די מעשה פון וואס זיי רעדן אין לעיקוואד איז בכלל נישט קיין פרישע מעשה נאר איז שוין אלט עטליכע יאר. דער רב דארטן פלאגט זיך נעבך צו טרעפן א פלאץ פאר זיינע שמות און ס'גייט אים נישט, גיי ווייס פארוואס זיי ברענגען דאס יעצט נאכאמאל אויף ווי גלייך ס'איז פריש. די נייעס קומט אריגינעל פון א עסבערי פרעס נייעס וואס איז לעבן לעיקוואד עס ליגט דאך דערינען אזויפיל רשעות
לויט ווי איך ליין דא און דארטן זעה איך אז דער יסוד פון די שמות פראבלעמן קומט פון דעם אז ס'איז נישט ערלויבט לכתחילה צו באגראבן קיין שמות אין דער ערד, אבער פאקטיש אז מ'ארבעט שווער קען מען זיך דורכקומען מיט די רעגירונג, אזוי ווי די נייע גניזה קאמפעני אין מאנרא האט לעצטענס באקומען רשות, ווי ס'איז באשריבן אין די צייטונגען. נא פארוואס נעמען זיך נישט אפאר עסקנים אין לעיקוואד אין דער האנט און טוען דארט אויך צו דער זאך
[quote="shem-tov"]די מעשה פון וואס זיי רעדן אין לעיקוואד איז בכלל נישט קיין פרישע מעשה נאר איז שוין אלט עטליכע יאר. דער רב דארטן פלאגט זיך נעבך צו טרעפן א פלאץ פאר זיינע שמות און ס'גייט אים נישט, גיי ווייס פארוואס זיי ברענגען דאס יעצט נאכאמאל אויף ווי גלייך ס'איז פריש. די נייעס קומט אריגינעל פון א עסבערי פרעס נייעס וואס איז לעבן לעיקוואד עס ליגט דאך דערינען אזויפיל רשעות
לויט ווי איך ליין דא און דארטן זעה איך אז דער יסוד פון די שמות פראבלעמן קומט פון דעם אז ס'איז נישט ערלויבט לכתחילה צו באגראבן קיין שמות אין דער ערד, אבער פאקטיש אז מ'ארבעט שווער קען מען זיך דורכקומען מיט די רעגירונג, אזוי ווי די נייע גניזה קאמפעני אין מאנרא האט לעצטענס באקומען רשות, ווי ס'איז באשריבן אין די צייטונגען. נא פארוואס נעמען זיך נישט אפאר עסקנים אין לעיקוואד אין דער האנט און טוען דארט אויך צו דער זאך[/quote] די נייע גניזה קאמפאני אין קר"י איז א ישיבה און די בחורים זיצן גאנץ בין הזמנים ביי די טראקס און זיי זענען די וועלכע באגראבן עס זעהט אויס אז די לעקוואודער האבן נאכנישט קיין ישיבה דערפאר
כ'ווייס נישט צי וועלעכע ישיבה די נייע בית גניזה קאמפעני געהער, אבער אשרי חלקם וואסערע מהפיכה זיי האבן אנגעדרייט מיט שמות, יעדער געדענקט וואס ס'פלעגט זיך דא אפטוהן , איך האב גערעדט צו איינע פון די ראשי הקהלה אין וויליאמסבורג זאגט ער מיר אז קהל איז געווען אובד עצות ס'איז נישט געווען וואו ציבאגראבן, אלע פלעגען ליידער אוועקווארפן, מיט נאך אן א שעור פראבלעמן און דא האבן זיי מסדר געווען א סיסטעם מיט השגחות מיט אפראוועלס, איידעלע בחורים שטייען ביי די טראקס, געמאכט א בית החיים אין ליבערטי דערפאר, אלעס אפען און גראב ארויסגעשריבן אויף זייער וועב סייט, און הערשט האב איך צוגעטראגן אן עקסטער באקסל (חוץ מיין סאדע באקס מעמבער קארטל) און כ'האב באצאלט בלויז פינעף טולער, ווען דער רויבער פלעגט מיר בעטן אן עקסטערע פינעף און דרייסיג רובל דערפאר
זיי שרייבן אז רוב קהלות ניצען זיי, און ס'האט טאקע אזוי אויסגעקוקט אין וויליאמסבורג פון די ריזיגע אנגעפאקטע טראקס, פארשטיי איך נישט פארוואס לעיקוואד וואס ליידט זיך אזויפיל צאם פון שמות פראבלעמן קען נישט באווייזן די זעלבע זאך