☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אלצגרין כשר מארק געעפענט אין מאנסי

אלצגרין כשר מארק געעפענט אין מאנסי

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4309

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:59 pm

· #134559
אלצגרין כשר מארק געעפענט אין מאנסי
דאהי אין מאנסי האט זיך היינט געעפענט א גאר גרויסע עסן געשעפט מיטן נאמען Evergreen Kosher Market.
פלאץ: אויף די 59 רט. דארט ווי ס'איז אמאל געווען פעטמארק. א טיהר נעבן Amazing Savings.
אינהאלט: אלע סארט דיפארטמענטס, ווי פלייש, פיש, deli, בעקעריי, sushi, וכו'
בעלי בתים: יחזקאל קופטהייל און יוסף בראכפעלד, וואס זענען אויף שותפים אין די בארא פארק'ע gourmet glatt.

אין די קומענדיגע פאר וואכן וועט דער געשפרעך אינערהאלב דעם מאנסי אידענטום דעבאטירען מיט קאפ און מוח, צו דער וויזניצע ראש הקהלס' געשעפט, Rockland Kosher איז גרעסער אדער די זעלבע גרויס.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:02 pm

· #134561
פעטמארט? קיינאל נישט געהערט אזא נאמען?
וואס פלעגן זיי פארקויפן, פעטס?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:07 pm

· #134565
שמעקעדיג
פעטמארט? קיינאל נישט געהערט אזא נאמען?
וואס פלעגן זיי פארקויפן, פעטס?

פאראכטען.

יואב » דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:09 pm

· #134567
שמעקעדיג, די לייק איז פארן פראבירן נאכצומאכן זר זהב. (אדער קאווע טרינקער זעלבס כשעולה על דעתו).

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:23 pm

· #134571
יואב, די לייק איז פאר פורש בשמי זיין, ס'פילט גאנץ גוט.

chosen people » דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:47 pm

· #134578
עס האט זיך שוין דאכציך נעכטען געפענט, דא האט איר אנגעטראפן פיקטשער פון נעכטען.
📎 IMG-20130717-WA0000.jpg