☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א גאנץ יאר קאנטרי!

א גאנץ יאר קאנטרי!

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4301

משה געציל » מיטוואך יולי 17, 2013 1:59 am

· #134154
א גאנץ יאר קאנטרי!
ר' בערל דער דיין,
א גאנץ יאר אנגעצויגן טוט זיין,
ח"ו קיין שמייכל אויפן געזיכט,
די קהילה אים נאך רופן צו געריכט,

חיים טראץ פראסט זיך געפירט,
ביים דאווענען א קופקע גראפירט,
דאך א ר' זיך לעצטענס באצירט,
אנטקעגען די ליידאקעס פארפירט,

חאצקל דער באס דרייווער,
נערוועז איז ער זייער,
די טראפיק איז אין לשער,
די היץ ברענט ווי פייער,

ברוך א חסיד ווי פון ביך,
אלטס הערה'ס פון זיך,
יעדער זאל שעצן מיך,
ער איז דאך דער גרויסער ר' איך,

...........................

א געשמאק קרעמל טיט זיצן,
הויך אויף די בערג מען האקט וויצן,
ר' בערל דער דיין זיצט און פארברענגט,
רוהיג געשמאק גארנישט אים קרענקט,

חיים פאפיטעס קייט מיט די צאן,
אין קאנטרי וועם גייט דאס אן,
אויף די בערג א פאקסי ער לעקט,
און ער טוט וואס אים שמעקט,

חאצקל דער באס דרייווער נישט נערוועז,
רוהיג און געמיטלעך ער פארבייסט קעז,
א נייער באשעפעניש געווארן,
אויף זיין געזיכט קיין צייכן פון צארן,

ברוך פיצא טוט קייען,
אויף די בערג די מאגן טוט עס יא פארדייען,
נישט קיין גערודער נישט קיין געשרייען,
די וועלט זאל זיך איבערדרייען,

...........................

וכאן הבן שואל דער זוהן פרעגן טוט,
מה נשתנה? פארוואס דא אלעס גוט?
ווי ניי באשאפענע יעדער אויסקוקט,
גארנישט קוועטשט אויפ'ן געמיט,

איז דאס נאר צייטווייליג?
אין שטאט צוריק הייליג?
נאר דא מען לעבט אביסל פרייווייליג?
אבער די ריכטיגע דרך איז שמייליג?

וויאזוי דאס אים צו געבן פארשטיין?
דער פון אויבן מישט זיך נישט אריין?
ח"ו דאס איז נישט ריין!
מלא כל הארץ כבודו, אוודאי ער טוט דא זיין!

אלא מאי מוז מען א ענטפער געבן,
א גאנץ יאר אין שאטן מען טוט לעבן,
פאלטשע פרומקייט מען טוט זיך באקלעבן,
נערוועז און אנגעצויגן בעכ"ח מען מיז שטרעבן,

טראץ אין הארץ שמייכלען,
אויפ'ן געזיכט מען זאל נישט באמערקען,
מיטן נאז מען וועט דאך אים פארקרומען,
ווי א פראסטאק אים באשטומען,

פארוואס ברידעלעך לעבן פארקוועטשט אזוי,
יענער אין קאנטרי האט דאך אין דיר צוטרוי,
אין שטאט ווי אין קאנטרי פיר זיך גענוי!
לעב פאר זיך צופרידן און אינדזשוי!

בן תמליון » מיטוואך יולי 17, 2013 11:43 am

· #134197
געוואלדיג משה געציל!!!

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 17, 2013 2:03 pm

· #134232
זייער שיין, משה געציל. בדרך כלל האביך נישט קיין געדולד צו לאנגע שטיקלעך (אפילו מיינע). נאר דא האביך מיך נישט געקענט איינהאלטן. חוץ מזה. קעניך איינעם א בערל בעל עגלה, נישט בערל דער דיין. 😂

מאראנצןזאפט » מיטוואך יולי 17, 2013 8:20 pm

· #134336
משה געציל דו ביזט מעיזשאר, איך געדענק נישט אזא פאעטישע הומאריסטישע גאונות, ממש א קונסט שטיק, די פיר כאראקטערן זעט מען לעבעדיג פאר די אויגן, מעשי ידיו להתפאר.

הוגה » דאנערשטאג יולי 18, 2013 12:28 am

· #134420
אויף פאעזיע בין איך א קנאפע מבין. אבער די נושא איז גאר שטארק אקטועל. עס איז אלץ אינטערעסאנט צו אבזירווירן מענטשן ווען זיי זענען צווישן א ציבור, וויפיל זאכן זיי טוען אדער טוען נישט ווייל '' וואס וועט יענער טראכטן''. עס דערמאנט פון דער איד וואס האט אויפגעהאנגן א שילד העכער די סינק אין שול וואו מען האט זיך געוואשן פאר שאלישידעס, ''וואשט ענק אזוי ווי עטס וואשט ענק אין דער היים'' איז געשטאנען אויפן שילד.

טעפל » דאנערשטאג יולי 18, 2013 4:48 am

· #134477
משה געציל דו ביסט גוט
האקסט פון זיי שטיק
פון בערל דער דיין
און פונעם פיצה פארדייען
מהנה דעם עולם וואס איז אינדערהיים ווי א גולם!

משה געציל » זונטאג יולי 21, 2013 2:11 am

· #134938
נאך א אינטערעסאנטע אבזערוואציע פריש אבזעווירט דעם שבת, די וואס ליידן פון די 'גרויסע טאטע סינדראם' ווערן וואונדערליך אויסגעהיילט ווען מען קומט אן אין קאנטרי.
#הריהקעטסקילטסאסיא!

קאווע טרינקער » זונטאג יולי 27, 2014 12:26 pm

· #213896
זיך היינט דערמאנט פון דעם אשכול.

רויטע וואנצעס » מאנטאג יולי 28, 2014 1:30 am

· #214084
קאווע טרינקער
זיך היינט דערמאנט פון דעם אשכול.


וואס איז געשעהן? די דיין איז געשטאנען ביים אייזקרים טראק?

פליקער » מאנטאג יולי 28, 2014 8:07 am

· #214103
מיז מען אנעמען אז קאווע טרינקער איז דער אכשול אויפוועקר

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 28, 2014 9:19 am

· #214107
נעה, נאר בערך ווי רויטע זאגט, כ'האב געזעהן א סקווירא דאווענט אין א מנין וואס איז קעיץ-פריי. איז מיר ארויפגעקומען אויפן זיכרון דעם אשכול.

טעפל » דינסטאג יולי 29, 2014 6:43 am

· #214329
נו? משה געציל האט נישט עפעס א חידוש?

ערליכער איד » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 10:07 am

· #215647
פארוואס איז דאס טאקע אזוי?