☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » נטעי ההרים - שבת נחמו

נטעי ההרים - שבת נחמו

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4313

לעמיל » פרייטאג יולי 19, 2013 9:34 am

· #134755
נטעי ההרים - שבת נחמו
באקומען און אימעיל איך ווייס נישט ווער עס איז די מחבר דערפון

נטעי ההרים - הלכות שבת נחמו ובו ז' סעיפים:

א) השבת קודש שחל אחר תשעה באב נקראת שבת נחמו על שם שמפטירין בנחמו נחמו בספר ירמיהו.

ב) בכל דור ודור חסידים ואנשי מעשה נוהגין לנסוע בשבת נחמו חוץ לעיר הגה: והטעם כדי להראות שהקב"ה מנחם אותנו בנחמת ציון עירינו.

ג) יש נוהגין לנסוע רק להרי הקעסטקיל"ס להקאלאני"ס של קרובים אבל המדקדקים במצות נוסעים דוקא למלון בעיר זרה רחוק מבית ג' או ד' שעות לכתחלה.

ד) בליל שבת קודש מזמרין זמירות ובפרט ניגונים שיש בו פסוקי ודברי תנחומין ועושין קומזיץ'ן.

ה) המנהג בכמה מקומות לילך במוצאי שבת זו לקאנצער"ט ושם אוכלים פשטידה איטלקי ושותין קאו"ק וזה הוא מנהג טוב.

ו) אונס שאין לא מקום לנסוע ישתדל עכ"פ להגיע לקרית יואל או למאנסי הגה: והעיקר לא להשתייר בבית וכל המרבה לנסוע הרי זה משובח.

ז) יש שמבשלים המאכלי שבת בבית ויש שמבשלים במלונים ודעבד כמר עבד ודעבד כמר עבד ולפום צערא אגרא.

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 19, 2013 9:45 am

· #134758
סעיף א' איז לכאורה א טעות סופר...

לעמיל » פרייטאג יולי 19, 2013 9:46 am

· #134759
זיי דיך מסביר

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 19, 2013 10:15 am

· #134769
ס'איז נישט אין איינקלאנג מיט די אנדערע סעיפים..

gehlungen » פרייטאג יולי 19, 2013 10:53 am

· #134781
לעמיל
זיי דיך מסביר

Its very to understand. If u don't smile when you are reading it. It does not belong in that group of sentences !

יואליש » פרייטאג יולי 19, 2013 10:56 am

· #134783
לעמיל

...

נטעי ההרים - הלכות שבת נחמו ובו ז' סעיפים:

א) השבת קודש שחל אחר תשעה באב נקראת שבת נחמו על שם שמפטירין בנחמו נחמו בספר ירמיהו.

...



קאווע טרינקער
סעיף א' איז לכאורה א טעות סופר...


טעות סופר איז אז די הפטורה נחמו נחמו עמי איז פון ישעיהו, נישט ירמיהו.

גאלד » פרייטאג יולי 19, 2013 11:17 am

· #134792
מעג איך זאגן א קורץ ווארט אויף שבת נחמו?

שכוח.

מ'זאגט ביי די הפטורה: נחמו נחמו עמי, יאמר אלוקיכם. דברו על לב ירושלים וקראו אליה, כי מלאה צבאה, כי נרצה עוונה, כי לקחה מיד ה' כפליים בכל חטאותיה,

האב איך געזעהן א טרעפליך פשט, אז דער פסוק באציעט זיך אויף די 3 אופנים וואס די גאולה העתידה גייט צישטאנד קומען בב"א, דער ערשטער איז ווען דער באשטימטער צייט וועט אנקומען, דער צווייטער איז אויב כלל ישראל וועט פריער תשובה טאן, און דער דריטער אופן אויב כלל ישראל וועט כאפן אזעלכע פעטש אז די שווערע יסורים וועט ממהר זיין די גאולה (אזא בחינה ווי קשוי השעובד אין מצרים),

דאס שטימט ווי א הענטשעך אינעם פסוק, "נחמו נחמו עמי, יאמר אלוקיכם וכו'" די גליקליכע נחמה איז שוין ענדליך אנגעקומען, וויזוי גייט דאס פאסירן 1. "כי מלאה צבאה" איז דער זמן הגלות איז שוין ערפילט געווארן און עס איז שוין אנגעקומען דער זמן הקץ, 2. "כי נרצה עוונה", אז די עוונות זענען מכופר געווארן, ממילא וועט די גאולה קומען פאר די קץ, אדער, 3. "כי לקחה מיד ה' כפליים" אז מ'האט געכאפט פעטש טאפעלט ווי דער שורת הדין, וועט דאס ממהר זיין די גאולה.

מלבים

משה געציל » פרייטאג יולי 19, 2013 11:19 am

· #134793
כ'בין מוחה. TM

סאשי פיש » פרייטאג יולי 19, 2013 11:20 am

· #134794
אויף וואס?

לעמיל » פרייטאג יולי 19, 2013 12:17 pm

· #134809
משה געציל קענסט זאגען אז דו ביסט דער מחבר דערפון איך האב געשריבען אז איך ווייס נישט ווער איז די מחבר דערפון

איחוד פעלד » פרייטאג יולי 19, 2013 1:01 pm

· #134828
קאווע טרינקער
סעיף א' איז לכאורה א טעות סופר...


א) השבת קודש שחל אחר תשעה באב נקראת שבת נחמו על שם שמפטירין בנחמו נחמו בספר ירמיהו.


השבת קודש של השבוע שחל בו תשעה באב, נקראת שבו נחמו על שם וכו', כצ"ל.

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 19, 2013 2:36 pm

· #134851
משה געציל
כ'בין מוחה. TM

לויט ווי איך פארשטיי איז ער מוחה אויף די נאמען,
'נטעי ההרים' איז גע'גנב'עט, דאס האסטו נישט באקומען אין אימעיל, לעמיל, ריכטיג?
און דעריבער פירט אויס כמין חומר מיט א קליינע TM, וועלכע טוט באשטעטיגן דעם איסור השגת גבול ידוע ושגיאות מי יבין וכו'

משה געציל » מוצ"ש יולי 20, 2013 11:35 pm

· #134900
מען זאגט נאך פון חתם סופר אז ער האט געזאגט פאר זיינע תלמידים; "איר קענט נאכזאגן מיינע חידושים אין אייער נאמען, אבער זאגט נישט נאך אייער חידושים אין מיין נאמען".
נישט אז איך בין דער חתם סופר און דער שרייבער איז ווארשיינליך נישט מיין תלמיד. אבער דער געדאנק איז א אמת'ער בכל אופן, ווען א מענטש איז מחבר סיי וואס פארא ווערק אונטער א געוויסער נאמען איז נישט קיין יושר אז א צווייטער זאל שרייבן אויפ'ן זעלבן סטיל אונטערן זעלבן נאמען. וואס טוה איך אז איינער קומט איין טאג ארויס מיט א גאנצער מאחורי'דיגער נטעי ההרים, ווי כאילו איך זאל דאס האבן געשריבן? איך דענק אז עס נישט אויסגעהאלטן, עכ"פ ע"פ חוקי האנושי.

טעפל » זונטאג יולי 21, 2013 3:06 am

· #134946
גערעכט @משה געציל וועגען דעם טאקע זעץ דיך שרייבען א נייעם שיינעם נטעי ההרים, ישר כוח פון די וואס ליינען מיט דארשט אייער סחורה..

אשכולות אויפוועקער » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 6:15 pm

· #215720

אויליגער » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 9:31 am

· #215798
אויפוועקער האסטו א לייק סהאט זיך געלוינט אלס פאר גאלדיס טייערע ווארט

אבי גערעדט » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 10:09 am

· #215800
געווען אמאל א איד, געוואוינט אין וויליאמסבורג, זיך שטארק געמוטשעט חתונה צו מאכן, פרייטאג צו נאכטס שבת נחמו פאלט עם איין: איך בין דאך געבליבן אין שטאט פאר א סיבה... ער האט געהאט א שכן וואס איז ווערט געווען אפאר מיליאן, מה עשה הקב"ה, ער גנב'ט זיך אריין ביים שכן, און נישט מער נישט ווייניגער, דער שכן איז אינדערהיים!!! ער ווערט גרין און בלוי, זאגט עם דער שכן: נעם וואס די ווילסט, אבער מיט איין תנאי, אז די פארציילסט קיינעם נישט אז איך בין דא געבליבן שבת נחמו...

אפטעמיסט » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 10:17 am

· #215802
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/215735">viewtopic.php?p=215735#p215735</a><!-- l -->

ברוך שאמר » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 10:57 am

· #215807
אבי גערעדט
געווען אמאל א איד, געוואוינט אין וויליאמסבורג, זיך שטארק געמוטשעט חתונה צו מאכן, פרייטאג צו נאכטס שבת נחמו פאלט עם איין: איך בין דאך געבליבן אין שטאט פאר א סיבה... ער האט געהאט א שכן וואס איז ווערט געווען אפאר מיליאן, מה עשה הקב"ה, ער גנב'ט זיך אריין ביים שכן, און נישט מער נישט ווייניגער, דער שכן איז אינדערהיים!!! ער ווערט גרין און בלוי, זאגט עם דער שכן: נעם וואס די ווילסט, אבער מיט איין תנאי, אז די פארציילסט קיינעם נישט אז איך בין דא געבליבן שבת נחמו...
ווערי סארי אבער דעס בילאנגט ביי מילתא דבדיחיתא!