☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » שקיעה אשכול

שקיעה אשכול

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4319

מאראנצןזאפט » פרייטאג יולי 19, 2013 8:14 pm

· #134891
שקיעה אשכול
דער אשכול איז געווידמעט פאר לאנגווייליגע אידן וואס טרעפן זיך אין שטיבל ביי דער שקיעה, און האבן נישט מיט וועמען צו פארברענגען און שמועסן.

האטס מיר אלע א גוטן שבת און פארגעסט נישט אריינצולייגן א סעלצער אין פריזער, ס'איז ביטער הייס אינדרויסן.
למשל אזא שבת בין איך איהם מקנא מיט זיין בלימעלעך-כאלעטעל. שוין, נישט יעדע פריוויליגע פון עירמאנט קען מען זיך ערלויבן דא ביי אונז אין וויליאמסבורג.


זר, העסט נישט טון דיין ארבעט בנאמנות העל איך איבערנעמען!

סאשי פיש » פרייטאג אוגוסט 2, 2013 5:42 pm

· #138090
וואס טוט זיך אין שטאט?

נולד מאוחר » פרייטאג אוגוסט 2, 2013 7:29 pm

· #138099
אין וועלכע שטאט?

סאשי פיש » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 6:55 pm

· #140291
@מאראנצןזאפט קום צו דיין אשכול!!

סאשי פיש » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 5:29 pm

· #157520
און ווייניגער פון א האלבע שעה איז די זמן מען דארף זיך ציאיילען!!

ישמעאל הכהן » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 5:31 pm

· #157521
סאשי פיש
און ווייניגער פון א האלבע שעה איז די זמן מען דארף זיך ציאיילען!!

נו ענדעג שנעל דיין סאשי פיש... !!....

סאשי פיש » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 5:34 pm

· #157522
דאס גייט זיך קיינמאל נישט ענדיגען,
אזוי ווי די מעשה מיט אליהו הנביא ביי די אלמנה מיט די כד קמח מיט אויל וואס האט זיך אגאנצע צייט צוריק אנגעפילט!!

סאשי פיש » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 5:38 pm

· #157524
זאלען די אלע הודעות זיין לעילו נשמת @מאראנצןזאפט עס איז דאך זיין אשכול מן הסתם מאכט ער יעצט היק-קאפס

אליצפן » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 5:42 pm

· #157525
וויכטיג: אז דער מאן צימדט לעכט אין שטוב, מעג ער נאדעם טון א מלאכה? דאכציך אז יא כ'וויל זיכער מאכן.

סאשי פיש » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 5:44 pm

· #157526
יא מען מעג, נאר א פרוי איז מקבל שבת ביים צונדען לעכט, א מאן איז מקבל שבת ביים דאווענען.

אליצפן » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 5:49 pm

· #157527
שכויח סאשי, you saved my life!

sefish » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 5:50 pm

· #157528
אין א מאן וואס דאווענט נישט איז מקבל שבת ווען ?

מאראנצןזאפט » פרייטאג יאנואר 10, 2014 4:36 pm

· #175535
א וואך געווען אזוי מונטער און פריש
יעצט קען מען צוגיין צום שבת בו תשיב
ולא, פיך פאר א נויט
מאראנצןזאפט, יו ראק דע באוט

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 10, 2014 4:50 pm

· #175536
קאווע שטיבל געהאט די זכיה
לאמיר האפן אויף זריחה, נישט שקיעה,
אז מאראנצן זאל זאפט שפריצען
אין אשכולות פון חכמה און קונצען.

סאשי פיש » פרייטאג יוני 27, 2014 7:42 pm

· #208366
@כוכב האט געבעטן אלטע נארישע אשכולות!

א שיינע וועטער היינט?

כוכב » פרייטאג יוני 27, 2014 7:50 pm

· #208369
לול.
דו ווייסט וואס מיינט פאר מיר צו ווערן געטעגט אין אזא זויערע טאג. שכויעח סאשעלע. כצייל די פיפטין פעזענזשער ווענס, דערעוילעם איז אויפגעליייגט ואיכה, איך כוכבל בין אין בעט. כהאב אפילו געקויפט א גרויסע מאלאנע אויפצוהייטערן די געמיטער, אבער טיף אין הארצן ווייס איך די ווארהייט. יענע גראז איז גרין. דארט אין קאנטרי איז דער גליק, סקאנקס פרעש סאלאמענדערס, א עקזיביט, וואס האבן אונז שוין, בלויז קעץ און מייז. קיין ףארגלייך.