין נעמען א אינוועסטער, נעמען א פרייוועט לאון,

זה הכלל א מענטש ברויך וויסען ווי ער שטייט אויפן כדיר הארץ, וויפיל געלט איז דא אין טאש, מיינט נישט אז אויב האט ער הינדערט טאלער אין טאש האט ער הינדערט אויס צי געיבען לכל מה שחומד, ער ברויך וויסען אז ער האט א שליחות צי גיין אין בוטשער דערמיט אדער באצאלען א חוב אין גראסערי, עס קען יעצט אינטער קימען די גרעסטע מציאה, די גרעסטע מצוה, אבער דעיס געלט איז נישט זיינס, חזקה שליח עושה שלחיתו, א מענטש מעיג געיבן צדקה אין מיז געיבען, אבער ער ברויך וויסען פאר ער גייט אין שיל וויפיל געלט ער האט היינט אוועילעבעל, אויב איז דא ציפיל צוועקן, מיז מען געיבען יעדען איינעם אביסעל ווייניגער, אדער ווייזען דעים אין לי צייכען וואס זעיט אויס ווי ווייפערס אין א רעיגן, מען ברויך וויסען אז מען טאר נישט גאנווענען, ווער ווייסט דען נישט שטייט דאך לא תגנובי לא תכחשו ולא תשקרו איש בעמיתו, אה היינט גנב'עט מען מער נישט במחתרת, היינט רויבט מען פון א קארטעל, מען קראכט א טשעק, מען שארט סעילט, היינט ניצט מען אנדערע מעטאדען, אבער מען ברויך וויסען אז מען טאר עס נישט טיען.

מען ברויך וואוינען אין א דירה מען זיכט ארים מען מעיג דאך, מען טראגט עפעס אן, וואס זאל איך טיען, סייסט מען ברויך אריין טאנצען, דער בורא כל עולמים וועט נישט לאזן פאלען, כאב דאך געזאגט גאט פון אברהם, וואס פארא מין גערעדאכץ איז דאס, מען דארף אריין טאנצען, די האסט א חשבון פין ווי דו גייסט עס באצאלען, עפעס א חשבון וואס מאכט שכל, עפעס וואס יעדער קען פארשטיין, אדער היות עס קימט חנוכה, פלאנסטו צו זעקלען ביי א קארטען שפיל, ווייל די האסט א חוש צו פאהקער, מען וועט בארגען הינדערט אלפים, אין דער אייבישטער וועט העלפען, ווי קען מען זיין אזא חיה, און נישט פארשטיין אז אויב באצאלט מען זעצט אן א חוב איז מען א אכזר, און א גנב, א חוב מיז מען באצאלען, אקעי וועט ער ווארטן אביסעל לעינגער, דאס איז אסור צי טיען, עס איז דא פלענטי וועיגען אין אפערטוניטיס צי זיין א נארמאלער מאן, אנהייבען א לעיבען ציוויל, אבער מיר זענען נישט זוכה אפילו צי פארשטיין וואס מיינט גראד, אין וואס מיינט קרים,

משה געציל » דאנערשטאג יולי 25, 2013 6:55 pm

· #136381
👍
געליינט אין איין שאס קשיות, תרוצים, סטעיטמענטס, פירכות, ווי דער בעל קורא און מיין מנין היינט וואס האט געליינט אן קיין טראפן (חוץ ביי לדעעעתת און ויעעענננךךךך....)
עני יאניט עוועילעביל?

איך אויך » דאנערשטאג יולי 25, 2013 7:14 pm

· #136386
איכה? פרישער האט אויפגעהערט מיט די חכמות ער שרייבט שוין 'נארמאל' און עס איז צום באלעקן די אויגן.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 25, 2013 7:24 pm

· #136391
פרישער
ווייזען דעים אין לי צייכען וואס זעיט אויס ווי ווייפערס אין א רעיגן

😂 😂 😂 😂 😂
די פרישע, געניאלע, אומנאטורליכע, אויסדרוקן, הגדרות, און הגזמות איז עפעס על מנת להשתגע........

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:21 pm

· #136416
א פראגע צו הער פרישער שליט"א
חא ציגעלייגט קאפ אין אדערכגעטיען דיין פרישן מאמר האחאכעם. כ'מיין כ'אב אללעס פארשטאנען. נאר איין שטיקל איז געבליבן שווער. וואס מיינט דער פסוק מיט'ן ווארט "שתים שהן ארבע אין מיאמי". טאטע לעיבן יאדעך געפרעיגט א פאר קאשעס, זיי מויח'ל און ענטפער מיר א טערעץ. שקויעך.
אני הקטן בערל באלאגאלע (ובזמן קריב(. 😂

פרישער » דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:50 pm

· #136423
איך האב געניצט דו מליצה מחמת שני טעמים איינס פשטות אז דער בעל בית גייט אויף צוויי וואכען קיין מיאמי פין דינסטאג ביז דינסטאג, ובזה ציכאנעט ער פיר וואכען, צווייטענס, אז ווען מיר לערנען דו גמרא מסכת שבת שתים שהן ארבע, פשיט ב"ה ידו לחוץ ונטל עני מתכו ווערט מען אינגאנצען ציטאמעלט ווער איז דער עני ווער איז דער בעל הבית אינעווענדיג, אינדערויסען, משום הא האב איך געפינען פאסיג די מליצה,

אביגדור » דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:43 pm

· #136432
מגוחך.

נולד מאוחר » פרייטאג יולי 26, 2013 12:49 am

· #136467
פרישער, סאיז נישט אוועקצימאכן די טאלנט פון לעבן אויף וואס מ'האט נישט.
כהאב שוין פראביערט סאיז מיר נישט געלונגען. מ'ברויך דאס קענען, ס'דא וואס זענען מומחים דעראין

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 26, 2013 7:16 pm

· #136578
פרישער
איך האב געניצט דו מליצה מחמת שני טעמים איינס פשטות אז דער בעל בית גייט אויף צוויי וואכען קיין מיאמי פין דינסטאג ביז דינסטאג, ובזה ציכאנעט ער פיר וואכען, צווייטענס, אז ווען מיר לערנען דו גמרא מסכת שבת שתים שהן ארבע, פשיט ב"ה ידו לחוץ ונטל עני מתכו ווערט מען אינגאנצען ציטאמעלט ווער איז דער עני ווער איז דער בעל הבית אינעווענדיג, אינדערויסען, משום הא האב איך געפינען פאסיג די מליצה,

שקויעך פאר מאזבער (מסביר) זאן אזוי גוט און קלאר. ברוך החונן לאדם דעת. ס'איז מיר יעצט בייגעפאללן, אז ס'וואלט עפשער קעדאיי געוועין אז הרב פרישער שליט"א זאל ארויסגעיבן משניות און געמארעס אויף פרידיש. כעין הוצאת עוז והדר. 😂

אביגדור » פרייטאג יולי 26, 2013 7:27 pm

· #136580
ואידך זיל גמור...

אביגדור » זונטאג יולי 28, 2013 2:05 pm

· #136736
חינוך...

פרישער » זונטאג יולי 28, 2013 2:26 pm

· #136747
איך האב געהאט דו זעלבע מעשה מיט דו גיבבערס קאלעקטארס, דא אין מיין קאנטרי זענען אפיר געקראצט געווארן די גאר פיפיגע פין זיי, אין ניין האט נישט געהאלפען, ניין עקזעסטירט נישט באזיי, ווי א שטרעינגער אנזאג, נאר היות איך דא געהאט ציטיען מיט ניין אין ניינציג אנדערע קאלעקטארס פין פארשידענע קרייזען און פארשידענע וויכטיגע צוועקן, איינער וואס האט געטיילט זונות אזוי ווי א שמש ערב יום הקדוש, ווי עס וואלט געוועין א מצוה צו עסן, על כן האב איך נישט אינאכט גענימען דאס ספעציעל פיפיקייט פין די וויזניצע.

סאשי פיש » זונטאג יולי 28, 2013 2:31 pm

· #136749
פרישער
, איינער וואס האט געטיילט זונות אזוי ווי א שמש ערב יום הקדוש, .
🙄 🙄 🙄 🙄

לאליפאפ » זונטאג יולי 28, 2013 5:11 pm

· #136802
סאשי פיש
פרישער
, איינער וואס האט געטיילט זונות אזוי ווי א שמש ערב יום הקדוש, .
🙄 🙄 🙄 🙄

😂 😂 😂 😂

Big Boy » מאנטאג יולי 29, 2013 9:27 pm

· #137179
It’s an interesting phenomenon. When it comes to having as many kids as possible, everyone says “men darf huben bituchen”. When it comes to ganv'e from the government, from goyim or even from fellow yiden, then it’s “vus ken men tien, men darf deken dem budget”. The bituchen is only here when it’s convenient.

שמו יגער » מאנטאג יולי 29, 2013 10:08 pm

· #137186
ביזט גערעכט 100% אבער ווען עס רעדט זיך פון יונגע בחורימלי׳ך וואס האבן אין זייער לעבן נאכנישט געארבייט פאר א דאלאר זיי האבן נאכנישט געהאט hands on ווי מען רופט עס בסך הכל האט מען אים געשיקט "גיי שנאר" איז ביי אים עניטינג צו מאכן א דאלאר אזוי ווי א שטיקל פאן אין דזאוק בתורת מצוה איז קען זיין ער האט באקומען א גוטע חינוך נאר דאס באגרייפט ער נישט

סאשי פיש » מאנטאג יולי 29, 2013 10:54 pm

· #137190

שמו יגער » דינסטאג יולי 30, 2013 10:04 am

· #137248
סאשי פיש
אני מאמין
לעצטע וואך, האב איך געדאווענט אין א בית מדרש אין די קעטסקילס בערג, און צוויי וויזניץ'ער יוגעלייטלעך זענען געגאנגען נאך געלט מיט א ראפפעל.

ווער איז מחנך די חברהלייט?

@שמו יגער

ביסט גערעכט! אבער מיין פאוינט איז אז קיין איין ישיבה גדולה וקטנה אדער א כולל (לפי ידיעתי אדרבה פליז פראוו מי ראנג) ברענגן עני רעדנער רעדן וועגן פינאנץ ווי אזוי צו פירן א בודזעט, אדער אוועקלייגען א דאלאר וכדומה זאל עס זיין א אקאונטענט אדער איינער וואס זיצט ביי דין תורה׳ס וואס זעט פראבלעמען אין עדיוקעיטון די יונגווארג וואס זענען נישט באהאוונט אפשר קען דאס זיין א שטיקל רפואה פאר דעם עולם הפקר סטייל..

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 30, 2013 10:11 am

· #137249
אזוי גייט עס: מ'ספענט ביי די צוואנציג, מ'בארגט ביי די דרייסיג, די טיי אווענט איז ביי די פערציג, און מ'שטארבט ביי די פופציג.

היסטאריקער » דינסטאג יולי 30, 2013 1:08 pm

· #137276
[quote ביסט גערעכט! אבער מיין פאוינט איז אז קיין איין ישיבה גדולה וקטנה אדער א כולל (לפי ידיעתי אדרבה פליז פראוו מי ראנג)[/quote]

אין קר״י ישיבה האט מען גערופן הנגיד ר׳ יואל ???? שווארץ דעם ווינטער רעדן צו די בחורים וועגן די נושא

שמו יגער » דינסטאג יולי 30, 2013 1:54 pm

· #137281
ווערי נייס!! הלוואי אויף אלע אנדערע מוסדות

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 30, 2013 9:07 pm

· #137343
עס איז כדי צוהערן אויף 710am צווישן 2-4 נאכמיטאג דעוו רעמסי, א וועלט מומחה אין פיינענציס. ער מאכט איבער די קאפ אין פיינענצעס סיי מיטן חודשליכען בודזשעט סיי מיט אינוועסמינט וכו. ער נעמט טעלפאן קאלס וואס זענען טייל מאל זייער אינטערעסאנט.

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 30, 2013 9:23 pm

· #137352
רויטע וואנצעס
עס איז כדי צוהערן אויף 710am צווישן 2-4 נאכמיטאג דעוו רעמסי, א וועלט מומחה אין פיינענציס. ער מאכט איבער די קאפ אין פיינענצעס סיי מיטן חודשליכען בודזשעט סיי מיט אינוועסמינט וכו. ער נעמט טעלפאן קאלס וואס זענען טייל מאל זייער אינטערעסאנט.

איין זאך באדערט מיך איבער זיין שאו: וועןו ער דאנקט און לויבט זיין יאשקע. און ווען ער פראוועט גוי'אישע עניוות. 🙄 😳

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 30, 2013 9:26 pm

· #137354
ריק עדעלמאן, זיין גרעסטע קאמפעטישאן איז א איד. איך ווייס ער איז אויף 770 זונטאג. א גאנצע וואך קען מען עם אויך ערגעץ הערן. זיי האבן א גרויסע מחלוקה אין דעם ענין פון בארגן.

פרישער » דינסטאג יולי 30, 2013 11:55 pm

· #137383
איך גלייך זייער דעים רייס דעלמען ער האט זייער ארויס א זאך, און איז שטארק קאנזערוועטיוו,

איך האב אמאל געהערט א פשט אינעם מאמר לוה רשע ולא ישלם, דו פראגע איז א פשוטע פארוואס איז ער שוין בא'טיטל'ט מיטן נאמען רשע ביים בארגען, ער האט דאך נאכנישט נישט באצאלט, ווער זאגט אז ער איז נישט קיין באצאלער.

נאר וואס דען, ווען איינער בארגט געלט מיז ער האבען א גענויען חשבון פון ווי ער גייט באצאלען, דאס הייסט אז ווען ער נעמט ארויס א הלוואה סיי וואס א סארט, מיז ער שוין פארדינען דאס געלט אין וויסען אויב ער האט געניג פארדינס צו באצאלען דעים חוב, ער קען נישט גיין בארגען קיין געלט אויב איז זיין חשבון צי באצאלען פין געלט וואס ער גייט מרוויח זיין פון די הלוואה, ממילא דער רשע איז געגאנגען נעמען א הלוואה מיט א חשבון אז ער גייט עפענען למשל א ביזנעס אדער איינשטעקן א דיעל, הלו זה בשם רשע יכונה, ווייל וואס וועט זיין אויב דער דיעל גייט הכנות, וועסט דאך פארשמירן דעים מלוה, אין לך גונב דעת ורשע יותר מזו, דאס איז פשט אין פסוק לוה רשע ולא ישלם.

שוין געלערנט אויך ברוך השם

דעת תורה » מיטוואך יולי 31, 2013 12:04 am

· #137384
די פשט שטייט שוין אין די גמרא מיין איך. אז איינער וואס בארגט אן א חשבון פון וואנעט צו אפצאלן איז א רשע. נאר דער קנייטש אז עס מוז זיין פארזיכערטע געלט, נישט געלט פון א דיעל וואס קען גיין הכנות... דאס שטייט שוין נישט דארט. קען זיין אין די מפרשים שטייט עס יא.

George » מיטוואך יולי 31, 2013 2:29 am

· #137402
ווי איז דער מקור פאר דעם פשט אז מ'איז שוין א רשע ביים בארגען פארן נישט האבן א חשבון צו באצאלען?

פשוט פשט איז, אז דער רשע בארגט און באצאלט נישט. ס'הייסט די גמרא דערציילט א מציאות, אזוי ווי למשל א בחינה פון איזה שוטה המאבד מה שנותנים לו.

תורות אין א זייט געלייגט, דער פראבלעם איז איינגעגעסן אין די היינטיגע סאסייעטי -אויך ביי גוים - און איספעשעלי ביי יודען- מ'לעבט אהן א חשבון, געלט גייט, געלט קומט, מ'האט אן אלף'ל, אה שוין לאנג געווען וואקאציע, איי אין וואך דארפסט עס האבן פאר רענט? מעט שוין זעהן. קומט נאך א וואך נישטא פאר רענט, בארגט מען ווייל סוף וואך קומט דאך אריין א פרישער טשעק, איי ס'קומט שכר לימוד? שוין שולדיג אין גראסערי? בארגט מען, און די באן פארט ווייטער. נאך א שטיק צייט דער איז נאו וועי בעק.

איחוד פעלד » מיטוואך יולי 31, 2013 9:31 am

· #137412
אני הקטן בין לגמרי מחולק מיט דער תורה אז מען טאר נישט בארגען אויף א דיל און א אינוועסטמענט.

פרישער » מיטוואך יולי 31, 2013 9:57 am

· #137416
עס דערמאנט זיך מיר א עובדה וואס איז פארלאפן מיט יארן ציריק, איך בין געוועין אין א אפיס צי ריסערטעפייען דעי שטאטישע זאכען, אין זיי מסביר זיין זיי זאלען מיר געיבן זיבן זאכען, מיר זענען געוועין דארט עטליכע אינגעלייט און שיין פארברעינגט דו צייט.

פליצלינג באווייזט זיך א אינגערמאן רינדע מיטעלע יארן, און נעמט דאס ווארט און זאגט, טייערע אינגעלייט הערץ וואס איך גיי ענק דא זאגען, שמעו נא דברי, הטה אזניך לאמרי פי,
מיר לעיבען היינט און א דור פון א שרעקליכע אכזריות, קיינער האט נישט רחמנות אויב באצאלט מען נישט אין בוטשער באקימט מען נישט קיין פלייש, דו זעלבע גייט און גראסעריי, פיש סטאר, שכר לימוד, און דירה געלט, און חתונה מאכען, איך בעיט באנעינק ביטע זעיט אוועק צילייגען כאטש צוויי מאות א וואך רייט אוועי פאר הכנסות כלה, ווייל בערך אזויפיל ברויך מען פער חודש קינד און מיר האבען דאך כאטשיג אכט קעניינע הרע, אויב האט איר נישט אוועק צי לייגען אזויפיל, בעיט איך עינק בכל לשון של בקשה, איר זאלט שוין אנהייבען גיין נאך געלט צאמשטעלן די מינדער וויכטיגע סומע, ווייל עס איז בכלל נישט שווער צי קלייבען צוויי הונדערט דולר, ווי איידער קלייבען זיבעציג טויזענט דולר אויף א מאל איז כמעט נישט שייך, אלזא שוין מהיום והלאה מאכען זיכער אריין לייגען צוויי מאות אין א קאסע לצורך החתונה, פון דעים טאג וואס ס'קינד האט באטראטן דעים עולם.

קיינער וועט נישט רחמנות האבען אויף אייך נישט דער אינוויטעישן סטאר, פערניטשער סטאר דרייגוד וכו'. אז איר וועט זיך אזוי פירן וועט אייך זיין לייכט חתונה מאכען בשעה טובה ומצלחת בדרך כבוד, איך מיז באטאנען אז זיין דרשה האט מיך שטארק צינימען, כאטש עס איז שוין פארלאפען אסאך יארן פין דו עובדה.

בן תמליון » מיטוואך יולי 31, 2013 10:40 am

· #137421
געוואלדיק פרישער. אפשר טאקע וואלט געווען א גוטער געדאנק וואס איינער האט פארגעשלאגן אין אנדערן אשכול א ספעציעל פלאץ דא איבער פינאנץ ווי ווער עס ווייסט זאל לערנען דעם עולם אביסל איבער סעווינגס און אינוועסטמענטס.

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 31, 2013 11:25 am

· #137432
א שאלה צו הרב פרישער שליט"א
נו. האסט געטון לויט די עייצעה פונ'ם מיטל יעיריגן אינגערמאן וועלכער איז אריינגעקומען אין פ.ס.אפפיס?

בן תמליון » מיטוואך יולי 31, 2013 11:41 am

· #137438
רעב פרישער די נומערן שטימען עפעס נישט. צוויי מאות א וואך קומט אויס צו 10 אלפים א יאר וואס פון געבורט ביזן חתונה איז כמעט צוויי מאות אלפים מיט וואס איר קענט חתונה מאכן אין עטרת אברהם און נאך אפשר אראפלייגן א דאון פעימענט פאר א דירה. אפשר האט ער געזאגט צוויי מאות א חודש. אגב אז מען לייגט אריין די צווי מאות אין א אינטרעסט פאנד וואס גיבט אייך 5 פראצענט למשל, דאפלט איר אייער געלט אין צען יאר אן גארנישט טאן.

פרישער » מיטוואך יולי 31, 2013 12:03 pm

· #137447
גערעכט אבער יא געט די איידיע

מיר האבען בערך פינף ביז אכט קינדער צוויי הינדערט פער חודש, פער קינד, ני איידער מען דרייט זיך אויס איז שוין מער ווי צוויי מאות א וואך, דעריבער הייב אן גראד מיט צוויי מאות א וואך

שמו יגער » מיטוואך יולי 31, 2013 12:10 pm

· #137451
berlbalaguleh
רויטע וואנצעס
עס איז כדי צוהערן אויף 710am צווישן 2-4 נאכמיטאג דעוו רעמסי, א וועלט מומחה אין פיינענציס. ער מאכט איבער די קאפ אין פיינענצעס סיי מיטן חודשליכען בודזשעט סיי מיט אינוועסמינט וכו. ער נעמט טעלפאן קאלס וואס זענען טייל מאל זייער אינטערעסאנט.

איין זאך באדערט מיך איבער זיין שאו: וועןו ער דאנקט און לויבט זיין יאשקע. און ווען ער פראוועט גוי'אישע עניוות. 🙄 😳

זיין שאו איז גוט אבער זיינע שיעורים זענען בעסער. ער האט א סעריע פון 13 שיעורים וואס ער לערנט פאר ארום די יונייטיד סטעיטס ער רופט עס the financial peace university עס זענען 13 cd's וואו יעדע cd איז נאך א נושא. אנגעהויבן ביי זיין שיטה פון די בעיבי סטעפס פון זיין אוועקגעשטעלט פינאנציעל, דערנאך שמועסט ער איבער אלע מיני נושאים פון finance באדזוטינג,סעיווינג,אינוועסטירן,ארויסדרייען פון חובות,לייף אינשורנס(דרך אגב האלט ער נאר פון טורם נישט פון האול לייף סארי פאר אלע agents דא.... )מארטגודזעס ועוד ועוד. יעצט, ער רעדט זייער גוט אין אינטרעסאנט ער האלט די עולם געשפאנט ווייל אסאך מאל זאגט ער נאר האלבע זאצן אין דער עולם דארף מיטזאגען (אזוי ווי די רבי אין חדר...) ווי אויך איז ער א גלויביגע אבער ער ברענגט עס נישט אריין אלעמאל חוץ ביי די לעצטע ד.ה. די 13טע שיעור רעדט ער פון געבן להבדיל צדקה בתורת יאשקע וואס מיר ווייסן אליין פון דעם אן אים....שמעו ותחי מאודיכם....

רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 31, 2013 1:53 pm

· #137486
די גאנצע ענין פון בוזשעטן איז א גרויסע joke ביי רוב היימישיע יונגעלייט. טייל האבן א תירוץ של שטות פון בטחון. אנדערע זאגן אז זי איז שולדיג. און אנדערע געבן דיר סתם א ברייטע שמייכעל של ביטול.

ווען יונגעלייט וואלטן פארשטאנען גלייך נאך די חתונה וועגן סעווינגס, לייף אינשורענס (והבלאף שבו) קרעדיט, טעקסעס, סטאקס, IRA, 401k u וכו וואלט מען אונז נישט אזוי קראנק געמאכט יעדן טאג מיט.. העלפסט ראטעווען די שיף זינקט איין... ער האט נעבעך 12 קינדער בלא בלא בלא, ווייל ער וואלט קיינמאל נישט געזינקען ווען ער ווייסט ווען ווי אזוי צו שווימען.

אויס מענטש » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 10:27 am

· #137740
זייער שיין הרב פרידיש
איז דא אן עפפ פאר פרידיש קיבאורד עס איז געוואלדיג
מיר זעהט עס אויס ווי די רעדסט, און עס טייפט זיך אליינס, דער נוסח און ברען און די מליצות גיסן זיך, און דער וואויס כאפער ארבעט זיך איבער, ויצא המאמר הזה.
לעצם הענין האלט איך אינמיטן צוויי הלוואות פון עטליכע חבירים און איך האב יעצט עפלייט פאר צוויי נייע קערדיט קארדס במילא פלי איך די פיפט עד יעבור זעם.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 12:53 pm

· #137781
דו זאלסט אונז ביטע האלטן אינפארמירט איבער דעם חלק פון צוריקצאלן, וויאזוי ס'גייט. 😐 ❗