☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » וואס פלעגט אדמו"ר מהר"א טון בליל יום הקדוש?

וואס פלעגט אדמו"ר מהר"א טון בליל יום הקדוש?

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4279

אבי גערעדט » זונטאג יולי 14, 2013 10:34 pm

· #133555
וואס פלעגט אדמו"ר מהר"א טון בליל יום הקדוש?
איך האב באקומען דעם פאלגענדן ארטיקל, כ'בין עס נישט נאכגעגאנגען אויב ס'אמת, אבער אפילו אויב נישט, זאגט מען נישט אזאלכע זאכן אויף יעדן אדמו"ר:
📎 IMG-20130714-WA0032.jpg

קאווע טרינקער » זונטאג יולי 14, 2013 10:40 pm

· #133559
פלעגט טון....
ווען און פארוואס האט ער אויפגעהערט?

אבי גערעדט » זונטאג יולי 14, 2013 10:45 pm

· #133562
קאווע טרינקער
פלעגט טון....
ווען און פארוואס האט ער אויפגעהערט?


עס איז זייער מעגליך אז ער טוט עס נאך היינט אויך, איך ווייס נישט

גאלד » זונטאג יולי 14, 2013 10:45 pm

· #133564
ער האט אויפגעהערט ביי די 50, זיין ברודער האט אנגעהויבן ביי די 50,

איש צדיק תמים » זונטאג יולי 14, 2013 10:51 pm

· #133572
אבי גערעדט
איך האב באקומען דעם פאלגענדן ארטיקל, כ'בין עס נישט נאכגעגאנגען אויב ס'אמת, אבער אפילו אויב נישט, זאגט מען נישט אזאלכע זאכן אויף יעדן אדמו"ר:

ער איז זיכער די צדיק הדור!
פני הדור כפני הכלב...

קאווע טרינקער » זונטאג יולי 14, 2013 10:58 pm

· #133583
איין צדיק backed די צווייטע צדיק..

שרייבער » מאנטאג יולי 15, 2013 8:53 am

· #133667
איך ווייס נישט וואס ער פלעגט טון אלס בחור, איך ווייס אבער וואס ער טוט היינט, איך האב שוין כמ"פ געהערט פון ר' הירצקא צוויבל יום הקדוש ווען ער איז געווען אין קרית יואל, אז יום הקדוש פארן ליינען ביים פארקויפן די עליות זאגט אים די רבי געווענליך איבער עטליכע פשט'לעך וואס איז אים נתחדש געווארן ביינאכט ביים לערנען


איך בין נישטא צו פאמפען חסידות, אבער להנ"ל וואס איך ווייס מכלי ראשון לייגט זיך מיר אויפן שכל ווען מען דערציילט אויף אים אזעלכע מעשיות

וכידוע די מעשה פון חפץ חיים וואס מען האט געזאגט פארן ריכטער

היסטאריקער » מאנטאג יולי 15, 2013 10:36 am

· #133689
אבי גערעדט
איך האב באקומען דעם פאלגענדן ארטיקל, כ'בין עס נישט נאכגעגאנגען אויב ס'אמת, אבער אפילו אויב נישט, זאגט מען נישט אזאלכע זאכן אויף יעדן אדמו"ר:



פון וועלעכע צייטונג קומט דאס?

זלמן זאפיר » מאנטאג יולי 15, 2013 12:29 pm

· #133725
דער אלטער וואלף יאקאבוויטש בן ר' חיים הערש ז"ל האט אמאל זיך ארויס געכאפט, א קינץ ר' אהרן קען לערנען ?! ער האט געלערנט קאן ער

קאך_לעפל » מאנטאג יולי 15, 2013 3:53 pm

· #133812
זלמן זאפיר
דער אלטער וואלף יאקאבוויטש בן ר' חיים הערש ז"ל האט אמאל זיך ארויס געכאפט, א קינץ ר' אהרן קען לערנען ?! ער האט געלערנט קאן ער


און די ארונים האלטן און שרייען אז ר' זלמן איז א גרויסער עם הארצ'ל, וואס וויל מען נעבאך פון זיין לעבן האבן? פון וואו זאל ער נעבאך קענען לערנען? ער האט דאך קיינמאל נישט געלערנט?

היסטאריקער » מאנטאג יולי 15, 2013 3:55 pm

· #133814
היסטאריקער
אבי גערעדט
איך האב באקומען דעם פאלגענדן ארטיקל, כ'בין עס נישט נאכגעגאנגען אויב ס'אמת, אבער אפילו אויב נישט, זאגט מען נישט אזאלכע זאכן אויף יעדן אדמו"ר:



פון וועלעכע צייטונג קומט דאס?

לעמיל » מאנטאג יולי 15, 2013 4:01 pm

· #133817
בחדרי האט עס שוין בישריבען א שטיק צייט צוריק
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=56156">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=56156</a>
עס ליגט מיך טון קאפ אז איינער האט שוין געלינקט דעי ארטיקעל ערגעץ

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 16, 2013 5:07 pm

· #133982
סתם נייגעריג, ווי שטייט אז א רבי דארף קענען לערנען?
איך קאן אסאך ראשקעבעהאגס וואס קענען קוים שאלעשידעס טוירע זאגן. איז וואס?
עפעס א סיבה איז דאך פאראן אז די רעבבעס זאגן נישט אליינס קיין שבת גדול דרשות נאר מאכן א שליח, ניט אזוי?

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 19, 2013 4:49 pm

· #134873
איש צדיק תמים
אבי גערעדט
איך האב באקומען דעם פאלגענדן ארטיקל, כ'בין עס נישט נאכגעגאנגען אויב ס'אמת, אבער אפילו אויב נישט, זאגט מען נישט אזאלכע זאכן אויף יעדן אדמו"ר:

ער איז זיכער די צדיק הדור!
פני הדור כפני הכלב...

כ'זוך דעם "דיסלייק" באטט'ן. כ'האב עס געטראפן: 👍 ונהפוך הוא ג' פעמים.

אלס ווייסער » זונטאג יולי 21, 2013 2:25 am

· #134940
שמעקעדיג
סתם נייגעריג, ווי שטייט אז א רבי דארף קענען לערנען?
איך קאן אסאך ראשקעבעהאגס וואס קענען קוים שאלעשידעס טוירע זאגן. איז וואס?
עפעס א סיבה איז דאך פאראן אז די רעבבעס זאגן נישט אליינס קיין שבת גדול דרשות נאר מאכן א שליח, ניט אזוי?


עס שטייט טאקע אין ערגעץ נישט, אבער אין סאטמאר/סיגוט איז עס געווען די אומאפיציעלע 11טע קאמענדמענט

שעפטל » מאנטאג יולי 22, 2013 1:00 pm

· #135209
די רבי דער דברי יואל האט אונדערהיים געזאגט, דא אין אמעריקע -לויטן מחזור דברי יואל, בשם ר' יוסל- האט ער נישט געוואלט זאגן נישט צוצונעמען דעם עולם פון אנדערע רבני העיר

היסטאריקער » מאנטאג יולי 22, 2013 1:12 pm

· #135213
די דרשות באלאנגט פאר רבני העיר נישט אדמו״רים, די רבי זצ״ל איז אינדערהיים געווען א רב ואדמו״ר, דאהי איז ער געווען נאר א אדמו״ר

שעפטל » מאנטאג יולי 22, 2013 1:28 pm

· #135216
דעס שטייט ערגעץ? מקובל? כ'מיין אזוי האט איינער באשלאסן?

גאלד » מאנטאג יולי 22, 2013 2:25 pm

· #135235
איז דער רבי ז"ל אויפגעווען א גאנצע נאכט יו"כ לערנען? אויב נישט מיין איך, דארף מען שטארק חושש זיין אז דער אהרן איז ווייטער משנה,