☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אשכול אן א טיטל #4256

אשכול אן א טיטל #4256

44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4256

— » דאנערשטאג יולי 11, 2013 5:14 pm

· #132753

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 11, 2013 5:22 pm

· #132758
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/135759/2013/07/11/new-york-halachic-analysis-may-one-shower-during-the-nine-days/">http://www.vosizneias.com/135759/2013/0 ... nine-days/</a>

לעיקוואד » דאנערשטאג יולי 11, 2013 6:06 pm

· #132769
ברוך שכיוונת למרן מלכא פוסק הדור רבי עובדיה בן גורגי'ה שליט"א

<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.co.il/2013/07/blog-post_8800.html">http://bshch.blogspot.co.il/2013/07/blog-post_8800.html</a>

זר זהב » פרייטאג יולי 12, 2013 3:01 pm

· #133057
וואסערע מראה מקום? עובדיה יוספ און די ספרדים נעמט דאך ניט אן די רמ"א. קענסטו נישט פסקענען פון אים.
---
זיכער האט א דיין א היתר נישט צו געבן קיין היתר. מוזט נישט פרעגן

דעת תורה » פרייטאג יולי 12, 2013 3:08 pm

· #133062
אנאנים טייערער, דער עולם פייגערט צו טרעפן א היתר, און דו, אנשטאט צו פסק'ענען שאלות און באדינען דעם כלל, זיצטו און דו שרייבסט תגובות אויף קאווע שטיבל?

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 12, 2013 3:42 pm

· #133073
דער היתר פונעם דיין איז לכאורה דער "עבר ושנה". כא כא כא..

בד"וו, זאלסטו זעהן אסאך נחת פון דיין בחור'ל.

געפילטע פיש » פרייטאג יולי 12, 2013 3:58 pm

· #133082
אנאנים, די עכטע שאלה איז פארוואס דיין בחור פרעגט א דיין, און נישט דיך.

דעת תורה » מוצ"ש יולי 13, 2013 11:37 pm

· #133165
@אנאנים, אין שו"ע און אין די פוסקים ווערט נישט געברענגט די סברא. אדרבה, מען האט זיך געמוטשעט צו טרעפן א היתר פאר טבילה אין א מקוה, ביז דער קרבן נתנאל טוט אויף דעם היתר אז טבילה איז נישט קיין רחיצה, אבער א שאוער? מאן דכר שמי'.

דו נעמסט א שאוער שבת אויך אויף דעם סמך אז עס הייסט נישט קיין רחיצה? אויב יא איז דאך ממש א שאד אז דו ביסט נישט קיין דיין און דער עולם קען נישט נהנה זיין פון די פסקים...

ווייז מיר א קאמפאטענטער מורה הוראה וואס זאגט דעם היתר דיינער, ומאן יהיב לן נגרא דפרזלא ונשמעיני'...

(ס'איז דא א שטיקל כלל בדבר אז א דיין פון וועמען מען וואלט נישט אנגענומען קיין חומרא, זאל מען קיין קולא אויך נישט אננעמען. אבער דער כלל איז זיך סותר מיט א גמרא מפורשת - ומקלו יגיד לו - מי שמקיל לו יגיד לו)

לעיקוואד » מוצ"ש יולי 13, 2013 11:54 pm

· #133183
אנאנים'ס היתר איז א בפירושע משנה רבן גמליאל רחץ ליל ראשונה שמתה אשתו שאמר איסטניס אני. ומפורש בפוסקים אפילו יום כיפור מעג מען זיך וואשען מפני הלכלוך, נאר רחיצה של תענוג איז אסור. (עי' סי' תרי"ג)

אלע גדולי פוסקי זמננו זענען מסכים אז אין דער היינטיגע מציאות אז מען שויערט זיך פאר די שוויץ, עכ"פ אין הייסע טעג, יעדער טאג, אזי דאס נישט בגדר רחיצה של תענוג און איז מותר אדער אפילו א חיוב מפני דרך ארץ. דער איינציגסטער מקור אויף נישט איז עפעס א שמועה בשם דער חזון איש אז ער האטו נישט געוואלט מתיר זיין. איז ווער עס איז א בלינדע חסיד פון חזון איש און גלייבט די מעשה זאל ער זיך נישט וואשען. אבער חוץ פון דעם זענען אלע פוסקים מתיר בלי פקפוק. (עי' למשל אגרות משה אה"ע חלק ד' סי' פ"ד, ובס' אמת ליעקב הל' ת"ב, ובתשובות והנהגות ח"ב סוף סי' ר"ס, וח"ד סי' קכ"ט, שבט הלוי חלק ז' סי' ע"ז)

די איסור רחיצה שבת איז א גאנצע אנדערע נושא און איז נישט געבויט אויף דער גדר בכלל, ס'איז א גזירה וועגן מחמם זיין די וואסער און ע"פ הלכה איז אין קאלטע וואסער מותר לכתחילה נאר י"א אז ס'דא א מנהג זיך נישט צו וואשען אויך בצונן שבת.

דעת תורה » זונטאג יולי 14, 2013 12:03 am

· #133188
גיב מיר עפעס א נאמען פון א היינטיגן מורה הוראה וואס איז מתיר, נישט ווער ס'איז נישט מתיר. אדרבה איך האב נישט קיין אינטערעס עס זאל יא זיין אסור. פאר סאם ריזען איז אפגעשפארט אלע שויערס אין אלע מקוואות.

זר זהב » זונטאג יולי 14, 2013 12:04 am

· #133189
ווייל ס'דארף זיין בצנעה אפילו מיט א היתר, וועגן דעם איז אפשר אין דיין שול אפגעשפארט

לעיקוואד » זונטאג יולי 14, 2013 12:09 am

· #133190
דעת תורה, הוספתי לך למעלה מראי מקומות.

וועגן די מקווה קענסטו פרעגן די מקווה איד, אבער עכ"פ איך האב נישט באמערקט עס זאל טאקע זיין אזוי פארשפארט. אפשר אין געוויסע מקומות גיט מען נישט קיין הייסע וואסער, וויל אסאך זענען מתיר נאר בצונן, אבער פארשפארט?

לעיקוואד » זונטאג יולי 14, 2013 12:15 am

· #133195
איך בין דיר מעתיק א שיינער קורצער סיכום מיט פילע ציטאטן פון פוסקים וואס איך האב געטראפן אזוי נאכפרעגנדיג זיך ביי ר' גוגל'ן. איך ווייס נישט ווער דאס איז אבער איך שיהיה תבוא עליו ברכה.

ד. לכלוך.
1. מיקל – או"ח (גבי ת"ב, סי' תקנ"ד סעי' ט', "אם היו ידיו מלוכלכות בטיט ובצואה, מותר לרחוץ להעביר הלכלוך"), או"ח (גבי יו"כ, סי' תרי"ג סעי' א', "ואם היו ידיו או רגליו או שאר גופו מלוכלכים בטיט או בצואה, או שנטף דם מחוטמו, מותר לרחצם; שלא אסרו אלא רחיצה של תענוג"), יו"ד (גבי אבלות, סי' שפ"א סעי' א', "ואם היה מלוכלך מטיט וצואה, רוחץ כדרכו ואינו חושש").

ה. לזיעה.
1. מיקל – מ"ב (סי' תרי"ג ס"ק ב' ממג"א ולבוש, "שלא אסרו אלא רחיצה של תענוג. מלשון זה משמע דאם הזיעה הרבה ורוצה לרחוץ להעביר הזיעה מותר כיון שאינה רחיצה של תענוג ומ"מ מי שאינו איסטניס וא"צ לרחיצה זו כ"כ נכון להחמיר שלא לרחוץ בשביל העברת הזיעה כמו שאסור לסוך בשמן להעביר הזוהמא כמו שמבואר בסימן תרי"ד").
א) הגרח"ק שליט"א (מכתב, "שם מיירי במחלה של זיעה").
2. מחמיר – ערה"ש (סי' תרי"ג סעי' א' מט"ז סי' תרי"ד ס"ק א' ודגל מרבבה שם [אמנם עי' מהד"ת] ויד אפרים שם).
3. מי שמריח לא טוב, מפריע ממש לאחרים.
א) מחמיר – הגרח"ק שליט"א (שאלת רב ח"ב פרק ל"ג אות י', "אין להקל").

ו. פוסקים.
1. מיקל.
א) אג"מ (אה"ע ח"ד סי' פ"ד אות ד', שמעתתא דמשה ס"ק כ"ו) – "ולגבי שאלת בני הישיבה אם ביום חום מותר לרחוץ אחר ר"ח אב עד ערב ת"ב מאחר שמכונים להסיר הזיעה, ולא מחמת תענוג, באמת יש להקל".
ב) אמת ליעקב (הע' תקי"ד) – "איסור רחיצה בתשעת הימים הוא רק באופן של תענוג, אבל אם הוא מלוכלך או מיוזא או שנודף ממנו ריח רע מותר".
ג) הגר"ש איידר זצ"ל (ריש עמ' י"ב) – "if one is dirty or perspired, he may wash or bathe to remove the dirt or perspiration".
ד) הגרחפ"ש שליט"א (דברי חכמים או"ח אות תס"א) – "שמזג האויר במקום המ"ב היה הרבה יותר קל ואורירי מאשר אצלנו ובמדיתנו כיון שחם מאד בקיץ וגם הלחות גבוהה מאד (ושייך בנו דין מצטער) וגם יש היתר של כבוד הבריות, ומותר לו להתקלח במים קרים כל הימים (ואין צריך לכך, אפי' קצת מים חמים מותר, אבל רק כשצריך לכך)".
ה) תשובות והנהגות (ח"ב סוף סי' ר"ס, ח"ד סי' קכ"ט) – "לכאורה באבילות ישנה אין לאסור כל גופו בצונן ... דמקור דבריו הוא בתה"ד ואיהו גופו כתב (ק"נ) שראה נוהגין מר"ח לרחוץ בנהר, רק מסיק שהמחמיר תבוא עליו ברכה, ויש לומר דמאי דהחמיר היינו דוקא רחיצה דומיא בנהר להתענג, אבל במקלחת כשאינו לתענוג לא אסר כלל במדינות החמין שמזיעים דלא גרע מת"ב גופי' דלהעביר הזוהמא שרי (תקנ"ד ס"ט), ואפילו ביוהכ"פ יש מתירין ... מהחזו"א ... אין למדים הלכה מפי מעשה ... יש להקל כשמצטער מזיעה ... בשבועה שחל בו ת"ב ... אבל בתשעת הימים שאינו אלא מנהג ... אם הוא מצטער מזיעה ומחמיר מלרחוץ בצונן הרי הוא מהמתמיהין, ודי למי שרוצה להחמיר ע"ע בשבוע שחל בו ת"ב ... סוף דבר, אדם שמזיע רחיצת כל גופו בצונן אין לחשוש".
ו) רבבות אפרים (ח"ה סי' שע"ו אות י') – "זה כמה פעמים שנשאלתי מאנשים דמזעים הרבה וקשה להם לא להתרחץ כל הט' הימים כי הזיעה עליהם מה יעשו, ועניתי היות דלא עושים לתענוג אלא להסיר הזיעה אז מותר, וכעת קניתי שו"ת אגרות משה ... עכ"ל, ולפי"ז עניתי יפה".
ז) שו"ת אור יצחק (או"ח סי' רי"ט, על סעי' ז' ד"ה ואגב) – "לא אוכל להתאפק מלהעיר על מנהג של הרבה אנשים אשר לא מתרחצים מר"ח אב עד העשירי בו, וחושבים שלרחוץ הוא איסור גמור, וגורמים בזה לנזקי שכנים וחלול ה' העולה על כולנה, כי למרבה הצער בימים אלה החום גובר והזיעה מתרבה והריח נודף, וא"א לעמוד גם מחוץ לד' אמותיהם, ולפעמים מתכנסים למקום צבור בבית הכנסת וכדומה וכן באוטובוסים, וקשה לעמוד שם בגלל זה. ואין צורך להאריך בגריעות הדבר ובחילול ה' הגדול שיש בדבר זה. והנה מפורש בשו"ע שכל הרחיצה שאסורה הוא רק ברחיצה לתענוג אבל להעביר הלכלוך והטיט מותר, ואני מוסיף שזה גם מצוה, וודאי שמותר וצריך להשתמש בסבון וכל דבר שמנקה היטב ובמים חמים. ורחיצה של תענוג נקרא שהולכים לבריכת מים או לים וכדומה לזה ... וגם האדם יתרחץ בכל יום בתשעת הימים (חוץ מת"ב) כמו שצריך להתרחץ בכל יום בכל ימות השנה ... ועיין בגמ' בשבת [דף נ' ע"ב] רוחץ אדם פניו ידיו ורגליו בכל יום בשביל קונהו, משום שנאמר [משלי ט"ז ד'] כל פועל ה' למענהו, וכתב שם רש"י בד"ה בשביל קונהו - לכבוד קונהו, דכתיב [בראשית א' כ"ז] בצלם אלהים עשה את האדם, ועוד דהרואה בריות נאות אומר ברוך שככה לו בעולמו, ע"כ. ובודאי שלאו דוקא פניו ידיו ורגליו, כי אם כל גופו אינו נקי בודאי הוי כנזם זהב באף חזיר, ולא רק שאינו גורם לשבח בוראו אלא גורם לחלול השם, ואומרים עליו אוי לרבו שלמדו תורה [יומא דף פ"ו ע"א]".
2. מחמיר.
א) אור לציון (ח"ג פרק כ"ז סעי' ה') – "ואפילו מצטער בזיעה אין לו לרחוץ אלא אם כן אינו יכול לסבול את ריח הזיעה שבו, או שריח הזיעה נודף ומורגש בסביבתו, או שיש עליו לכלוך ממש, כגון פועל או הבא מן הדרך וכדומה. וכן מי שיש לו פצעים ברגלים וכדומה".
ב) הגרשז"א זצ"ל (הליכות שלמה בין המצרים פרק י"ד סעי' י"ח, אמנם עי' שלמי מועד עמ' תפ"ב) – "אף מי שההמנות מרחיצה גורמת לו צער, אין לו להקל משום כך כלל ברחיצה בתשעת הימים".
ג) הגרח"ק שליט"א (שאלת רב ח"ב פרק ל"ג אות ט') – "אין זה חומרא של החזו"א אלא איסור גמור מדינא דפוסקים".
3. אבר אבר.
א) שבט הלוי (ח"ז סי' ע"ז אות ב') – "בענין הרחיצה, לפי מנהג שלנו כל תשעת הימים אין לרחוץ רק פניו וידיו ורגליו בצונן, ובלי סבון כמבואר במג"א בשם הלבוש, ובשאר אחרונים. מכ"מ פה אה"ק שלפעמים החום גובר ומזיעים הרבה - מותר לרחוץ גם כל גופו בצונן - ויעשה זה דרך אברים אברים לא בבת אחת, והדבר מסור ללב ירא ה' מתי להקל בזה".
שבט הלוי (קובץ מבית לוי חי"ג עמ' כ"ט אות א', הע' ב') – "במקומות החמים כמו פה באה"ק שהחום גובר ומזיעים הרבה יש להקל לרחוץ כל הגוף בצונן, אבר אבר, ולא כל הגוף בבת אחת. והדבר מסור ללב ירא ה' מתי להקל בזה [וכן מקובל בשם מרן החזו"א זצ"ל]".
4. מר"מ – דברי יציב (ח"ב סי' רל"ז אות ד'), הגריש"א שליט"א (אשרי האיש ח"ג פרק ס"ט סעי' ל"ו), קרא עלי מועד (פרק ג' ס"ב, הע' ה'), והערות מהגרח"ק שליט"א (שם), פסקי תשובות (אות מ"ח), ג' שבועות (ארטסקרול, עמ' צ').
5. צדדים להקל – עי' תשובות והנהגות (ח"ד סי' קכ"ט מיו"ד סי' שפ"א, וש"ך שם ס"ק א'), ושערים המצויינים בהלכה (סי' קכ"ב ס"ק י"ג).
א) באבל, נוהג להקל - כש"ך.
ב) מראש חודש - התרה"ד, שראה נוהגין מר"ח לרחוץ בנהר, רק מסיק שהמחמיר תבוא עליו ברכה.
ג) דמאי דהחמיר היינו דוקא רחיצה דומיא בנהר להתענג, אבל במקלחת כשאינו לתענוג לא אסר כלל במדינות החמין שמזיעים.
ד) דלא גרע מת"ב גופי' דלהעביר הזוהמא שרי (תקנ"ד ס"ט), ואפילו ביוהכ"פ יש מתירין.

ז. סבון.
1. מר"מ – הגרשז"א זצ"ל (שלמי מועד עמ' תפ"ב), הגר"א נבנצל שליט"א (שלמי מועד פרק צ' הע' מ"ב).
א) אמת ליעקב (הע' תקי"ד) – "ואם יכול לנקות את עצמו בלי סבון, עדיף שלא להשתמש בסבון. ויותר טוב להשתמש במים קרים עם סבון מלרחוץ במים חמים בלי סבון".
ב) שבט הלוי (ח"ח סי' קכ"ז אות א', קובץ מבית לוי חי"ג עמ' ל' אות ו', עמ' נ' אות א') – "אבל אם אינו תענוג באמת רק להעביר הזוהמא הלא מבואר באו"ח סי' תרי"ג ס"א דלא אסרו אלא רחיצה של תענוג, ומבואר שם בפוסקים בשם הלבוש ורבינו מנוח ועוד דלהעביר זוהמא מותר אפילו ביוה"כ החמור, מכ"ש בט' ימים עד ט"ב שאינו אלא חומרת הדורות, כי מעיקר הדין רק בט"ב אסור, ופשיטא דגם עם בורית שרי ומהאי דסי' תקנ"ד לענין אשה המבשלת וכן לענין לעבור במים כדי לקבל רבו שכ' הפמ"ג דאי לאו משום מצוה לא התירו אף על גב דאינו רחיצה של תענוג, אין הדמיון עולה יפה, חדא דשאני התם בט"ב עצמו כאשר הרגיש כבודו, אבל יותר מזה דהתם הו"ל גם פס"ר דתענוג, וכהאי דר"ה כ"ח ע"א דהמודר הנאה ממעין טובל בו בימות הגשמים אבל לא בימות החמה, משום הנאת הגוף בהדי מצוה, ולזה צריכים לטעם מצוה בסי' תקנ"ד, סו"ד פשוט דלהעביר זוהמת הזיעה מותר רחיצה גם בבורית אם נצרך לכך, מכ"ש בימים ובמקומות החמין, אבל כנראה רק בצונן שזה מספיק לכך, ואין להאריך בפשוט".

לעיקוואד » זונטאג יולי 14, 2013 12:27 am

· #133198
אנאנים
די היתר פון די דיין איז די זעלבע היתר פון דער דיין צו אסר'ן פאר אידען צו נעמן ב"ק, און מיט דעם מאמלל זיין יידישע קינדער, אן קיין שום מקור אין כל התורה כולה. אדער צו פסקנ'ען דיני נפשות שאלות אין הלכות רפואה והמסתעף אן האבען דעם מידנסטער אנונג, און דערמיט הרגנ'ען כפשוטו חולים און בעיביס יעדער טאג. אדער זיך אריינצומישען אין יענמ'ס שלום בית אדער אנדערע פרעזענליכע נושאים אן די ריכטיגע קוואליפיקעישינס אדער בכלל הערן צויי צדדים.

די היתר איז : "ווייל ער קען". אז מפ'רעגט עם און מגיט אריין די יכולת אין זיינע הענט אריין, און ווער עס זאגט עפעס א ווארט דערקעגן איז א סעלף העיטינג דזשאו, איז וואס גייט עם אן אז מענטשעו שטארבען דערפון, אדער סתם א בחור ליידט דערפון? power corrupts.

פערינא » זונטאג יולי 14, 2013 2:30 am

· #133249
טיפה תורות
📎 IMG-20130714-WA0000.jpg

פרישער » זונטאג יולי 14, 2013 9:58 am

· #133286
פאר טבילת עזרא האבען זיי זעזיכט און געפינען א היתר

צו נעמען א שויער, ווען זיי וואלטען געזיכט וואלטען זיי געפינען

צו איז עס מיין שילד אז זיי ווילען נישט זיכען

אריין און מאחורי השויער

boxcover » זונטאג יולי 14, 2013 11:00 am

· #133300
לעיקוואד
איך בין דיר מעתיק א שיינער קורצער סיכום מיט פילע ציטאטן פון פוסקים וואס איך האב געטראפן אזוי נאכפרעגנדיג זיך ביי ר' גוגל'ן. איך ווייס נישט ווער דאס איז אבער איך שיהיה תבוא עליו ברכה.
[/quote]
ביי אסאך מקילים, ספעציעל די פריערדיגע, רעדט מען נישט פון קיין שאוער, נאר פון וואשען די די מקום המלוכלך ממש.

לעיקוואד » זונטאג יולי 14, 2013 11:23 am

· #133307
ניין, האסט צומישט צוויי עקסטערע סעיפים. לכלוך און זיעה.
עניוועיס, זיי מסביר וויאזוי מוואשט זיך נאר אפ פון שוויץ אן נעמען א שויער.

דעת תורה » זונטאג יולי 14, 2013 11:27 am

· #133311
און אזוי אויך רעדט מען נאר פון קאלטע וואסער מער ווייניגער. לויט טייל - אדער רוב - מתירים איז עס דוקא אנע זייף.

לעיקוואד » זונטאג יולי 14, 2013 12:32 pm

· #133324
הכל לפי הענין ולפי הסברא. אויב קומט נישט אראפ די זיעה מיט קאלטע מעג מען מיט הייסע. און אויב עס גייט נישט אן זייף מעג מען מיט זייף. די וואס זאגען אז דווקא אקלטא אדער דווקא אן זייף (איז דען דא בכלל אזא מקור? ערגעץ אין גמרא/פוסקים ווערט דערמאנט אן איסור זיך צו זייפען בכלל? פארדעם טאקע טענה'ט ר' יעקב קמינצקי אז ענדערש קאלטע וואסער מיט זייף ווי הייסע וואסער- וואס איז די מקורות'דיגע איסור- אן זייף) רעדן אויף אן אופן וואס זיי זענען משער אז דער הייס איז סתם לתוספת תענוג וכדומה. אויף דער עיקר יסוד איז נישטא קיין שום חולק. (אחוץ ר' חיים קנייבסקי בשם דער חזו"א וואס פארענטפערט בפירוש'ע פוסקים אז מפני זיעה איז מותר מיט א מין מאדנע תירוץ - וואס אלמלא חסידות החזו"א שהטתו וואלט ער אויך נישט געזאגט אזא שטות- אז ס'רעדט זיך וועגן א "מחלה של זיעה", א מחלה וואס קיינער האט נאכנישט געהערט דערפון בהקשר זה ביז היינט).

די יסוד איז אז עס איז נישטא קיין שום חיוב צו שטינקען אדער זיך מצער זיין זיך און אנדערע. דער איסור איז אויף רחיצה של תענוג ממילא וואס עס איז בכלל תענוג און נישט בכלל נקיות ומניעת צער איז אסור.

אין די היינטיגע מציאות אין דער זומער וואס עס איז כמעט נישטא איינער וואס שויערט זיך נישט יעדער טאג, איז פשוט כביעתא בכותחא אז דאס איז נישט בכלל רחיצה של תענוג נאר של נקיות. נאר איינער וואס ס'איז נישט קיין נפקא מינה זאל זיך שויערן מיט קאלטע/לויליכע וואסער.

יפיש חייהון » זונטאג יולי 14, 2013 12:35 pm

· #133325
די גאנצע איסור איז א תרומת הדשן סי' קנ און דער רמ"א ברענגט עס אראפ אין או"ח תקנ"א ס"ק טז, אבער רוב מנין ובנין פון אלע פוסקים ביזן רמ"א דערמאנען עס נישט

(בשעת הדחק קען מען צאלן א גוי'טע דיר צו געבען א שויער, אמירה לעכו''ם במקום מנהג איז נישט געפערליך)

יאיר » זונטאג יולי 14, 2013 3:14 pm

· #133408
לעיקוואוד'ס ליסט איז א גוטע עקזעמפל פון די היינטיגע פוסקים. יעדער זאגט אן אנדערע מיינונג, הצד השוה שבהן אז אלעס איז געבויט אויף די געפילן פון דעם ספעציפישן פוסק. אגב, איינער קען אפשר מסביר זיין בטוב טעם ודעת פארוואס לויט רב וואזנער איז בבת אחת אסור אבער אבר אבר מותר, אויסער אז עס איז אראפגעפאלן א פתקא מן שמיא כהאי לשנא ביים פוסק הדור אין ספרים שטוב?

אביגדור » זונטאג יולי 14, 2013 3:28 pm

· #133413
זה בכה וזה בכה.

יאיר » זונטאג יולי 14, 2013 3:35 pm

· #133414
נו! לאמיר שוין זאגן אז א שויער איז מותר, אבער למלא פיו שחוק?!
גראדע האב איך געטראפן א גירסא אין אן אלטן שולחן ערוך אין סימן תקנ"א, הוא אינו שש, אבל אחרים הוא משיש 😂.

דעת תורה » זונטאג יולי 14, 2013 7:40 pm

· #133484
שוין, כ'האב נישט געוואלט דערמאנען די נקודה, ס'וועט מסתמא זיין קלים וואס וועלן עס אננעמען למעשה, אבער עס איז גוט אויף צו זען מיט וועלכן "פוסק" מען דיעלט דא...

דער ענין פון אבר אבר ווערט געברענגט אין די פוסקים לגבי רחיצה ערב שבת, - וואס אגב פון דעם גאנצן איבערקערעניש וועגן רחיצה ערב שבת איז כמעט א ראיה מוכרחת אז נישט נאר רחיצה של תענוג איז אסור, ווייל דאס איז דאך לכבוד שבת, אלא שיש לחלק דמ"מ רוחץ בכוונת רחיצה משא"כ כשרוחץ להסיר הזיעה - דארט זעט מען דעם יסוד אז אבר אבר איז גרינגער.

קרעמער1 » זונטאג יולי 14, 2013 11:33 pm

· #133601
פערינא
טיפה תורות

הרב דריע פסק'עט: "יכול להוציא ש"ז בכדי להתרחץ ולטבול במקווה, אך יהא זהיר שלא להתרחץ לאחר הטבילה כדעת המקובלים אלא אך ורק לפני הטבילה".

קען זיין אז כ'בין אביסל נאאיוו, אבער ס'מיר א פלא והפלא! א פורים טוירע איינס אין די וועלט.
איך מיין אז ס'איז פשוט, אבער מ'מוז עס פארט ארויסברענגען: איז רחיצה אין די ניין טעג א גרעסערע איסור ווי הוז"ל?

און איז עס ווייניגער הארב עפ"י קבלה ווי גיין אין שויער נאך די מקוה?
דאס עצה'ט ער מ'זאל טוהן כדי מ'זאל קענען גיין ט"ע, און די אנדערע ווארנט ער אהן אז מ'זאל נישט...

ס'דערמאנט מיר פון יענער וואס האט גע'גזל'ט כדי צו קענען מקיים זיין והשיב את הגזילה.

(קען זיין אז ער האלט אז הוז"ל איז נישט אזא גרויסער איסור, אבער עפ"י פשטות הזוהר איז עס דאך זיכער א הארבע זאך. נישט אזוי?)

געפילטע פיש » זונטאג יולי 14, 2013 11:38 pm

· #133607
קרעמער1
(קען זיין אז ער האלט אז הוז"ל איז נישט אזא גרויסער איסור, אבער עפ"י פשטות הזוהר איז עס דאך זיכער א הארבע זאך. נישט אזוי?)

זעט אויס ער האלט אז ער דארף פסקנן הלכה, נישט קבלה.

יאיר » זונטאג יולי 14, 2013 11:45 pm

· #133614
דעת תורה
שוין, כ'האב נישט געוואלט דערמאנען די נקודה, ס'וועט מסתמא זיין קלים וואס וועלן עס אננעמען למעשה, אבער עס איז גוט אויף צו זען מיט וועלכן "פוסק" מען דיעלט דא...

דער ענין פון אבר אבר ווערט געברענגט אין די פוסקים לגבי רחיצה ערב שבת, - וואס אגב פון דעם גאנצן איבערקערעניש וועגן רחיצה ערב שבת איז כמעט א ראיה מוכרחת אז נישט נאר רחיצה של תענוג איז אסור, ווייל דאס איז דאך לכבוד שבת, אלא שיש לחלק דמ"מ רוחץ בכוונת רחיצה משא"כ כשרוחץ להסיר הזיעה - דארט זעט מען דעם יסוד אז אבר אבר איז גרינגער.

כפי מיטב ידיעתי שטייט נישט דעם ענין פון אבר אבר לגבי רחיצה ערב שבת בתשעת הימים. פילייכט האט זיך כבוד תורתו טועה געווען מיט רחיצת פניו ידיו ורגליו?

דעת תורה » מאנטאג יולי 15, 2013 12:32 am

· #133632
דארט שטייט - אויב כבוד תורתי איז זיך נישט טועה - אז אפילו דאס וואס מען מעג וואשן ער"ש, זאל מען עס טון יעדע חלק עקסטער, נישט פניו וידיו אדער ידיו ורגליו אויף איינמאל. ומכאן המקור לחילוק זה של אבר אבר.

יאיר » מאנטאג יולי 15, 2013 1:07 am

· #133641
דעת תורה
דארט שטייט - אויב כבוד תורתי איז זיך נישט טועה - אז אפילו דאס וואס מען מעג וואשן ער"ש, זאל מען עס טון יעדע חלק עקסטער, נישט פניו וידיו אדער ידיו ורגליו אויף איינמאל. ומכאן המקור לחילוק זה של אבר אבר.

נו, אדרבה. זאל כבוד תורתו ברענגען דעם מקור און מאיר זיין את עיני. כמדומה לי אז אבר אבר ווערט געזאגט לגבי רחיצה בחמין ביו"ט.

קרעמער1 » מאנטאג יולי 15, 2013 1:57 am

· #133644
געפילטע פיש
קרעמער1
(קען זיין אז ער האלט אז הוז"ל איז נישט אזא גרויסער איסור, אבער עפ"י פשטות הזוהר איז עס דאך זיכער א הארבע זאך. נישט אזוי?)

זעט אויס ער האלט אז ער דארף פסקנן הלכה, נישט קבלה.

נו דאס פרעג איך דאך, עפ"י הלכה איז דאך בטלה ט"ע

ליפא » זונטאג יולי 19, 2015 1:51 pm

· #290032
📎 IMG-20150719-WA0025.jpg

העלא » זונטאג יולי 19, 2015 4:26 pm

· #290052
שטותים
שטותים
שטותים,
זיצן א גאנצן ניין טעג און ביום תשעה באב פאר חצות אין א הייסע וואנע, און זיך מתענג זיין בתענוגים איז נאר א איסור דרבנן, (הגם א הארבע דרבנן - כל המתאבל על ירושלים זוכה ורואה וכן להיפוך)
הנוצאת ש"ז איז א בפירוש'ע משנה איז עס איז הארבער ווי די דריי ערגסטע עבירות,
און אין די גמרא ווערט אזוי אנגענומען,
און אלע ראשונים פסק'ן אזוי, געוויסע ראשונים האבן געהאלטן אז עס איז ביהרג ואל יעבור,
און אזוי ווערט גע'פסק'ט אין שולחן ערוך אבן העזר סימן כ"ג אהן קיין שום חולק,

סא סטאפ צו רעדן שטותים שבשטותים אשר שבשטותים

יהושע חיים » זונטאג יולי 19, 2015 6:17 pm

· #290060
ער זאגט אז בעצם ת"ע איז געמאכט נאך מקיים זיין עונה אבער ער איז מתיר פאר איינער וואס האט מוצא געווען נישט ביי עונה צו גיין אין מקוה וכו' אפילו דאס איז נישט געווען די ארגינעלע תקנה שלא יהא כתרנגולים וכו'

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

זעמיל מילכיגער » זונטאג יולי 19, 2015 8:13 pm

· #290081
לדעתי זיכט די עולם התירים נישט ווייל זיין בחור'ל שוויצט, פשוט קיינער און 2015 איז נישט משים לב אויפן חורבן, ווען איינער זיצט שבעה ל"ע זיכט ער נישט אזויפיל התירים מיט זיינע שוויצערייען, יעדער מיט אביסל געפיל צום טויטען פארשטייט אז די וואך ליידט מען אביסל, נאר אז די חורבן איז ביי איהם נישט אזוי ווי א טויטען זענען נישט שולדיג קיין דיינים אדער שו"ע.
איך מיין נישט קיינעם פרעזענליך, אני הקטן האט אויך גענאסן היינט ווען א שטראם פון וואסער האט באגאסען מיין נאקעטען גוף, אבער בלעימען רבנים איז זיכער נישט גערעכט.

זעמיל מילכיגער » מאנטאג יולי 20, 2015 12:36 am

· #290133
📎 IMG-20150719-WA0103.jpg

וכדומה.. » מאנטאג יולי 20, 2015 2:18 am

· #290153
.

יואב » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:14 pm

· #294802
זעמיל מילכיגער
לדעתי זיכט די עולם התירים נישט ווייל זיין בחור'ל שוויצט, פשוט קיינער און 2015 איז נישט משים לב אויפן חורבן, ווען איינער זיצט שבעה ל"ע זיכט ער נישט אזויפיל התירים מיט זיינע שוויצערייען, יעדער מיט אביסל געפיל צום טויטען פארשטייט אז די וואך ליידט מען אביסל, נאר אז די חורבן איז ביי איהם נישט אזוי ווי א טויטען זענען נישט שולדיג קיין דיינים אדער שו"ע.
איך מיין נישט קיינעם פרעזענליך, אני הקטן האט אויך גענאסן היינט ווען א שטראם פון וואסער האט באגאסען מיין נאקעטען גוף, אבער בלעימען רבנים איז זיכער נישט גערעכט.

וויט-אלל-דא-רעספעקט זע איך באמת נישט די סתירה פון נעמען א שויער בשעת'ן טרויערן אויף א מת. ( שטייצעך אן ערליכער, גוטער, וואוילער און באליבטער איד געווען, ווארום ווער אויב נישט גוטע מענטשן זאלן שטארבן — די שלעכטע?). כ'קען מיך זען יא אדער נישט טון א סך זאכן בשעת כ'בין פארזינקען אין טיפן טרויער, פארט וואלט איך נישט באשולדיגט דעם שויער אין זיין דער וואס וויל אזוי אפשאקלען מיין צער. א שויער איז כהיום א מענטשליך געברויך פאר דעם דורכשניטליכן מענטש.

כ'האב געשריבן "דורכשניטליך", איך ווייס אבער יא פון יראים ושלמים וואס "דאס-זייפן-זיך" ווערט געזען אין זייערע אויגן ווי עפעס א מאדע, אזא סוב-חוקות הגוי געדאנק. "ביי חסידים האט מען נישט עוסק געווען אינעם גוף". שוין, א תירוץ. די סארט אידן וועלן נישט לויפן אין שויער בשעת ס'ווערט ביי זיי געבוירן א קינד — ווי א צייכן פאר פרייד.

ווידער אז מ'רעדט פון די רבנים, איך פערזענליך קען רבנים וואס פאר זיי איז א מקווה'לע פונקט גענוג — ליתר שאת העלן זיי כאפן נאך א מקווה. און אויב איך דענק גוט הערן זיי מוזיק סתם אזוי אויך נישט. א יוצא מן הכלל איז שטייצעך ווען פון די סקולענער הויפטקווארטירן קומט די נייעס אז ס'איז שוין באשאפן געווארן א פיפטן פאל צו עפעס א ניגון – אן אזויגערופן זמר'ל וואס מ'האט ווארשיינדליך אפגענומען פון עפעס א געהיים ארט ערגעצוואו צווישן דעם היכל התשובה ונגינה. דער זעקסטער הקפה ניגון ווידער וואלטן זיי דאך געזינגען אום תשעה באב אויך. 

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:57 pm

· #294849
רבותי איך בין יעצט געוואויר געווארן אומדירעקט אז ס'דא אידן וועלכע פלאשן נישט די טוילעט אום שבת ויו"ט. איך ווייס נישט צו איך זאלל לאכן אדער רחמנות האבן אויף זייער משפחה...!

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 10:00 pm

· #294850
פארוואס פלאשען זיי נישט?

samiam » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 10:04 pm

· #294851
די קעניג פין אמעריקע
פארוואס פלאשען זיי נישט?

די וואסער קען ערגעץ ארויף קומען און דאס איז זריעה or something like that...

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 11:01 pm

· #294856
samiam
די קעניג פין אמעריקע
פארוואס פלאשען זיי נישט?

די וואסער קען ערגעץ ארויף קומען און דאס איז זריעה or something like that...

אויך, איינער אן עקסטרעמיסט (וואס איז יונגערהייט יא געווען א נארמאלער רב און א בר דעת.) טענה'ט אז דאס איז הוצאה מרשות לרשות. ספעציעל אין די קאנטרי. אבער ער איז ---אזוי ווי כמעט אייביג-- פעקטשועללי ראנג. ווייל אין די קאנטרי האבן רוב פלעצער א סעפטיק טאנק וואו די וואסער גייט אריין. און איז נישט קאננעקטעד דיירעקטלי צו דעם שטאטישן סוער סיסטעם...!
נאר רבותי, לאמיר זיך פארשטעללן וואס דארט טוט זיך אפ אין משך פון א שבת אדער יו"ט...! איך בין יענעם רב מוחל די חלות, פיש און טשולנט. און זיין גאנצע הכנסת אורחים. איכ'ל ענדערש האלטן שבת אויף די גאס ווי איידער צו זיין במחיצתו פון אזא (פארדרייטן) מענטש...!

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 11:03 pm

· #294858
ויסעו משאוער ויחנו בטוילעט.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 12:21 am

· #294870
שמעקעדיג
ויסעו משאוער ויחנו בטוילעט.

היינו הך:
ס'די זעלבע זאך:...
אזוי ווי מיין רבי אין חדר פלעגט צו זאגן.
ריח ריח לגזירה שווה.
מה כאן כבוד הבריות
אף שם כבוד הבריות.
אה. כ'האב מיך דערמאנט נאך א זאך וואס מיין רבי פלעגט צו זאגן ווען ס'האט זיך געמאכט א נישט אנגענעמער גערוך אין קלאס. און א יונגל האט קאמענטירט דעריבער. האט ער אייביג געזאגט..."שמעק אויס דיין חלק. און די איבעריגע לאז פאר א צווייטן... 😂 🙄