הנגיד א.י. מאנדל איז מנדב א קאנטרי, ויקרא שמו קרית ברך משה.
27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4325
הנגיד א.י. מאנדל איז מנדב א קאנטרי, ויקרא שמו קרית ברך משה.
ער האט מנדב געווען פאר מהרז"ל מסאטמאר היינט ביי א מסיבה, דער קאנטרי איז אויף מאונט האופ ראוד אין סוואן לעיק וואס איז נישט ווייט פון דברי יואל קעמפ. דע קאנטרי וועט סערוון פאר די ישיבה גדולה איינגעשטעלע. און דער נאמען האט מען געגעבן קרית ברך משה לע"נ דעם ברך משה וואס האט געוויילט אין מחנה דברי יואל דיה לעצטע יארן.
באריכט איז פין טוויטער
דא האט איר די בילד פון די מסיבה
שיינע זאך פון אים.
לויטן טוויטער באריכט האט ער געגעבן די נאמען "ברך משה" לכבודו פון הגז"ל.
ס'קומט זיך אים אסאך קרעדיט פארן אדורכברעכן דעם נאמען "ברך משה" אין יענע לאגער!
וואס איז פשט פון רופן א קאנטרי מיט׳ן זעלבן נאמען וואס איז שוין דא אזא קאנטרי אין די מאונטענס?
עס וועט דאך פאורזאכין צומישענש פאר מענטשן
איז דא אין די גאנצע קעטסקילס צוויי קאנטריס מיט׳ן זעלבן נאמען?
אפשר די אהבה צום ב"מ זצ״ל איז מקלקלת השורה
פארוואס עפענען א נייע ביהמ"ד הגדול יטב לב דסאטמאר אין וויליאמסבורג?, עס פאראורזאכט מייסטערקלאפענדע צימישענישן.
וואס איז א חילוק דע נאמען. דער עיקר איז ער האט מנדב געווען און ממנו ילמדו וכן יעשו להגדיל תורה ולהאדירה. אשרי לו ואשרי חלקו
ער דארף צו האבן א טייט סקעזשואל דער מיסטער מאנדל, לויפט פון איין סאטמאר רבי'ן צום צווייטן און צוריק, אבער עס קומט אים כל הכבוד פאר נישט פאטשקענען אין פאליטיק כדרך הגבירים
איראניש ער האט אפאר וואכן צוריק מנדב געווען די נייע ביהמ"ד הגדול און בנין הת"ת אין קרית ברך משה ד'סאטמאר אין וואדבאורן
גדעוןפארוואס עפענען א נייע ביהמ"ד הגדול יטב לב דסאטמאר אין וויליאמסבורג?, עס פאראורזאכט מייסטערקלאפענדע צימישענישן.
עס איז געפענט געווארן דורך יודן וואס האבן געדאוונט אלע יארן אין ביהמ"ד הגדול יטב לב דסאטמאר אין וויליאמסבורג, ווען מ׳ האט עס (לשיטתם) צוגענומען האבן זיי געבויעט א נייע
אבי גערעדטער דארף צו האבן א טייט סקעזשואל דער מיסטער מאנדל, לויפט פון איין סאטמאר רבי'ן צום צווייטן און צוריק, אבער עס קומט אים כל הכבוד פאר נישט פאטשקענען אין פאליטיק כדרך הגבירים
ער איז א זלוני און זיין ווייב איז א ארוני פארדעם דארף ער טאנצען אויף צוויי חתונות
ווייבער זענען אויך עפעס? ב"ה מיין ווייב שתחי' ווייסט נישט פון איר חיות פון די גאנצע חסידישע פאליטיק, ס'סאך בעסער אזוי, גלייבטס מיר,
אהא, ווייזט אויס אז אויף די כיבוד פון סנדקאות איז די ווייב בעלבאס, ווייל מהר"א איז געווען סנדק
ער האט בר מצוה געמאכט אפאר וואכן פאר די ברית און גערופן הרז"ל און די ברית האט ער געגעבן סנדיק פאר הר"א, און מנדב געבן זכות ליום פאר ביידע די טאג פון ברית
הלואי אלע גבירים אזוי
ר׳ מענדעל איז אויך געווען ביי די בר מצווה
ער האט גערופן מהר״א אויך צו די בר מצוה, און ער איז אהיימגעגאנגען צו אים אפגעבן מז״ט
דאכט זיך אז ער האט שוין געגעבן סנדקאות אמאל פאר רז״ל
בקיצור ער גייט צווישען די טראפען
איך מיש מיר אויך נישט אין די פאליטיק, איך געב פאר ביידע גארנישט,
חזקיה, אוי ביסטו טאקע א חוצפעניאק....
סאשי פישבקיצור ער גייט צווישען די טראפען
און ווערט נאס פון יעדעם.
ביי סאטמער מהר״א דעי מוצאי שבת
פין וואס קימט זיין עשירות?
shlomygפין וואס קימט זיין עשירות?
פון אייבישטער
זוכה געווען צו תורהו וגדולה במקום אחד. השי''ת זאל אים העלפן ווייטער מיט עשירות עד סוף כל הדורות עץ חיים הוא למחזיקים בה ותמכיה מאושר
אבזערווירערהשי''ת זאל אים העלפן ווייטער מיט עשירות עד סוף כל הדורות
אמן!! ווייל אויב ח"ו נישט וועט ער זיין לוזער מכאן ושקדי"ם מכאן
i hear he went to israel to be orach hakuvid by the yurtzeit seuda made by satmar marzl
יא ער איז אורח הכבוד פאר יטב לב אין ארץ ישראל
אין עירפארט

ביים אנקומען
Mandel is a model YINGRMAN for SATMAR... But this kuved will last ONLY as far as his MONEY.....