☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קידוש השם: הצלה ראטעוועט קונסילפרוי'ס intern

קידוש השם: הצלה ראטעוועט קונסילפרוי'ס intern

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4294

boxcover » דינסטאג יולי 16, 2013 6:33 pm

· #134000
קידוש השם: הצלה ראטעוועט קונסילפרוי'ס intern
די מידיע איז אויף מיט די מעשה פון א אינטערן (א אונטישטע-קלאס ארבייטער; נאך אין טרעינונג) פאר דייאנא ריינע וואס האט גע'חלש'ט היינט אינמיטען א פרעסע-קאנפערענץ, און עס האט גענומען פאר די גויאישע אמבולאנס סערוויס א האלבע שעה אנצוקומען. די פרעסע-קאנפערענץ איז אפגעהאלטן געווארן מיט קאָונסיל-ספיקער קריסטין קווין. די 17-יעריגע אינטערן (intern) איז אוועקגעפאלן חלשות אויף דער ערד בפני כל העם גלייך פאר 12 נאכמיטאג.

קודם האט א פאליסמאן וואס האט EMT-טרעינונג געארבייט אויף איר. הצלה איז נישט לאנג שפעטער אנגעקומען און איבערגענומען.

📎 IMG-20130716-WA0025.jpg
📎 IMG-20130716-WA0024.jpg
📎 IMG-20130716-WA0023.jpg

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 16, 2013 6:35 pm

· #134001
ריין קידוש השם!

זיי זאגן אז רעי קעלי האט גאר גע'עצה'ט מ'זאל רופן הצלה.

קינות גירושין » דינסטאג יולי 16, 2013 6:38 pm

· #134003
אויפן בילד דערקען איך מיי בעסט פרעינד מאטי קליין LCSW
מגלגלין זכות ע״י זכאי

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 16, 2013 6:43 pm

· #134006
מערק די קראק'ס פון די חברי הצלה.

איז דער פרוי נעבען זיי א איד, זי גייט אויך נישט קיין לעדערנע שיך?

boxcover » דינסטאג יולי 16, 2013 6:43 pm

· #134007
קווין'ס געדולד האט געפלאצט נאָכן ווארטן פאר 30 מינוט פאַר אַן אַמבולאַנס אָנצוקומען און האט אנגערופן פאליס קאַמישאַנער ריימאָנד קעלי פאַר הילף. "מיר האבן פראבירט צו רופן [פייער קאַמישאַנער] סאַל קאַססאַנאָ, און איך האב זיך נישט געקענט פארבונדן," האט קווין געזאגט. גלייך דערנאך איז די הצלה און א פייער-טראק אנגעקומען.

די יונגע מיידל איז גלייך גענומען געווארן צו א נאנטע שפיטאל. איר צושטאַנד איז נאך נישט באוואוסט. עס איז אויך נישט באקאנט פארוואס עס האט געדויערט אזוי לאנג פאר די FDNY צו קומען. קווין זאגט אז עס איז אומפאַרגיבבאַר.

מקור: דעילי נוס

boxcover » דינסטאג יולי 16, 2013 6:46 pm

· #134009
קאווע טרינקער
מערק די קראק'ס פון די חברי הצלה.

איז דער פרוי נעבען זיי א איד, זי גייט אויך נישט קיין לעדערנע שיך?

וואס איז די היתר צו גיין אין מאנהעטען מיט פאפוטשען? אבער אלל דזשוקס עסייד, גייט זי נישט מיט סענדלס זכר לחורבן.

וואלד רויבער » דינסטאג יולי 16, 2013 6:48 pm

· #134013
ווער זענען די צוויי מעמבערס אויפן בילד?

קינות גירושין » דינסטאג יולי 16, 2013 6:50 pm

· #134014
די רעכטע איז מאטי קליין פין ווילי

נולד מאוחר » דינסטאג יולי 16, 2013 6:57 pm

· #134020

קינות גירושין » דינסטאג יולי 16, 2013 7:03 pm

· #134024
האט רעי קעלי גערופן הצלה?

פרישער » דינסטאג יולי 16, 2013 7:04 pm

· #134025
יוסי לעווי איינע פון דו איר אלטע מעמבערס פון וויליאמסבורג, ביידע זענען קלויזענבורגע
יוסי נעמט בערך פינף הינדערט קאלס א יאר עווריש, שוין א מעמבער קרוב צו צוואנציג יאר,

boxcover » דינסטאג יולי 16, 2013 7:10 pm

· #134028
קינות גירושין
האט רעי קעלי גערופן הצלה?

ניין. איינער פון די סטעף האט גערופן

boxcover » דינסטאג יולי 16, 2013 7:10 pm

· #134029

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 16, 2013 7:23 pm

· #134033
פארוואס האט מיך גאט אזוי פיינט? איך קען נישט זעהן קיין קליפס.

איך אויך » דינסטאג יולי 16, 2013 7:33 pm

· #134037
די פ. ד. תירוץ מאכט סענס.

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 16, 2013 8:36 pm

· #134050
קווין האט געזאגט פאר הצלה דערנאך אז מ'קען איר רופן ווען הצלה וועט נאר דארפן עפעס א טובה פון איר, וואס איז גאר גוטע נייעס פאר הצלה נאכדערצו אויב זי געווינטע די מעיארשאפט.

פרישער » דינסטאג יולי 16, 2013 8:43 pm

· #134052
דו תירוץ וואס עףדי זאגט איז בכלל נישט מאסגעיבענד, סיז לויזע תירוצים, אנשטאץ צי זאגען אז זיי העלן נעמען נויטיגע שריט אז אזעלעכץ זאל זיך נישט איבערשפילען, זאגען זיי אז אזוי קימט עס ציליב א טעג סיסטעים, יעדער ברויך זיין ציפרידען, פראביר עס מסביר צו זיין פאר דער וואס ליגט אויפ דער ערד אז ער זי מיז צי ווארטן אדער ווילאנג דו פאציענט וועט אדער מער נישט זיין בין החיים דעמאלץ וועט מען אפגרעידען דו סטאטוס, אדער כאטש א האלבע שעה, איז דעיס א וויץ אדער איז דינקענס דער מעיאר, ער איז גארנישט שילדיג פון איהם הערט מען בכלל נישט ער איז זיכער ביזי ווער עס האט געזויפט קאלא סאדה פונעם באטל, אדער ווער עס האט געמאכט מציצה בפה און תשעה באב אן א ברכה.
הצלה האט נישט קיין חשבונות, ווען איינער ריפט איז עס וויכטיג, ווי לאנג איינער איז נישט דארט און איז מודיע אז אלעס איז אינטער קאנטראל, איז נישט און ארדענינג, וויפיל מאל ווייסט נישט דער ריפער וואס עס טיצעך מען מיז נעמען יעדע ריף ערענס אנטיל פראווען אדערווייס

מאיר_וואלף » דינסטאג יולי 16, 2013 11:14 pm

· #134099
קאווע טרינקער
פארוואס האט מיך גאט אזוי פיינט? איך קען נישט זעהן קיין קליפס.


וואספארא פארבינדונג האבען די צוויי זאכען?

שרייב אזוי:
1) פארוואס האט מיך גאט אזוי פיינט?

2) איך קען נישט זעהן קיין קליפס.

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 16, 2013 11:39 pm

· #134113
ס'איז דערפרישענד צו זען אז די FDNY האט נאכגעמאכט קאווע שטיבל, און איינגעפירט די טעגינג סיסטעם.

boxcover » דינסטאג יולי 16, 2013 11:51 pm

· #134116
די מעשה באריכות:



די פרטים ווערן יעצט אביסל קלאהרער. קודם די פייערטראק איז געווען נאך פאר די הצלה, אבער די מיידל איז שוין געווען ביי זיך, און די עיקר וואס האט אויסגעפעהלט איז א טראנספארט. נאך א פרט, ביז יעצט האט מען געוויסט אז די EMT איז נאך נישט דארט געווען 30 מינוט נאך די אינצידענט. אבער ווען יא? יעצט הערט מען אז 53 מינוט שפעטער (!!!) זענען זיי געקומען צו פארן.

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 17, 2013 12:10 am

· #134126
קען מיר איינער מסביר זיין די פרעכהייט פון די מידיע פון אפכאפן איינער וואס איז צאמגעפאלן אויפן גאס אן בעטן רשות? מ'זומ'ט אזוי אריין אין איר פנים, וואס די מצוה!?!

NAVY SEAL » מיטוואך יולי 17, 2013 7:04 am

· #134169
וואס איז דיין שאלה? זיי זענען דאך פּרעסע/פרעכע לייט, דעי זעלבע קשיא האב איך אויף די יודעלעך אויך, די אלע טוויטער גרופס וואס שיקן ארויס בילדער פון הצלה קאלס, ממש א גרויל און א עקל.

DotCom » מיטוואך יולי 17, 2013 8:40 am

· #134170
געפילטע פיש
קען מיר איינער מסביר זיין די פרעכהייט פון די מידיע פון אפכאפן איינער וואס איז צאמגעפאלן אויפן גאס אן בעטן רשות? מ'זומ'ט אזוי אריין אין איר פנים, וואס די מצוה!?!


די קשיא איז נאך סיבה פארוואס איך האב געקלערט אז די גאנצע מעשה איז נישט מער ווי א פובליסיטי סטאנט פון קווין צוצויען אביסל אידישע אטטענשאן, די גאנצע מעשה האט מיר נישט געשמעקט פון אנהויב.

boxcover » מיטוואך יולי 17, 2013 8:48 am

· #134171
געפילטע פיש
קען מיר איינער מסביר זיין די פרעכהייט פון די מידיע פון אפכאפן איינער וואס איז צאמגעפאלן אויפן גאס אן בעטן רשות? מ'זומ'ט אזוי אריין אין איר פנים, וואס די מצוה!?!

אז דו רעדסט שוין, די מידיע איז פארנומען אז קווין האט באלד גענומען די זאך אונטער איר קאנטראל, און האט איידעלערהייט געריבען די פאר׳חלש׳טע׳ס הענט.

האט איינער באמערקט קווין רייבט ערגעץ אנדערשט?

boxcover » מיטוואך יולי 17, 2013 8:50 am

· #134173
DotCom
געפילטע פיש
קען מיר איינער מסביר זיין די פרעכהייט פון די מידיע פון אפכאפן איינער וואס איז צאמגעפאלן אויפן גאס אן בעטן רשות? מ'זומ'ט אזוי אריין אין איר פנים, וואס די מצוה!?!


די קשיא איז נאך סיבה פארוואס איך האב געקלערט אז די גאנצע מעשה איז נישט מער ווי א פובליסיטי סטאנט פון קווין צוצויען אביסל אידישע אטטענשאן, די גאנצע מעשה האט מיר נישט געשמעקט פון אנהויב.

דו מיינסט עס אמת׳דיג? פארוואס זאל קווין וועלן שפענדן אן עקסטערע הארבע שעה אין די היץ, צושטערנדיג איר פרעסע קאנפערענס (לייען: קאמפיין אויפטריט), צו גיבן אטעטשאן פאר די אידישע הצלה?

DotCom » מיטוואך יולי 17, 2013 9:03 am

· #134177
boxcover

דו מיינסט עס אמת׳דיג? פארוואס זאל קווין וועלן שפענדן אן עקסטערע הארבע שעה אין די היץ, צושטערנדיג איר פרעסע קאנפערענס (לייען: קאמפיין אויפטריט), צו גיבן אטעטשאן פאר די אידישע הצלה?


ווייל פון א קאמפיין אויפטריט תשעה באב נאכמיטאג וואלטן אפשר 10 אידן געוואוסט דערפון ובפרט אז די צוויי אידישע מנובלים ספיצער און ווינער נעמען איבער די העדליינ'ס כסדר, און יעצט ווייסן אלע אידן פון דעם, אוןן יעדער איז פראוד דערמיט, פונעם אולטרא ביזן מאדערן, קוק נאר אביסל ארום אין די סאשעל מידיא ווער ס'נעמט אלס קרעדיט דערפון... אבער פארשטייט זיך איך מיין עס נישט אינגאנצן אמתדיג נאר איך שלוס נישט אויס אזא מעגליכקייט.

רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 17, 2013 1:12 pm

· #134212
דאס איז זעכער קווין האט הנאה געהאט יעדע סקונדע פון די מצב די פיקטשערס, און איר פרעס קאנפרענץ שפעטער. ס'העלפט איר אויסזעהן ווי א גרויסע hero. געדענקט נאך וואן קארי בוקער איז אריינגעלאפן אין פייער ראטעווען א פרוי זיין רעיטינג איז געשפרינגן 10% און א וואך!!!

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 17, 2013 2:30 pm

· #134238
קאווע טרינקער
מערק די קראק'ס פון די חברי הצלה.

איז דער פרוי נעבען זיי א איד, זי גייט אויך נישט קיין לעדערנע שיך?

א מזל ס'איז דא נקודות, און דער רבי האט געלערנט די ליטווישע הברה 😂

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 17, 2013 2:33 pm

· #134241
קינות גירושין
האט רעי קעלי גערופן הצלה?

ר'האט געהייסן רופן.

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 17, 2013 2:38 pm

· #134242
boxcover

די 911 סיסטעם טויג אויף כפרות. איינער חלש'ט אוועק און ביי זיי איז עס נישט א "היי פרייאריטי"?!

פסיכאלאג » מיטוואך יולי 17, 2013 3:35 pm

· #134262
סעמיר אינטערסאנט ווי די אידן עסקנים ווי יוסי געשטעטנער און נאך האבן זיך זייער גערעגט אויף די מידיע ווי די נ.י. פאוסט,
אז זיי האבן געמאכט א טפל פון די חלק אז הצלה האט איר געראטעוועט און א עיקר פון די פאליציי פארנאכלעסונג'ען, אויך האבן די אזוי גערופענע באפער'ס אויף טוויטער חוזק געמאכט אז 'עס איז אינטערסאנט אז ווען עס קומט אויסצולויבן די אידן שרייבן זיי שוין נישט אז 2 ראביי'ס פון הצלה זענען געקומען צו הילף '.

אבער אז מען טראכט אריין זענען די מענטשען אביסל איבער געטריבן למעשה איז דאס טאקע נישט געווען די עיקר פון די מעשה,
הגם פאר אינז אידן איז דאס א גרויסע דערהעכערונג אבער פאר די פאוסט און די אנדערע מידיע איטערעסירט דאס נישט קיין סאך ווייל דאס איז טאקע א גרויסע טפל,
די עיקר וואס האט יעדעם געשטוינט איז געווען די חלק אז סענעמט אזוי לאנג פאר די ריספאנס פון ניין וואן וואן!, און לגבי די באפערס אויך, יא און די לעצטע יארן ווען מען האט ביי אינז ארעסטירט א מאלעסטער וכו. זענען רוב פון זיי געווען ארויפגעזענע מענטשן נישט סטאם א באס דרייווער איז ממילא האקן זיי א לעבן אויף אינזער חשבון ענד איי דאונט בלעים דעם
יעצט א נאך א ווארט צו יוסי'ן ''נישט אלע גוים האבן אינז פיינט ''!!

(און אז מערעדט שוין פון די מעשה בפרטיות וויל איך ארויסברענגען מיינע געפילן און זיך עקסטערע באדאנקען פאר די הצלה מעמבער הרב יוסי לעווי ער איז ביי מיר שוין געווען 2 מאל ווען איך האב גערופן הצלה פאר משפחה מיטגלידער ביידע צייטן זענען נישט געווען די געשמאקסטע צייט פון טאג צו לויפן און ער איז דארט אנגעקומען און מיט אן איבערגעגעבנקייט ארויסגעהאלפן די אייבישטער זאל דיר באגליקן ביז די 120.
אויב איינער קען דעם יוסי זאל אים ביטע איבערגעבן מיינע ווערטער )
דאנקע שיינעם!

אבגד » מיטוואך יולי 17, 2013 3:41 pm

· #134265
יא, איבערגעגעבן!!
איך האב אים געזאגט אז דער פסיכאלאג פון קאווע שטיבל לויבט דיך זייער, און דאס איז געווען זיין באמערקונג
🙄 🙄 😳 😳 😮 😮

😂 😂 😂 😂

נולד מאוחר » מיטוואך יולי 17, 2013 9:09 pm

· #134340
ליינעמדיג דא זעט מען ווי פאלאטישינס מיינד ארבעט. א גאנצע אינוועסטיגעשן מאכט מען, מזוכט סעלאשנס. וואס האט דען פאסירט,911 איז אנגעקומען 25 מינוט שפעט. סגעשעט יעדען טאג אזאלכע מעשיות צים עמך גוי. נאר ווען סגעשעט מיט זיין סטעף איז א גאנצע סאמטכע.
סדא מער גרודער יעצט ווי די נישט געשאוולטע שנייע פאריאר.

איש צדיק תמים » מיטוואך יולי 17, 2013 10:01 pm

· #134350
פסיכאלאג
סעמיר אינטערסאנט ווי די אידן עסקנים ווי יוסי געשטעטנער און נאך האבן זיך זייער גערעגט אויף די מידיע ווי די נ.י. פאוסט,
אז זיי האבן געמאכט א טפל פון די חלק אז הצלה האט איר געראטעוועט און א עיקר פון די פאליציי פארנאכלעסונג'ען, אויך האבן די אזוי גערופענע באפער'ס אויף טוויטער חוזק געמאכט אז 'עס איז אינטערסאנט אז ווען עס קומט אויסצולויבן די אידן שרייבן זיי שוין נישט אז 2 ראביי'ס פון הצלה זענען געקומען צו הילף '.

אבער אז מען טראכט אריין זענען די מענטשען אביסל איבער געטריבן למעשה איז דאס טאקע נישט געווען די עיקר פון די מעשה,
הגם פאר אינז אידן איז דאס א גרויסע דערהעכערונג אבער פאר די פאוסט און די אנדערע מידיע איטערעסירט דאס נישט קיין סאך ווייל דאס איז טאקע א גרויסע טפל,
די עיקר וואס האט יעדעם געשטוינט איז געווען די חלק אז סענעמט אזוי לאנג פאר די ריספאנס פון ניין וואן וואן!, און לגבי די באפערס אויך, יא און די לעצטע יארן ווען מען האט ביי אינז ארעסטירט א מאלעסטער וכו. זענען רוב פון זיי געווען ארויפגעזענע מענטשן נישט סטאם א באס דרייווער איז ממילא האקן זיי א לעבן אויף אינזער חשבון ענד איי דאונט בלעים דעם
יעצט א נאך א ווארט צו יוסי'ן ''נישט אלע גוים האבן אינז פיינט ''!!

(און אז מערעדט שוין פון די מעשה בפרטיות וויל איך ארויסברענגען מיינע געפילן און זיך עקסטערע באדאנקען פאר די הצלה מעמבער הרב יוסי לעווי ער איז ביי מיר שוין געווען 2 מאל ווען איך האב גערופן הצלה פאר משפחה מיטגלידער ביידע צייטן זענען נישט געווען די געשמאקסטע צייט פון טאג צו לויפן און ער איז דארט אנגעקומען און מיט אן איבערגעגעבנקייט ארויסגעהאלפן די אייבישטער זאל דיר באגליקן ביז די 120.
אויב איינער קען דעם יוסי זאל אים ביטע איבערגעבן מיינע ווערטער )
דאנקע שיינעם!

איך האב געווארט אז איינער זאל אריינווארפן א מעלאסטעישן קאממענט דא.
מאנכע זענען דא אזוי אבסעססעט מיט די הויזן אז און יעדע אשכול מוז עפעס פון מעלאסטעישן אריינקומען.
פעך!!!

נולד מאוחר » מיטוואך יולי 17, 2013 10:05 pm

· #134353
אייניר ווארט אויף מזאל אריינווארפן מאלאסטעשען אבער מאנכע זענען אבסעסט.

boxcover » מיטוואך יולי 17, 2013 10:40 pm

· #134361
נולד מאוחר
ליינעמדיג דא זעט מען ווי פאלאטישינס מיינד ארבעט. א גאנצע אינוועסטיגעשן מאכט מען, מזוכט סעלאשנס. וואס האט דען פאסירט,911 איז אנגעקומען 25 מינוט שפעט. סגעשעט יעדען טאג אזאלכע מעשיות צים עמך גוי. נאר ווען סגעשעט מיט זיין סטעף איז א גאנצע סאמטכע.
סדא מער גרודער יעצט ווי די נישט געשאוולטע שנייע פאריאר.

boxcover
די פרטים ווערן יעצט אביסל קלאהרער. קודם די פייערטראק איז געווען נאך פאר די הצלה, אבער די מיידל איז שוין געווען ביי זיך, און די עיקר וואס האט אויסגעפעהלט איז א טראנספארט. נאך א פרט, ביז יעצט האט מען געוויסט אז די EMT איז נאך נישט דארט געווען 30 מינוט נאך די אינצידענט. אבער ווען יא? יעצט הערט מען אז 53 מינוט שפעטער (!!!) זענען זיי געקומען צו פארן.

נאכאלץ נארמאל?

איש צדיק תמים » מיטוואך יולי 17, 2013 11:56 pm

· #134410
נולד איך בין גראדע איינער וואס האלט אז מען דארף רעדן פון די מעלאסטעישן פראבלעם און די קאמיונעטי.
אבער גייט נישט פאר דיר אויף די געהירען אז און ״יעדע״ אקעי נידט יעדע איז 80% פון די אשכולות איז די ווארט מעלאסטעישן דערמאנט?
בכלל פארוואס דארף מען און יעדע אשכול בארעדן די קאמיונעטי, איך וויל אויך אז מען זאל דיסקאסען די פעלער׳ס אבער און אן אשכול פון א פאזעטיווע פאסירונג און א אויסנאם אז די חסידים ווערן שיין געמענטשענט און די מידיא ענדליך, מוזן מאנכע גראד קומען און טרעפן פעלערס וואס מען קען אביסל מישן דעם שמוץ טאפ פון דעם אליין,
די האלטסט טאקע אז דאס ברויך אזוי צו זיין?
איי דאוינט טינק סוי.

פסיכאלאג » דאנערשטאג יולי 18, 2013 12:44 am

· #134427
איש צדיק תמים

איך האב געווארט אז איינער זאל אריינווארפן א מעלאסטעישן קאממענט דא.
מאנכע זענען דא אזוי אבסעססעט מיט די הויזן אז און יעדע אשכול מוז עפעס פון מעלאסטעישן אריינקומען.
פעך!!!

וואס דען זאל איך ברענגען פאר א דוגמה פון קריים ביי אונזער ציבור ?
א קאר דשעקינק?
נישט שייך ביי אונז אזא דוגמה,
האלד אפפ ?
אויך נישט שייך,
שיסעריי ?
אויך נישט שייך
בענק רויבעריי ?
אויך נישט שייך (הלואי...), נו בלייב מיר איבער מיט די איינצוגסטע דוגמה פון קריים וואס איז ביי אונז אביסל פארשוואכט און איך טריי בכלל נישט יעצט ארפאצורייסן כלל ישראל פשוט געברענגט א דוגמה וואס וואס מען זעט און די מידיע וועגן אידישע קריים וואס דאס איז מאלעסטעישן! איים סארי אויב איך האב אנגעכאפט א דוגמה וואס שרעקט דיר זייער

פסיכאלאג » דאנערשטאג יולי 18, 2013 12:51 am

· #134429
אבגד
יא, איבערגעגעבן!!
איך האב אים געזאגט אז דער פסיכאלאג פון קאווע שטיבל לויבט דיך זייער, און דאס איז געווען זיין באמערקונג
🙄 🙄 😳 😳 😮 😮

😂 😂 😂 😂

קודם כל א גרויסן שכויעך פארן איבער געבן מיינע ווערטער,
סעאיז סתם אינטערסאנט צו זעהן ווי גרויס דער שטיבל איז די פשוט דורך א תגובה'לע קען מען שיקן א מעסעדש צו וועם מען וויל,
איך האב א וויכטיגע מעסעדש פאר אובאמא וואס זאגט איר ,זאל איך טרייען דורך ק''ש??...🙂

נולד מאוחר » דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:13 am

· #134440
איש צדיק תמים
נולד איך בין גראדע איינער וואס האלט אז מען דארף רעדן פון די מעלאסטעישן פראבלעם און די קאמיונעטי.
אבער גייט נישט פאר דיר אויף די געהירען אז און ״יעדע״ אקעי נידט יעדע איז 80% פון די אשכולות איז די ווארט מעלאסטעישן דערמאנט?
בכלל פארוואס דארף מען און יעדע אשכול בארעדן די קאמיונעטי, איך וויל אויך אז מען זאל דיסקאסען די פעלער׳ס אבער און אן אשכול פון א פאזעטיווע פאסירונג און א אויסנאם אז די חסידים ווערן שיין געמענטשענט און די מידיא ענדליך, מוזן מאנכע גראד קומען און טרעפן פעלערס וואס מען קען אביסל מישן דעם שמוץ טאפ פון דעם אליין,
די האלטסט טאקע אז דאס ברויך אזוי צו זיין?
איי דאוינט טינק סוי.

כהאב נאר געשריבען כדי שלא יהא הנייר חלק. דאנט טעק מי סיריעס

berlbalaguleh » זונטאג יולי 21, 2013 9:35 pm

· #135095
נולד מאוחר
איינער ווארט אויף מזאל אריינווארפן מאלאסטעשען אבער מאנכע זענען אבסעסט.

ווי למשל נחום הידוע, (לשמצה).