☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » 'מענטשליכע העפליכקייט' איז נאך געזונט און מונטער

'מענטשליכע העפליכקייט' איז נאך געזונט און מונטער

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4355

זר זהב » דאנערשטאג יולי 25, 2013 3:09 pm

· #136270
'מענטשליכע העפליכקייט' איז נאך געזונט און מונטער
אין א וועלט פון סעלפישקייט און יאגענישן מיט ווייניג אינטערעסע אין דיין פעלאומאן האט מיר די נארישע געשיכטע געגעבן א בוסט פאר'ן טאג. כ'האב געלייגט אן אויג אויף א פארקינג ספעיס אויף א ביזי עוועניו אינמיטן יאגענישן טאג. כאב געדארפט מאכן א יו-טוירן צו קענען אנקומען צו יענע ספאט ווען א גוי א שווארצער (יא, סארי אלע ראסיסטן) איז געקומען צו פארן פון די אנדערע זייט און דארט אריינגעפארקט. סאט מיר פארדראסן.

דער גוי קומט ארויס און באמערקט מיר און הייבט אן קומען צו מיין ריכטונג און צו מיין וואונדער פרעגט ער מיר צי איך האב געווארט אויף דעם ספאט. זאגעכעם יא, זאגט ער סארי איך גיב דיר דעם פלאץ. דאס אליינס איז מיר גענוג געווען און איך זאג אים נאו נאו איטס אקעי אייל פיינד סאמטינג עלס. זאגט ער מיר ניין ניין, און וויטאוט פארדער אדו זעצט ער זיך אריין אין קאר און ווייזט מיר מיט די האנט GO PARK און פיצט אפ. ער נעמט הפנים אן אז בראיה בעלמא קני

סימיר מורא'דיג געפאלן אזאנס, ס'טייטש ס'נאך דא אויף דער וועלט מענטשליכע 'מענטשן' אזש כאב מיר גענומען די מיה צו עפענען דערפאר א געהענגעל. און יעדער קען שערן זיינע מעשה'לעך וואס האלטן אים די האפענונג פון היומענעטי אלייוו.

הערשי » דאנערשטאג יולי 25, 2013 3:17 pm

· #136274
שלי שלך אדער שנים אוחזין
אזהרה! נשים
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=egsdc7tZ_xc">http://www.youtube.com/watch?v=egsdc7tZ_xc</a>

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 25, 2013 3:37 pm

· #136276
שיינע מעשה, ממנו ילמדו (נע, די אידישע חיות וועלן זיך נישט דערלערנען, ראסיסט וואס איך בין)

זר, וואס איז דיין נייע חתימה?

גאלד » דאנערשטאג יולי 25, 2013 3:59 pm

· #136280
איך האב געהאט אמאל א פארקערטע מעשה, איך האב עקספיריענסד ראסיזם פון א נאן-חסיד קעגן מיך א חסיד, מעשה שהי', און בארא פארק אויף א ביזי גאס האב איך געמאכט א יו-טורן פאר א פארקינג ספאט, קיינער האט מיך אויסגעכאפט, נאכן ענדיגן פארקן, שטעלט זיך צו א פרומער איד - נישט קיין חסיד - לעבן מיר, מיט זיין לוקסוסדיגע קאר, ראללט אראפ די פענסטער און זאגט מער מיט א צינישן שמייכל "at least say thank you", איך האב נישט געהאט קיין אהנונג וואס ער וויל פון מיין לעבן, איך בין אינגאנצן נישט דער מענטש צו אויסכאפן איינעם'ס פארקינג ספאט, איך בין גאר ווייט פון אזא נאטור, איך האב מיך מיינע חסרונות, אבער ב"ה מענטשליכקייט איז נישט פון מיינע שוואכקייטן, אבער דער חמור האט שוין אפגעמאכט אז היות איך בין א חסיד מוז זיין אז איך האב בזדון צוגענומען זיין ספאט, הפנים ער איז געשטאנען ביי א רויט לייט עט וואס ארויפציר און באמערקט דעם ספאט, און דער לייט האט איהם אויפגעהאלטן פון נעמען די ספאט, איך בין אבער געקומען פון די אנדערע ריכטונג און צו מיין מזל איך האב נישט געהאט קיין לייט, נו פון ווי זאל מיר בייפאלן אז דער קאר וואס שטייט א בלאק אוועק האט שוין מחליט געווען אז בראי' בעלמא קני, איך מיין "כל הקודם זכה" איך בין אנגעקומען פאר דיר, עס פאסירט ביי יעדן טעגליך, מיין בלוט איז מיר ארויפגעקומען אין קאפ,

נולד מאוחר » דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:04 pm

· #136283
זר, טשעק זיין פלעטס פון וועלכע סטעיט ער קומט

רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 31, 2013 8:59 pm

· #137608
איך האנדל אסאך מיט שווארצע אין ביזנעס. לאמיר דיר עפעס זאגן די שווארצע עדוקעטיט גוים זענען פיינע מענטשען און האבן אסאך מאל מדות אויך, אדער מענאר"ס בלע"ז. ס'האט געטוישט מיין גאנצע בליק אויף די חברה. די שווארצע קאמיוניטי'ס פראבלעמען מיט פאברעכען, סינגיל עלטערן וכו' זענען זייער טיפע און האבן אסאך צו טוען מיט זייער פארגאנגענהיט און קולטור ואכמ"ל. זייער פראבלעם איז אז זייערע פירער זענען ביזי בלעמען די גאנצע וועלט און פאקעסען נישט אויף זיך. מארטין לוטהער קינג און מאלקאלם עקס (טיילמאל) זענען יא געווען ריטיגע פירער אבער זענען ריפלעיסט געווארן מיט די צוויי קלאונ"ס זשעסי דשעקסאן און שארפטן.

רויטע וואנצעס » פרייטאג אוגוסט 2, 2013 12:36 am

· #137954
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?feature=player_embedded&v=Jind7HjIieQ">http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... ind7HjIieQ</a>

משולם שטיינפעלד » פרייטאג אוגוסט 2, 2013 9:32 am

· #137985
עס איז דא וואס גיבן זיך אן עצה ווען מען נעמט צו זייער פארקינג ספאט.
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=8OXfGR4dgiY&feature=youtube_gdata_player">http://www.youtube.com/watch?v=8OXfGR4d ... ata_player</a>