שמעקעדיג, עפעס איז ראנג מיט דיר?
קנה לך א "בעסטע חבר"
63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4344
בלאט: 1 2
אינעם גאנצן אשכול האב איך נישט געטראפן אויס געשמועסט דעם חילוק צווישן ׳בעסטע חבר׳ און גאר א ׳נאנטע חבר׳, וואס לדעתי איז מען צוטיילט דא מיט די מיינונגען אויך אין דעי פוינט. איך למשל, בין זייער זייער קראנק אויף סאשועליטי (נישט זיכער אז ס׳איז א קרענק, אבער שוין) און איך קען ממש נישט אנגיין אן חברים, און ווען זיי זענען נישט בנמצא דעמאלטס אן סאשעל מידיע - אינטערנעט, און איך קען זאגן אז דאך האב איך נישט קיין בעסטע חבר און איך האב נישט געטראפן איינער וואס איז פאסיג דערפאר אויך נישט. נאר איך האב עטליכע נאנטע חברים, און וואס מאכט דאס ווארט נאנט? אז איך בין שוין א שטיק צייט אינאיינעם מיט זיי, מיט איינעם אין ביהמ״ד, מיט איינעם אינעם זעלבן בילדינג ביי די ארבעט וכו׳, און איך קען שוין גאנץ גוט זייער כאראקטער, דאס הייסט אז פלוני איז נישט די טייפ אפילו מיר צושיידן זיך צו אנדערע שטעט, וועט ער לויטן טיפ נישט גיין ווייטער פארקויפן מיינע אישוס וואס איך האב מיר מיט אים דורכגעשמועסט א.א.וו., וואס דאס איז נישט בעסטע חבר און אויך נישט פלעינע חבר, וואס דאס האט מען עטליכע ובבחינת דברי ׳געון הגעונים׳, איינער פאר דאס און א צווייטער פאר יענס, אבער האבן א בעסטע חבר קוקט מיר אויס אביסל ווייט פון די מציאות אפילו איך גלייך שטארק די געדאנק דערפון, אבער דער איז דאך נישט קלוג אין דעם, און דער איז צו ערליך פאר מיינע שטותים, און דער האלט קעגן מיין רבי׳ן, ווי שרגא רופט עס לא ראי זה כראי זה, אבער דעפיניטלי אז נאנטע חברים מאכן די לעבן. געשמאק.
שרייבערלעיקוואדואני רק לעורר באתי, א יידיש בחור האט ממציא געווען לעצטנס א מורא'דיגע המצאה, עס רופט זיך "פעיסבוק", אדער "ספר הפנים", אדער "באזוכט=בוך" וואס דאס איז גאר א נוצליכע און פראקטישע כלי אויף צו האלטן קשר מיט- און טרעפן חברים וואס מ'קען מיט זיי האבען א גוטע קשר, איך פרעזענליך האב שוין געטראפען עטליכע חברים וואס איך האלט פאר מיינע בעסטע חברים דורך די אפשריות וואס דער כלי גיט.
כמו שלא ישיג הסומא עין הצבע והחרש שמע הקולות, כן לא ישיגו הגופות האדוקות בספר הפנים תענוגי הנפשיות של ידיד אמת פנים אל פנים ולא פנים אל מסך
נארישקייטן. כאילו עס איז דא א חילוק צווישען רעדן מיט איינער אויפ'ן טעלעפאן אדער רעד'ן מיט עם אויף פ"ב.
עניוועיס, ווער הייסט אלעס זאל בלייבען דארט? איך האב געזאגט אז עס איז גאר א גוטע וועג צו טרעפן חברים, שפעטער קען מען זיך טרעפן מיט עם פנים אל פנים אויב איז אינטרעסאנט. וכן אני נוהג.
קאווע טרינקערשמעקעדיג, עפעס איז ראנג מיט דיר?
יא! לייידער.
האסט פאר מיר א ר"ת?
דאס איז מיין דעפענישאן פון די 3 סארט חברים, עס איז אפען פאר דיסקאשען.
א חבר; איינער וואס דו גריסט און שמיעסט מיט ווען דו טרעפסט אים, דו מאכסט נישט קיין עפערט אים צו טרעפן. דאס קען זיין איין איינזייטיגע חבר׳שאפט.
א נאנטע חבר; איינער וואס דו האסט ליעב צי רעדן מיט אים, ענק האבן אסאך אין קאממאן, דו רופסט אים ער זאל גיין מיט דיר צי א וואך נאכט/ טיי אווענט זאלסט אינדזשויען די צייט דארט, קען אויך זיין איינזייטיג אבער געווענטליך וועט יענער אויך פילן די זעלבע צי דיר. עס מיז אבער נישט זיין, ער קען זיין דיין חבר נאר דיר א טובה צי טוען.
א בעסטע חבר; איינער וואס דו טראסט מיט דיין לעבן, אלע סודות און פראבלעימען פילסטו באקוועם און לעכצסט אויס צי שמיעסן מיט אים, דו ווייסט אז ער וועט דיר זאגן אויב דו ביזט נישט גערעכט. עס מיז נישט זיין אז ענק זענען אלץ אויף די זעלבע פעידזש, אבער ענק פארשטייען זיך מיט א ווינק. דאס איז זייער א דיפ רילעישאנשיפ, על פי רוב ביידע וועגן. עס קען א דוירך גיין חדשים אהן רעדן און עס וועט זיך האלטן שטארק.
איך מיין אז אלע דריי זענען וויכטיג צי האבן פאר א נארמאלע לעבן׳ס שטייגער.
איך האב נישט קיין נאנטע חברים, עס קען אבער זיין אז איך בין א נאנטע חבר פאר אנדערע.

שמעקעדיגקאווע טרינקערשמעקעדיג, עפעס איז ראנג מיט דיר?
יא! לייידער.
האסט פאר מיר א ר"ת?
כ"ק אדמו"ר.
ביסט געי?
נו?
גארנישט. כ'זוך נאך אלץ........
(אגב, דיין חתימה שטימט יעצט)
(אגב, דיין חתימה שטימט יעצט)
קאווע טרינקערווער ס'געדענקט פון ישיבה איז געווען אזא מושג ווי א גאר-נאנטע-חבר.
אמאל איז דאס מער א בחינה פון להתעלס באהבים,
און אמאל איז דאס א נאנטשאפט וואס קוואלט פון הערצה איינער צום צווייטען, ראובן זעהט איין שמעון'ס מעלות, און שמעון האלט אז ראובן איז באמת מער פון אים.
מ'איז זיך מחשיב איינעם דעם צווייטען, מ'לערנט צוזאמען, מ'שמועס, מ'שפאצירט וכו'. אזא חברותא שאפט קען בעצם אנהאלטן יארן,
אבער היות אין אונזער סאסייעטי איז מיטגעקומען פון דערהיים אז די חתן גייט וואוינען במקום הכלה, כדי זי זאל חלילה נישט זיין ווייט פון איר מאמעס פארטוך מער פון 700 פיס,
ע"כ קען מען נישט פאראויס זעהן ווי ווייט דער חברותא שאפט וועט אנהאלטן...
בכלל, ווען א בחור האט חתונה, באקומט ער דאך א נייע חבר, זיין כלה. און ער פארגעסט פון זיינע חברים אביסל.
נאכמער פאסירט דאס, ווען איינע פון די חברים האבן בעסער חתונה געהאט, און דער צווייטער, שמעון, קליקט נישט אזוי מיט זיין באשערטע, און ער לעכצט נאך זיין יוגענט-פריינט וואס איז אין עולם הדבש-ירח,
ביז דער שמעון פילט אז ער האט נישט מיט וועם צו רעדן; א נייע חבר איז זייער שווער צו מאכן. די בעסטע חברים זענען די וואס מ'איז אויפגעוואקסן מיט.
זאת ועוד, שמעון'ס שוועריקייט אין טרעפן חברים איז בכפלים, ווייל די וואס קענען אים נישט, זעהן אים נאר אלץ א נעגעטיווער און פארקראכענער, בעוד, זיינע אלטע חברים ווייסען אז "דאס איז נישט שמעון"...
די וואס זייער בעסטע-פריינד-שאפט האט באדייט אין די בחינה ווי איהר האט צוגעצייכנט אי אנפאנג,
איז גאנץ פארשטענדליך אז נאכן חתונה זאל דאס נישט אזוי שטארק ממשיך זיין,
ווייל טאמער יא איז צרות ווי א בארג...
אפילו אז מען האט שלום בית פעלט אויס א נאנטע חבר.
אלעס אין איינעם איז נישט דא ביי קיינעם.
אלעס אין איינעם איז נישט דא ביי קיינעם.
שיינע אשכול , יישר כח פארן ארויף ברענגן.
Re: קנה לך א "בעסטע חבר"
עס דערמאנט וואו אין ישיבה וויפיל בחורים זענען סתם גע'רודפט געווארען ווייל זיי האבן געהאט א נאנטע חבר און די חזירים האבן געגעבן א שמיר ארויף אז זיי טוען וואס מען טאר נישט. בקיצור פארגאסן אומ-שולדיג בלוט פאר קנאה און נישט פארשטיין וואס עס מיינט א נאנטע חבר.
Sent from my XT1096 using Tapatalk
Sent from my XT1096 using Tapatalk
בלאט: 1 2