☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » שערוריית "תורה מסיני" מבית מדרשם של ישיבת חובבי תורה

שערוריית "תורה מסיני" מבית מדרשם של ישיבת חובבי תורה

95 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4353
בלאט: 1 2

Starbucks » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 4:41 am

· #155492
ישר ככחם פאר אייך אלע וואס האבן צו געגעבן דא צו דעם העכסט אינטערעסאנטער שמועס.

מיינע צוויי צענט.. למעשה שטייען מיר היינט ביי א פרשת דרכים, און אזוי ווי מערערע מאל אין היסטאריע, וועלן מיר מוזן אדרעסירן אינעם נאענטן צוקונפט די דברים העומדים על הפרק. יח״ת איז דערווייל דער נחשון, זיי פארשטייען דעם עת לעשות, און דערווייל זענען זיי נוטל שכר כולם. זיי טוהן וואס יעדער וועט מוזן טוהן, סיי מיט זוכן צו טוישן הלכה לגבי נשים, זיי בעניני האמאסעקסואלעטעט, און סיי מיטן זיין אפן צו שווערע שאלות און אפילו נאך שווערערע מסקנות בעניני ביבל קריטיק. עס קומט זיי אונזער הכרת הטוב, וסוף הכבוד לבא.

הוגה » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 9:59 am

· #155503
@יאיר, איך פארשטיי זייער גוט די קריטיק אקעגן יח"ת וחכמיה בכלליות. למעשה זענען זיי זייער פראגרעסיוו און אפשר אביסל ahead of their time, און עס איז שווער פאר טראדיציאנאלע מענטשן צו אקצעפטירן ראדיקאלער טוישונגן. נאטורליך ברענגט עס אויף doubt און קריטיק. (though איך בין נישט זיכער אז גארדימער און די RCA זענען די וואס זאלן דיפענדן טראדיציע כמובן.) וואס רעגט מיר אויף איז ווען מען נוצט שטרויערנע-מאן ארגומענטן און סתם ליגנט.

אלעס וואס יאנקלאוויטש זאגט אין די ארטיקלן קען מען טרעפן מילה במילה אין פריערדיגע ספרים און ס'נישט קיין חדשות און אודאי נישט קיין כפירה. עס איז מעגליך אז יאנקלאוויטש האלט בעצם אז ס'נישט דא אזא זאך ווי משיח א געוויסע מאן א מלך וכו' נאר ענדערש א יעדער איינער האט א שטיקל משיח אין זיך. און דאס איז אן עקסטרע נושא אויב עס זענען דא מקורות'דיגע שיטות אזוי. אבער ער זאגט עס נישט כלל וכלל! ער זאגט יא אז א יעדער איינער האט א משיח אין זיך, אבער ער איז נישט שולל בכלל די ריכטיגע משיח. דא שטעקט גארדימער'ס בלאף!

לגבי די צווייטע נקודה, גארדימער שרייבט אז יאנקלאוויטש האלט אז בימות המשיח וועלן עובדי עבודה זרה, idol worshipers זיין אקצעפטבאר, דאס איז א ריכטיגע סילוף! יאנקלאוויטש זאגט אז אלע ביליפ'ס אין גאט ברוך הוא וועלן זיין אקצעפטבאר אבער נישט פעיגאניזם כמובן. זיין פוינט איז אז בימות המשיח וועט זיין די א. ג. מחול לצדיקים וואס וועט אריינעמען אין זיך אלע דאמיניאנס פון אידישקייט, פון נטורי קרתא ביז מזרחי, פארטנערשיפ און אפילו אולי קאנסערוויטיוו וכדומה, וכן גוי'אישע גלויבער בשם. מען קען זיך טענה'ן אויב ס'אמת, אבער צו insinuate'ן אז כאילו ער רעדט פון עבודה זרה אויך איז אן עוולה.

@געפילטע פיש, יאיר האט שוין געלייגט דיין לינק אויבן אויף דער בלאט.


.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 10:12 am

· #155505
נישט באמערקט, שקויעך.

יאיר » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 11:00 am

· #155517
הוגה, ליין איבער זיינע ווערטער מיט א רואיגקייט, וועסטו זיין אז יאנקלאוויטש זאגט גענוי דאס בנוגע ביאת משיח, און ער איז אזוי מעתיק פון ישעיהו לייבאוויץ. ער שרייבט קלאר ארויס "I would like to suggest that we are Moshiach-we are the ones we have been waiting for" איך קען נישט זען ווי אזוי מען קען לערנען אנדערש פשט דערין אויסער אז דער משיח אויף וואס גאנץ כלל ישראל ווארט שוין צוויי טויזנט יאר איז נישט קיין פיזישער איין מאן באנד מענטש, נאר עס איז א שם הכולל פאר די וועליו פון רעדעמפשאן וואס ליגט אין אונז בכלליות. אין אנדערע ווערטער, משיח איז שוין געקומען.
בנוגע דינען ע"ז ווען משיח וועט קומען, יאנקלאוויטש מוז סייווי אזוי האלטן וויבאלד לויט אים איז שוין משיח געקומען, און די קריסטן און מוסלעמענער עקזיסטירן נאך. אין זיין ארטיקל זאגט ער קלאר אז ווען די הינדו'ס גלייבן אין מערערע געטער מיינט נאכנישט אז דאס איז נישט קיין ריכטיגער וועג צו דינען גאט, ווייל תוך תוכו איז עס אויך איין כח. אבער סייווי, אזוי לאנג ווי ער איז מפרש דעם פסוק "כִּי, כָּל-הָעַמִּים, יֵלְכוּ, אִישׁ בְּשֵׁם אֱלֹהָיו" אז דאס גייט ארויף אויף ימות המשיח, מיינט דאס אז עובדי ע"ז וועלן ווייטער אנגיין ווען משיח וועט קומען, נישט אזוי? (הגם איך ווייס נישט ווי אזוי ער וועט מפרש זיין דעם פריערדיגן פסוק "וְהָלְכוּ גּוֹיִם רַבִּים, וְאָמְרוּ לְכוּ וְנַעֲלֶה אֶל-הַר-יְהוָה וְאֶל-בֵּית אֱלֹהֵי יַעֲקֹב, וְיוֹרֵנוּ מִדְּרָכָיו, וְנֵלְכָה בְּאֹרְחֹתָיו", בכלל פון די נביאים איז גאנץ קלאר אז בימות המשיח וועלן אלע גויים דינען דעם אידישן גאט, ונלאיתי לפורטם). דאס מיינט אודאי נישט אז יאנקלאוויטש גלייבט אין עבודה זרה, דאס מיינט נאר אז ער קען אויך זען א געוויסע ספיריאליטעט דערין, און אז דו וואס דארפן דאס האבן קענען דאס פארמאגן אפילו ווען מיר ווייסן דעם אמת, און פאר זיי איז דאס גאט. פאקטיש שטייט שוין א מעין פון דער געדאנק אין רמב"ם, אז די קריסטליכע און איסלאמישע גלויבן איז אויך א חלק פון די הכנות לימות המשיח, כאטש עס איז שקר, נאר יאנקלאוויטש נעמט עס א טריט ווייטער.

לעיקוואד » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 1:27 pm

· #155558
@אנאנים
אמת רוב עולם שטערט נישט און גייט נישט אן צופיל טיפע בייבל קריטיק אדער אנדערע טיפע אינטעלעקטואלעפראבלעמען, אבער פונקט אזוי גייט זיי נישט אן דאס וואס זיי גלייבען יא אין תורה משמים וכו', נאר עולם כמנהגו נוהג און זיי גלייבען וואס זייער טאטע חבר שכן האט זיי פארציילט. די רגע אבער וואס די קשיות און פראבלעמען באקומען א ברייטער דעקונג און אנערקענונג, כאפט דאס רוב פלאטשיקע עולם פיל מער און שנעלער אויף, זיי ספראווען זיך בכלל נישט מיט די אלע קאמפליצירטע טעאלאגיעס וואס אזוינע ווי חובבי תורה קענען אפשר אויסטרעפען, און ברגע וואס די נושאים וועלן זיין ברייט באקאנט און עס וועט זיין אנגענומען אז עס זענען דא צדדים פארשידענס ביי די חכמים, און דאס וועט זיין קאמאן נאלדזש, דאס איז די שלב ווען דו האסט פארלוירען מער ווייניגער דער המון עם צו כפירה/סעקולראליזים.

ממילא דארף מען פארשטיין, די עיקר וויכוח וואס גייט דא אן איז נשיט צו מען קען יא אננעמען אזוינע קאמפליצירטע טעאריעס ווי חובבי תורה ודומיהם (וואס זענען ממציא צוריק די ראד וואס מער ליבעראלער דענקער רעדן שוין הונדרעט יאר, סיי ביי אונז סיי להבדיל ביי אנדערע רעליגיעס), אדער דאס הייסט כפירה, אדער צו עס איז וויכטיג צו נישט. די עיקר וויכוח דא איז אויב צולאזען ברייטע עקספאזשער ביים המון עם צו די צדדים אדער נישט. די קנאים וועלן טענה'ן גאנץ מיט רעכט אז די ידיעה אליינס מאכט קאליע פיל מער ווי עס טוהט אויף, און זיך צו דינגען מיט דער טענה קען מען נאר שרייען אז אין די עפאכע פון גוגל איז נאריש פראבירען באהאלטען זאכען, מצד שני, דארף מען נישט דווקא דער רב אין ישיבה זאל דאס רעדן, און עס איז נישט קלאר פאר וועמען איז דאס וויכטיג.

Starbucks » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 3:47 pm

· #155598
@לעיקוואד, @אנאנים, איך וויל נאר צולייגן א פרט, טאקע ביי אונז זענען דערווייל נאר דא יחידים וואס פלאגן זיך מיט די אישוס (אפשר אביסל מערערע יחידים יעצט נאכן יתד ארטיקל און נאך דעם שמועס דא אויף קאווע שטיבל) אבער סע נישט כאילו אונזערע אנדערע גאר וויכטיגע פראבלעמען וואס איז יא נוגע יעדן יחיד ווערן יא אדרעסירט, צום ביישפיל פרנסות, חינוך, ישיבות, שידוכים, אפילו די בעיסיק ברויט מיט וואסער פראבלעמען זיצן שיין אונטערן קארפעט בשעת אונז זעמער ביזי באטראכטן ״חלק מהקהל״ פיקטשערס פון נעילת החג. די מאדערענערע, זייערע פראבלעמען זענען העכער אויף מאזלאו׳ס hierarchy of needs וואו מיר וועלן אפשר מיט רחמי שמים אין 20 ביז 50 יאר אנקומען.

יעצט, די וועלט איז א הולך און בשעת מיר זיצן אויפן קארפעט און ארבייטן שטארק צוריק צו שטופען אונזערע שמוץ וועש וואס האלט זיך אין איין ארויסשטעקן פון אונטער די קארפעט, קומען פאר כל ערליי פארשריטן אין טעכנאלאגיע, ווי אויך פארשריטן אין די אמונות ודיעות פונעם באפעלקערונג, וואס פארלאנגט דערנאך אן ענטפער פון אונז בהלכה ובהשקפה. נעם למשל דאס איבערגאנג צו אילעקטראנישע ספרים,, וואס עט זיין מיט שבת? ווייטער עניני גיטין וועלן אויך מוזן אדרעסירט ווערן מיט למשל אן halachic prenup מ׳רופט עס.

אבער אזוי ווי מיר זענען דערווייל ביזי מיט שטותים (גלעזער, קליידער, פיר אינטשעס וכדו׳) אנשטאט אדרעסירן די אויבן דערמאנטע גאר וויכטיגע ברויט מיט וואסער פראבלעמען, ממילא ווערט דער קושי השעבוד שטערקער און דאס מאכט א סקיזם אינעם מענטש צווישן זיינע מענטשליכע געברויכן און זיין רעליגיע. כדי זיך אן עצה צו גיבן מוז ער מצדיק זיין יידישקייט מיטן אויסרייד אז דאס מיינט נישט יידישקייט, די רבנים זענען קאוראפט... און אט דאס איז וואס שטופט אסאך מענטשן צום אינטערנעט מיט קשיות. ממילא, דאס וואס מען זאגט אז רוב עולם פרעגט נישט און עסט קוגל און איז צופרידן איז אפשר גערעכט ווען די אנדערע ברויט מיט וואסער פראבלעמען ווערן אדרעסירט, היות אבער זיי ווערן נישט אדרעסירט, זוכט דער מענטש נאטירלעך א וועג ארויס. פארשטייט זיך ס׳דא אנדערע וואס בארוהיגן זיך מיט א וויזיט צין א טריפ קלאב, אפשר איז עס אפילו מער געראטן וואו זיך אריינטוהן אין ביבל קריטיק...

צו אזוי צו אזוי, גייען מיר אנקומען אהין און אן אהנעסט דיסקוסיע יח״ת סטייל איז וויכטיג, נארמאל, דראסטיש און גוט.

יאיר » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:28 pm

· #155664
באמערקונג: די אלע שפעקולאציעס איז נאר בנוגע אונזער חרדי'שער עולם, און אויף זיי וועל איך זיין דער ערשטער צו זאגן אז א טווין טאוערס פון ביבל קריטיק און גזיליאנען יארן פון גיל העולם וועט נישט אונטערברענגען חרדיזם. אבער בנוגע די מאדערן ארטאדאקס איז קלאר אז דאס איז א שווערער פראבלעם מיט וואס זיי וועלן זיך מוזן ספראווען, היינט אדער מארגן, און דערפאר איז ראביי גארדימער ודעימיה גארנישט בעסער ווי די חרדים וועמען זיי באשימפן שטענדיג.

לעיקוואד » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 8:42 pm

· #155687
אינטרעסאנטע נקודות, @סטארבוקס.
ויש כאן עוד מה לעיין ולכתוב מעוד צדדים, אלא שקשה לי מהטלפון. בע''ה ווען איך וועל זיין ביים קאמפיאטער ויהיה לי יישוב הדעת אכתוב.

אחד העם » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:19 am

· #155721
יאיר
הוגה, ליין איבער זיינע ווערטער מיט א רואיגקייט, וועסטו זיין אז יאנקלאוויטש זאגט גענוי דאס בנוגע ביאת משיח, און ער איז אזוי מעתיק פון ישעיהו לייבאוויץ. ער שרייבט קלאר ארויס "I would like to suggest that we are Moshiach-we are the ones we have been waiting for" איך קען נישט זען ווי אזוי מען קען לערנען אנדערש פשט דערין אויסער אז דער משיח אויף וואס גאנץ כלל ישראל ווארט שוין צוויי טויזנט יאר איז נישט קיין פיזישער איין מאן באנד מענטש, נאר עס איז א שם הכולל פאר די וועליו פון רעדעמפשאן וואס ליגט אין אונזבכלליות

עס שמעקט נישט אביסעל פון שיטת הומעניזעם?

הוגה » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 10:48 am

· #155770
@יאיר, כ'האב געליינט זיינע ווערטער מיט רואיג'קייט אפאר מאל, און איך מיין אז איך האב ארויס דעם ענין לאמיך נאך איין מאל פרובירן צו ערקלערן וואס איך פארשטיי, איינס אויף אמאל.

אין ספרי חסידות און לכאורה אין פריערדיגע ספרים אויך ווערט דערמאנט דאס ענין פון גאולה פרטית און אויך אז א יעדע מענטש האט אין זיך א ניצוץ פון נשמת משיח (what ever that means). די עבודה פון א יעדער איינער איז דאס ארויס צו ברענגן מן הכח אל הפועל דורך געוויסע מעשים און א געוויסע עבודה שאין כאן המקום להאריך אודותם. אין די ספרים איז אבער אויך משמע (שטייט בפירוש) אז ס'וועט זיין א עכטע פיזישע מלך המשיח, א עני רוכב על החמור מיט א קרוין, קאלירטע בעקישע וכו'. וואס וועט צוזאם נעמען אלע אידן (און אפשר גוים אויך).

די גאנצע ביאת המשיח וואס מיר ווייסן, אלע גאלדענע פרטים זענען דא צו מאכן אז אידן זאלן מצפה ומחכה זיין דערויף און האבן א דרייוו צו טון די אויבן-דערמאנטע עבודה. אויב וואלט נישט געווען קיין עכטע משיח וואלט מען די עבודה נישט געטון. אבער די עיקר איז אונזער עבודה און אונזערע הכנה, און נישט די אקטואלע ביאה פון משיח. ס'איז אזוי ווי די הבנה אין פעולת המצוות אז זיי זענען דא צו ברענגן דעם מענטש צו א געוויסע הכרה והבנה. איי וועסטו זאגן, אויב אזוי וועל איך אוועק נעמען די פעולה און נאר עוסק זיין אין די הכרה והבנה? די תירוץ איז אז אזוי ווי דו נעמסט אוועק די פעולת המצווה וועט שוין קיין הכרה והבנה נישט זיין. אבער קיינער קען דיך נישט זאגן אז די פעולות המצוות זענען וויכטיגער און די תכלית. די זעלבע איז בנוגע משיח וכנ"ל.

שטעלט זיך יעצט די שאלה אזוי, אויב איז קריעיטיד געווארן די גאנצע מושג המשיחי בכל פרטיה ודיקדוקיה נאר כדי עס זאל עקזיסטירן די צפייה לישועה, דאן אפשר וועט משיח קיינמאל למעשה נישט קומען? ווייל למעשה איינמאל וואס די צפייה קומט פאר אויפן גרויסן, און עס וועט אנגיין אפילו טריליאן יארן אויב משיח קומט נישט חלילה וחס, דאן דארף מען דאך נישט אז ער זאל למעשה קומען. ביי מצוות פעלט זיך עס אויס ווייל די כוונה והתבוננות קומט פאר בשעת ער טוט די פעולה. משא"כ פאר די צפייה למשיח און אלעס וואס עס ברענגט מיט מיט איר, פעלט ס"ה אויס א דמיון כאילו ער קומט.

יש לומר אז אזוי האלט ליבוביץ, ווייל אזוי איז משמע מדבריו כמה פעמים. אבער איך בין נישט זיכער אז ער האלט אזוי מחמת ב' סיבות. איינס, כמדומני אז ער שרייבט נישט אין ערגעץ ארויס ברחל בתך הקטנה אז עס גייט למעשה נישט זיין א פיזישע משיח, ער זאגט ס"ה אז די צפייה איז די עיקר מכוון. צווייטענס, לגבי פעולות המצוות מיינעך אז ער איז געווען עקסטרעם בעד אז די פעולה איז די עיקר, און דאס שטימט נאר אויב האלט ער אז משיח גייט קומען למעשה, וכנ"ל.

היוצא לנו מכל זה. עס איז לכו"ע זיכער פארהאן אן עבודה פון צפייה לישועה וואס גאט וויל פון אונז, און צוליב דעם האבן מיר אונזערע קריעיטעד אימעדזש איבער משיח. די שאלה איז נאר אויב סוכ"ס וועט למעשה זיין א פיזישע משיח איין טאג אדער נישט. ליבוביץ האלט לכאורה אז נישט, אבער ס'נישט קלאר. יאנקלאוויטש רעדט בכלל נישט פון די צווייטע טייל פון די משיח כללי, ער רעדט נאר פון די משיח פרטי. ווי אזוי קענסטו זאגן אז ווייל ער רעדט איבער די משיח פרטי צוליב דעם איז א ראיה אז ער האלט נישט פון משיח כללי? אסאך ספה"ק רעדן פון משיח פרטי און זיי האלטן קלאר אויך פון די משיח כללי.

(למעשה, איז דער מהלך אז די מושג "ביאת משיח" איז א קאלעקטיווע awakening פון די גאנצע וועלט, א yearning פאר געטליכקייט מער פארשטענדליך ווי די פיזישע ביאת משיח. וואס איז די גרויסע שמחה וגדולה אז עפעס א הייליגע איד קומט צו פארן אויף אן אייזל, און באגיסט אונז מיט הייליגע וואסער וואס מאכט אונז הייליג און קלוג? אבער אויב מיינט עס אז די גאנצע וועלט ארבייט זיך אליינס אויס צו עפעס א העכערע פארשטאנד, א הייליגע עקזיסטענץ דאס אידאך געוואלדיג!)

בנוגע די צווייטע נקודה, וואו זעסטו אז יאנקלאוויטש האלט אז די גוים וועלן ווייטער דינען ע"ז? אדרבא ער זאגט קלאר אז אלע וועלן דינען "אונזער" גאט. כי כל העמים ילכו איש בשם אלהיו מיינט אז אלע גוים און אידן וועלן ווערן ספיריטואל און ערליך, און אלע וועלן דינען גאט לויט זייער הבנה אין אים. געוויסע וועלן דינען די מאנאטעאיסטישע גאט, טייל וועלן דינען די פאנטעאיסטישע, און טייל די פאנענטעאיסטישע גאט. אין layman's term איז פשט אזוי: די עמים וועלן דינען די גאט פון יוזל, מוכאמאד, בודהא, שומרונים, שבתי צבי און שפינאזע, בשעת די אידן וועלן דינען די גאט פון אשכנז, ספרד, עדות המזרח, חסידים, בעלי מוסר, והחוקרים. ס'אלץ די זעלבע איינציגע גאט, ס'איז נאר אנדערע הבנות אין גאט מיט אנדערע בחינות ועבודות. יאנקלאוויטש שרייבט דאך קלאר אזוי אין זיין ארטיקל.

Micah not only imagined but advocated for a messianic era, when everyone will “walk in the name of their gods.” This does not reduce the prophet’s commitment to the one G-d but he boldly continues to provide space for different relationships to that one G-d.


באמת האלט איך אז לכאורה האלטן יאנקלאוויטש וחבריו מער לינקס ווי זיי שרייבן ארויס בפירוש, און ס'זייער מעגליך אז זיי זענען גערעכט פון געוויסע אספעקן. אבער מיין טענה צו גארדימער איז געווען אז ער לייגט אריין אין זייער ווערטער זאכן וואס זיי האבן קיינמאל נישט געשריבן. זיינע ארטיקלן צייגן אז ער האט דא an axe to grind, מלא נגיעות.

[ציטאט אראפגענומען]


@אנאנים, דארפסט נישט צולייגן דער דיסקלעימער, ס'איז זעלבסט פארשטענדליך אז דו קענסט עס נוצן אלץ א תירוץ - אין א פאל אז מען אטאקירט דיך פארן שרייבן אזעלכע זאכן - אפילו אויב האסטו עס נישט געשריבן. 😉

אחד העם

עס שמעקט נישט אביסעל פון שיטת הומעניזעם?


@אחד העם, שיטת הומעניזעם האט גראדע א גאר געשמאקע גערוך!

****************************************

בנוגע די מדובר דא צו עס איז צייט אז די "היימישע" געמיינדע זאל אדרעסירן די נושאים בתורה ויהדות וואס זענען אמאל געווען פארעכענט אלץ TABOO וויל איך אויך צולייגן מיין דעה. אמאל ווען עס איז געווען ווייניגער עקסעס צו די וועלט בכלליות און בפרט צו נאלעדזש האט געמאכט סענס צו פארדעקן די נושאים און נישט רעדן דערפון. די ראציאנאל דערפון איז געווען אז רוב רובו פונעם עולם איז סייווי נישט EXPOSED צו עס, און די פאר חכמים זענען קלוג גענוג צו קענען אליינס אויסגעפונען א וועג צו קענען באפרידיגן זייערע שאלות. (אזוי ווי עס איז נאכגעברענגט געווארן בשם די סאטמארער רב בנוגע לימוד המורה.) עס וואלט נישט געהאט קיין פשט צו איינשטעלן די אמונה פון די 99 פראצענט איגנארענט צוליב די איין פראצענט חכמים, וואס רוב פון זיי האבן זיך אליינס אן עצה געגעבן.

למעשה ווערט די וועלט מער און מער אפן, און אינפארמאציע ווערט אקסעסיבל צו א יעדע שמויגער LIKE IT OR NOT. א בחור'ל פאלט איין מאל בטעות אריין אין וויקיפידיע, איין לינק פירט צו נאך א לינק, שם תהא קברתו! עס איז נישט דא דארט קיין חכמה, עס איז נישט דא קיין הבחנה בין שקר לאמת, אבער עס איז דא דארט גענוג צו עפענען די קאפ. איך בין אליינס נאך נישט איבערצייגט אז "היינט" איז שוין די טאג וואס די "היימישע" געמיינדע זאל מאכן די גרויסע טויש און אנהייבן צו אדרעסירן די TABOO נושאים, אדער אפשר וועט זיך עס ערשט אויספעלן צו טון אין יאר 2031. איין זאך איז זיכער, ס'צייט פאר אן HONEST EVALUATION, עס איז צייט צו פרעגן די שאלה און דן זיין און אנערקענען אז די תורה איז טאקע מונח בקרן זוית, אבער די אינפארמאציע איז אויפן בימה, אויף די בילבאורדס אין טיימס סקווער, און ביי א יעדעם איינעם אין בוזעם טאש. דער תירוץ אז "נאר אפאר טראכטערס דארפן הסברים אויף די בריאה" וכדומה איז שוין נישט גילטיג.

די זעלבע האלט איך בנוגע די שאלה פון EDUCATION ביים היימישע עולם. מען קען נישט שעלטערן די קלוגע פון אינפארמאציע און עקספאוזשער צום וועלט אבער מען דארף זיי נישט שעלטערן ווייל זיי זענען קלוג! די פראבלעם איז אז מען קען שוין נישט שעלטערן די "נער'ישע" עולם, פאר זיי דארף מען עפענען די וועג און זיי ווייזן די ריכטיגע וועג צו נאלעדזש, און די גוטע פענסטער צום וועלט. הנלענ"ד כתבתי, והוא רחום יכפר.



.

אחד העם » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 11:08 am

· #155775
הוגה כפארשטיי נישט וואס די ביסט עפעס אזוי סענסעטיוו, גראדע בין איך א שטארקע שטיצער פון"הומניזם דתי", כבין נאר נייגעריג צו זיין שיטה האט א שייכות צו הומעניזם אדער ער נעמט עס פון א ספריטואלער פערספעקטיוו, פארשטייסט?? ווער נישט אזוי פארלוירען ווען א קשיא קוקט נישט אויס צו זיין לפי רוחך , קודם מאך קלאר וואס יענער פרעגט און נאכדעם אטאקיר

diff » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:35 pm

· #155817
Foi. Dirty mouth, tinker with shin

diff » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:44 pm

· #155823
that many thinkers have their heads below the belt

יאיר » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:45 pm

· #155824
הוגה, בנוגע משיח: ווען יאנקלאוויטש וואלט נישט געזאגט די ווערטער we are the ones we have been waiting for, וואלט מען נאך אפשר געקענט בדוחק גדול אריינלערנען אז ער פארלייקנט נישט דעם פיזישן משיח, אבער היות ער שרייבט די ווערטער, מיינט דאך עס קלאר אז די גאנצע השתוקקות וואס מיר האבן שוין צוויי טויזנט יאר איז בלויז פאר אונז אליין, אנו ולא אחר. ווען נישט וואלט ער קלאר געדארפט ארויסשרייבן אז מיר ווארטן נאכאלס אויף א פיזישן משיח. בכל אופן קענסטו נישט באשולדיגן גארדימער פאר'ן פארשטיין אזוי פשט, ווען דאס איז די פשוט'ע הבנה.
בנוגע עבודה זרה: אויב די קריסטן וועלן ווייטער דינען ישו און די הינדוס וועלן דינען זייערע אפגעטער בימות המשיח, מיינט דאס אז עס וועלן ווייטער זיין עבודה זרות. נישט קיין חילוק וויפיל לומדות'ן דו וועסט אריינלערנען אז באמת איז דאס דער זעלבער גאט, ווייל אויב אזוי, דארף עבודה זרה ווערן מותר, ס'איז דאך אלץ דער זעלבער גאט!
בנוגע שעלטערן פון אינפארמאציע: דריי זיך ארום צווישן די יונגעלייט וואס האבן טעלעפאנס מיט אינטערנעט, און זאג מיר וויפיל האבן שוין געהערט פון ביקורת המקרא אדער גיל העולם, און וויפיל פון זיי ווערן געבאדערט דערפון. קענסט אפילו כאפן א שפאציר דא אין שטיבל, וועסטו זען אז רוב מנין ובנין זענען פארנומען מיט דבורה טאמבור און סקווערער רבי, א מיעוט שבמיעוט אינטערעסירט ערנסטע ענינים. עס איז אמת אז מיר האבן עקסעס, למעשה נוצט אבער קיינער נישט די עקסעס נאר פאר זאכן וואס זענען אים וויכטיג, ווי למשל צו זען די לעצטיגע לשון הרע'ס אויף וואטסעפפ אדער צו ליינען נאכאמאל דעם אויסגעדראשענעם וויץ וואס זיין חבר האט אים געשיקט, און פאר רוב מענטשן איז ביקורת המקרא בכלל נישט וויכטיג. רוב מענטשן זענען נישט אינטערעסירט צו דערגיין וואס איז אמת, און רוב מענטשן זענען נישט אינטערעסירט צו אוועקענעמען זייערע פסיכאלאגישע בלאקעדזשעס. נאר ביי די מאדערן ארטאדאקס וואס מען לייגט אריין פון יונגערהייט אן א חשיבות פאר וויסנשאפט און לאגיק, און זיי זענען עקספאוזד דערצו נישט נאר ווייל "זיי האבן עקסעס" נאר ווייל זיי לעבן טאג טעגליך אין אן אפענע וועלט, פאר זיי איז עס א פראבלעם.

הוגה » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 5:27 pm

· #155874
אחד העם
הוגה כפארשטיי נישט וואס די ביסט עפעס אזוי סענסעטיוו, גראדע בין איך א שטארקע שטיצער פון"הומניזם דתי", כבין נאר נייגעריג צו זיין שיטה האט א שייכות צו הומעניזם אדער ער נעמט עס פון א ספריטואלער פערספעקטיוו, פארשטייסט?? ווער נישט אזוי פארלוירען ווען א קשיא קוקט נישט אויס צו זיין לפי רוחך , קודם מאך קלאר וואס יענער פרעגט און נאכדעם אטאקיר


@אחד העם, ס'נאר געווען א ווערטל, גארנישט געמיינט, ואתכם הסליחה. בנוגע דיין שאלה, ס'מעגליך אז ליבוביץ איז געווען א יומעניסט מעגליך אז נישט, זיינע שיטות זענען זיכער נישט געווען באזירט דערויף. איך פארשטיי אבער נישט דיין שאלה בכלל, ווי קומט דער הבנה אין ביאת משיח צו יומעניזם? ליין מיין הסבר אינעם תגובה באלד נאך דיין שאלה.

[ציטאט אראפגענומען]


ס'נישט דא אויבן א גרויסע אפיס בילדינג מיט cubicles פאר א יעדע מלאך, און ווען די באשעפער וויל שוקן א מלאך דייעלט ער זיין עקסטענטשען און לאזט אים א מעסעדזש, ס'נישט אזוי. נאר ווען די באשעפער שוקט איינעם א גוטע זאך דאס איז א מלאך. ווען ער שוקט איינעם א רפואה מיינט עס אז ער האט געשוקט מלאך רפאל, ווען דער מענטש באקומט א בשורה טובה האט אים גאט געשוקט אליהו הנביא. די זעלבע מיט דעם. די בית יוסף האט געלערנט מיט א מלאך מיינט נישט אז א יעדע נאכט איז ער געזעצן פארשפארט מיט א מענטש מיט א לאנגע ווייסע בארד און ווייסע קליידער און געלערנט צו די שיין פון א לעכט. עס מיינט אז ער האט עס פארשטאנען בלי קושי, א מתנה פון גאט. משא"כ די גר"א האט זיך יא געוואלט מתעמל זיין און לערנען.

יאיר
ווען יאנקלאוויטש וואלט נישט געזאגט די ווערטער we are the ones we have been waiting for, וואלט מען נאך אפשר געקענט בדוחק גדול אריינלערנען אז ער פארלייקנט נישט דעם פיזישן משיח, אבער היות ער שרייבט די ווערטער, מיינט דאך עס קלאר אז די גאנצע השתוקקות וואס מיר האבן שוין צוויי טויזנט יאר איז בלויז פאר אונז אליין, אנו ולא אחר.


איך האב דאס שוין פריער פארענטפערט:

הוגה

די גאנצע ביאת המשיח וואס מיר ווייסן, אלע גאלדענע פרטים זענען דא צו מאכן אז אידן זאלן מצפה ומחכה זיין דערויף און האבן א דרייוו צו טון די אויבן-דערמאנטע עבודה. אויב וואלט נישט געווען קיין עכטע משיח וואלט מען די עבודה נישט געטון. אבער די עיקר איז אונזער עבודה און אונזערע הכנה, און נישט די אקטואלע ביאה פון משיח.



יאיר

בנוגע עבודה זרה: אויב די קריסטן וועלן ווייטער דינען ישו און די הינדוס וועלן דינען זייערע אפגעטער בימות המשיח, מיינט דאס אז עס וועלן ווייטער זיין עבודה זרות. נישט קיין חילוק וויפיל לומדות'ן דו וועסט אריינלערנען אז באמת איז דאס דער זעלבער גאט, ווייל אויב אזוי, דארף עבודה זרה ווערן מותר, ס'איז דאך אלץ דער זעלבער גאט!


עס איז אבער נישט קיין idols/עבודה זרה, און עס איז א מעלה אז די גאנצע וועלט וועט גלייבן אין גאט, אפגעזעהן אין וועלכע פארם. והא ראי' די גמרא טוט זיך אויף אז מ'האט געשחט'ן די יצרא דע"ז טראץ דעם וואס אנדערע רעליגיעס זענען געהעריג געבליבן. ועוד, א איד מעג דאך ע"פ הלכה אריינגיין אין א נישט אידישע בית תפלה ווילאנג ס'געפונט זיך נישט דארט קיין ע"ז.


.

הוגה » מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 9:27 pm

· #155887
[ציטאט אראפגענומען]


הארט פארן זמן האט מיין חבר מיר געשוקט א קאפי פון א ספר. (כמדומה לי, ספר שפת אמת.) וזה לשונו:

טעם שזכה לוט להיות עם אברהם אבינו ע"ה וגם זה גופא שזכה לצאת ממנו דוד ומשיח נראה כי היה בזכות הרן אביו. ואף שלא היה מס"נ בשלמות ולכך נשרף, אעפ"כ שריפתו היה בכלל קידוש השם ונשרף בעבור השי"ת ואין הקב"ה מקפח שכר כל בריה ולכן זכה לכל זה.


א יעדער ווייסט אז הרן איז נישט געווען קיין מאמין בשם, ער איז געווען אן עובד ע"ז, די איינציגסטע סיבה פארוואס ער האט זיך געלאזט אריינווארפן אין פייער איז צוליב דעם וואס ער האט געוואלט די אטענטשאן וואס אברהם האט באקומען. דאך, צוליב דעם וואס מען האט אים פארברענט למען כבוד שמו יתברך, זכה שיצא ממנו משיח בן דוד. נו, אעכו"כ די וואס האבן יא געמיינט כבוד שמו יתברך נאר זיי האבן זיך טועה געווען, אז זייער עבודה איז חשוב ומקובל פי כמה. ניין?

אגב, ווי אזוי לערנט מען (אין אונזער חדר) פשוט פשט אינעם פסוק "כי כל העמים ילכו איש בשם אלהיו"?


.

ונבנתה העיר » מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 11:04 pm

· #155897
זאלן גיין אין די ערד אריין...

לעיקוואד » זונטאג אקטאבער 13, 2013 3:31 am

· #155940
כמו שכתב ונבנתה בבדיחותא, מיין איך איז באמת די פשוט'ע מקובל'דיגע טייטש אין פסוק. דער פסוק כי כל העמים ילכו איש בשם אלוהיו ואנחנו וגו', דארף מען ליינען אויפ'ן זעלבער ניגון ווי אלה ברכב ואלה בסוסים ואנחנו בשם ה'. והבן.

אחד העם » זונטאג אקטאבער 13, 2013 2:52 pm

· #155985
הוגה
אחד העם
הוגה כפארשטיי נישט וואס די ביסט עפעס אזוי סענסעטיוו, גראדע בין איך א שטארקע שטיצער פון"הומניזם דתי", כבין נאר נייגעריג צו זיין שיטה האט א שייכות צו הומעניזם אדער ער נעמט עס פון א ספריטואלער פערספעקטיוו, פארשטייסט?? ווער נישט אזוי פארלוירען ווען א קשיא קוקט נישט אויס צו זיין לפי רוחך , קודם מאך קלאר וואס יענער פרעגט און נאכדעם אטאקיר


@אחד העם, ס'נאר געווען א ווערטל, גארנישט געמיינט, ואתכם הסליחה. בנוגע דיין שאלה, ס'מעגליך אז ליבוביץ איז געווען א יומעניסט מעגליך אז נישט, זיינע שיטות זענען זיכער נישט געווען באזירט דערויף. איך פארשטיי אבער נישט דיין שאלה בכלל, ווי קומט דער הבנה אין ביאת משיח צו יומעניזם? ליין מיין הסבר אינעם תגובה באלד נאך דיין שאלה.


.

הומעניזם זאגט בעיקר אז דער מענטש האט און זיך גאר שטארקע כוחות, און סזאגט אז דער מענטש איז נישט אזוי אנגעבינדען און העכערע כוחות, און פון זיינע ווערטער הערט זיך אזאלכע געדאנקען, אז ביאת משיח מיינט נישט עפכס א געטליכע אויסברוך, נאר עס קומט פון דעם מענטש אליין, איז מיין שאלה צו זיין שיטה איז געבויט מיט הנחות פון הומניזם דתי צו נישט

הוגה » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 3:27 am

· #161399
א חסידישע יונגערמאן פארציילט ווי אזוי ער איז געווארן שטארק disillusioned פון די תורה ומצוות נאך זיין חתונה, און ווי זיין אומערווארטעטע אנטפלעקונג צו ביקורת המקרא והמסתעף האט צוריק געברענגט זיין חיות אין די תורה, זיין אמונה אין גאט און זיין איבערגעגעבענהייט צו קיום המצוות. ליינט דער גאר אינטערעסאנטע ארטיקל.

קאווע טרינקער » פרייטאג נאוועמבער 29, 2013 8:48 am

· #165482
<a class="postlink" href="http://www.yated.com/open-orthodoxy-39-s-last-ditch-struggle-for-recognition.7-1109-7-.html">http://www.yated.com/open-orthodoxy-39- ... 09-7-.html</a>

חזר'ט איבער.

זבולון » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 3:42 pm

· #344694
יעצט זיך אנגעשטויסן אין דעם אשכול.
זעהט אויס אינגאנצן אן אנדער שטיבל. אנדערע חכמים, אנדערע נושאים, אין גאנצן אן אנדער שפראך.

הוגה » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 5:14 pm

· #344700
יישר כח @זבולון פארן ארויפברענגן דער געוואלדיגע אשכול. אה, נאסטאלגיע.

קאווע טרינקער
@הוגה, זייער שיין.

זאג, איר הייבט יעצט אן דורך צו טוהן דעם נושא? כ'האפ אז רב כ"ץ איז גערעכט, און איר וועט זיכער צוריקגעקומען...


@קאווע טרינקער, כ'האב שוין לאנג געענדיגט. הרב כץ איז געוואלדיג גערעכט.


.

מפוזרי » זונטאג יולי 2, 2017 11:41 am

· #377449
Re: שערוריית "תורה מסיני" מבית מדרשם של ישיבת חובבי תורה
און דער הער ראבינער האט זיך ווידער געלאזט הערן.

בעצם קומט ער בלויז פראבירן מסביר זיין.

דהיינו, דאס איז ער קלאר מגלה טמירין אז לויט דער פארצייטישער תורה מעג מען גנב'נען פונעם גוי. ס'דא אן עצה פאר דעם, מ'קען צופאסן די תורה צום היינטיגן צייטגייסט. אויב פארשטייט מען נאר צו די פארשריט וואס די וועלט מאכט, וועט מען שוין טרעפן דער וועג.

דער וואס האלט אבער נישט דערביי און גלייבט אז תורה קען זיך נישט ענדערן, ביי אים וועט נעבעך בע"כ גניבה זיין גרינג. דער הער ראבינער פארשטייט די דילעמע, צו זאגן אז מ'קען טוישן תורה איז אויך נישט אזוי פשוט. כדרכו, איז ער נישט מכריע, זאל דער ליינער אליינס קומען צום מסקנא.

Understanding Lakewood, Understanding Ourselves | Ysoscher Katz | The Blogs | The Times of Israel <a class="postlink" href="http://blogs.timesofisrael.com/understanding-lakewood-understanding-ourselves-2/">http://blogs.timesofisrael.com/understa ... rselves-2/</a>

ענדע צדיק » מאנטאג יולי 3, 2017 12:09 pm

· #377614
קענסט ביטע לינקן די ארטיקל?

זבולון » מאנטאג יולי 3, 2017 3:01 pm

· #377639
מפוזרי
און דער הער ראבינער האט זיך ווידער געלאזט הערן.

בעצם קומט ער בלויז פראבירן מסביר זיין.

דהיינו, דאס איז ער קלאר מגלה טמירין אז לויט דער פארצייטישער תורה מעג מען גנב'נען פונעם גוי. ס'דא אן עצה פאר דעם, מ'קען צופאסן די תורה צום היינטיגן צייטגייסט. אויב פארשטייט מען נאר צו די פארשריט וואס די וועלט מאכט, וועט מען שוין טרעפן דער וועג.

דער וואס האלט אבער נישט דערביי און גלייבט אז תורה קען זיך נישט ענדערן, ביי אים וועט נעבעך בע"כ גניבה זיין גרינג. דער הער ראבינער פארשטייט די דילעמע, צו זאגן אז מ'קען טוישן תורה איז אויך נישט אזוי פשוט. כדרכו, איז ער נישט מכריע, זאל דער ליינער אליינס קומען צום מסקנא.

Understanding Lakewood, Understanding Ourselves | Ysoscher Katz | The Blogs | The Times of Israel <a class="postlink" href="http://blogs.timesofisrael.com/understanding-lakewood-understanding-ourselves-2/">http://blogs.timesofisrael.com/understa ... rselves-2/</a>


איך פארשטיי נישט אזוי גוט די דילעמא אין דעם קעיס, איך מיין אז עס איז נישט פארהאן קיין שום דעה אז גזל עכו"ם איז א חיוב, אין ערגסטן פאל איז עס מותר.
אלזא, פארוואס זאל א תקנה צו אסר'ן גזל עכו"ם ווערן פאררעכנט אלס א טויש אין הלכה, מער ווי - למשל - די תקנה פון רבינו גרשום צו אסר'ן פארהייראטן מער ווי איין פרוי?

מפוזרי » מאנטאג יולי 3, 2017 4:16 pm

· #377643
Re: שערוריית "תורה מסיני" מבית מדרשם של ישיבת חובבי תורה
מאכן א תקנה איז קיין פראבלעם, אייגנטליך איז שוין דא אזא תקנה - נתקן ע"י די אמעריקאנער רעגירונג, וואס האבן דער תוקף אונז מחייב צו זיין מער ווי אלע רבנים.

אבער דער ראבינער האלט נישט פון צולייגן נייע חומרות, ער וויל דייקא טרעפן נייע וועגן אפצוטייטשן אלטע הלכות, עיין בדבריו ותמצא תחת.

@ענדע צדיק, דער לינק געפונט זיך ביים סוף פון מיין פריערדיגער מעלדונג.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 3, 2017 4:44 pm

· #377649
Re: שערוריית "תורה מסיני" מבית מדרשם של ישיבת חובבי תורה
מאכען א תקנה איז פראקטיש מער ווייניגער אוממעגליך אין אמעריקא.

איך פארשטיי נישט די צורך פון א תקנה. אדער פארך זיך פון די רעגירונג, און אז נישט, גיי אין תפיסה ווי א טאטעלע. נאר ווען אלע אידען ווערען געמשפט אינאיינעם, דארף מען און קען מען אפשטעלען איין איד פון טוהן עפעס וואס איז מותר, צוליעב א געפאר פאר א צווייטען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 3, 2017 9:24 pm

· #377679
Re: שערוריית "תורה מסיני" מבית מדרשם של ישיבת חובבי תורה
איך האב יעצט דורכגעליינט דער אשכול און איך האב הרהורי דברים דערויף.

אלע ווייסען אז געוויסע זאכען וואס מ׳לערנט אונז אויס איז נישט ממש אזוי, ס׳איז אפט נאר געזאגט געווארען לטובת הענין, א משל, א התעוררות אויפצווועקען דער הארץ און מעורר זיין א טראכט. אין אנדערע ערטער איז עס נאר א שפראך צו א מליצה, מ׳מיינט עס נישט פונקט אזוי (איך געדענק אלץ פערצען יעריגע בחור האב איך געזען דער מאמר ׳באתי לגני׳ פון דער ליובאוויטשער רבי, און ביי מיר איז שוין אפגעמאכט געווארען אז דא רעדט זיך פון אן עובד ע"ז. ביז איך בין עטוואס עלטער געווארען און איך האב געלערנט אביסל שפראך, והבן)

יעדער מוז פארשטייען אז דאס איז נישט אמת׳ער פשט אין פסוק צו א טעאלאגיש אויסגעהאלטענער ענין.

ווען אבער אן אמעריקאנער יענקי, צו א ליטווישע משגיח זאגט די זעלבע זאך, איז עס מיט די תמימות׳דיגע כבדות פון א גלויבער, און דעמאלס קען עס זיין געפערליך.

ראביי פערבער איז נישט קיין חניך וויליאמסבורג, ער מיינט וואס ער זאגט. ווען ער שפילט מיט האקעלע זאכען, קען מען קיין מקור נישט ברענגען פון א חסידישע ספר וואס איז לכתחילה נישט געזאגט געווארען אז אזוי איז טאקע אמת ויציב.

איך האב נאך א הערה אויף די אויסגעשמועסטע עניינים.
ס׳זעט מיר אויס ווי די ליבוביצ׳ס און יאנקלעוויוש׳ס פון דער וועלט האבען סתם אזוי א לייכטזיניגקייט צו אמונות ודעות. דער רמב"ם זאגט איין נקודה, און ער ׳מעג׳ עס ציען ווייטער. וואס איז דער ׳מעג׳? מ׳זוכט עפעס מיישב צו זיין וועלכע ברייתא דר׳ ישמעאל דער ים סוף האט געזען מיט א שכר מצוה בהאי עלמא ליכא? דאס איז וויכטיגער יסודות פון אונזער לעבען, און קיינער ׳מעג׳ נישט זאגען וואס ס׳פאלט איהם איין. אדער ריכטיג אדער נישט ריכטיג, אדער אויפגעוויזען אדער נישט. דא איז נישט קיין ענין פון ׳מעגען׳ און זאגען געדאנקען פון בויך ארויס. ס׳זעט מיר אלץ אויס ווי זייערע ווערזיע פון שאלעשידעס תורה׳ס.

וועגען ביקורת המקרא דארף מסתמא זיין אן עקסטער אשכול, חזקה על חכמי השטיבעל אז מ׳האט געשמועסט מער ווי וואס ס׳שטייט דא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הוגה » מאנטאג יולי 3, 2017 9:45 pm

· #377682
ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז וויכטיגער יסודות פון אונזער לעבען, און קיינער ׳מעג׳ נישט זאגען וואס ס׳פאלט איהם איין. אדער ריכטיג אדער נישט ריכטיג, אדער אויפגעוויזען אדער נישט. דא איז נישט קיין ענין פון ׳מעגען׳ און זאגען געדאנקען פון בויך ארויס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


פארוואס מעג מען נישט? אויב איינער האט א געוויסע הבנה אין אן ענין און ער גלייבט אז דאס איז דער אמת, פארוואס מעג ער עס נישט זאגן? זענען פארהאן חלקים אין די תורה וואס זענען אפגעשלאסן פאר געוויסע חלקים פון כלל ישראל?

ס׳זעט מיר אלץ אויס ווי זייערע ווערזיע פון שאלעשידעס תורה׳ס.


איך האב אויך אזוי געפילט בנוגע א מערהייט פון ביקורת המקרא.

אגב, איך האב פערזענליך פארברענגט מיט ר' זאב פארבער, ער קומט מיר פאר צו זיין א גאר ערנסטע מענטש. די זעלבע פיל איך בנוגע ישעיה ליבוביץ. איך וואלט דיר פארגעשלאגן אז דו זאלסט דיך באקענען מיט מענטשן איידער דו ביסט מחליט ווי לייכטזיניג זיי זענען.


.

איך אויך » מאנטאג יולי 3, 2017 9:54 pm

· #377683
ביקורת המקרא= כפירה, סאו איז ער גערעכט.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 3, 2017 10:00 pm

· #377684
Re: שערוריית "תורה מסיני" מבית מדרשם של ישיבת חובבי תורה
דאס עצם רעדען פון ׳מעגען׳ איז א לייכטזיניגקייט. אדער יא אדער נישט, דאס איז נישט קיין ווילונג. פונקט ווי פיזיקס איז נישט קיין ענין פון ׳מעג׳, דער גלייכט בעסער ׳סטרינג טהעארי׳ און דער האט מער א טעם אין ׳לופ טעארי׳, און אלץ ווענדט זיך אויף טעם.

און טאקע אין דער נושא, מהיכי תיתי דער גאנצע זאך? דער רמב"ם, געבויט אויף פסוקים און נבואה, ווייסט צו זאגען אז משיח וועט קומען און זיין קעניג איבער אידען. פון ווי וועט מען ברענגען א ראיה אז ס׳איז נאר א מיסטישע זאך, א חלק פון דער מענטש זעלבסט? ער ׳האלט׳ אז ס׳איז ריכטיג? דאס האלטען איז עפעס א פערזענליכע זאך וואס דארף נישט קיין ראיה? אין פיזיקס מעג מען אויך ׳האלטען׳? דער גאנצע נושא איז צו מיר פרעמד ביז גאר. דאס לאזען מענטשען טראכטען וואס זיי ווילען, און אויף מארגען ווערט עס מיר אן ערנסטע זאך. (איך האב גארנישט גרעדט פון זיין זאגען, דער ענין איז זיין מחליט זיין עפ"י וואס ס׳שמעקט איהם. נאכ׳ן מחליט זיין, מעג ער זאגען)

ראביי פערבער קען איך נישט, אבער פרופ׳ ליבוביץ האב איך פיהל געליינט. מיט זיין אלע געדאנקען, זעט עס מיר נישט אויס ווי די ארבעט פון איינער וואס איז געגאנגען אויפזוכען דער אמת, א שטייגער ווי ר׳ גדליה וכדו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הוגה » מאנטאג יולי 3, 2017 10:26 pm

· #377686
תורה ואמונה זענען נישט קיין פיזיקס. חז"ל זאגן שוין כפטיש יפוצץ סלע. אפילו ביי עקרי אמונה זענען דא אזויפיל שיטות און הבנות. יא, איינער פארשטייט עס איין וועג און דער אנדערע פארשטייט עס אנדערש. דו ווילסט גיין מיט די טיפיקל טראדישאנעל מהלך וואס מ'האט דיר געלערנט אין חדר? גוד פאר יו. יענער "מעג" אבער ווייטער גיין מיט די מהלך וואס קומט אים אויס צו זיין ריכטיג אן דעם וואס מ'זאל אים איינטיילן אז ער איז לייכטזיניג.

אפשר קענסטו עלאבירירן אויף וואס דו באזירסט דיין נעגאטיווע דזשאדזשמענט אויף פראפעסער ליבוביץ?


.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 3, 2017 10:57 pm

· #377689
Re: שערוריית "תורה מסיני" מבית מדרשם של ישיבת חובבי תורה
קודם, איך רעאגיר נישט יעדעס מאל, אבער יעדער תגובה דיינער האט צו מיר א פערזענליכער שטאך דערין. דאס איז נישט מדרכי החכמה.

כפטיש יפוצץ סלע מיינט נישט יעדעם ווי ס׳שמעקט איהם. כפטיש יפוצץ סלע גילט אחן הלכה אויך, אז אין יעדער וויכוח איז נישט מעגליך אויפצווייזען פאר א צווייטען אינגאנצען דיין מיינונג, און יעדער וואס האט ערליך און גרונטליך נאכגעפארשט א נושא, און אלצדינג אויפגעוויזען, אפילו ווען א צווייטע וועט זיך דינגען אויף זיין אויפווייזונג, איז זיין דעה א דעה. דעמאלס איז עס אריין אין די שבעים פנים לתורה. נישט ווייל ער האט עס געזאגט און נישט ווייל ער האט מער הנאה פון דער סארט טראכטסגאנג, נאר ווייל ער האט עס אויפגעוויזען צו זיך. דער וואס מיינט אז ס׳איז גענוג אז א פשט געפעלט איהם טראכט לייכטזיניג, נישט ווייל מ׳האט איהם אזוי איינגעטיילט, און אפילו ווען קיינער וועט איהם עס נישט איינטיילען, איז עס נאכאלס גרינג אנגעקוקט א וויכטיגער זאך.

מיין בליק אויף פרופ׳ ליבוביץ קומט נישט פון איין מאמר דוקא. איך האב אסאך הנאה געהאט פון זיין רעיונות, און ס׳האט מיר נישט געשמעקט פון כפירה, נאר פון א מין רייץ צו אויבער חכמה. איך קען נישט ברענגען די פונקטליכע ווערטער זיינער, אבער ס׳האט מיר נישט אויסגעקוקט אז ער רעדט אין גאנצען אריגינעל, אפילו ווען זיין מיינונג איז ארויס פון די אלגעמיינע באקס. ס׳האט מיר אויסגעקוקט ווי ער זאגט ׳דו זאגסט אזוי? איך וועל זאגען פארקערט, דאס מסביר זיין אין פשוט׳ער ווערטער, און גיי טו מיר עפעס".

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בן אדם » מאנטאג יולי 3, 2017 11:02 pm

· #377691
ביי הלכה דארף מען טאקע האבן א ריכטיגע סברה אז ס'זאל שטימען מיט הלכה, אבער פון מ'רעדט נישט אין הלכה איז יעדער בארעכטיגט צו זאגן א סברה. ווילסט, נעם עס אן, אז נישט, איז נישט.

בן אדם » מאנטאג יולי 3, 2017 11:03 pm

· #377692
דער וואס האט א קבלה אז מ'טאר נישט אריינרעדן אין ענייני אמונה אדער תורה מסיני טאר טאקע נישט, אבער זעט אויס נישט יעדער האט אזא קבלה...

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 3, 2017 11:06 pm

· #377693
Re: שערוריית "תורה מסיני" מבית מדרשם של ישיבת חובבי תורה
בן אדם
ביי הלכה דארף מען טאקע האבן א ריכטיגע סברה אז ס'זאל שטימען מיט הלכה, אבער פון מ'רעדט נישט אין הלכה איז יעדער בארעכטיגט צו זאגן א סברה. ווילסט, נעם עס אן, אז נישט, איז נישט.

דאס רוף איך אן לייכטזיניג. דו ווילסט זאגען אז לייכטזיניג איז בארעכטיגט ווייל ס׳איז נישט הלכה. זייער פיין. אבער צו דעם האסטו נישט קיין ראשונים און פריערדיגע. זיי האבען עס זייער ערנסט גענומען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 3, 2017 11:17 pm

· #377700
Re: שערוריית "תורה מסיני" מבית מדרשם של ישיבת חובבי תורה
אגב, וועגען די יתד ארטיקלען בין איך הונדרעט פערצענט איינשטימיג מיט הוגה. איך געדענק ביים ליינען ווי ס׳האט גע׳עקעלט. מיר זעט אויס אז זיי זוכען א היתר איינעם צו בארעדען, און יעצט איז ישכר כ"ץ וכדו׳ דער קרבן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בן אדם » דינסטאג יולי 4, 2017 12:23 pm

· #377779
ליטוואק פון בודאפעסט
בן אדם
ביי הלכה דארף מען טאקע האבן א ריכטיגע סברה אז ס'זאל שטימען מיט הלכה, אבער פון מ'רעדט נישט אין הלכה איז יעדער בארעכטיגט צו זאגן א סברה. ווילסט, נעם עס אן, אז נישט, איז נישט.

דאס רוף איך אן לייכטזיניג. דו ווילסט זאגען אז לייכטזיניג איז בארעכטיגט ווייל ס׳איז נישט הלכה. זייער פיין. אבער צו דעם האסטו נישט קיין ראשונים און פריערדיגע. זיי האבען עס זייער ערנסט גענומען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בדעת הפני מנחם מ'גור ז"ל
📎 Screenshot_2017-07-04-11-22-16-1.png

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 4, 2017 12:43 pm

· #377781
א. אז דו ווילסט אפילען צו דער אוטאריטעט פון דער גערער רבי, האסטו נישט וואס צו זוכען אין דער אשכול.

ב. איך ווייס נישט וואס האט דאס אהער. משיחיזם, לדעת הרב פנחס מנחם, איז נישט קיין כפירה, נאר א נערישקייט. ווען ס'איז יא כפירה ווייס איך נישט צו דאס איז דער גאנג. מ'דארף כאטש אויסזאגען דער אמת אז דאס איז נישט קיין אידישע גלויבונג. אין ביקורת המקרא בין איך נאך נישט גענוג באהאווענט צו ס'איז טאקע כפירה אין תושבע"פ אדער נאר א קוריאזער מיינונג. אבער דער גערער רבי האט נישט אהער.

בן אדם » דינסטאג יולי 4, 2017 12:57 pm

· #377782
אנטשולדיגט, כ'האב פארגעסן אז דו ביסט א שך'ניק, און אז ביסט אלערדזשיקט צו די ווארט 'חב"ד'.

נישט יעדער מאל וואס מ'דערמאנט חב"ד אדער גור מיינט עס אז מ'אפיעלט שוין צו זייער אוטאריטעט, ענד סעים מיט רב שך.

מי אני » זונטאג אפריל 7, 2019 1:17 pm

· #428003
שערוריית "תורה מסיני" מבית מדרשם של ישיבת חובבי תורה
Starbucks
@לעיקוואד, @אנאנים, פארשטייט זיך ס׳דא אנדערע וואס בארוהיגן זיך מיט א וויזיט צין א סטריפ קלאב, אפשר איז עס אפילו מער געראטן וואו זיך אריינטוהן אין ביבל קריטיק...
.


<a class="postlink" href="https://thetorah.com/when-a-teacher-believes-biblical-criticism-is-worse-than-pornography/">https://thetorah.com/when-a-teacher-bel ... rnography/</a>

(בנוגע משיח׳יזם אי נידון כאפיקורסות/מינות עיין בשו״ת בני בנים ח״ד סימן כו.)


Sent from my iPhone using Tapatalk

האוועלער רב » מיטוואך דעצעמבער 9, 2020 4:40 pm

· #463925
עמיצער האט מיר נישט לאנג צוריק נאכגעזאגט פון א קדמון, אז יו"ט של גליות האבן אידן באקומען אלס עונש פאר'ן נישט געהעריג היטן די ימים טובים. מיר איז איינגעפאלן צו נעמען דעם זאג, און מאכן דערמיט אן עקספערימענט.

דאס האב איך געהערט כמ"פ פונעם רה"י ר דוב לנדו אין סלבודקא ער פלעגט עס נאכזאגען פאר די אמעריקאנע בחורים אלעמאהל י"ט שני
סאיז א ירושלמי וגם אני נתתי לכם חוקים לא טובים ומשפטים בל יחיו בהם אז דאס גייט ארויף אויף י"ט שני

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 12, 2020 8:06 pm

· #464010
האוועלער רב: איך פארשטיי נישט פונקטליך דעם קאנטעקסט פון דעם ירושלמי וואס דו האסט ציטירט. אבער די אונטערשטע שורה פון די גאנצע אינסטיטוציע ..."חובבי תורה"... כאטש זיי האבן אזא שיין קלינגענדיגן נאמען, באזיצן זיי א גייסט פון רעפארמירן אידישקייט. צו פאסן דאס אידישקייט צו די צייט.

אין דעם פרט זענען זיי נישט ווייט פון די אריגינאלע רעפארמער. זיי האבן אויך נאר אנגעהויבן מיט צו פאסן דאס אידישקייט צו די צייט (גייסט). אין די זעלבע צייט האבן זיי אנגעהויבן ראציאנאליזירן אידישקייט. ד.מ. קיום המצוות. זיי האבן געזאגט...פארוואס האט די תורה פארבאטן צו עסן חזיר?! ווייל אין די מדבר האבן די אידן נישט געהאט קיין מעגליכקייט געהעריג צו קאכן און האלטן פריש דאס פלייש. און חזיר, כידוע אנטהאלט א ווארעם (טריקינאסיס) וואס קען שטארק קראנק מאכן. אבער אין די היינטיגע מאדערנע צייט איז דאס נישט שייך. אויך. וואס די תורה האט געזאגט אז אום שבת טאר מען נישט אנצינדן קיין פייער איז געזאגט געווארן אין די אמאליגע צייטן ווען מ'האט געדארפט אנצינדן פייער שטיינער. אבער נישט אין די היינטיגע מאדערנע צייטן ווען מ'באנוצט זיך מיט צינדהאלץ (מעטשעס/שוועבלעך).

דאס איז אינגאנצן אנדערש ווי די ארטאדאקסישע רבנים וועלכע באטראכטן די שאלות פון די היינטיגע טעכנאלאגישע תקופה און זיי פסק'נען איבער זיי. אזוי ווי דער מהרש"ג. ר' שמעון גרינפעלד. וועלכער האט מיט 130 יאר צוריק, בערך געפסקנ'ט איבער די דאמאלס נייע טעכנאלאגישע ערפינדונגען. אדער דער כתב סופר פאר איהם. זיי האבן נישט געבויגן אדער געבראכן די גרונט פרינציפן פון די תורה.

סקעפטיקער » דינסטאג פעברואר 6, 2024 1:31 pm

· #548382
Re: שערוריית "תורה מסיני" מבית מדרשם של ישיבת חובבי תורה
א פרישע ארטיקל פארציילט וויאזוי ר' דוד שטיינבערג האט געטוישט זיינע מיינונגען דורכן עוסק זיין אין קירוב
https://www.thetorah.com/blogs/a-tribute-to-my-friendship-with-david-steinberg
בלאט: 1 2