יוסף יוזפארביה''ק זי''עמורינו הרביא, מיט די צורה איז דער מחנופקער מער בעלז... ער פארמאגט דער ריכטיגער בעלזער צורה.
נישט נאר מיט די צורה, זיין השקפה איז אויך מער ענליך צום רב זי"ע'ס.
און וועלכן ענין?
אין די גאנצער ענין וועגן ציונות און קנאות. די רב זי"ע איז געווען אן איידעלער מענטש
וואס האט דאס מיט השקפה? און א חוץ פון דעם, כאילו דו קענסט זיי און דו האסט זיך געטראפן פרעזענליך מיט איינער פון זיי, דו זיצט און ראדני און די ביזט מחליט לפי וואס מ'רעדט דארט אין קאווע שטיבל אדער אין מקוה, קאם אן, געט אוט אוו יאר באקס..., א גרויסע אוהב ישראל, נישט געקענט טראכטן שלעכטס אויף א איד, נישט געטשעפעט קיין פליג
האט אויך נישט קיין שייכות מיט השפה כנ"ל, געווען א שטארקע אגודיסט, נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו גיין צוזאמען מיט די מזרחי
אדער א אגודיסט אדער א מזרחי, זיי מחליט. און וואו האסטו דאס געזען ביים מאכניפקער? ער איז אן אגודיסט אדער א מזרחי?, געקאכט אין קדושת ארץ ישראל
דו האסט געזען די מאכניפקער זיך קאכן אין קדושת ארץ ישראל? אינטערסאנט..., ס'האט איהם שטארק געארט ווען מ'האט צוריקגעגעבן סיני
פאר וועם? די בעלזער רב ז"ל האט שוין נישט געלעבט דעמאלץ?, וכו' וכו'. משא"כ די היינטיגע רב, ווי שטארק ער זאל נאר זיין אנטי סאטמאר, האט ער נאך אלץ סאטמארע השקפות. ער לאזט נישט זיינע חסידים וואוינען אין די שטחים
נישט אלץ השקפה, אלץ 2 אנדערע פראבלעמן וואס ער האט געזאגט כמה פעמים, 1 אלס די סעיפטי און די ביטחון, ער האט מורא געהאט פון פיגועים און טעראר, 2 ווייל אפשר וועט מען עס אמאל צוריק געבן פאר די אראבערס דורך דריק פון אמעריקא ביי א שלום אפמאך. און א חוץ פון דעם, היינטיגע צייטן נאכדעם וואס האט זיך ארויסגעוויזן אז ס'נישט דא וואס צו חושש זיין, האט ער שוין אליינס געעפענט א קהילה אין 'גבעת זאב', וואס איז אין די שטחים., ער איז א גרויסע אנהענגער פון די מצווה פון התגרות באומות
הוילע שטותים, נישט עקסטער בארימט מיט זיין אהבת ישראל
ווי גערעדט אויבן, 1 האסט דיך קיינמאל נישט געטראפן מיט אים (גראדע, איך בין יא איינמאל געווען ביי אים וועגן א געוויסע צוועק, איך בין ארויס מיט גאר א גוטע פילינג, אבער איך קען נישט צופיל מאריך זיין אין דעם), 2 דאס האט נישט מיט השקפה, וכו' וכו'.
נאך אלעס, בין איך מסכים אויף די עיקר, אז די היינטיגע רבי איז ווייניגער א ציוני ווי זיין פעטער. אבער כאילו זיין קאזין די מאכניבקער האט עפעס א השקפה אין דעם עניין. סתם געהאקט א קאפ!