.. המשך
איך האב פארגעסן צו שרייבן אז א יעדן יו''ט, למשל אויב עס איז דא צוויי טעג יו''ט וועלן זיי געבן נאר איין בלאט צו לערנען פאר ביידע טעג, ווייל יו''ט, ספעציעל איינער וואס האט א גרויסע משפחה האט ווייניגער צייט צו לערנען.
אויכט תשעה באב געבן זיי נישט א נייע בלאט צו לערנען משא''כ דף היומי/דרשו. איך האב געהערט די וואך אז תורתך גייט לערנען מס' עירובין נאר 4 בלאט א וואך וויבאלד עס זייער פרעמד פאר די עולם, און זיי וועלן מאכן זעכער אז די עולם גייט נישט ארויספאלען. איך ווייס אבער נישט צו עס איז אמת (אני כשלעצמי האלט עס איז נישט קיין גוטע געדאנק).
למעשה איז דא איין גרויסע נפק''מ צווישן די דף היומי מיט די סדר פון תורתך שעשועי, איז אז איינער וואס לערנט די דף ווייסט אז ער מוז זיך אראפ זעצן יעדן טאג און לערנען א בלאט (אויב נישט האט ער מארגן צוויי.. ), עז זאל זיין אן ער''פ, א קינד'ס חתונה, און מען טרעפט עפ''ר רוב צייט צו זיך אראפ גנבנ'ן, (וועגן דעם האלט איך אז די דף איז א גוטע זאך אפי' פאר א כולל אינגערמאן, ווייל עס איז דא די טעג ספעציעל אין יו''ט וואס א כולל אינגערמאן וועט נישט עפענען קיין גמ' וויל ער איז פארנימען, און ער האט נישט קיין לחץ, צו אראפ גנבנ'ן אביסל צייט). משא''כ איינער וואס לערנט די סדר פון תורתך, איז ער אביסל מער פלעקסיבעל, און ער האט נישט אזא לחץ צו גנבנ'ן צייט.
וועגן דעם האלט איך איז די בעסטע צו לערנען ביידע כדי אין איין וועגס, חזר'ט מען איבער וואס מען האט געלערנט א שטיקל צייט צוריק. וכן אני נוהג.
וואס איז די חילוקים פון תורתך שעשועי און דרשו.
1) קודם פאר א סאטמערע אינגערמאן איז מער איינשטימיג מיט זייער קולטור ווייל מען לערנט נישט די דף היומי.
2) תורתך איז זייער געאייגענט אפי' פאר א בעה''ב וואס האט א ביזנעס אדער אן ארבעטער וואס ארבעט אסאך שעות, ווייל ער האט צוויי טעג אין וואך וואס מען לערנט נישט קיין נייע דף, אויב האט ער מער צייט מאכט ער חזרה אויב נישט וועט ער חזר'ן אביסל ווייניגער.
3) עס איז אויכעט גרינגער פאר איינער וואס האט א חברותא וואס וואוינט נישט ממש אין זיין געגענט, וויבאלד מען לערנט נישט שבת א נייע דף קען מען אייביג לערנען צוזאמען (חוץ יו''ט).
4) די חילוק פון די בחינות, ביידע פרעגן 30 שאלות, אבער דרשו איז די בחינה אויף 30 בלאט קומט אויס אז איין שאלה א בלאט, תורתך איז די בחינה אויף 20 בלאט קומט אויס 1.5 שאלות א בלאט. חוץ פון דעם געט תורתך 5 יתר שאת שאלות.
דרשו, זייערע שאלות איז מער געשטעלט אויף זייער אויבנאויף'דיגע שאלות, דהיינו די שאלה וועט זיין מה דינו עם... די תי' איז מח' וכדו' אדער מה הטעם ש...... דהיינו די תירוץ איז ע''פ רוב א זאך וואס שטייט קלאר ארויס אין די גמרא, משא''כ תורתך פרעגט מער א סיכום אויף די סוגיא, און די מוזט האבן צוזאם גענומען די גמרא כדי צו קענען ענטפערן, לכבוד דעם ביי דרשו גייסט ע''פ רוב נישט דארפן נישט שרייבן מער ווי איין זאץ אויף יעדע תשובה ומאידך גיסא תורתך גייסטו דארפן שרייבן א שיינע פאר זאצן.
ביי דרשו מיין איך קענסטו נישט שרייבן די תשובות אין אידיש אויב דו קענסט זיך נישט ארויס ברענגן אין לשה''ק, משא''כ ביי תורתך קענסטו שרייבן אין אידיש.
5) דרשו'ס שרייבער האט זייער נישט קיין גוטע לשה''ק'דיגע שפראך, תורתך טרייט די שאלות זאלן זיין כמעט ווי די לשון הגמ', אזוי צומישט מען זיך די ווייניגסטע, און זייער שרייבער, שרייבט זייער א גרינגע לשה''ק.
דרשו זעהט אריין צו שטעלן אפאר שאלות פון א פארשטופטע רש''י, אסאך מאל איז עס כמעט נישט נוגע די רש''י צום סוגיא, ער ברענגט צו א לימוד בדרך אגב, און דו דארפסט עס געדענקען אדער א זייטיגע קשיא/תירוץ וואס רש''י ברענגט צו, תורתך וועט עס קיינמאל נישט אריין לייגן אין זייער 30 שאלות, דעס וועט זיין ע''פ רוב די 5 יתר שאת'דיגע (extra credit) שאלות.
בקיצור די חילוק איז, אז ביי דרשו דארפסטו געדענקען די טקסט אויסנווענדיג, און ביי תורתך דארפסטו געדענקען די תמצית הגמ' גוט.
דרשו האט אסאך מער גרייזן אין זייער שאלות און תשובות קאמפערט צו תורתך, תורתך טרייט צו לייגן א גרויסן דגוש עס זאל דירעקט נישט זיין קיין מיסטעקס, אבער ווי אזוי שרייבן אלע מחברי הספרים, שגיאות מי..
דרשו אויב דו פארשטייסט נישט קיין שאלה האסטו קיינער נישט צו פרעגן, קענסט רעדן צו די פיר ווענט, דער וואס געט אויס די בחינה, זעהט אויס אז ער קען נישט דעם דף אפי' אינווענדיג, משא''כ תורתך עכ''פ אין ווילימסבורג האסטו הרב יצחק שווארץ צו פרעגן אויב די פארשטייסט נישט קיין שאלה, איך מיין זיי האבן אין יעדע שטאט וועם צו פרעגן.
די אלע זאכן קען זייער נישט צופרידן שטעלן דער וואס נעמט די בחינה, ווייל ער חזר'ט די גמ' און לייגט אריין אסאך שעות צום בחינה, און בעצם קען ער די ענטפערס אויף יעדע שאלה, נאר וויבאלד עס איז דא גרייזן, און ער האט נישט וועם צו פרעגן כדי צו מאכן זיכער וואס די ספק'דיגע שאלה מיינט, האט ער נישט גוט געענטפערט, און ע''פ רוב וועט עס זייער באדערן פאר פארהערער.
למשל ביי די בחינה פון פאריגע חודש (א' מטו''מ) האט די ערשטע שאלה כמעט קיינער נישט פארשטאנען די ריכטיגע שאלה, א חוץ אויב מען האט איבערגעקייט די שאלה אפאר מאל. נישט ח''ו ושלום אז איך האב טענות אויף דרשו, הרב הופשטטר איז געווען די ערשטע וואס האט עס געמאכט און עס קומט זיך פול קרעדיט פאר איהם, און עס איז א נאן פראפיט ארגענזעישן, און ער באקוקט גארנישט צוריק פערזענליך פונעם פארהערער, נאר עס מער א לשון בקשה, אז מען מאכט יא, זאל מען עס מאכן מער ווי א דבר השלום. די גרויסע חידוש איז אז דרשו איז לכאורה א גרעסערע ארגענזאציע פון תורתך און זיי האבן אסאך מער עקספיריענס, פארוואס זענען זיי אזוי צוריק געשטאנען מיט דעם.
אויכעט דרשו אויב דו האסט א הערה אדער דו טראכסט אז זיי האבן נישט גוט געמיינט, איז זייער שווער צוצוקומען צו זיי, אבער ביי תורתך איז זייער גרינג.
איך פערזענליך קוק ארויף זייער אויף אזא אינגערמאן - הרב שוווארטץ, קודם עס איז א סכום עצום יעדע חודש. און א מענטש וואס געט אוועק אזויפיל געלט פאר א זאך וואס ברענגט נישט אזויפיל פי. אר., ווי ווען ער וואלט געגעבן די סכום פאר עני אנדערע ארגענזאציע. און אויכעט וויפיל צייט און מחשבה ער לייגט אריין אין תורתך, כדי עס זאל זיין די בעסטע פאר די לערנערס, ער רוהט נישט, ער האלט אין איין אויפקומען מיט נייע געדאנקען, תמצית הדף, חברותות, טלפון שיעורים, וכדו'. חוץ פון דעם וואס ער קען דעם דף זייער גוט און אז דו פארשטייסט נישט עפעס אדער דו האסט סתם א קשיא קענסטו צוגיין צו איהם פרעגן.. און רובו ככולו ענטפערט ער צום זאך, דאס הייסט ער איז גוט אויסגעקאכט מיט די גמ'.
זאל דער אייבישטער איהם געבן די כח און מח, און די געלט, אז ער זאל קענען אנגיין ביזן סיום הש''ס.
און צו דיר, ר' יצחק, המקום ינחם אותך בתוך שאר אבלי ציון וירושלים..
.. א שטענדיגער פארהערער פון דרשו אין תורתך.