☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » אידישע די.ווי.די.'ס

אידישע די.ווי.די.'ס

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4232

הבדלה וויין » מאנטאג יולי 8, 2013 5:51 pm

· #131530
אידישע די.ווי.די.'ס
אזוי ווי מיינע קינדער זענען איצט זומער אסאך אינדערהיים און די ניין טעג קען מען נישט מאכן קיין סווימינג פול און זיי גייען שוין צי סאך ליידיג, וויל איך זיי ווייזן כשר'ע די ווי די'ס, מטעם תקנת המוסדות איז עס נישט קיין פראבלעם.
ווער עס קען מיר העלפן מיט א סייט ווי מען קען דאונלאודען אידישע די ווי דיס פאר אומזינסט אדער פאר ביליג תבא עליו ברכה און ער וועט מיר אסאך העלפן אין מיין שלום בית...איך האב פרובירט MOSTLY MUSIC און עפעס האט עס נישט געארבעט, און קויפן פאר $30 איין די ווי די לוינט זיך מיר אויך נישט, (קען זיין די פלגא וועט אויספירן און איך וועל יא מוזן ספענדען א $150 פאר 5 די ווי די'ס) אבער פרובירן וויל איך אנדעם.
תודה למפרע

לעמיל » מאנטאג יולי 8, 2013 5:53 pm

· #131533
הבדלה וויין
מטעם תקנת המוסדות איז עס נישט קיין פראבלעם.

סתם פאר אינטערסאנקייט וועלכע מוסד מאכט נישט היינט קיין פראבלעים מיט אידישע די ווי דיס?

הבדלה וויין » מאנטאג יולי 8, 2013 6:33 pm

· #131550
האסט אן עצה אדער די ווילסט פרעגן קשיות, איך וויל נישט אויסזאגן צוליב גילוי

מצטמק ויפה » מיטוואך פעברואר 12, 2014 10:27 pm

· #183404
איז דא א פלאץ וואו מ'קען פארקויפען געניצטע DVD'S און א גוטע צושטאנד?( ווי למשל גרובייס וכדו')

געלט » זונטאג פעברואר 16, 2014 2:06 pm

· #184010
א גרויסען ישר כח,פארן עפענען די אשכול
ווייסט אפשר איינער ווי מען קען באקימען דעם מאווי '' א געשעפט '' ?
I would really appreciate it

דער (פינטעל) איד » זונטאג פעברואר 16, 2014 9:30 pm

· #184124
געלט
א גרויסען ישר כח,פארן עפענען די אשכול
ווייסט אפשר איינער ווי מען קען באקימען דעם מאווי '' א געשעפט '' ?
I would really appreciate it

<a class="postlink" href="http://www.mostlymusic.com/a-gesheft.html">http://www.mostlymusic.com/a-gesheft.html</a>

חכם עתיק » מיטוואך אפריל 2, 2014 11:01 am

· #194297
אויף אייוועלט ווערט פארקויפט די שפיל ביים סקווירא טיש פון דאס יאר. די מעשה פון תרח מיטן דור הפלגה.

עס סאונד גאר אינטרעסאנט. בפרט פאר די קינדער חול המועד. (ווער עס ווייזט פאר די קינדער פילמס פארשטייטזיך)