☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » בין איך א גברא אדער א חפצא

בין איך א גברא אדער א חפצא

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4340

איחוד פעלד » דינסטאג יולי 23, 2013 4:27 pm

· #135600
בין איך א גברא אדער א חפצא
גאר אפט אין פארשידענע אשכולות קומט אויף א שמועס אז ביי אונז חסידישע חרדים וואס ווערען אויף געצויגען על טהרת הקודש, איז דא א חסרון בנוגע אונזער באנעמונג צו נשים. דהיינו, אונז באטראכטען זיי ווי א אביעטקטען, א "חפצא". ד.ה. מען קוקט זיי נישט אהן ווי מענטשען, און מען גיט זיי נישט קיין דרך ארץ ווי א מענטש, א פרוי רעדט צו דיך, קוקט מען אין דער זייט, מען לאכט פין פרויען, מען לאכט פין זייערע משוגעת'ן (אופס), און דער מכה בפטיש איז, אז מען האלט פרויען פאר אביעקטען (חפצות) לשם איין זאך, און ממילא איז עס סינאנעמעס מיט חטא, לפתח חטאת רובץ, און מען וויל נישט האבען מיט זיי קיין מגע משא, ווייל מען האט מורא אז מען וועט חלילה נכשל ווערען וכו'.

שוין, מסכים, איך קוק (פראביר) היינט אויף פרויען ווי מענטשען, נישט חלילה קיין אביעקט, איך רעד מיט א פרוי פראביר איך צו ענטפערען מיט א גלייכע פנים אזוי ווי איך וואלט גערעדט צו א מאנספערזאהן וכו'.

והוא הדין די אייגינע ווייב דארף מען פראבירען אנצוקוקען און רעדען אזוי ווי א מענטש, נישט אייביג רעדען ענינים של קלות ראש, נאר רעדען ווי מען וואלט גערעדט צו א פרעמדען, און טריטען ווי א "מענטש". מסכים.

די שאלה איז אבער, לעצטענס איז מיר געגאנגען אויף'ן געדאנק. וואס טוט זיך מיט מיר אליין, ווי אזוי ווער איך אליין אנגעקוקט ביי אנדערע, ווי א מענטש אדער ווי א חפץ?

עס טיילט זיך איין אין אפאר חלקים.

א. מיין שטוב, ד.ה. מיין ווייב, בין איך א מענטש אדער א חפץ?

ב. מיין אידישע געזעלשאפט, מיין קהלה חסידות בהמ"ד, וואס בין איך דארט?

ג. מיין גוי'שע שייכות.


לגבי א. בין איך א מענטש בכלל? אדער א נישט מער ווי א מאשין וואס פראדעצירט געלט פאר די הנאה פין מיין ווייב און קינדער?

לגבי ב. מיין קהלה ביהמ"ד, קוקען מיר אויך נאר אהן ווי א חלק פין די אינווענטארי, אדער גיב איך געלט, און אז נישט גיב איך כבוד דורך צוגעבען פלייש.

לגבי ג. די גוים און גוי'טעס וואס איך האב שייכות מיט דורך די ארבעט. מה אני? קוקען זיי מיר אהן ווי א מענטש בכלל? אדער ווי א מאדנע אידישע פארשוין מיט א לאנגע בארד און וועסטעל וואס איז אנגעפילט מיט ווייסע פלעקען פין די דאנדראף, און טראכטען אז זיי ניצען אויס דער קעפעל פין דעם אידישען חכם, וואס ווייסט עפעס אייביג ווי אזוי זיך אן עצה צו געבען נאכדעם וואס אלע האבען שוין אויף געגעבען?

דער איינציגסטער סוג וואס איך פיל קוקט מיך אהן ווי א מענטש, זענען די חברים מיט וועמען איך פארברענג אין פיזיקאלע ק"ש, אדער אין מקוה, זיי רעדען נארמאל סתם לשם רעדען, נישט ווייל זיי ווילען מיר אויסקוועטשען פאר וואס איך קען זיי געבען.

אביגדור » דינסטאג יולי 23, 2013 4:54 pm

· #135608
😛

פרישער » דינסטאג יולי 23, 2013 5:19 pm

· #135614
אין שיל זיכער א חפצה של מצוה אהין צי געיבען דאס געלט פאר זאמלער

אלעס ארים זענען אפערטוניסטען, יעדער זיכט א וועיג אריין אין טאש אריין נישט קיין חילוק ווער און ווען אלעס זיכט דעים וועיג.

שרגא » דינסטאג יולי 23, 2013 5:19 pm

· #135616
קודם דארף איך מוחה זיין אז דו זאגסט אויף פרויען אז "מען קוקט זיי נישט אהן ווי מענטשען", קוק דעם לענגערן תגובה אין וועלכן איך האב זיי בארימט און כמעט געשטעלט אלס "מבחר האנושי" אין דעם אשכול.

און לגבי דיין שטוב: האלטסט אויך אז דיין פרוי איז נאר א "חפצא" (אביעקט בלע"ז) צו רוימען, אנגרייטן נאכטמאל און צושטעלן אנדערע געברויכן? איך האף אז נישט. די זעלבע דו, עס ווענדט זיך צי מען שטעלט צו וואס מען דארף; נישט נאר א "חפץ", נאר אויך א הארץ און אלעס וואס פעלט אויס. און זיכער פאר די קינדער האף איך אז דו טוסט מער ווי בלויז זיין זייער געלט-ברענגער.
טיף טיף זענען טאקע דא וואס האלטן אז יעדע זאך וואס מען טוט (אריינגערעכנט ליבשאפט) האט אויף א געוויסן וועג עפעס א זייטיגע מאטיוו, און איז נישט לויטער ריין. דאס לעבן (און נאטור) ארבעט אויף גיוו ענד טעיק. אבער ווי לאנג עס איז ווי דער סדר העולם גייט, איז דאס נארמאל. וואס שטערט מיך למשל אויב איך געב צו פלייש אדער כבוד פאר מיין קהלה, ווי לאנג עס דינט אויך מיין צוועק פון האבן א פלאץ צו דאווענען און באלאנגען.
אבער פאר'ן עצם דורכפירן דעם זעלבסט-אנאליז ביסטו שוין איינמאל א גברא!

לעיקוואד » דינסטאג יולי 23, 2013 11:43 pm

· #135730
("איחוד פעלד" איז א חפצא. דער מענטש וואס שטייט אונטער דעם, איז א גברא)

ברסלבער » מיטוואך יולי 24, 2013 12:12 am

· #135743
@איחוד פעלד. איך מיין אז דער חילוק בין גברא לחפצא ווענדט זיך אינעם מענטש אליין, עס ווענדט זיך ווי אזוי ער קוקט זיך אליין אן, אויב קוקט אויף זיך מיט גוטע ברילן, איז ער ביי זיך א גברא, און פארקערט פארקערט. און דאס איז אוטאמאטיש משפיע אויפן עולם ארום, ווען מען זעהט א מענטש דרייט זיך ארום ווי א ברייטער גברא קוקט מען מען אזוי אן, און ווען מען זעהט אן איינגעקוועטשטע חפצא, קוקט מען עס אויך אזוי אן.
דא אין קאווע שטיבל ווייסטו אז מען זעהט נישט דיינע שוואכקייטן, יעדער פרובירט זיך אהער צו שטעלן ווי א געלונגענער גברא, אוטומאטיש פיהלסטו דיך דא ווי א גברא.

דעת תורה » מיטוואך יולי 24, 2013 3:17 am

· #135809
אויב איז איינער אינטערעסירט צו רעדן מיט דיר און דיר אויסהערן, ביסטו קלאר א חפצא. ווען דו ביסט חלילה טויב שטום וואלט ער בכלל נישט געקוקט אין דיין זייט, הגם בעצם ביסטו א פערזענליכקייט, א גברא חסיד ונשגב. ער נוצט דיר נאר ווייל דו שטעלסט אים צו די סערוויס פון א (געשמאקע, קלוגע, הומאריסטישע?) מיטשמועסער.