☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א חברותא אין מונסי

א חברותא אין מונסי

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4248

לבי במזרח » מיטוואך יולי 10, 2013 12:16 pm

· #132123
א חברותא אין מונסי
קאל מי סטופיד טיל יאר בלו אן יאר פעיס, אבער כ׳האב דא אן אינטערעסאנטן, וויאזוי עס אנצוריפן, בקשה... נישט ממש, וויאזוי זאגן מען אויף יודיש Inquiry? מיין כונה איז נישט ח״ו צו פארוואנדלען ק״ש צו א דעיטינג סייט, און כ׳ווייס אויך אז איך נעם דא א ריסק פון גילוי, כ׳האב עס אבער שוקל געווען און כ׳האלט אז סיז א ווין ווין סיטואציע.

איך שרייב נישט דא קיין סאך מחוסר זמן און נויטיגע ישוב הדעת (איך האב נישט דעם אנבעליבעבל טאלאנט וואס מ׳זעט דא אן א אוערלי בעסיס, עס נעמט אסאך עפארט צו שרייבן) אבער איך ליין זייער אסאך און אזוי ווי געמענטשנט כמה פעמים בעבר, כ׳ווער ממש מעשיגע פון די רייכע מאטיריאל וואס גיסט זיך דא! שיער טעלענט! איך אפרישיעט עס אויף א אומגעהויערען שטארקן אופן!

טו דע פוינט, ליינענדיג די ארטסקרול vs מתיבתא אשכול, זעהענדיג וואספארא געשמאקע חברה דרייען זיך דא וואס צום אלעם פארשטייען זיי אויך אזוי גוט צו א שטיקל גמרא, איז מיר איינגעפאלן א געדאנק.

שוין א לאנגע צייט וואס איך מוטשע זיך ארום צו טרעפן א חברותא. כ׳פלעג לערנען מיט א יונגערמאן א חבר יעדן טאג נאו מעטער וואהט, 7 טעג א וואך , מינימום א שעה, רוב מאל לענגער, סיז געווען א מחי׳. מאמער ביידע גוט פארשטאנען א שטיקל גמרא רש״י און תוספות, ליב געהאט צו לערנען טיף etc. ס׳האט זעך אבער אזוי געמאכט אז אונז וווינען שוין נישט אונעם זעלבן שטאט, איך גיי פון איין חברותא צום צווייטן, אבער נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגס.... איך בין מודה אז איך בין זייער פיקי.

האלט איר אז איך בין אוט אף ליין (אדער אף מיי מיינד) צו טרייען מיין לוק אטע דא אין שטיבל? אדרבא, זאגט מיר וואס איר האלט.

איך דענק אז סיז געווען דארט אפאר חברה פון מונסי, סא דאנט בי שיי, שיק מיר א אישי און לאמיר זען צו מערקעמער אפשר דא געהאלפן ווערן...

איין וויכטיגע נקודה, אזוי איך בין מיין אייגענע באס אין ביזנעס, בין איך גאנץ פלעקסיבל מיטן צייט ווען צו לערנען, און כ׳דארף מיין חברותא זאל אויך זיין ד.ה. אז ווען איינער קען נישט קומען למשל אויב די קביעות איז צופרי (נישט פריער ווי זיבענע) קען מען אייביג לערנען אדער אינמיטן טאג אדער ביינאכט אא״וו.

ווייטער און אישי...

שעפטל » מיטוואך יולי 10, 2013 12:24 pm

· #132125
דעס דארף גיין אונטערן פארום פון התאחדות אבריכים

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 10, 2013 12:34 pm

· #132129
אוקעי, אבער נאר מיט ארטסקרול.

לבי במזרח » מיטוואך יולי 10, 2013 12:42 pm

· #132133
קאווע טרינקער
אוקעי, אבער נאר מיט ארטסקרול.

😛 פאר יו עני טינג!

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 10, 2013 12:44 pm

· #132135
וואלט איר צוגעפארן צו מיר אין קרית יואל? און וואס זענען די קוואליפיקאציעס, ברויך מען זיין א מאנספערזאן? פארהייראט? מאחורי? געוויסע IQ?

זר זהב » מיטוואך יולי 10, 2013 12:45 pm

· #132137
כ'וואלט גערן געוואלט לערנען מיט אייך, אבער א טריפ יעדן טאג פון טאהש ביז מאנסי אהין און צוריק וועט קאסטן צופיל די געז 😮

לעמיל » מיטוואך יולי 10, 2013 12:49 pm

· #132141
זר פון צירוך קיין טאהש? 😮 😮 😮

זר זהב » מיטוואך יולי 10, 2013 12:50 pm

· #132142
נאר פאר א וויזיט, כ'בין אוועק פון ציריך צו מאכן פלאץ פאר בדחן

סאשי פיש » מיטוואך יולי 10, 2013 12:56 pm

· #132144
וועלכע מסכת ווילסטו לערנען? דף היומי?

לעמיל » מיטוואך יולי 10, 2013 1:00 pm

· #132145
אויב געדעינק איך גוט האט קרעמער בזמנו און אייוועלט געהאט אזא אשכול ווי ער האט צאם געפארט חברותות

מאראנצןזאפט » מיטוואך יולי 10, 2013 1:01 pm

· #132146
און א זשאב פאר מיר אין אייער ביזנעס האט איר אפשר?
פאר די געלט וועל איך שוין צולערנען מיט אייך אויך?

אביגדור » מיטוואך יולי 10, 2013 1:52 pm

· #132165
ווי אין מאנסי זענט איר? איך בין אין דער עירמאנטע אומגעגענט, אבער איך דרייוו נישט. וואלט איר מיך אויפגעפיקט מיט אייער קאר?

לאליפאפ » מיטוואך יולי 10, 2013 2:45 pm

· #132207
[ציטאט אראפגענומען]

אה! עפעס ארבעט זיך שוין אויס דא.. אקעי!

לאליפאפ » מיטוואך יולי 10, 2013 2:48 pm

· #132212
זר זהב
כ'וואלט גערן געוואלט לערנען מיט אייך, אבער א טריפ יעדן טאג פון טאהש ביז מאנסי אהין און צוריק וועט קאסטן צופיל די געז 😮

ציריך, טאהש. ערגעץ ביי נחום כץ האסטו געשריבן ״דאהי אין לאנדאן״, און דו קענסט דיך אויס אין יעדן ווינקל פון ראדני..
סא איי סודזשעסט, אז מ׳זאל זוכן א חברותא וואס זוכט נישט צו באהאלטן זיין איי די אזוי שטארק ווי זר נ״י!

זר זהב » מיטוואך יולי 10, 2013 2:49 pm

· #132213
לאליפאפ
זר זהב
כ'וואלט גערן געוואלט לערנען מיט אייך, אבער א טריפ יעדן טאג פון טאהש ביז מאנסי אהין און צוריק וועט קאסטן צופיל די געז 😮

ציריך, טאהש. ערגעץ ביי נחום כץ האסטו געשריבן ״דאהי אין לאנדאן״, און דו קענסט דיך אויס אין יעדן ווינקל פון ראדני..
סא איי סודזשעסט, אז מ׳זאל זוכן א חברותא וואס זוכט נישט צו באהאלטן זיין איי די אזוי שטארק ווי זר נ״י!

איר חלומ'ט...

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 10, 2013 2:52 pm

· #132215
ליבי, איך שטיי דא ביים באס סטאפ אויף 306 פינת 59...
ווי לאנג דארף איך ווארטן? איך זעה נישט קיין איין דורכגייער מאכן דעם אפגעשמועסטער סימן.
ליבי?

אביגדור » מיטוואך יולי 10, 2013 2:55 pm

· #132218
קאווע טרינקער
ליבי, איך שטיי דא ביים באס סטאפ אויף 306 פינת 59...
ווי לאנג דארף איך ווארטן? איך זעה נישט קיין איין דורכגייער מאכן דעם אפגעשמועסטער סימן.
ליבי?

😉

לאליפאפ » מיטוואך יולי 10, 2013 2:59 pm

· #132220
זר זהב
לאליפאפ
זר זהב
כ'וואלט גערן געוואלט לערנען מיט אייך, אבער א טריפ יעדן טאג פון טאהש ביז מאנסי אהין און צוריק וועט קאסטן צופיל די געז 😮

ציריך, טאהש. ערגעץ ביי נחום כץ האסטו געשריבן ״דאהי אין לאנדאן״, און דו קענסט דיך אויס אין יעדן ווינקל פון ראדני..
סא איי סודזשעסט, אז מ׳זאל זוכן א חברותא וואס זוכט נישט צו באהאלטן זיין איי די אזוי שטארק ווי זר נ״י!

איר חלומ'ט...

איך וועל טשעקן נאכאמאל, אבער דאס איז אמאל זיכער אז אין פארגאנהייט האסטו געשריבן אינעם וועטער אשכול אז ס׳מבול׳ט אין סטעמפארד היל.

זר זהב » מיטוואך יולי 10, 2013 2:59 pm

· #132222
דאס יא, בזיווג ראשון

לאליפאפ » מיטוואך יולי 10, 2013 3:01 pm

· #132223
ע״פ חשבון איז אין טאהש שוין דעם פערטן... וואס?

אקעי דא זוכט מען חברותות אונלי!

הוגה » מיטוואך יולי 10, 2013 3:29 pm

· #132244
קאווע טרינקער
ליבי, איך שטיי דא ביים באס סטאפ אויף 306 פינת 59...
ווי לאנג דארף איך ווארטן? איך זעה נישט קיין איין דורכגייער מאכן דעם אפגעשמועסטער סימן.
ליבי?


נישט דא קיין באסטאפ ביי 59 און 306, דארפסט טון בעסערע ריסערטש.

סלינקי » מיטוואך יולי 10, 2013 3:31 pm

· #132246
נישט דא בכלל אזא קארנער. מסתם מיינט ער מעיפל און 306

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 10, 2013 3:38 pm

· #132248
טשעקנדיג מיט גוגל מאפעס, זאגט ער איז עס עקזיסטירט יא אזא קארנער:
📎 306-59.jpg

טישו באקס » מיטוואך יולי 10, 2013 3:39 pm

· #132250
יעצט דורכגעפארן דעם קארנער און געזעהן צוויי יונגעלייט שמועסן כווייס נאר נישט וועלעכע פון זיי איז קאווע און ווער איז ליבי

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 10, 2013 3:40 pm

· #132251
מ'סארי ליבי, צו סאך ברוינע פאקעט בוקס דא, כ'ווייס נישט וועלכע איז דיך. קום ארויף צו אורשיווע 7, צווייטע שטאק, די טיר איז אפען.

סלינקי » מיטוואך יולי 10, 2013 3:44 pm

· #132254
סארי נישט געוויסט אז מעין סטריט הייסט אויך 306

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 10, 2013 3:45 pm

· #132255
יעצט זעה איך ליבי און שרי שטייען ביי די קארנער,
פון גוגל סטריט וויאו
📎 Street View.jpg

הוגה » מיטוואך יולי 10, 2013 4:06 pm

· #132266
שמעקעדיג
יעצט זעה איך ליבי און שרי שטייען ביי די קארנער,
פון גוגל סטריט וויאו

און פארקויפן אתרגים ערב תשעה באב...

לבי במזרח » מיטוואך יולי 10, 2013 4:36 pm

· #132287
מאראנצןזאפט
און א זשאב פאר מיר אין אייער ביזנעס האט איר אפשר?
פאר די געלט וועל איך שוין צולערנען מיט אייך אויך?

לאמיר אנהייבן צו לערנען, עמיר זען צו די פארשטייסט אנייסעק.

לבי במזרח » מיטוואך יולי 10, 2013 4:42 pm

· #132291
[ציטאט אראפגענומען]

מ׳קען רעדען דערפון!

סא אין באבוב לאט מען שוין אפילו נישט די מענער דרייוון? מיט די שוואנצאנישע פרימקייט קאמפעטישאן אין מונסי קעמען קיימאל נישט וויסן.

לבי במזרח » מיטוואך יולי 10, 2013 4:47 pm

· #132295
@קאווע טרינקער @געפילטע @קופי @הוגה @שמעקי
You guys are hilarious

הדד בן בדד » דאנערשטאג יולי 11, 2013 2:49 am

· #132548
סלינקי
סארי נישט געוויסט אז מעין סטריט הייסט אויך 306


יא, אבער א באס סטאפ ביי יענעם קארנער איז נאך אלץ נישט דא...

יאיר » פרייטאג יולי 12, 2013 5:37 am

· #132929
איך זע אז פאר די מילתא דבדיחותא'ס פאר'ן לערנען איז שוין דא עטליכע קאנדידאטן.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 14, 2013 1:35 pm

· #133355
לעמיל
זר פון צירוך קיין טאהש? 😮 😮 😮

קיין ברסלב??? ❓