☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » שקר החן והבל היופי?

שקר החן והבל היופי?

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4317

פידלער » פרייטאג יולי 19, 2013 12:45 pm

· #134818
שקר החן והבל היופי?
די מאגאזין וועניטי פעיר (Vanity Fair) האט דעם חודש געלייגט אויף זייער דעקל א בילד פון דזשאכער טשארנאעוו, די פארדעכטיגטע באסטאן באמבער. אויב דזשאכער וואלט געווען אלט, מיאוס, אדער גראב וואלט דאס לכאורה נישט געווען א פראבלעם. אבער דזשאכער איז יונג און זיין אויסזען איז בא'טעמ'ט. ער קוקט אויס ענליך צו פיל פון די ראק סטארס און יונגע סעלעבריטיס וואס וועניטי פעיר לייגט געווענליך אויף זייערע דעקלעך. ממילא איז געווארן אן אויפרידעריי. מענטשן מיט מאראלישע געפילן און איבערהויפט מענטשן און משפחות וואס זענען געשעדיגט געווארן אין די אטאקע, זענען גאר אויפגעברויזט. היתכן, מ'מאכט פון א מערדער א ראק סטאר!

פסיכעלאגן האבן שוין לאנג שטודירט די שייכות צווישן פיזיקאלע אטראקטיוונעס און הצלחה אין אלגעמיין לעבן און באזונדערס, אין די ארבעט פלאץ. אלע עקספערימענטן (ווי ווייט איך ווייס) האבן באוויזן אז "שענערע" מענטשן פארדינען מער געלט און זענען בעצם מער מצליח ווי די וואס זענען גערעכנט אלס ווייניגער שיין לויט אונזער געזעלשאפט'ס אפשאץ.

ווי באוואוסט, האט דזשאכער טשארנאעוו א סטאדע פון מיידלעך וואס האבן קראשעס אויף אים און שרייבן פעטיציעס און טוען אנדערע שתדלנות מיטלען פאר זיין פרייהייט. וואס זאגט דאס וועגן אונזער געזעלשאפט אז אזא לעכערלעך זאך ווי אויסזען זאל האבן אזא השפעה אויף אונז?

פאר מער אינפארמאציע איבער די פסיכאלאגישע עקספערימעטן, זע:

ארטיקל ארויסגעגעבן דורך האפסטרע יוניווערסיטעט: "Physical Attractiveness Bias in Hiring: What is Beautiful is Good" דורך Comila Shahani-Denning

אדער

"THE EFFECTS OF PHYSICAL ATTRACTIVENESS ON JOB‐RELATED OUTCOMES: A META‐ANALYSIS OF EXPERIMENTAL STUDIES" דורך MEGUMI HOSODA, EUGENE F. STONE-GWEN COAT

גדעון » פרייטאג יולי 19, 2013 1:36 pm

· #134837
איינער האט שוין נקמה גענומען, און ארויסגעגעבן אנדערע בילדער
<a class="postlink" href="http://www.cbsnews.com/8301-201_162-57594451/photographer-who-released-tsarnaev-capture-images-suspended/">http://www.cbsnews.com/8301-201_162-575 ... suspended/</a>

טעפל » זונטאג יולי 21, 2013 3:01 am

· #134944
ביי די אנא טשאפמאן סקאנדאל איז מען אויך געוועהן פארנומען מיט דעם.

משה רבנו » מאנטאג יולי 22, 2013 6:28 pm

· #135351
פון מיין אייגענע נסיון ווייס איך ליידער אז סאיז אמת.סקען זיך יעצט הערן אוויץ.אבער אסאך מענטשן ניצן מיר אלס פראטעקציע ביי כל מיני אומשטאנדן.און סארבעט פלאי פלאים!!אויך ביי יידן ליידער!!

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 22, 2013 10:10 pm

· #135396
אה, יעצט פארשטיי איך שוין דעם שופט... ווער זעהט אויס שענער? קרויס אדער וועבערמאן?

געון הגעונים » דינסטאג יולי 23, 2013 1:47 am

· #135434
[ציטאט אראפגענומען]


זייער גוט געזאגט.

איך אויך » דינסטאג יולי 23, 2013 6:42 am

· #135444
שלום עליכם הרב הגאון.

מ גפני » דינסטאג יולי 23, 2013 9:22 am

· #135451
משה רבנו
פון מיין אייגענע נסיון ווייס איך ליידער אז סאיז אמת.סקען זיך יעצט הערן אוויץ.אבער אסאך מענטשן ניצן מיר אלס פראטעקציע ביי כל מיני אומשטאנדן.און סארבעט פלאי פלאים!!אויך ביי יידן ליידער!!

ביטע זיי אביסל מער מסביר ביי וועלכע "אומשטאנדן" די ווערסט גענוצט

George » דינסטאג יולי 23, 2013 2:34 pm

· #135548
איז דא איינער וואס באדערט אדער לייקענט דא אז שיינקייט האט אן עפעקט אין רוב אספעקטס אין לעבן? יעדער זאגט אז ס'איז נאר ביי א צווייטען, אבער מ'ווייס מיר דאך אלע דעם אמת ווי זוי דער נפש הבהמיות ארבעט. און יא, אויך ביי אויסגעארבעטע יודען.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 23, 2013 2:39 pm

· #135549
ליידער אמת. איך ווייס פון געוויסע טעראפעיסטן וואס וועלן זיך ענדערש אננעמען און געבן גערעכט פאר די וועלכע זענען שענער וד"ל.

מאיר_וואלף » דינסטאג יולי 23, 2013 2:53 pm

· #135551
איך ווייס נישט צו ווייל זיי זענען שענער, אדער ווייל זיי זענען שוואכער

ווייל זיי וועלן זיך ענדערש אננעמען און געבן גערעכט פאר די קינדער ווי די עלטערען

אויך איז היינט שטערקער די ענעמאל רייטס ווי די יומען רייטס - מענטשען רעכט

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 23, 2013 3:11 pm

· #135564
מאיר_וואלף
איך ווייס נישט צו ווייל זיי זענען שענער,

איך ווייס יא.

מאיר_וואלף » דינסטאג יולי 23, 2013 3:34 pm

· #135578
שמעקעדיג
מאיר_וואלף
איך ווייס נישט צו ווייל זיי זענען שענער,

איך ווייס יא.


און די קעצלעך אויך ווייל זיי זענען שענער?