☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » הרואה סוטה בקלקולה יזיר עצמו מן היין - 'אנעים זמירות'

הרואה סוטה בקלקולה יזיר עצמו מן היין - 'אנעים זמירות'

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4234
בלאט: 1 2

זר זהב » מאנטאג יולי 8, 2013 8:29 pm

· #131601
הרואה סוטה בקלקולה יזיר עצמו מן היין - 'אנעים זמירות'
איך בין נתעורר געווארען צו שרייבען דעם מאמר (עטליכע חלקים) נאכען שמועה לא טובה אז איינער פון אונזערע חבורה הקדיח תבשילו ברבים ויצא לתרבות רעות רח"ל. ער איז ליידער געוועהן הציץ ונפגע אין פארשידענע ערטער אויפען אינטערנעט, און פון כהן לא-ל עליון נעבעך געווארען כהן מדין.
איך וויל מקדים זיין דער מאמר אז דער יעניגער איז טאקע דער וואס האט מיר לכתחילה פארציילט וועגן אייוועלט, און אדאנק איהם האב איך געטראפען דעם ארט. ער האט מיר אויך פארציילט וועגן דעם אנדערען אזוי-גערופענעם היימישע פארום, וואו איך האב תחילת דרכי אנגעהויבען שרייבען, נאר ווען איך האב מיר איבערצייגט אז מען רעדט דארט דברי כפירה ומינות האב איך מיר אויסגעשפארט פון דארט.
אצינד קען איך שוין מגלה זיין אז דער מערסטע טייל שטופ צו עפענען דעם גאנצען אשכול און ארויסברענגען די סכנה פון באזוכען אין מקומות האסורים, איז טאקע געוועהן א תוכחת מגולה צו מיין געוועזענע חבר. איך האב געוואוסט ער דרייט זיך אין פלעצער וואס טויגען נישט, נאר איך האב נישט געוואלט בפירוש מוסר'ן בדרך מוסר אויס מורא ער וועט זיך בלויז פראבירען צו פארטיידיגען און נישט וועלן אננעמען וואס איך שרייב. דערפאר האב איך געשריבען א מאמר כללי פאר יעדן (און פארשטייט זיך אויך איך בתוך עמי אנכי ישבת), אפשר אזוי וועלן מיינע ווערטער ווערן אויפגענומען.
[איך וויל עס זאל זיין קלאר דאס כאטש מיינע ווערטער אין דעם יעצטיגען מאמר זענען מער געצילט אקעגן א געוויסען באקאנטען וועבסייט, מיין איך נישט נאר יענע פלאץ, נאר אומעטום ווי מען שרייבט ליצנות און מינות. ווי אויך זאג איך נישט אז דארט איז בלויז ליצנות, מינות און ניבול פה, און אז יעדער וואס שרייבט דארט איז מנוגע מכף רגליו ועד ראשו, ווייל געוויס איז דא פון אלעס און פון אלעמען. איך וויל נישט מער ווי ארויסברענגען קלאר די געפאר אונעם חורבן פון באזוכען און ליינען אויפען אן ארט וואו מען רעדט דברים האסורים.
ווייטער בין איך מבהיר אז די מטרה פון דעם ארטיקעל איז נישט צו באשולדיגען דעם אדער יענעם וועבסייט, ווי כאילו וועגן זיי איז פלוני אפגעפארען. אדרבה, איך גיי אינגאנצען נישט אריין אין קיין סברות פארוואס און פארווען, ווייל זיי זענען סתם הבל ורעות רוח. ואחרון פון די הבהרות אז איך וויל מיר נישט פאטשען אין בייכעל ווי כאילו מיר זענען בתכלית השלימות און אלעס טויג ביי אונז, ווייל דאס איז אויך נישט ריכטיג. מיין גאנצע מטרה איז טאקע ווי אינעם קעפל – הרואה סוטה בקלקולה מוזען מיר זיך מחזק זיין אין די ענינים פון אמונה, און מוסף זיין גדרים נישט צו פארקריכען.]

דער חינוך אין מצוה שפ"ו (סוף פרשת שלח) – שלא לתור אחרי מחשבת הלב וראיית העיניים, שרייבט ווי פאלגענד:
ענין לאו זה שנמנענו שלא ניחד מחשבותינו לחשוב בדעות שהם היפך הדעת שהתורה בנויה עליו, לפי שאפשר לבוא מתוך כך למינות.
דער חינוך שרייבט נישט אז מען טאר זיך נישט אוועקשטעלן טראכטען בדברי כפירה, נאר אפילו אזעלכע זאכען וועלכע זענען פארקערט פונעם תורה'דיגען זין. מען טאר נישט טראכטען אנדערש ווי די תורה הקדושה! מען טאר נישט האבען קיין מחשבות פיגול פון ענינים וואס די תוה"ק האט פארווערט! יעדע זאך וואס איז היפך הדעת שהתורה בנויה עליו איז אסור בלאו, שאפשר לבוא מתוך כך למינות.
איך האב נאר געברענגט איין שורה, אבער עס איז ראוי ונכון פאר יעדן דורכצולערנען דעם חינוך און כסדר חזר'ן ווייל יעדע ווארט פון א ראשון איז קודש קדשים, און עס ליגט דערין גאר אסאך. עמוק עמוק מי ימצאנו.

עס איז דא א געוויסע פאלשע דעה ביי מאנכע, בפרט ביי אזעלכע וואס האבען שוין טועם געוועהן מים גנובים און זוכען צו שטילען זייער דארשט און געוויסען, אז מען מעג אלעס אויסשמועסען און פרעגן. היינטיגע צייטען איז דאס איבערהויפט נפרץ געווארען אויך ביי די גוים, מיטען freedom of information act, וואס דייט אז יעדער מעג וויסען אלעס. נישט נאר יעדער מעג וויסען אלעס נאר עס איז פאסענד פאר סיי וועמען צו רעדן און דיסקוטירען אלעס. די שיטה איז היפך דעת תורתינו הקדושה און איז א געפערליכע סכנה מען זאל נישט פארכאפט ווערן במחשבת מינות חלילה.
די משנה אין חגיגה (ב' א') לערנט אונז אין דורשין...ולא במעשה בראשית בשנים ולא במרכבה ביחיד – מעשה בראשית מעג נאר ווערן איבערגעגעבן פון א רבי צו א תלמיד one to one, אבער נישט פאר א חבורה, און אודאי נישט אין א שיעור ברבים אדער א שמועס אויפען נעץ. מעשה מרכבה איז נאך העכער (עיי"ש כמה פירושים וואס יעדע זאך באדייט), און דאס טאר מען בכלל נישט אויסלערנען ברחל בתך הקטנה, נאר אויב א רבי זעהט אז זיין תלמיד איז דעתו רחבה און ער איז א בר הכי צו קענען משיג זיין די הויכע ענינים, קען ער איהם איבערגעבן די ראשי פרקים און דער תלמיד טוט פון זיך אליין אויסברייטערען דער זאך.
דא האט מען שוין די נקודה אז עס זענען פארהאנען אזוינע זאכען וואס מען טאר נישט לערנען ברבים. כאטש געוויס איז דאס תורה וללמוד אני צריך, אומגעקערט, עס איז גאר פון די סודות עליונים פונעם תוה"ק, מוז מען אבער וויסען וואו אויס און וואו איין, און מען לערנט דאס נאר מיטען פולען ערנסטקייט אהנע שום distractions.
עס גייט אבער ווייטער. די זעלבע משנה טוט אנבאטען אז טייל זאכען האט א יוד נישט קיין רשות צו פרעגן און נאך קלערן. כל המסתכל בארבעה דברים ראוי לו כאילו לא בא לעולם. מה למעלה, מה למטה, מה לפנים מה לאחור. מען האט בפירוש נישט קיין רעכט אלעס צו פרעגן און פארשטיין. געוויסע זאכען דארף מען שטייט ווייט פון זיי, און בכלל נישט אריינגיין. ווען איינער האט קשיות צ.ב.ש. וועגן גיל העולם דארף ער וויסען דאס לכאורה גייט עס אריין בגדר מה לפנים וואס איז גענצליך אסור צו פרעגן, און עכ"פ איז עס נכלל אין מעשה בראשית וואס מען טאר נישט אויסשמועסען ברבים.
צו באזוכען אין מקומות וואו אזעלכע סארט פראגעס קענען יא אויסגעשמועסט ווערן ברבים איז היפך הדעת שהתורה בנויה עליו, און אחריתם רעה וכדי בזיון וקצף. עס קען טאקע זיין א גרויס נסיון אבער לכך נוצרנו.
המשך יבא בעזה"י.

זר זהב » מאנטאג יולי 8, 2013 8:30 pm

· #131602
יזיר עצמו מן היין חלק ב'
די צווייטע נקודה וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען האט שוין באמת ר' עקבי הצאן דערמאנט אין בלויז געציילטע שורות פונעם הייליגען חינוך (מצוה תס"ז), עכ"ז דאכט זיך עס איז כדאי אויסצושמועסען באריכות.

איינע פון די כלי זין וואס די מסכילים נוצען כדי אריינצושלעפן אין אמונה שמועסן אויף אופנים אדער ענינים וואס טויגען נישט (וכנ"ל), איז צו פרעגן מיט ביטול, "איז דיין אמונה דען אזוי שוואך אז טאמער קלערסטו אריין אין עפעס גייסטו שוין ווערן אן אפיקורוס?"

פארן געפרעגטען פאסט נישט צו זאגען אז ער האט טאקע מורא פון ספיקות אין אמונה, ע"כ לאזט ער זיך ווערן אריינגעשלעפט, און אויף מינות זאגען חז"ל כל באיה לא ישובון. מען דארף אבער וויסען ווי דער חינוך שרייבט לפי שהטעות נמצא אצל בני אדם תמיד ושכלם איננו בריא לבוא עד תכלית האמת בדברים. נישט אונזערע אמונה איז 'אזוי שוואך', נישט אונזערע חינוך איז פעלערהאפטיג (אין דעם פרט), און נישט דער סיסטעם טויג נישט ווייל מען לערנט אויס אמונה פשוטה.

אין ווארהייט זענען אונז אליין שוואך און אונזערע מוחות זענען קנאפ. מיר האבען נישט דער מעגליכטקייט זיך אריינצולאזען אין קיין חקירה אהן עס זאל חלילה שאטען. אפשר אחד מני אלף קען גריבלען און חוקר זיין פארשידענע ענינים (אויך נישט ברבים, און אודאי נישט מה לפנים וכו'), אבער פאר רוב מענטשען איז עס א סכנה רוחנית.

דער פראבלעם איז אבער אז רוב מענטשען באטראכטען זיך אליין ווי וועלט'ס חכמים. יעדער פאר זיך מיינט אז ער איז דער חכם בעיניו וואס קען יא פרעגן און דורכטוהן אלערליי ענינים. בכגון דא האבען אונז חז"ל געלערנט מוטב שיהא שוטה כל ימיו – ענדערש דורכצוגיין דעם גאנצען לעבן מיטען מהלך אז מען איז טאקע נישט גענוג קלוג עוסק צו זיין אין חקירה, און אזוי ארום נישט חלילה אנקומען צו הייסען א רשע אפילו שעה אחת.


כל זה כתבתי בנוגע לערנען צ.ב.ש. דער מורה נבוּכים א.ד.ג., וואס בד"א אינעם נאמען אליין ליגט שוין די אדרעסע פאר וועמען עס איז געצילט – פאר נבוכים, בלאנדזשענדע. דער וואס גייט אינעם דרך המלך, אויסגעטרויטען דורך אבותיו ורבותיו, דער בלאנדזשעט נישט, און דער דארף נישט צוקומען צו קיין מורה.

ווען מען דרייווט אינעם גראדען, גלייכען וועג, אין וועלכע מען איז צוגעוואוינט צו דרייווען שוין יארען, מוז מען נישט נוצען קיין דזשי.פי.עס. נעוויגעיטאר. און טאמער ברענט יא פאר איינעם זיך מדבק צו זיין אינעם קודש הקדשים דער הייליגע רמב"ם זצ"ל, האט ער אונז ב"ה מזכה געוועהן מיטען י"ד החזקה. ברוך המקום ברוך הוא אז ער האט אונז געשענקט דעם הייךליגען רמב"ם, און ער ווידעראום האט איבערגעלאזט א מתנה טובה פאר יודישע קינדער, דער משנה תורה, איבער וועלכע מען קען הארעווען יארען און נאך אלץ נישט פארטיג ווערן.

ווען מען רעדט אבער לגבי באזוכען אין מקומות ווי היינטיגע קלים ורקים זענען דן אין חמורות שבחמורות, ווי דער פרעגט, דער צווייטע לייגט צו א ליצנות און דער דריטע פראבירט צו מאכען פשרות (עס פאסט איהם דאך נישט צו זאגען 'איך ווייס נישט און איך פארשטיי נישט אבער איך גלייב פארט באמונה שלימה'), דאס איז שוין סם המות ממש, און פון בלויז איין ווארט און איין באזוך קען מען חלילה ווערן פארשלעפט אינעם טיפסטען תהום.

די קשיות און ליצנות דרינגען אריין כארס שלח עכנאי און לאזען נישט נאך ביז דער יצה"ר הוא המלאך המות ערפילט זיין ציהל פון אראפשלעפן דעם יוד אין שאול תחתית רח"ל. אפשר קען מען זאגען בדרך צחות פארוואס חז"ל באנוצען זיך כסדר מיטען לשון 'נזרקה' בו מינות, ווייל עס איז ווי אן איינשפריץ – א lethal injection, און בלויז עטליכע ml (מילין – שלעכטע רייד), קענען חלילה גורם זיין דעם טויט – רשעים בחייהם קרואים מתים.

ע"כ שומר נפשו ירחק מהם, פון אלערליי מקומות וואו מען שרייבט מינות אדער זאגאר 'נאר' ליצנות אויף כל הקודש, ווייל חושבנא דדין כחושבנא דדין. הצד השוה פון חקירה, כפירה און ליצנות איז דרכם להזיק.

[בפרט ביי די מעשה וואס האט פאסירט דארף מען זיין געווארענט נישט צו באזוכען אויף סיי וועלכע פלאץ וואו דער יעניגער געבט ארויס זיין גיפט, ווייל יעדער ווארט מאכט א רושם. מיר האבען שוין דערמאנט דעם ווארט אויפען פסוק אין פרשת נצבים, אז אין אנהייב איז די ע"ז טאקע שיקוציהם וגלליהם, פירש"י מאוסים כשקצים וגללים, אבער ווען עס גייט פארביי א צייט וואס מען באקענט זיך פון דער נאנט ווערט עס שוין 'עץ ואבן' – נאריש אבער נישט עקלדיג. א צייט ארום, טאמער דרייט מען זיך ווייטער צוזאמען מיט די ע"ז, ווערן זיי פארוואנדעלט אין 'כסף וזהב', און מען מוז שוין פירען א מלחמת היצר נישט צו ווערן נאכגעשלעפט.]

המשך יבוא בעזה"י

זר זהב » מאנטאג יולי 8, 2013 8:31 pm

· #131603
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=710313#p710313">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 13#p710313</a>

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 8, 2013 9:49 pm

· #131624
זר זהב
איך בין נתעורר געווארען צו שרייבען דעם מאמר (עטליכע חלקים) נאכען שמועה לא טובה אז איינער פון אונזערע חבורה הקדיח תבשילו ברבים ויצא לתרבות רעות רח"ל. ער איז ליידער געוועהן הציץ ונפגע אין פארשידענע ערטער אויפען אינטערנעט, און פון כהן לא-ל עליון נעבעך געווארען כהן מדין.
איך וויל מקדים זיין דער מאמר אז דער יעניגער איז טאקע דער וואס האט מיר לכתחילה פארציילט וועגן אייוועלט, און אדאנק איהם האב איך געטראפען דעם ארט. ער האט מיר אויך פארציילט וועגן דעם אנדערען אזוי-גערופענעם היימישע פארום, וואו איך האב תחילת דרכי אנגעהויבען שרייבען, נאר ווען איך האב מיר איבערצייגט אז מען רעדט דארט דברי כפירה ומינות האב איך מיר אויסגעשפארט פון דארט.

איר זעהט ווי ס'הייב זיך אן?? אייוועלט!
זאלן די צוויי רבנים וואס האבן געגעבן אן הכשר אויף אייוועלט (זעה מי מנוחות חלק ב', אינטערוויא מיט הישיש קרעמער) דאס נעמען אין באטראכט!

סאשי פיש » מאנטאג יולי 8, 2013 9:59 pm

· #131628
אז די הונט בילט איז א סימן אז די קאווע איז געלונגען!!!!......!!!

אבי גערעדט » מאנטאג יולי 8, 2013 10:07 pm

· #131631
גערעכטע רייד, און נאך ווי.

הלוואי זאל קאווע שטיבל האבן א עקסטערע פארום עין ערך מאחורי, וואס דארט זאל זיך יעדער קענען אויסגעבן זיינע בויך דרוקענישן, און לאזן די איבעריגע פארומס פריי

לאליפאפ » מאנטאג יולי 8, 2013 10:18 pm

· #131633
סאשי פיש
אז די הונט בילט איז א סימן אז די קאווע איז געלונגען!!!!......!!!

ממש א רחמנות אויף די שרייבער און ליינער דארט, אזוי אנגעגעסן צו זיין...
מ׳שפירט די האס אין יעדעס ווארט. איך בין שטאלץ אז איך האב נישט קיין ניק דארט ביי די ״ערליכע״ בלוג!

לכבוד שבת קודש » דינסטאג יולי 9, 2013 12:25 am

· #131688
איך געדענק נאך ווען א געוויסע פארום האט געסטראשעט געוויסע ניקס אז מען וועט זיי פארשפארן ווייל זיי שרייבן אין היימישע קרעטשמע... איינער געדענקט דאס נאך? - דעמאלס האט קרעמער, יענטאש און אנדערע פון זיי געוויינט און געשריגן אז עס איז נישט קיין יושר. מען טאר נישט אראפקוקן אויף זיי ווייל זיי זענען ווייניגער פרום און ערלויבן זיך צו שרייבן אנדערע סארט זאכן...

איינער געדענקט נאך ווען היימישע קרעטשמע איז געווען אין הייד-פארק? - איינער געדענקט נאך ווען עס איז געווען אונטער אן אנדערע קאטעגאריע, נאך איידער עס איז געווען אין אקטואליה וחדשות? - געדענקט איינער זייער פריעדיגע נאמען, איידער עס האט געהייסן 'היימישע קרעטשמע'?

וואו קומען זיי בכלל צו בארעדן קאווע שטיבל?

ידען » דינסטאג יולי 9, 2013 12:42 am

· #131707
וואס הייסט?

וואס איז געווען?

איך געדענק נישט וואס דן מיינסט

לאליפאפ » דינסטאג יולי 9, 2013 12:51 am

· #131712
כ׳ווייס נישט פארוואס אבער יענער אשכול אין אייוועלט רעגט מיר אויף 😳

טעפל » דינסטאג יולי 9, 2013 3:23 am

· #131749
לאליפאפ
כ׳ווייס נישט פארוואס אבער יענער אשכול אין אייוועלט רעגט מיר אויף 😳

אז די הונט בילט איז א סימן אז די שטיין איז געלונגען 😉 דזאשסט קידינג..

מאנדלבאום » דינסטאג יולי 9, 2013 3:43 am

· #131751
טעפל
לאליפאפ
כ׳ווייס נישט פארוואס אבער יענער אשכול אין אייוועלט רעגט מיר אויף 😳

אז די הונט בילט איז א סימן אז די שטיין איז געלונגען 😉 דזאשסט קידינג..

און ווען איינער 'וואגט זיך חלילה' שרייבן פאקטן וואס שמעקט נישט, ווייל ס'קומט אויס קעגן "קאווע שטיבל" ווערט זיין מויל פארמאכט, און זיינע ווערטער פארמעקט. (ליגנט! נאר אייוועלט טוו אזאנס!)

מאנדלבאום » דינסטאג יולי 9, 2013 3:46 am

· #131752
טעפל
לאליפאפ
כ׳ווייס נישט פארוואס אבער יענער אשכול אין אייוועלט רעגט מיר אויף 😳

אז די הונט בילט איז א סימן אז די שטיין איז געלונגען 😉 דזאשסט קידינג..

און אז די מאמע שאף וויינט איז א סימן אז דאס שעפעלע איז פארצוקט געווארן.

ידען » דינסטאג יולי 9, 2013 6:41 am

· #131761
מאנדלבאום
טעפל
לאליפאפ
כ׳ווייס נישט פארוואס אבער יענער אשכול אין אייוועלט רעגט מיר אויף 😳

אז די הונט בילט איז א סימן אז די שטיין איז געלונגען 😉 דזאשסט קידינג..

און ווען איינער 'וואגט זיך חלילה' שרייבן פאקטן וואס שמעקט נישט, ווייל ס'קומט אויס קעגן "קאווע שטיבל" ווערט זיין מויל פארמאכט, און זיינע ווערטער פארמעקט. (ליגנט! נאר אייוועלט טוו אזאנס!)

ווער פארמעקט?

מאנדלבאום » דינסטאג יולי 9, 2013 6:54 am

· #131763
די פארוואלטונג

וועפערייזער » דינסטאג יולי 9, 2013 7:54 am

· #131770
איך הער וואס דו זאגסט,
אן אינטרעסאנטע פשט האט מיסטער אנעים זמירות מחדש געווען, הרואה סוטה בקלקולה = ווער עס זעהט זאכען וואס זענען עם נישט אנגענעם, וואס פרעגן אפ זיינע דעות, יזיר עצמו מן היין = זאל ער שרייען הויך שייגעץ ארויס מ'טאר נישט וויסען מטאר נישט זעהן מטאר נישט הערן. א הערליך טייטש!

ידען » דינסטאג יולי 9, 2013 8:18 am

· #131771
מאנדלבאום
די פארוואלטונג

קאווע שטיבל איז טאקע פאר אפענקייט און מע זאל ווי ווייניגער מעקען אבער יעדער וועט האלטען און יעדער וועט וועלען אז ווען סע קומט איינער דא וואס האט געשריבען א פאר נארישע תגובות און רוב פון עס איז צו האקען אויף די פלאץ וואס געט איהם אזא שיינע מעגלעכקייט צו שרייבען און צו לייענען זאכן וואס ער קען נישט טרעפען ביי אידישע פלעצער און ער האקט קעגען די מנהלים אדער קעגען זאכן פון דא אז מע דארף איהם מעקען ווייל אויב מע וויל עפעס פרעגען קען מען עס טוהן ביי די קנעפעל וואס איז דא העכער יעדע תגובה און ווען מע טוהט אזוי נעמען עס די מנהלים זייער זייער ערענסט.

ווען איינער פרעגט עפעס אויף א שיינע נארמאלע וועג וועט מען עס קיינמאל נישט מעקען.

מאנדלבאום » דינסטאג יולי 9, 2013 9:00 am

· #131772
האב איך א טענה? עטפערט! וואס איז דער פארשטאפן מיילער?
איז קאווע שטיבל הייליגער ווי דאס הייליגסטע, וואס [נאר] ביי איר שטעלט זיך אלעס אפ?
שמעק אייך נישט קריטיק? זייט ווען איז אן אפאזיציע שטעללונג נישט אין ארדענונג?

סאשי פיש » דינסטאג יולי 9, 2013 9:50 am

· #131780
איך האב אזוי הנאה אז קיינער מאכט זיך נישט וואוסינדיג פון מאנדעלבוים קוק ווי ער בעט זיך מען זאל עם ענטפערען

מאנדלבאום » דינסטאג יולי 9, 2013 9:56 am

· #131783
סאשי פיש
איך האב אזוי הנאה אז קיינער מאכט זיך נישט וואוסינדיג פון מאנדעלבוים קוק ווי ער בעט זיך מען זאל עם ענטפערען

פון אייך בין עניוועי נישט איטערעסאנט צו הערן אייערע דברי חכמה.
איר קענט מיר 'לאזן פלאצן' וויפיל איר ווילט נאר...

איחוד פעלד » דינסטאג יולי 9, 2013 10:22 am

· #131786
פין וועם רעדט וואס איז קאליע געווארען א דאנק קאווע שטיבעל?

טאמער עפעס ווערט מען קאליע ווען מען זעהט די היפאקריסי פין די "פרומע" משוגעים שרייבערס אין אייוועלט.

אינטרעסאנט, ווייל איך קען גראדע טאקע איינער וואס נאך שרייבען אין אייוועלט האט ער זיך מיישב געוועהן, גענוג געוועהן מיט דער בלאף, און איז נעבעך אראפ פין וועג, און האט צוריק געשריבען אז אלעס וואס ער האט געשריבען אויף אייוועלט אין הבל וריק, און האט נאר געשריבען למען "האמת".

ידען » דינסטאג יולי 9, 2013 10:39 am

· #131787
מאנדלבאום
האב איך א טענה? עטפערט! וואס איז דער פארשטאפן מיילער?
איז קאווע שטיבל הייליגער ווי דאס הייליגסטע, וואס [נאר] ביי איר שטעלט זיך אלעס אפ?
שמעק אייך נישט קריטיק? זייט ווען איז אן אפאזיציע שטעללונג נישט אין ארדענונג?

איך בין א שוואכע קאפ. וועגען דעם כאפ איך נישט וואס דיין טענה איז. קענסט מיך עס מער מסביר זיין?

איך ענפער דיך יא ווייל כאב ליעב מאנדלעך..

מאנדלבאום » דינסטאג יולי 9, 2013 11:19 am

· #131796
ידען,
מיין פראגע איז פשוט, אבער פריער נאט אייך אפאר מאנדעלעך און זעצט אייך אוועק נעבן מיר און הערט.

איך האב א מיינונוג איבער דעם מהלך פון קאווע שטיבל, און יא, אויך אויף די אחראים פארוואס זיי לאזן צו אזא מהלך.
לענ"ד איז דער פארום א גרויסער מזיק בעיקר פאר די שוועכע כאראקטערס, אבער אויך פאר געזונטע קען דאס באזוכן דא שאטן.

איך האב מיר דירעקט, יא , דירעקט איינגעסיינט כדי צו קענען שרייבן דא ככל העולה על דעתי בנוגע די אלע ענינים וואס ווערן באהאנדלט.
איך, נאיווע שעפעלע זעהענדיג די ענינים וואס ווערן באהאנדלט, ווי אזוי, און מיט וואס פאר א שפראך, האב געקלערט אז דא איז אן אפן פלאץ מ'לאזט רעדן א שטייגער ריעל היידפארק, און קיינער וועט נישט זיין ברוגז.
אדרבא ברוגז איז מען אויף אייוועלט וואס מלאזט נישט דאס און יענץ און בכלל (ועי' בתגובה שמעל ראשך באיזה אהבת ישראל ופתיחות הוא מדבר על מי שאינו סבור כמותו)

ס'האט זיך אויסגעוויזן אינגאנצן אן אנדער בילד, מ'טאר נישט שרייבן דאס און יענץ נאך די שאלה וועלכע זאך איז די רויטע ליניע, און אין אנדערע ווערטער וואס באדערט באמת.
זענט איר געזונטע מעטשן? שרייבט איינער קריטיק? פארטרייבט אים נישט מיט אויסמעקן אדער סטראשונקעס (פארוואלטונג), פארטרייבט אים נישט מיט זייטיגע שרייעכצער (חברים), האט איר צו זאגן? האקט אריין וויפיל עס גייט! אבער לגופו של ענין! אפילו שארף און בייסיק אבער צום זאך, און נישט מאכן אבי קולות אדער קרומען... (גייט מיר כלל נישט אן, אבער לדידכם קושיא)
אזא פירערץ ווייזט אויף שוין איינמאל שוואכקייט!

תכלית, אויב געפעלט אייך נישט אז מ'זעצט זיך אריין ביי אייך גופא און מ'הייב אן צו זאגן אין פנים אריין, (און נישט נאר אז ווען איינער וועט זאגן ערגעץ אנדערש וועט מען לאכן "הונט בילט" וכו')
דעמאלט איי העוו ריטשט א ראנג נאמבער, און גיי מיר שוין אוועק פון דאנעט, קיין פראבלעם, ס'וועט מיר גארנישט פעלן.

איינער » דינסטאג יולי 9, 2013 11:47 am

· #131807
וועפערייזער
איך הער וואס דו זאגסט,
אן אינטרעסאנטע פשט האט מיסטער אנעים זמירות מחדש געווען, הרואה סוטה בקלקולה = ווער עס זעהט זאכען וואס זענען עם נישט אנגענעם, וואס פרעגן אפ זיינע דעות, יזיר עצמו מן היין = זאל ער שרייען הויך שייגעץ ארויס מ'טאר נישט וויסען מטאר נישט זעהן מטאר נישט הערן. א הערליך טייטש!


@וועפערייזער, מיין לייק איז נאר פאר די חלק!

ידען » דינסטאג יולי 9, 2013 12:12 pm

· #131818
ווער זאגט מע טאר נישט שרייבען דעס און יענץ?

ביסט נאר ביזי שרייען און דו זאגסט נישט גארנישט. כאב נישט א אנונג וואס דיר שטערט דא.

איך בין די איינציגע וואס פארשטייט נישט אדער די אנדערע מאכען זיך נישט וויסענדיג ווען מע שרייבט און שרייט סתם אזוי ווי איינער שרייט אין שיל און מע לאזט איהם זיך אויס שרייען?

זר זהב » דינסטאג יולי 9, 2013 2:52 pm

· #131891
יזיר עצמו חלק ג'
דעם סעריע מאמרים האב איך אנגעהויבען מיטען לשון חז"ל הרואה סוטה בקלקולו יזיר עצמו מן היין. למעשה דערווייל האב איך בעיקר נאר געשמועסט וועגן יזיר עצמן מן החומץ, נעמליך ארויסגעברענגט דעם געפאר פון ליינען כפירה, מינות און קשיות פון אלערליי האלבע מסכילים און גאנצע אפיקורסים.

אצינד וויל איך בעזה"י צוטרעטן צום עיקר הוראה פון יזיר עצמו – זיך גודר צו זיין אויך פון יין. איך בין נישט ראוי בכי הוא זה צו זיין א מוסר זאגער און מוכיח, און בעיקר מיין איך טאקע זיך אליין צו מוסר'ן. איך שרייב נאר מיינע געדאנקען ברבים כדי איך זאל אליין בעסער מקבל זיין.


לא'מיר אריינטראכטען אביסעל וואס איז דאס יין, און צו וואס קען עס צוברענגען. ביסודו איז וויין גאר א חשוב'ע זאך, מיט פארשידענע אייגענשפאטען וואס קיין שום אנדערע מאכל ומשקה פארמאגט נישט. מיר מאכען א ספעציעלע ברכה אויף וויין, און עס איז דא א שאלה אין די גמרא צי א קובע סעודתו על היין ווערט מחויב בברכת המזון.

חז"ל לערנען אונז אז וויין איז שמח וזיין – עס טוט סיי מאכען פרייליך און מונטער, און סיי זעטיגען. רבא האט געזאגט (שילהי הוריות) חמרא וריחני פיקחין – טרונקען וויין און שמעקען בשמים מאכט קלוג ווערן. מיר זעהן אויך ווי עס ווערט גענוצט ביי פיהל חשוב'ע ברכות, ווי צ.ב.ש. קידוש אן הבדלה, כדי די מצוה זאל ווערן מער אריינגעבאקען אין אונז (ווען עס קומט צוזאמען מיט א געשמאקען וויין – ספר החינוך).

מצד שני ווייסען מיר אבער אז ווען עס ווערט גענוצט נישט ריכטיג דאן מאכט עס אהן געפערליכע חרבנות. דער חכם מכל האדם זאגט (משלי כ' א') לץ היין הֹמה שכר וכל שֹׁגה בו לא יחכם – וויין ברענגט דער מענטש לידי טפשות, ער זאל שרייען און זיך נאריש מאכען, און דער וואס רעדט זיך איין אז טאמער ער וועט טרונקען מער וויין וועט ער ווערן קלוגער מאכט ער א טעות ווייל לא יחכם. עס וועט איהם נישט ברענגען קיין חכמה.

מכל האמור זעהן מיר אז אין וויין ליגען צוויי געגנ-געזעצטע כוחות, ממש מן הקצה אל הקצה. טאמער נוצט מען עס ריכטיג קען עס ברענגען געוואלדיגע נוצען, אבער טאמער גייט מען איבער די מאס קען עס פארשלעפן דעם באנוצער אין דר'ערד אריין.


אפשר קען מען צו דעם מדמה דער אינטערנעט. פון איין זייט קען מען האבען גאר שטארקע טובות הנאה דערפון. עס ליגט דארטען אן אוצר פון וויסענשאפט און חכמה, און אויך בגשמיות קען מען פיהל געניסען פון דעם. מצד שני, איז אבער אויך דא אזא פארזאמלונג פון די ג' עבירות חמורות, וואס האט נאך קיינמאל עקזיסטירט אויף איין פלאץ, און מיט אזא גרינגע צוטריט, ווי אויפען נעץ.

איך האב לעצטענס גערעדט א לענגערע שמועס מיט איינער, און בין הדברים האב איך אריינגעווארפען אז היינט איז דא אויפען וועלט א מבול מיט כפירה און מינות. יענער האט מיר געענטפערט אז דאס איז נאר אויפען אינטערנעט. באלד אויפען מינוט האב איך מיר געוואלט מתוכח זיין, אבער נאך אביסעל התבוננות האב איך איינגעזעהן אז יענער איז גערעכט.

א יוד וואס גייט אין שוהל, אין כולל, צום ארבעט א.א.וו. אהנע זיין באהאפטען צום אינטערנעט, וועט זיך כמעט נישט אנשטויסען אין קיין כפירה, ליצנות אדער אנדערע טינופות (חוץ פארשטייט זיך וואס מען קען זעהן אויפען גאס), און אפילו ווען יא וועט עס בדרך כלל טאקע זיין וואס אינער זאגט איהם נאך פונעם נעץ, מעסענדזשער, טוויטער, פעיסבוק, א.א.וו.


די שרעקליכע מעשה וואס האט פאסירט דאהי אין לונדון מיט דעם יעניגער איז קלאר בלי שום ספק אז דער אינטערנעט האט דאס גורם געוועהן. איך באשולדיג נישט קיין איין ספעציפישען וועבסייט אדער בלאג (אפי' נישט ק"ש), סיי ווייל איך ווייס נישט און סיי ווייל לפי האמת איז עס מסתמא געוועהן א קדירה דבי שותפא. געבליקט דא, געליינט דארט ביז די ווערטער זענען אריינגעדרינגען אינעם באוואוסטזיין און האבען גורם געוועהן דעם חורבן.

[איך ווייס אז מען קען זיך דינגען אויף דעם באהויפטונג, מיטען טענה אז דער אינטערנעט איז נישט מער ווי א ביבליאטעק פון וויסענשאפט וואו מען קען לערנען און חוקר זיין פון אלסדינג, אבער אפגעפארען איז יענער צוליב זיינע קשיות\תאוות. אין אמת'ן אבער על זה אנו דנים און דאס איז מיין עיקר נקודה ביז אהער – די תוה"ק האט אונז פארווערט צו ליינען קשיות אויף אמונה. ולא תתורו אחרי לבבכם זה מינות, ד.מ. נישט צו קוקען אין מקומות וואס זענען היפך הדעת שהתורה בנויה עליו. דאס איז נישט חלילה ווייל דער יסוד פון אונזערע אמונה איז שוואך, נאר ווייל די מענטשען זענען שוואך ושכלם איננו בריא לבוא עד תכלית האמת בדברים! דעם נישט קלעטערען וואו מען טאר נישט איז נישט מיין אויפטוה, אויך נישט קיין אויפטוה פון די רבנים אין סיטיפילד, נאר די תוה"ק אליין האט עס גע'אסר'ט בלאו.]


תכלית גערעדט, איך האב שוין מקדים געוועהן איך בין נישט ראוי צו זאגען פאר קיינעם קיין מוסר, ובודאי נישט אינעם נושא פון אינטערנעט – אמער, איהר ליינט דאך יעצט וואס איך האב געשריבען אויפען נעץ. איך טוה נישט מער ווי אויסשמועסען הויעך צו מיר אליין כדי זיך צו שטארקען קעגן דעם יצר מתגבר בכל יום.

הרואה סוטה בקלקולה – ווען מען זעהט ווי עס האט אזאנס פאסירט, יזיר עצמו מן היין – מוז מען מאכען פארשידענע גדרים וסייגים און זיך מער (אדער גענצליך) באגרעניצען פונעם אינטערנעט גופא. אויך דער ערליכע מענטש, היות ער האט געזעהן די סוטה בקלקולה, האט עס געשאפט א פגם, און פאר איהם זעלבסט איז יעצט גרינגער געווארען אראפ צו גליטשען. דערפאר זאל ער אליין זיך איינצוימען און איינהאלטען, און אפילו פון יין באופן המותר\מובחר.

דעם גרעניץ מוז קומען אויף א צוויי-פאכיגען שטייגער: בכמות ובאיכות. סיי אין צייט, דארף מען פראבירען למשל מקבל זיין זיך איינצוהאלטען פון גיין אזויפיהל שעות, אדער אפשר אפמאכען א צייט ביינאכט וואס נאך דעמאלס גייט מען שוין נישט אויפען אינטערנעט א.א.וו.

פון דער אנדער זייט דארף מען זיך אויך מחזק זיין און גודר זיין באיכות, דהיינו אין די סארט וועבסייטס וואו מען באזוכט. דער גרעסטע חורבן פונעם אינטערנעט, דער שטערקסטע סתירה צו קדושה ואמונה, זענען די סאושעל נעטווארקינג סייטס. איך מיין מען קען זאגען אהן קיין צווייפעל אז נאך דער שטן האט ערפונדען דעם אינטערנעט האט ער דאונסייזד זיינע ארבייטער, נאך פעיסבוק האט ער ריטיירד און זינט עס איז דא טוויטער האט ער גענומען א וואקאציע ערגעץ וואו, און האלט בלויז מיט וואס טוט זיך מיט זיינע שטנ'ישע ענינים דורך טוויטער.

אונזער פליכט אין די צייט איז זיך אפצורייסען פון אלערליי סאושעל נעטווארקינג למיניהם, און כאטש עס קען זיין גאר שווער (בבחינת מסירת נפש – מען געבט אוועק א שטיק פון זיך), זאל מען קלערן אז מען ברענגט דערמיט א קרבן להשי"ת. טאקע יעצט אין די ניין טעג, ווען דער בענקעניש ווערט אזוי אויסגעשארפט און געשטארקט, האט מען א געלגענהייט מקריב צו זיין 'זבחי רצון' – א קרבן פון די אייגענע רצונות (קדוש"צ), און ווי שטערקער מען איז פארקניפט אלץ מער וועט עס זיין עולה לריח ניחוח.

זאל דער אויבעשטער העלפען מיר זאלען קענען ברענגען קרבנות אין ביהמ"ק בב"א.

לאליפאפ » דינסטאג יולי 9, 2013 3:04 pm

· #131894
מאנדלבאום

תכלית, אויב געפעלט אייך נישט אז מ'זעצט זיך אריין ביי אייך גופא און מ'הייב אן צו זאגן אין פנים אריין, (און נישט נאר אז ווען איינער וועט זאגן ערגעץ אנדערש וועט מען לאכן "הונט בילט" וכו')
דעמאלט איי העוו ריטשט א ראנג נאמבער, און גיי מיר שוין אוועק פון דאנעט, קיין פראבלעם, ס'וועט מיר גארנישט פעלן.

העי אנעים זמירות, נייס טו סי יו עט קאווע שטיבל, אבער וואס איז מיט ליגענט? האסט געשריבן אז האסט דיך אויסגעשלאסן פון די אפיקורסישע בלאגס מיט א צייט צוריק, און אט קומסטו צולויפן אויף אלע פיר?

ווער דו זאלסט נאר נישט זיין, רופסטו אונזער שטיבל מיטן לשון ״ביי אייך״, עס ווייזט נישט אויף קיין שום היימישקייט, און אזוי ווי גבאי שני זאגט טאמער האסטו א פראבלעם קענסטו עפענען נאך א אשכול אין אייוועלט מיט דיין דריטן ניק. און יא ליין איבער דיינע צוויי אונטערשטע שורות ענד העוו ע נייס דעי!

לאליפאפ » דינסטאג יולי 9, 2013 3:10 pm

· #131896
זר, דארפסט א ווי איי פי צום קומענדיגן כינוס?

diff » דינסטאג יולי 9, 2013 3:46 pm

· #131903
ולא תתורו אחרי לבבכם זה מינות, ד.מ. נישט צו קוקען who sais so
תתורו = בלאָנדזשען

מאנדלבאום » דינסטאג יולי 9, 2013 3:59 pm

· #131909
לאליפאפ
מאנדלבאום

תכלית, אויב געפעלט אייך נישט אז מ'זעצט זיך אריין ביי אייך גופא און מ'הייב אן צו זאגן אין פנים אריין, (און נישט נאר אז ווען איינער וועט זאגן ערגעץ אנדערש וועט מען לאכן "הונט בילט" וכו')
דעמאלט איי העוו ריטשט א ראנג נאמבער, און גיי מיר שוין אוועק פון דאנעט, קיין פראבלעם, ס'וועט מיר גארנישט פעלן.

העי אנעים זמירות, נייס טו סי יו עט קאווע שטיבל, אבער וואס איז מיט ליגענט? האסט געשריבן אז האסט דיך אויסגעשלאסן פון די אפיקורסישע בלאגס מיט א צייט צוריק, און אט קומסטו צולויפן אויף אלע פיר?

ווער דו זאלסט נאר נישט זיין, רופסטו אונזער שטיבל מיטן לשון ״ביי אייך״, עס ווייזט נישט אויף קיין שום היימישקייט, און אזוי ווי גבאי שני זאגט טאמער האסטו א פראבלעם קענסטו עפענען נאך א אשכול אין אייוועלט מיט דיין דריטן ניק. און יא ליין איבער דיינע צוויי אונטערשטע שורות ענד העוו ע נייס דעי!

איך בין נישט @אנעים זמירות!
ווען איר וואלט פארשטאנען אין שרייבן וואלט איר קיינמאהל נישט צוזאמגעפארט מיר מיט דעם שרייבער וואס @זר זהב ברענגט אים, דען מיין שריפט איז גענצליך פונאנדערגעשיידעט ווי דעם שרייבער @אנעים זמירות.
איך וואלט ווען געשריבן אויף אן אנדער מהלך, נישט אזוי בעטנדיג און תחנונים'דיג, א סאך א סאך אנדערש...

וואס יא, ווארשיינליך גייט א באשלוס זיין צו בעטן די פארוואלטונג מיר גענצליך אויסצושליסן פון דא.
וויבאלד אבער איך האב נאכנישט באשלאסן צו מיט אדער אן געזעגנס בריוו, וועל איך מיר דערווייל האלטן צו די פארשריפטן, און זיין א וואויל יונגל.

(אויב וועט זיין א באשלוס אויף א געזעגנס בריוו, וועט איר זיך איבערצייגן קלאר ווי דער טאג אז איך בין נישט דער שרייבער @אנעים זמירות)

לעמיל » דאנערשטאג יולי 11, 2013 3:50 pm

· #132732
וואס מיינט שטיין ווייט פון אן אפיקורוס?
פארציילט דער הייליגע גמרא (ע"ז ט"ז:) ת"ר כשנתפס ר"א למינות – ווען דער היייליגע תנא ר' אליעזר הגדול (בן הורקנוס) איז געפאנגען געווארען דורך די מינים און זיי האבען איהם געוואלט צווינגען צו דינען ע"ז, האבען זיי איהם געשטעלט צום משפט. דער שופט האט זיך געוואנדען צו איהם און געפרעגט מיט שפאס, "אזא אלטע יוד ווי דיר טוט זיך נאך באשעפטיגען אין אזעלכע נארישקייטען (תורה ומצוות, עפ"ל)?"
האט ר' אליעזר געענטפערט, "דער דיין איז באגלייבט אויף מיר – איך נעם אהן זיינע רייד."
דער הייליגע תנא האט געמיינט מצדיק צו זיין את הדין אויפען דיין ומוכיח ויודע ועד, אבער דער גוי'אישע ריכטער, דעם טיפש, האט געמיינט ר' אליעזר רעדט וועגן איהם זעלבסט, האט ער פארשיקט ר' אליעזר'ן אויף דער פריי, זאגענדיג, "היות דו האסט מיר געגרויסט וועל איך דיר אצינד לאזען גיין."
ר' אליעזר איז טאקע אפגעקומען מיט שרעק, אבער ער האט נישט געקענט קומען צו זיך. ער האט דאך געוואוסט אז אין יסורים בלא חטא, און טראץ זיינע פיהל רעכענונגען האט ער נישט געקענט דערגיין צוליב וועלכע זינד איז איהם געקומען צו ווערן געפאנגען ביי די מינים. אלע תלמידים האבען פראבירט איהם צו בארואיגען אויף פארשידענע אופנים אבער אהן ערפאלג.
ביז עס איז אריינגעקומען זיין תלמיד מןבהק דער הייליגע תנא ר' עקיבא. "רבי," זאגט ער, "אויב איהר ערלויבט מיר וועל איך עפעס זאגען."
"רעד," האט ר' אליעזר געבאטען.
"אפשר האט זיך אמאל געמאכט אז דער רבי האט געהערט א געשמאקען געדאנק פון א מין און דער רבי האט הנאה געהאט דערפון?"
ר' אליעזר'ס אויגען האבען אויפגעלאכטען. "אמת," האט ער אויסגערופען, "איך דערמאן מיר אז טאקע אזוי איז געוועהן די מעשה. אמאל ווען איך בין געגאנגען אין די גאסען פון ציפורי איז צו מיר צוגעקומען א מין און ער האט מיר פארגעלייגט זיין חידוש. ער האט געפרעגט אויב עס איז מותר צו נעמען געלט פון אן אתנן זונה צו מאכען דערמיט א ביה"כ פארען כה"ג אין די זיבען טאג פאר יו"כ ווען ער מוז וואוינען אין ביהמ"ק.
"איך האב איהם באמת גארנישט געענטפערט, ווייל מיט אן אפיקורוס איז אסור צו שטיין אין ווארט, אבער יענער האט אליין ממשיך געוועהן. ער האט געוואלט ברענגען א ראיה אז מען מעג פון א פסוק, מיטען סברא אז געלט וואס קומט פון א שמוציגע פלאץ זאל מען נוצען אויף טינופות. איך האב הנאה געהאט פון דעם געדאנק, און דערפאר בין איך געווארען באשטראפט אז איך בין פארכאפט געווארען ביי די מינים.
"כאטש איך בין נישט אריין אין קיין דין ודברים מיט יענעם, און איך האב ניטאמאל פארטוישט איין ווארט מיט איהם, בין איך אבער נישט אנטלאפען גענוג שנעל נאר איך האב איהם אויסגעהערט. דער פסוק זאגט אבער אויף מינות הרחק מעליה דרכך – שטיי ווייט דערפון."
ע"כ דברי הרב.
פון דא זעהן מיר אז בלויז פארען אויסהערן וואס דער מין האט געהאט צו זאגען איז ר' אליעזר הגדול געווארען באשטראפט. על אחת כמה וכמה דער וואס גייט אריין אין א דין ודברים מיט יענעם, און פארברענגט געשמאק.
ביי די אויבערדערמאנטע בלאגס זענען דא טייל וואס ווערן אנגעפירט דורך מינים ואפיקורסים גמורים, אבער אפילו ביי די טריפה'נע בלאגס און פארומס וועלכע ווערן אנגעפירט דורך פרומע יודען, דרייען זיך דארט אפענע כופרים מחללי שבת ואוכלי נו"ט רח"ל, און שרייבען ככל העולה על רוחם. שומו שמים על זאת, ווי מען מען דאס צו און מען שרייט נישט, "שגץ ארויס, ביזט א רשע, א מחלל שבת, און דו געהערסט נישט צווישען אונז!"
[הגם די לעצטע מאמרים זענען נישט געוועהן געצילט דוקא קעגן ק"ש, וויל איך מיר אצינד ווענדען* דייקא צו די וועלכע ליינען\שרייבען\שטיצען ק"ש כמות שהיא. מילא דאס אז עטס ווילטס א פלאץ וואו מען קען מער רעדן און ברייטער אויסשמועסען אלסדינג ווי אויף אייוועלט, קען מען נאך פארשטיין. איך האב שוין מאריך געוועהן אינעם איסור וסכנה פון חקירה און ליצנות, אבער איך קען נאך פארשטיין ווי מען פארענטפערט זיך און מען פארגלעט דעם געוויסען אז צו האבען אנדערע דעות הייסט נאך נישט קיין כפירה, און מען דארף נישט פארשטאפען די מיילער א.א.וו. פאר דעם האט זיך טאקע געעפענט ק"ש. נניח (לשיטתכם).
וואס איז אבער דער היתר אריינצולאזען אפענע אפיקורסים מסיתים ומדיחים? בערך א האלבע יאר צוריק האב איך געהערט פון איינעם אז אויף ק"ש שרייבט ש"ד – א רשע ואפיקורוס וואס פירט אהן א וועבסייט פון מינות והסתה. איך ווייס נישט צי ער איז נאך ממשיך צו שרייבען דארט, אבער דאס ווייס איך קלאר אז בשעתו האט מען איהם נישט ארויסגעטראסקעט בשם ועין ער זאל גיין צו אלע שווארץ יאר. היתכן? האט מען שוין טאקע פארלוירען יעדע יודישען רגש אז מען קען לאזען א כופר בעיקר ערקלערן זיינע פארפוילטע שיטות אויף א מכלומרשט'ע היימישע און פרומע פארום?
ווער ווייסט, אפשר איז דאס טאקע דער שטערקסטע ראיה לדברי, אז פון א קליינע ליצנות'ל און א תמימות'דיגע שאלה, ווערט מען ל"ע אזוי אפגעקילט אז מען איז שוין גארנישט מרגיש, און מען פארלירט יעדע פונק פון ערליכקייט.
ובחדא מחתא אליכם אישים אקרא*, לאחב"י אין אייוועלט: עס זענען דא פיהל שמועסען וואס פארען אראפ פון די רעלסען ווען מאנכע הייבען אהן שרייען קולות און עס מוז ווערן פארשפארט. דאס איז גורם אז טייל אירע זאלען זיך פאר'מיאוס'ען אינעם פלאץ און אפשר גיין אויף מקומות וואס טויגען נישט. ווער רעדט נאך פון דעם ביליגען אויסשפראך וואס מען הערט ליידער בינינו ווען עס געפעלט נישט פאר איינעם וואס דער אנדערע שרייבט 'קענסט גיין צו ק"ש'.
אמת, דאס אלעס איז נישט קיין היתר צו ליינען און באזוכען וועבסייטס פון כפירה און ליצנות, אבער חז"ל זאגען שוין כי יפול הנופל ממנו – ער וואלט ממילא געפאלען, אבער דו זיי נישט דער וואס איז גורם. דו פארטרייב נישט קיינעם. טאמער עס איז יא דא איין ריינעם פלאץ וואו מען קען זיך אויסשמועסען, זיי דו נישט דער וואס מאכט א צווייטען זיך שפירען אומאנגענעם און אומגעוואונטשען, ווייל יעדע האט אן אחריות פאר א צווייטען יוד.]


*הגם איך בין נישט ראוי קיינעם צו זאגען מוסר, שרייב איך מיינע געפילען, און טאמער ליגט דערין עפעס אמת איז פעליג דעם כלל קבל את האמת ממי שאמרו.

איך אויך » פרייטאג יולי 12, 2013 12:47 am

· #132883
לעמעלע שפתיים ישק.

לאליפאפ » פרייטאג יולי 12, 2013 1:09 am

· #132887
מאנדלבאום
לאליפאפ
מאנדלבאום

תכלית, אויב געפעלט אייך נישט אז מ'זעצט זיך אריין ביי אייך גופא און מ'הייב אן צו זאגן אין פנים אריין, (און נישט נאר אז ווען איינער וועט זאגן ערגעץ אנדערש וועט מען לאכן "הונט בילט" וכו')
דעמאלט איי העוו ריטשט א ראנג נאמבער, און גיי מיר שוין אוועק פון דאנעט, קיין פראבלעם, ס'וועט מיר גארנישט פעלן.

העי אנעים זמירות, נייס טו סי יו עט קאווע שטיבל, אבער וואס איז מיט ליגענט? האסט געשריבן אז האסט דיך אויסגעשלאסן פון די אפיקורסישע בלאגס מיט א צייט צוריק, און אט קומסטו צולויפן אויף אלע פיר?

ווער דו זאלסט נאר נישט זיין, רופסטו אונזער שטיבל מיטן לשון ״ביי אייך״, עס ווייזט נישט אויף קיין שום היימישקייט, און אזוי ווי גבאי שני זאגט טאמער האסטו א פראבלעם קענסטו עפענען נאך א אשכול אין אייוועלט מיט דיין דריטן ניק. און יא ליין איבער דיינע צוויי אונטערשטע שורות ענד העוו ע נייס דעי!

איך בין נישט @אנעים זמירות!
ווען איר וואלט פארשטאנען אין שרייבן וואלט איר קיינמאהל נישט צוזאמגעפארט מיר מיט דעם שרייבער וואס @זר זהב ברענגט אים, דען מיין שריפט איז גענצליך פונאנדערגעשיידעט ווי דעם שרייבער @אנעים זמירות.
איך וואלט ווען געשריבן אויף אן אנדער מהלך, נישט אזוי בעטנדיג און תחנונים'דיג, א סאך א סאך אנדערש...

וואס יא, ווארשיינליך גייט א באשלוס זיין צו בעטן די פארוואלטונג מיר גענצליך אויסצושליסן פון דא.
וויבאלד אבער איך האב נאכנישט באשלאסן צו מיט אדער אן געזעגנס בריוו, וועל איך מיר דערווייל האלטן צו די פארשריפטן, און זיין א וואויל יונגל.

(אויב וועט זיין א באשלוס אויף א געזעגנס בריוו, וועט איר זיך איבערצייגן קלאר ווי דער טאג אז איך בין נישט דער שרייבער @אנעים זמירות)

נישטא אויף וואס זיך צו טענה׳ן, אבער איך האב איבערהויפט נישט געמיינט אז איר זענט אנעים, נאר אז איר טרייט צו דרייען די ... שפייז פונקט ווי עם, און איך האב עס דארט קלאר צו געלייגט! חוץ המעשה האב איך א שווארצן בליק אויף אייוועלטיסטן בפרט דעי וואס קומען דא סאבאטאזשירן. אויב מען טיילט דארט נישט קיין קאווע מוזט איר נאך נישט קומען אויס גיסן מיינס!

טעפל » פרייטאג יולי 12, 2013 7:03 am

· #132935
איך אויך
לעמעלע שפתיים ישק.

געוואלדיג אראפגעלייגט, איך שטים מיט מיט דיר!

שלמהלע » פרייטאג יולי 12, 2013 12:47 pm

· #133010
איך וויל זאגן וויאזוי איך קוק עס אן, קען זיין איך בין נישט גערעכט, אדרבה זאגטס מיר צו איך בין גערעכט.

קאווע שטיבל איז געמאכט פאר א אנדערע סארט שניט מענטש ווי אייוועלט, עס איז נישט קיין שום סתירה.

אייוועלט איז פאר מענטשן וואס האבן א שטארקע פראבלעם זיך צו געפינען אין איין אטמאספערע מיט אידיש-רעדנדע מחללי שבתות. משא"כ קאווע שטיבל.

דאונט געט מי ראנג, איך זאג נישט אז קיינער פון זיי איז שלעכט, און איך קום נישט דן זיין אויב עס איז דא א פראבלעם פון חילול שבת. איך זאג נאר אז ברוך השם עס איז פארהאן צוויי סייטס, אזוי האט יעדער ווי צו זיין.

למעשה, איינער וואס האט א פראבלעם צו האבן שייכות מיט מחללי שבתות זאל געזונטערהייט אוועקגיין פון קאווע שטיבל, און איינער וואס האט א פראבלעם מיט צענזור זאל געזונטערהייט אוועקגיין פון אייוועלט.

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 12, 2013 1:17 pm

· #133018
שלמהלע
איך זאג אויך נישט אז עס איז א פראבלעם צו מחלל שבת זיין,


😈 😈 😈 😈 😈



לעמיל » פרייטאג יולי 12, 2013 1:23 pm

· #133021
אנאנים
דו זעיסט נישט א חילוק פון א מחלל שבת ביז א נישט ארטאדאקסישע איד??? קאם אן דו ביסט קלוגער דערפון

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 12, 2013 1:27 pm

· #133024
שלמה'לע, איר זענט דא געווען שבת? איינער שרייבט דא שבת?

הוגה » פרייטאג יולי 12, 2013 7:06 pm

· #133123
[ציטאט אראפגענומען]


וועלכע שרייבער?

משה געציל » פרייטאג יולי 12, 2013 7:33 pm

· #133132
קאווע טרינקער
שלמה'לע, איר זענט דא געווען שבת? איינער שרייבט דא שבת?

מאך דיר נישט אזוי תמ'עוואטע קאוועניא, גאנץ פשוט, געמיר נאר א רגע... אה... כ'האב געטראפן דעם גראבן פינגער...
שבת איז דאך מכפר אויף ע"ז כמבואר דאפילו עבד עבודה זרה כדור אנוש מוחלין לו. קומט אויס אז איינער וואס איז אדוק אין ע"ז נחשב לו כאילו חילל שבת. והא פשיטא לן דהמודה ברעיון הציונות כאילו עבד עו"ז כמבואר בכמה אגדי חז"ל. און דאס איז אויך פשוט אז ארטסקרול איז דא אויף א מיסיע לעקור הטהרת הקודש משורשה כמבואר בהVs שלה. דא אין שטיבל זענען דא היבש אסאך א.ג. חכמים וואס שטעלן איר העכער מתיבתא עי' באשכול המיוחד לכך. נא, וואס דארפסטו מער פון דעם?

קאווע טרינקער » פרייטאג יולי 12, 2013 7:43 pm

· #133138
ער איז א האלץ האקער?

זר זהב » פרייטאג יולי 12, 2013 7:43 pm

· #133139
וואס איז געווען זיין פענע-נאמען?

יידל » פרייטאג יולי 12, 2013 8:00 pm

· #133145
זר זהב
וואס איז געווען זיין פענע-נאמען?

ער האט געשריבן מיט זיין עכטע נאמען.

שלום בערגער » מוצ"ש יולי 13, 2013 11:51 pm

· #133179
שרײַבן פֿאַר מעלות
גוט־װאָך!

יאָ, געשריבן אײן מאָל פֿאַר מעלות, אפֿשר 2000? עס געדענקט זיך מער נישט אַזױ פּינקטלעך. די מוח־קעמערלעך, אױ זײ שטאַרבן אַװעק.

כ׳װאָלט זײער געװאָלט שרײַבן פֿאַר זײ װידער.

װעגן מײַן זעלבסט־דעפֿיניציע: איר קענט מיך רופֿן װאָס איר װילט. איך בין שומר־שבת און -כּשרות און איך דאַװן אין אַ קאָנסערװאַטיװער שול.

רוף מיך אָבער נישט שפּעט צו װעטשערע...

אגבֿ, באַלד (הײַנט אױף דער נאַכט) װעל איך פּאָסטן אַ מעשׂה צו דער „קונסט“־קאַטעגאָריע. ביטע לײענט און לאָזט װיסן אײַער מײנונג!

שלום מ־באַלטימאָר

זר זהב » מוצ"ש יולי 13, 2013 11:54 pm

· #133182
שלום עליכם שלום, גוטע וואך. וואס האסטע געשריבן אין מעלות, וועלכע סארט ארטיקלען? כ'טריי מיר צו דערמאנען. שכח

שלום בערגער » מוצ"ש יולי 13, 2013 11:59 pm

· #133185
אױף יענער זײַט: אַ מעשׂה פֿון אַן איבערגאַנג
<a class="postlink" href="/topic/4271">http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=23&t=4271</a>

שלום בערגער » זונטאג יולי 14, 2013 12:00 am

· #133187
אופּס, יענער לינק איז נישט צו מעלות נאָר צו מײַן מעשׂה אױף ק
אָנגעשריבן אײן קלײן שטיקל װעגן שלאָפֿגײערײַ/סאָמנאַבוליזם. סליפּװאַלקינג.

ס׳איז נישט געװען דער גרעסטער מײַסטערװערק פֿון אַלע צײַטן. נאָר נוצלעך לע“ד.

בן תמליון » זונטאג יולי 14, 2013 12:11 am

· #133192
ידען
ווער זאגט מע טאר נישט שרייבען דעס און יענץ?

ביסט נאר ביזי שרייען און דו זאגסט נישט גארנישט. כאב נישט א אנונג וואס דיר שטערט דא.

איך בין די איינציגע וואס פארשטייט נישט אדער די אנדערע מאכען זיך נישט וויסענדיג ווען מע שרייבט און שרייט סתם אזוי ווי איינער שרייט אין שיל און מע לאזט איהם זיך אויס שרייען?


יא ער שרייט עפעס קולות און קיינער ווייסט נישט וואס קוועטשט איהם. ער סטראשעט זאגאר אז ער גייט זיך אפטראגן פון דא..

שמעקעדיג » זונטאג יולי 14, 2013 12:53 am

· #133208
שלום, די נקודות דרייען אונז א קאפ. דו שרייבסט אויטאמאטיש מיט די מאדנע קאנסערוואטיווע נקודות?

שלום בערגער » זונטאג יולי 14, 2013 1:13 am

· #133212
נײן, ס׳הײסט אײנהײטלעכער אָדער ייִװאָ־אױסלײג
זײ האָבן אַזױ פֿיל צו טאָן מיט קאָנסערװאַטיװקײט װי מיט אַ טעלער לאָקשן. לײענט דאָ.

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Yiddish_orthography">http://en.wikipedia.org/wiki/Yiddish_orthography</a>

האָט נישט קײן מורא אָבער, איך גײ דאָס באַלד בײַטן און כ׳װיל קײנעם נישט חלילה שטעכן די אױגן.
בלאט: 1 2