☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » חבורות

חבורות

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4346

בדחן » מיטוואך יולי 24, 2013 12:07 am

· #135741
חבורות
אינעם דערנעבעדיגען אשכול האט מען ארום גערעדט פונעם מושג פון האבן גאר א נאנטע חבר,

דאס האט מיר געברענגט צו עפענענן די אשכול צו ארום די נושא פון חבורות, באמת איז דא זייער אסאך צו רעדן דערפון, מען קען שרייבען דערפון שעות, אבער די צייט איז נישט געאייניגט דערפאר, די קאנצעפט דערפון אז עס נעמען זיך צוזאם פינף אדער צען יונגעלייט, מערסטענס פופצן אדער צוואנציג יונגעלייט, און זיי מאכען זיך א חבורה ווי זיי קומען זיך צוזאם יעדע וואך און שמיעסן זיי האלטן א נאנטען קשר לגבי יעדע זאך, סיי לגבי רוחניות און סיי לגבי גשמיות, עס גייט אן אין א געוואלד קהילות, ר' מענדל'ע אין וומסב"ג האט עס לעצטענס שטארק מחזק געווען און מחדש געווען ביי זיינע חסידים, עס וועט נעמען צו לאנג אויסצורעכענענן די מעלות דערפון, אבער די אלע וואס באטייליגען זיך אין אזא חבורה זעען א געוואלדיגע שינוי לטובה אין אלעמען.

בדחן » מיטוואך יולי 24, 2013 1:24 am

· #135782
די חבורות האבן נישט קיין ראש חבורה, עס איז אינגעלייט צווישען זיך וואס יעדער איז אייניג בערך מיטען מהלך המחשבה און מען רעדט און מען פארברענגט אינאיינעם, מעגליך אז עטליכע חבורות אינאיינעם האבן העכער זיך א ראש, אבער איך האב נישט געהערט דערפון,

נולד מאוחר » מיטוואך יולי 24, 2013 2:18 am

· #135801
סדא גאנצעטע חבורות זייער קשר איז וואטס עפפ גרופס. מקומט זיך צוזאם ספעציעל זומער און מפארברענגט בשבת אחים אמאל איז טועם צלי אש בצותה חדא און אמאל זיצט סתם ביים וואסער און ליידחגט אויס זעקלעך פאפיטעס און פאפקארן.
סאיז א געוואלדיגע חיזוק פאר זיי.

בדחן » מיטוואך יולי 24, 2013 10:14 pm

· #136025
איך פארשטיי וואס די פראבירסט ארויסצוברענגען, אז עס איז דא ביי וועם עס גייט נישט ווייטער ווי צלי על האש וואטס אפ און פאפקארען, אבער איך רעדט נישט פון די אפפאל יעצט.

די חבורות זענען מער באזעצענע טייל פון זיי גאר בעה"ב חברה איך קען עטליכע יונגעלייט וואס האבן גרויסע פאזציעס ביי גרויס קאמפאניס, אבער זיי האבן זיך צוזאם גענימען 7 8 יונגעלייט און מען קומט זיך צוזאם צו ווייניגסטענ'ס איינמאל א וואך און מען שמיעסט און מען פארברענגט, פון רוחנוית ביז גשמיות,

מען זאגט אז דאס גייט זיין די שליסל און אלע קהילות ביז עטליכע יאר ווי אזוי דער עווריטיש יונגערמאן וועט זיך האלטען צו עטוואס א העכערע דרגה ווי דשאסט אייפאון יענקיס, צלי על האש וואטס אפ, אד"ג, בשבת אחים ודיבוק חברים ברענגט מען זיך ארויף צו א העכערע דרגה.

קינות גירושין » מיטוואך יולי 24, 2013 11:43 pm

· #136060
בדחן די האלטסט אז די אלע וואס גרילען א שטיקעל פלייש צו עסן זענען אפפאל ? בוזטו אויפן קאפ געפאלען אדער וואס ?
R u for real?
כרעדט נישט אז איינער גייט ח״ו צו א רעסטעראנט וכדומה, דעס קען איך פארשטיין, אבער אז איך רוף אפאר חברים ביי מיר אין בעקיארד דא אין מאנסי און מעסט א געשמאקע נאכטמאל און מרעדט פון אל הא ודא איז א פראבלעם???

בדחן » מיטוואך יולי 24, 2013 11:49 pm

· #136062
ח"ו, וואס מאכט דיר אזוי טראכטען? צלי על אש איז גאר א גראטענע זאך,
איך האב עס נאר געשריבען און גייסט פון א תגובה בעפאר ווי יענער האט פראבירט צו היידשעקען און פארדרייען א אשכול,

קינות גירושין » מיטוואך יולי 24, 2013 11:53 pm

· #136065
לענ״ד האט נולד נישט געטרייט צו פארדרייען דעם אשכול ער האט פשט געוואלט זאגען אז דער ענין פון דיבוק חברים הערשט ביי יעדעם אנדערשט, ביי איינעם זאגען ווערטער פון אחה״ק, און ביי א צווייטען דורך האבען געשמאקע תוכנדיגע שמועסן ביים וואסער וכו, 

נולד מאוחר » דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:40 am

· #136113
בדחן סקען זיין אז און אפאר יאר ארום וועט זיין ווי די שרייבסט לעתעתה איז עס ווי איך שרייב. אינגערלייט האלטן זיך ציזאם מיט צלי פאפקארן קומזוץ וכו'.
סך מער זענען in פאר ויהי רחמיך פון אלי ביער ווי פאר רב קלוגער ר צבי מייער הוק אפס

אפ פאל זענען ביידע גרופעס פונעם צווייטענס פערספעקטיוו.
איך פערזענדליך גיי פאר קלוגער סלעש חב''ד ברסלב. צלי מיט ביער רעדט נישט צי מיר, צי מיין זון איז פונקט להיפך.

קרעקער » דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:32 am

· #136170
דערולם איז אין די פעדערען

ח"ו, וואס מאכט דיר אזוי טראכטען? צלי על אש איז גאר א גראטענע זאך,

ביי דע וועי דעם קרבן פסח האט מען אויך געמאכט צלי על האש

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 25, 2013 11:20 am

· #136189
שלאגן א חבר איז אויך א געראטענע זאך, והא ראי' קוק א מצוה אין די תורה צו געבן מלקות,
א פרוי זאל שפייען פאר מענער איז אויך א געראטענע זאך, קוק ביי חליצה,
און אפשניידן א קאפ פון א קעלבל איז גאר גוט, א ראי' האסטו ביי עגלה ערופה,

דארפסט נאך, קרעקער?

שרייבער » דאנערשטאג יולי 25, 2013 11:28 am

· #136191
נולד מאוחר
בדחן סקען זיין אז און אפאר יאר ארום וועט זיין ווי די שרייבסט לעתעתה איז עס ווי איך שרייב. אינגערלייט האלטן זיך ציזאם מיט צלי פאפקארן קומזוץ וכו'.
סך מער זענען in פאר ויהי רחמיך פון אלי ביער ווי פאר רב קלוגער ר צבי מייער הוק אפס

אפ פאל זענען ביידע גרופעס פונעם צווייטענס פערספעקטיוו.
איך פערזענדליך גיי פאר קלוגער סלעש חב''ד ברסלב. צלי מיט ביער רעדט נישט צי מיר, צי מיין זון איז פונקט להיפך.

בדחן האט דייקא נישט גערעדט פון חבורות וואס באלאנגן צו א סעקטע/קולט/צלי אש וכו'
ער רעדט פון אינגעלייט און ווי ער האט געשריבן אן א ראש החבורה, און איך האב נייעס די זעלבע איז דא אין קרית יואל אויך, חוץ די גרויסע חבורת ליל ששי איז דא אסאך אסאך קלענערע חבורות ווי אינגעלייט קומען זיך צוזאם איינמאל א וואך, און די מעלה איז טאקע דאס אז ס'איז אן א ראש החבורה, ס'איז א ס', אן א ראש וסוף, יעדער איז אייניג, ס'איז נישט מיוסד אויף לערנען א ספר, און אפילו ווען מען לערנט יא אין א ספר איז עס נישט מער ווי 5 מינוט, ס'גייט נישט מיט א סיסטעם ווען מען קומט אריין טוט מען דאס, און 5 מינוט שפעטער דאס, ס'איז יעדע וואך אנדערש, אמאל רעדט מען א נושא, אמאל זינגט מען אמאל טאנצט מען, בקיצור ס'איז מורא'דיגע געשמאק, און יא ס'איז דא דארט פאפקארן אויך...

נולד מאוחר » דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:06 pm

· #136284
קרעקער
דערולם איז אין די פעדערען

ח"ו, וואס מאכט דיר אזוי טראכטען? צלי על אש איז גאר א גראטענע זאך,

ביי דע וועי דעם קרבן פסח האט מען אויך געמאכט צלי על האש

נא סאיז העכרע זאכן די קרבן פסח

גדעון » דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:19 pm

· #136291
דאכט זיך, אז יעדע יוצא ישיבת סאטמאר קווינס ווערט אנגעשלאסן אין א חבורה מיט א ראש החבורה און מקומט זיך צוזאם פון צייט צו צייט, איינער ווייסט מער?

שרייבער » דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:21 pm

· #136295
גדעון
דאכט זיך, אז יעדע יוצא ישיבת סאטמאר קווינס ווערט אנגעשלאסן אין א חבורה מיט א ראש החבורה און מקומט זיך צוזאם פון צייט צו צייט, איינער ווייסט מער?

דו ביסט נישט פון די יוצאים?
א ראש החבורה איז שוין מער א פארמאלע זאך, איך קען נישט זאגן אז ס'איז נישט גוט ווייל כ'האב עס נאכנישט געקאסט, אבער לע"ע קוקט מער אויס געשמאק אן א ראש

דעת תורה » דאנערשטאג יולי 25, 2013 7:23 pm

· #136389
אבערוואס, חלומות, גדעון.

איך אויך » דאנערשטאג יולי 25, 2013 7:47 pm

· #136399
שמעקי ביסט אריין אין עפעס א ב"ש קולט?

יאיר » דאנערשטאג יולי 25, 2013 8:09 pm

· #136404
צו מעג איך אפשר וויסן ווער גענוי איז דאס דער רבי ר' מענדעלע וויליאמסבורגער שליט"א?

שרייבער » דאנערשטאג יולי 25, 2013 8:26 pm

· #136410
יאיר
צו מעג איך אפשר וויסן ווער גענוי איז דאס דער רבי ר' מענדעלע וויליאמסבורגער שליט"א?

מען רופט אים אויפן לעצטען נאמען טייטלבוים, ער איז רב אין א קהלה וואס רופט זיך קהל יטב לב דסאטמאר וואס איז צענטראלע ביהמ"ד איז סטאנציאנירט אויף 14 הופפער סט. אין וויליאמסבורג