☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » וועט ענטאני ווינער -למעשה- לויפן פאר מעיאר?

וועט ענטאני ווינער -למעשה- לויפן פאר מעיאר?

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4343

שעפטל » דינסטאג יולי 23, 2013 5:37 pm

· #135624
וועט ענטאני ווינער -למעשה- לויפן פאר מעיאר?
פרישע באמבאסטישע נייעס איז ארויסגעקומען היינט איבערן מעיאר קאנדידאט ענטאני ווינער.

דער געוועזענער קאנגרעסמאן און איצטיגער מעיאר קאנדידאט האט היינט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט:

איך זאג ענק אז פרישע טעקסט מעסעדזשעס צו בילדער וועלן מסתמה ארויסקומען, ווי איך האב דעמאלטס (ביי זיין זיך אפזאגן פון קאנגרעס) אז איך בין געווען פאלש און בעוול'ט מיין ווייב, וואס האט מיר געמאכט פראבלעמען אין אינזער מערידזש, און האט געפירט אז איך האב מיך אפגעזאגט פון קאנגרעס.
צו מיר זענען שוין אנגעקומען פרישע זאכן וואס עטליכע זענען אמת און עטליכע נישט.
ס'איז נישט קיין פראגע אז וואס איך האב געטוהן איז אומאקצעפטבאר, און איך וויל נאכאמאל איבערבעטן מיין ווייב, און גלייכצייטיג באדאנקן פאר איר מיטארבייטן מיט מיר אדורך צו גיין וואס איך בין אדורך און פאר אירע מוחל זיין.
איך וועל ווייטער קוקן אויף די צוקונפט.


די שאלה איז נאר וואס ס'גייט זיין.

די 23 יעריגער פרוי וואס האט דערציילט אז זי האט באקומען טעקסט מעסעדזשעס פון ווינער זאגט, אז איר טשעטינג האט זיך אנגעהויבן בערך א יאר צוריק, יולי 2012 און אין אגוסט האט איר ווינער געזאגט אז ער וויל זיך מיט איר טרעפן אין טשיקאגא.
זי זאגט אויך אז זי האט באקומען בילדער פון אים פון א יאהו אקאונט אונטערן נאמען 'קארלאס דענדזשער' און אויך גערעדט צו אים איטליכע מאל אויפן טעלעפאן.

ווינער האט רעזעגנירט יוני 21 2011 פון קאנגרעס נאכדעם וואס ער האט בטעות ארויסגעשיקט א טוויט אום מעי 27 2011, אנשטאט שיקען צו איינעם פריוואט, דער טוויט האט געהאט א אומאיידעלע בילד פון אים.
נאך אפאר טאג לייקענען האט ער ענדליך געהאלטן א פרעס קאנפערענץ און מודה געווען אין זיין נעריש'ן אקט.
📎 Anthony-Weiner-resigns-007.jpg
אין די מינוטין דארף פארצוקומען א פרעסע קאנפערענץ ווי ווינער גייט רעדן.

שעפטל » דינסטאג יולי 23, 2013 5:40 pm

· #135626
יעצט האט ער געמאלדן אז ער וועט יא ווייטער בלייבן אין די רעיס!!!

זיין ווייב איז שטייט נעבן אים. און ער האט פריש איבערגעבעטן אפאר מאל..

שעפטל » דינסטאג יולי 23, 2013 5:42 pm

· #135628
ער האט מכבד געווען זיין ווייב צו זאגן אפאר ווערטער.

זי לאכט, זי איז ערענסט און וויינט.
ליינט גראד ארויס פון א צעטיל
זי האט אים פארגעבן...

-

יעצט נעמט ער שאלות

שעפטל » דינסטאג יולי 23, 2013 5:53 pm

· #135630
קאנדידאטן סאל אלבאניס (דעמעקראט), דזשאן קאצימיטידיס (רעפאבליקן) און ביל די-בלאזיא (דעמעקראט) האבן פארלאנגט אז ווינער זאל זיך ארויסציען

שעפטל » דינסטאג יולי 23, 2013 6:07 pm

· #135634
שעפטל
ער האט מכבד געווען זיין ווייב צו זאגן אפאר ווערטער.

זי לאכט, זי איז ערענסט און וויינט.
ליינט גראד ארויס פון א צעטיל
זי האט אים פארגעבן...

איר דרשה אין קורצן:
עס איז געווען אנהייב פון נאך אונזער חתונה, עס איז געווען זייער שווער און עס האט אונז לאנג גענומען עס אדורכצוגיין, אסאך אַרבעט און טעראפּי אז איך זאל אים קענען מוחל זיין.
איך האב אים ליב, איך האב אים פארגיבן, איך גלויב אין אים, און ווי איך האב געזאגט פריער, מיר גייען פראנויס.

בן תמליון » דינסטאג יולי 23, 2013 7:17 pm

· #135653
איך האלט אז מען דארף פארגעבן יעדער קען זיך פארזינדיקן, אבער דער זכר ווינער איז חולה בלי ספק. נאכן פריערדיקן סקאנדאל ווייטער צו שיקן בילדער פון זיין חאזעריי צו א פרעמדע? איך וואוט שוין נישט פאר איהם. וועט זיין די לעסביאנקע קווין. די אנדערע האבן סייווי קיין שאנסן.

איחוד פעלד » מיטוואך יולי 24, 2013 8:52 am

· #135818
איז ער טאקע אזוי שיין אז ער האט ממש א אומפארגעבליכע תאווה צו שיקען נאקעטע בילדער?

און דער אראבישער ווייב איז אים מוחל איינמאל און נאכאמאהל. זי האט גענומען גוטע לעסאנס פין היללארי.

שמו יגער » מיטוואך יולי 24, 2013 10:18 am

· #135827
וואס טוט מען נישט פאר אביסל כבוד???

סאשי פיש » מיטוואך יולי 24, 2013 10:24 am

· #135828
וועלקאם @שמו יגער מיך שריי נישט אן פליז

שמו יגער » מיטוואך יולי 24, 2013 10:35 am

· #135832
איך האב נאר ״געזאגט״ א פרקט דעטס אלל

שמו יגער » מיטוואך יולי 24, 2013 10:36 am

· #135833
שמו יגער
איך האב נאר ״געזאגט״ א פרקט דעטס אלל

פאקט סארי מיין טעות הדפוס

הערשי » מיטוואך יולי 24, 2013 11:27 am

· #135856
ס'איז אינטערעסאנט אנצומערקן ראו מה בין זעלדא לחומא. זעלדא שטייט פארזויערט ובעל כרחה תענה אמן בשעת אבו-דין איז אן אב-הרחמן. ס'איז יתכן אז דער ווינער איז א חולה, זיין זיפער האט זיך עפעס פארהאנקערט, און זיין נחמה'לה אנערקענט זיינע שוועריגקייטן מיט מיטלייד, בעת דער שפיצער איז סתם א ילבש שחורים בעל תאוה'ניק. אדער קען זיין ס'אז א שאלה פון מצא או מוצא, און זעלדא איז א גרויסע מוציא.

בן תמליון » מיטוואך יולי 24, 2013 11:33 am

· #135857
הא הערשי. אדער כלך לאידך גיסא זעלדא איז א אשה כשירה און די מעשים מגונים זענען צו ערנסטע זאכן פאר איר זיי צו פארגעבן מיט א מאך מיט א האנד. בעת חומא'לע יד ימינה של הילארי בקיאה בשבילין דמאניקע לאווינסקי, איז זיך סחורה פאר זיך און ווייסט גוט פונעם דין שמור לי ואשמור לך.

שעפטל » מיטוואך יולי 24, 2013 1:16 pm

· #135897
און מיכאל סעווידזש איז כעסיג (אזוי ווי אייביג...)

שעפטל » מיטוואך יולי 24, 2013 8:09 pm

· #135999
:Quinnipiac Poll
Anthony Weiner 26%
Christine Quinn 22%
Bill Thompson 20%
Bill de Blasio 15%
John Liu 7%
Sal Albanese 1%
Undecided 8%

:If Weiner drops out of the race
Christine Quinn 30%
Bill Thompson 26%
Bill de Blasio 21%
John Liu 10%

לאליפאפ » דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:05 am

· #136110
שמו יגער
שמו יגער
איך האב נאר ״געזאגט״ א פרקט דעטס אלל

פאקט סארי מיין טעות הדפוס

העי! גיי קיין שלום עליכם און דערלערן דיך דעם סיסטעם, אויב מאכט מען א טעות קען מען רעדאגירן און עס פיקסן.
(איך מיין שמו יגער נישט ווינער...)

סאשי פיש » פרייטאג יולי 26, 2013 10:48 am

· #136500
איך ווייס נישט פארוואס משביע האט עם ארייגעלאזט
איך מיין אז עס ברענגט נישט קיין כבוד נאר פארקערט
image.jpg

I'm back » דינסטאג יולי 30, 2013 2:11 pm

· #137283
עליאט ספיטצער, די געוועזענער גאווערנער פון ניו יארק, און קאנדידאט פאר די ניו יארק קאמפטראלער אמט, האט נעכטן, מאנטאג געזאגט אז ענטאני ווינער זאל נישט זיין די קומענדיגע מעיאר צוליב די רייע סקאנדאלן וואס שווימען ארויף לעצטנס.

ספיטצער, וועלכע איז אליין געצוואונגען געווען צו רעזיגנירן פון זיין אמט אלס גאווערנער פון ניו יארק אין יאר 2008, צוליב אן ענליכן סקאנדאל, האט געזאגט אז ער וואלט אויפגעזאגט א גאווערמענט ארבעטער וואס וואלט געהאט אזעלכע סקאנדאלן.

דעת תורה » דינסטאג יולי 30, 2013 2:30 pm

· #137290
גוט גוט... עמיר זען צי זיין קעגנער וועט האבן שכל צו נוצן זיינע ווערטער קעגן אים..

אבזערווירער » דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

· #137291
א חצוף ווי מר שפיצער איז שווער צו געפונען אפילו אינעם היינטיגן עולם התוהו

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 30, 2013 9:13 pm

· #137345
כדרכם בקודש, היט די קעטיל אן די העד.
NY_NYP.jpg

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 30, 2013 9:17 pm

· #137347
סאשי פיש
איך ווייס נישט פארוואס משביע האט עם ארייגעלאזט
איך מיין אז עס ברענגט נישט קיין כבוד נאר פארקערט

משביע וועט כאפן א מידיא געלעגנהייט עני טיים. שלעכטע פרעס איז אויך גוט. די מער מ'רעדט פון זיי (משביע) די מער פאליטישאנס וועלן ווערן involved מיט funding.

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 30, 2013 9:23 pm

· #137351
[ציטאט אראפגענומען]

זעט אויס שפיטצער איז א תלמיד חכם ער ווייסט אז הרהורי עבירה איז קשין מן העבירה.

outspoken » דינסטאג יולי 30, 2013 10:22 pm

· #137363
מיין וואוט איז ווינער, די איינציגסטע נארמאלע דעמאקראט, און יא ער האט א שוואכקייט...
נישט פארגעסען דזשאליני איז נישט בעסער געווען, נאר ער איז געווען קליג און קיינמאל נישט געגעבען א סטיעטמעמט פאר די פרעסע.

מ. גליקמאן » מיטוואך יולי 31, 2013 12:04 am

· #137385
איין שוואכקייט וואס דו ווייסט, וויפיל איז דא וואס דו ווייסט נישט?
און בכלל קענסטו איהם טראסטן צו פירן א גאנצע שטאט אין די צייט וואס ער האט נישט קיין שום רעספעקט אין זיך? מילא ער טוט דאס איינמאל שוין-קענסטו זאגן אז ער האט א שוואכקייט און ער איז אדורכגעפאלן, אבער אז עס געשעהט נאכאמאל ספעציעל ווען ער לויפט, העי! דאס ווייזט שוין אויף עפעס.

שאולדיספריםפאקער » מיטוואך יולי 31, 2013 12:28 am

· #137387
איך פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס די זאגסט אז מען קען אים נישט טראסטן מיט מעיארשאפט צו דען וועסטו זאגן אז טאמער איינער באגייט די זעלבע עוולות ווי ווינער קען ער נישט פירן א ביזנעס צו דען וועט אים איינער נישט טראסטן מה ענין שמיטה אצל הר סיני ..... וואס די קענסט יא זאגן אויב עפעס איז אז עס פאסט נישט צו האבן אזא איינער פאר מעיאר אבער דעי אלע אנדערע טענות איז לפי עניית דעתי נאן סענס

בענדזשאמין פרענקלין » מיטוואך יולי 31, 2013 1:11 am

· #137395
אני חושב שיותר מהמילה, המציצה בפה מחליש הכוחו והאונו של התאוה, וזהו כל הקנספוראציה (לתשומת לבך חזקיהו המלך) של בלומברג וטנדלר על רגל אחת, להפיץ רוח טומאה בעולם!!! היל"ת.

משה געציל » מיטוואך יולי 31, 2013 1:38 am

· #137401
נא, פוי. אשר קרחניק'ס.
אנאנים, פרידיש איז געטרידמארקד ביי פרישער.

פסיכאלאג » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 1:15 pm

· #137788
מיר האלטן שוין גאר נאנט און דער גייסטיש צורידערטער ווינער זיצט נאך אויף זיין בענקל, חברה וועקט אייך אויף! !
סעאיז נישט קיין תכלית ווי אר אין בעד שעיפ, מיר האבן ממש נישט פאר וועם צו וואוטען, אבער מאכט נישט קיין טעות מיטן פארגעבן פאר ווינער דער איז נישט סתם א חזיר,
אפי' שפיצער וואלט איך ענדערש פארגעבן, טראכט אריין פאר א סעקונדע ווער דער ווינער איז בכלל, האט איר שוין בכלל געכאפט א בילד פון דיין...? וואלט איר געשריבן די קראנקע עקלדיגע לשונות של אהבה וואס דער האט האט געשריבן פאר יענעם אשה?
עס איז נישט קיין מדובר פון פארגעבן עס איז א מדובר פון אויסוועלן א קראנקען פארשוין פאר מעיאר,
א פאליטישאן איז נישט קיין פויפסט אדער להבדיל א רבי סעמעג און עם אריינגיין א תאווה פאר א ביסל שמיץ, די וועלט ענדיגט זיך נישט,
אבער דער ווינער האט געטון קראנקע זאכן וואס האבן נישט א שייכות מיט תאווה,
איך וואלט זיך געקעלט צו געבן פאר אזא מענטש מיין האנט ווער ווייסט ווי עס איז געווען בעפאר...!,

מיר שאצן זוך אינטער!
מיר דעזערוון עפעס בעסער און נארמאלער פון דעם!
דער טרייבט שפאס פון אינז ער פראבירט אינז צו פארקויפן די ברוקלין בריק, ווי קען מען אויפנעמען א מעיאר אזא ליגנער און פאררעטער וואלט איר געבליבן א פריינט מיט איינער וואס וואלט דאס געטון צו זיין ווייב? ?
און קיינער זאל נישט פראבירן צו פארענטפערן אז די מעשה איז א פערזענדליכע קריים אין עס האט נישט קיין שייכות מיטן פירן א שטאט ווייל, אז ער האט נישט קיין פראבלעם צו טון אזא פארברעך מיט זיין אייגענע ווייב און קינד פארוואס זאל ער נישט טאן צו זיין שטאט? ?

קען איינער לייגן דעם צורידערטער פארשוין אויף איין טיש מיט שפיצער(נאכאמאל איך גיב אים נישט קיין גערעכט אבער דאך)?
מען האט שוין געהערט אז א מענטש נאכדערצו אום רעליגעז זאל באגיין אזא פארברעך,
אבער א מענטש זאל אפטון דאס וואס ווינער האט געטון? א פשוט'ער גוי וואלט פארלוירן זיין דשאב פארן טון אזאנס! יעצט הערט מיר איין טייערע ברודער סעוועט נאך קומען א צייט וואס מיר וועלן זיך אזוי בענקען נאך דעם בלומבערג (ליידער ) מיר וועלן זיך בעטן באנעם נעם פון אינז אוועק די פרייהייט פון טרינקען זיסע געטראנקען אדער רייכענען וכו און זעצט אייך צוריק אויפן בענקל...

איך וויל דא צו ענדיגן מיט א בקשה צו די טייערע ליינער חלומ'ט נישט פון גיין וואוטן פאר דעם צורידערטן פארשוין! איר וועט נאך טייער חרטה האבן אויף דעם!