מזל טוב!! צוקופטיגער בריטישע קעניג געבוירן געווארן 50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4331
האלט מיט לעבעדיג <a class="postlink" href="http://www.nbcnews.com/video/nbcnews.com/52514391/">http://www.nbcnews.com/video/nbcnews.com/52514391/</a>
לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב.
.
Us: The Royal Baby was born in England this afternoon, weighing 8 pounds... or 5 dollars
@Badchen: Third in line to the British throne is about to make first burp. #bbc Will broadcast it live. Thousands anticipate the #RoyalBaby roar.
ב"ה די באבע קען גיין אויף וויקעישאן...
ווען קומט די קווין אריין צום טיש?
אט אזוי טאקע?
אנאנסירט אין די לאנדאנע גאסן📎 Its A BOY!2.jpg 📎 Its A BOY!.jpg
די אםיציעלע אנאנסירונג אינעם פאלאץ📎 Its A BOY!4.jpg 📎 Its A BOY!3.jpg
אהה און ער האט עס אויך אויסגעשריגן...📎 Town crier announces royal birth1.jpg 📎 Town crier announces royal birth2.jpg 📎 Town crier announces royal birth3.jpg
פרעימיער מיניסטער ר' דוד קאמרען זאגט אז די גאנצע וועלט איז פרייליך...
VIDEO
בעסערע בילד!
שעפטל די אםיציעלע אנאנסירונג אינעם פאלאץ
📎 The official birth announcement posted in front of Buckingham Palace.jpg ווער איז דער, וואס מאכט זיך הייזריק?
פון די רעספאנדס פונעם המון עם זעהט זיך אויס ווי דאס איז די ערשטע קינד וואס איז נאר געבארן געווארן זינט אדם וחוה,
וואס פארשטייסטו נישט די שמחה? געבוירן א דריטער אין ליניע צום טראן. ערשטע אייניקל פארן נעקסטן קעניג טשארלס אין ערשטן אור אייניקל פארן קעניגן עליזאבעט זאל לעבן.
זיי זאגן אז די קינד איז געוואקסן פיר אינטשעס זייט א שעה צוריק.
הער איך אז די ערשטע סטעיטמענט פונעם צוקניפטן קעניג איז געווען: waaah waaaah מיט שטארקע בכיות איבערן מצב הדור...
לאליפאפ וואס פארשטייסטו נישט די שמחה? געבוירן א דריטער אין ליניע צום טראן. ערשטע אייניקל פארן נעקסטן קעניג טשארלס אין ערשטן אור אייניקל פארן קעניגן עליזאבעט זאל לעבן.
דזשאסט פאר די רעקארד, איז עס נישט איר ערשטע אור אייניקל.
לרבים השואלים: עס איז נישטא קיין שום פאליטיק אינעם מאנארכיע, אלעס גייט לויט קלאר באשטימטע געזעצן. די יעצטיגע מאנארך (קעניג אדער קעניגן פונעם מאנרכיע (קעניגרייך) ווערן אזוי אנגערופן) איז קעניגן עליזאבעט די צווייטע, זי איז 87 יאר אלט, איר מאן איז פרינץ פיליפ - דער דיוק פון עדינבאר וועלכע איז שוין 92 יאר אלט וואס מאכט אים דער עלטסטער אין היסטאריע אינעם ראיעל פעמילי (די סיסטעם גייט אז א פרוי וואס ירש׳נט די מאנארכיע ברענגט נישט אריין איר מאן אלץ קעניג, ער באקומט נאר א טיטל פרינץ און ווערט א חלק פונעם ראיעל פעמילי) זיי האבן פיר קינדער, דער עלטסטער איז; טשארלס דער פרינץ פון וועילס וואס איז נעקסט אין רייע פארן טראן און איז שוין 64 יאר אלט, ער האט געהאט חתונה געהאט מיט דיאנא (פרינצעס פון וועילס) און האט זיך גע׳גט פון איר אין יאר 96׳ (און אין 05׳ האט ער ווידער געהייראט דעם דוכס׳טע פון קארנוואל) פארן זיך שיידן פון איר האבן זיי געהאט צוויי קינדער דער עלטערער פון זיי; פרינץ וויליאם - דיוק פון קעימברידזש וואס איז דער צווייטער אין די רייע פארן טראן און איז 31 יאר אלט, אין יאר 11 האט ער געהייראט מיט קעיט (קעטערין) וועלכע האט באקומען דעם נאמען דוכס׳טע פון קעימברידזש און דעם 22׳סטן יולי 13׳ האבן זיי געהאט זייער ערשטן קינד [נאמען] - פרינץ פון קעימברידזש (שוין באשטימט...) וועלכע איז דער דריטער אין די רייע פארן טראן און איז איין טאג אלט. אינטערעסאנט צוצולייגן אז זייט 1901 (קעניגן וויקטאריע) איז נאכנישט געווען אזא לאנגן רייע פון לעבעדיגע מענטשן וואס ווארטן פארן טראן.
והנה בא📎 _68912132_68912131.jpg
נאך איינס
אויך זעהט מען June 1 1982 ווען פרינץ וואלף איז געבארן געווארן.
VIDEO
כ'זעה זיי האלטן נישט טהרת המשפחה.
פוי פוי פוי, ס'גרוילט מיר צי זעהן ווי מענטשען ווארשיפען מענטשען, נאך א ממזר'ל געבוירען, נו איז וואס, דארף די גאנצע מידיא זיין ביזי דערמיט, די חברה זענען קראנק אויפען קאפ, אין ווער רעדט נאך ווער ס'קען די בלוטיגע היסטאריע פין די ענגלישע ראיעל פעמילי, א באנדע רוצחים, פליצלונג איז די מידיא ביזי דערמיט, אין נאך אין אמעריקע, וואס אמעריקע האט זיך מיט בלוט אין נעגעל געשלאגען קעגען דעי משפחה פין טיראנען, אין מצליח געווען צי באפרייען אמעריקא, גייען זיי יעצט זיין ביזי אז ס'געבוירען א שרץ'ל ביים שרץ, אין זה נאר אז די האלבע וועלט איז קראנק אין די אנדערע האלב משוגא, מיט ממש געציילטע וואס זענען נאך נארמאל,
איין גוטע זאך וואס כ'נעם ארויס, אזעלכע זאכן ווען איך זעה עס צו ווערט מיר מער פארשטענדליך וויאזוי מהאט אמאל געדינט עבודה זרה'ס בעק דען אין די מעדאיוועל צייטן צו א שטיין און א האלץ
כאילו עס איז די ערשטע מאל וואס עטס זעהטס א רבי מיט זיינע קינדער און אייניקלאך ווי דער עולם דינט עם. אינטרעסאנט ביי די גרויסע חתונה האב איך נישט געזעהן אזוינע תגובות.
וואס רעדסטו שטותים ,ביסט מדמה בני אברהם יצחק ויעקב נכדי תלמידי בשע"ט זי"ע צו פוסטע הבלי עולם הזה עם הדומה לחמור נאט פראפיר
אמת ס'נישט קיין פארגלייך. אבער דער גוי האט דאך פונקט אזוי רעכט צודינען צום אנדערן גוי... דאס אז אידן זענען פארנומען דערמיט טויג נישט
לעיקוואד כאילו עס איז די ערשטע מאל וואס עטס זעהטס א רבי מיט זיינע קינדער און אייניקלאך ווי דער עולם דינט עם. אינטרעסאנט ביי די גרויסע חתונה האב איך נישט געזעהן אזוינע תגובות.
טאמער די וועסט גוט איבערקוקען מיינע תגובות וועסטע
יא טרעפען אזאלכע תגובות, (לאו דוקא ביי א חתונה נאר בכלל),
אין הכי טאקע ווארשיפען רבי'ס איז אויך א משוגאס, אין א קליינקעפיגקייט,
נעה. ס'דא סאך זיסערע קאפלעך וואס דער עולם וואלט מער ליעב געהאט ווען מ'ווייסט ווען פון זיי צו זאגן. סיז בלו שיט די גאנצע זאך
חזקיהו המלך פוי פוי פוי, ס'גרוילט מיר צי זעהן ווי מענטשען ווארשיפען מענטשען...
איז געווען א רוגזה צווישען די בני
@חזקיהו המלך און די בני מלכה אליזעביט?
איך האב נעכטן געוואלט שרייבן אז עס איז מיר אינטערעסאנט די משוגעת פון די מידיא און מענטשן זאלן זיין פארנומען מיט א קינד וואס איז געבוירן. עס דארף ווען זיין די "קלענסטע נייעס" פון יאר. אפילו אויב גייט ער זיין דרייסיג יאר איבערנעמען זיין טאטן, איז דאך היינט כמעט א וויץ די גאנצע בריטישע קעניגן. זי האט דאך קיין שום זאכליכע ראלע אלס ראלע, אויסער זאגן "העלא" פאר באזוכער. איז וואס מאכט מען אזוי משוגע מיט זיין געבורט? יעצט זע איך אז עס זענען דא נאך מענטשן וואס האבן געשפירט ווי מיר און די "גארדיען" צייטונג האט זיך צוגעהערט צו מיין פארלאנג. גיי ארויף אויף זייער וועבסייט וועסטו זען אויף די רעכטע זייט אויבן די ווערטער "NOT A ROYALIST", דרוקט דערויף, און באלד ווערסטו פטור פון דעם אנשיקעניש און עס וועט דיר מער נישט ארויפקומען קיין נייעס פון דעם נודנעם בריטישן בעיבי. יעצט טראכט איך אז דאס קען ווערן בכלל א גוטע אפציע ביי יעדע נייעס, וואס איינער איז נישט אינטערעסירט צו הערן דערוועגן. אפשר אויך דא אין שטיבל וואלט אזא אפציע געקענט צונוץ קומען...
ויקרא שמו ב'בריטאניע
פרינץ דזשארדזש אלעקסאנדער לואי ישמח האב ביוצאי חלציו ותגל אמו בפרי בטנה וכו'
זה הנסיך מלך יהיה...
לעבעדיג ווי די קינד ווערט געבוירען
זעט אויס ווי לכבוד די שמחה ביי די מליכה האט די איד דע וואך א פארזעצונג אנגעהויבן ״די קעניגליכע בריטישע מליכה״ מיט א מייעסטעטישען מלכיתדיג קעפל,, אדער איז עס א קאענסידענט??
קעגן די נעט זעט אויס ווי לכבוד די שמחה ביי די מליכה האט די איד דע וואך א פארזעצונג אנגעהויבן ״די קעניגליכע בריטישע מליכה״ מיט א מייעסטעטישען מלכיתדיג קעפל,, אדער איז עס א קאענסידענט??
ניין, דער איד'ס קארעספאנדענט אין לאנדאן האט שוין באקומען די ידיעה עטליכע חדשים צוריק.
קעגן די נעט זעט אויס ווי לכבוד די שמחה ביי די מליכה האט די איד דע וואך א פארזעצונג אנגעהויבן ״די קעניגליכע בריטישע מליכה״ מיט א מייעסטעטישען מלכיתדיג קעפל,, אדער איז עס א קאענסידענט??
א קאאינצידענט איז עס זיכער נישט! וואס פארשטייט איר נישט? יעצט איז יעדער ביזי צו רעדן וועגן די ענגלישע מלוכה, כאפן זיי זיך צו ווי א געבראטנס
געהערט א ווערטעל: די נייע בעבי, ליגט אין א באגעבא קערידש, לעבט אויף די רעגירונג'ס קאסע... ממש ווי א וויליאמסבורגע בעבי. הדא הוא דכתיב: כל ישראל בני מלכים הם.
אפילו דו קלעי קאמפני איז ביזי מיט די בעבי..............
אזוי גאר!!??..............
קאווע די דזשאוק קומט פון מענדי פעלין! ער איז פיין
ישראלי׳ש געשטימט
📎 image.jpg
כדרכם של בני מערבא, יעדע עד איז מלא תוכן. דער בילד האט א מעסעדזש.
קאווע טרינקער כדרכם של בני מערבא, יעדע עד איז מלא תוכן. דער בילד האט א מעסעדזש.
אויף וועלכע עד באציעסטו דיר? און וואס איז די מעססעדזש?
קונגראזשולעישענס בריטאניע
יעצט קומט אן די בשורה אז קעיט איז שוין ווידער פרעגענענט און ערווארט יעצט א צווייטע קינד.. #RoyalBaby
לאליפאפ יעצט קומט אן די בשורה אז קעיט איז שוין ווידער פרעגענענט און ערווארט יעצט א צווייטע קינד.. #RoyalBaby
כי לא לתהו בראה, לשבת יצרה
לאליפאפ יעצט קומט אן די בשורה אז קעיט איז שוין ווידער פרעגענענט און ערווארט יעצט א צווייטע קינד.. #RoyalBaby
דער הייזיריקער גייט יעצט אויך שרייען די מודעה?