זינדיגט מען אין די קאנטרי'ס?
63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4231
זינדיגט מען אין די קאנטרי'ס?
לאור א דיסקאסיע אין אן אנדערן אשכול, וויל איך דא אויפברענגען א געוויסע שאלה.
די לעצטע פאר יאר דרייען זיך ארום רומערס און שמועות, איבער די מצב אין די קאנטריס. דאס אז עס איז ווייט נישט אויסגעהאלטן מטעמי צניעות, איז דאך נישט קיין סוד. ס'איז זייער אומבאקוועם ארויסצוברענגען ווי אזוי פרויען און מענער ערלויבן זיך ארומצוגיין אויפן ארט, דער אופן ווי אזוי מען לעבט, דאס זיין אריינגעלייגט אין יענעמ'ס טאפ, די פרויען פארברענגענישן און יענטעווען ביז פינעווע פארטאגס, דאס איז באמת זייער נישט איידל און נישט מאראליש.
איך רעד אבער אצינד פון א צווייטע נושא, נעמליך אז מען זינדיגט ארום אין די קאנטריס. אזעלכע סארט שמועות ווערן פארשפרייט בעיקר דורך אזעלכע סארט מענטשן וואס זייער נאמנות שטייט נישט אויפן העכסטן שטאפל און פארמאגן טייל מאל מאטיוון צו פארשפרייטן אזעלכע זאכן. פארט, ווער ווייסט? - אפשר איז יש דברים בגוי, אפשר איז פאראן אזעלכע זאכן און עס ליגט אמת דערין?
דער אמת איז, אז קאנטרי איז א פלאץ וואו מען קען ווערן נענטער מיט די צווייטע מין. מען וואוינט נאנט און מען דארף צומאל צוקומען איינער צום צווייטן, מען קען מיטהאלטן פארשידענע זאכן פונעם שכן וכדומה (ועל אלה קא בכינא - עס איז טאקע נישט צניעות'דיג). פארט, ווער עס קען דער מצב דארט, איז נישט שייך עכט צו זינדיגן, און אפילו נאנטע באציאונגען איז בלויז שייך מיט א גבול. מען זעט דארט אלעס און באמערקט אלעס, מען קען וויסן יעדן איינעם ווען ער גייט דאווענען און ווי לאנג עס נעמט אים דאס דאווענען... ס'איז נישט עכט שייך - על-כל-פנים פון מיין פערספעקטיוו.
אני כשלעצמי, זייענדיג א קאנטרי גייער און האבנדיג געווען אין עטליכע קאלעניס, אנגעהויבן פון גאר פרומע און געענדיגט ביי די נישט עכטע היימישע, פון אלע מינים און סארט, האב דאס נישט געזען און נישט געשפירט, און איך בין פון די סארט וואס וואלטן עס אולי געדארפט צו באמערקן.
עם כל זאת: הערנדיג לעצטנס אזויפיל, אפשר בין איך פאלש? - אפשר טוט זיך יא אפ שמחה וששון אין די קאנטריס?
איך בין מיט אייך. מען זינדיגט נישט עס הייבט זיך נישט אן לא מיניה ולא מקצתיה. אין קאנטרי זענען די ווענט דורכזיכטיק מען טוט נישט גארנישט. איין זאך איז יא מען איז נענעטער פיזיש צען זיצט ממש נאנט אין לאנטש רום און מען באמפט אריין אפטער אין יענע בחנטע ווייבל און אזוי ווייטער אבער זינדיגן זינדקט מען אין שטאט אויב עפעס.
בקיצור, דער עין רואה והלב חומד איז אין קאנטרי, און דאס איבריגע איז ערגעץ אנדערש.
ווי איך האב שוין געשריבן פאר איינעם וואס וויל יא זיין באשיידן איז אפילו די ליל טבילה א פראבלעים אינמיטן די וואך, סאיז א שקר גס און ווי די זאגסט מברויך זיין א בחינה פון א מאבד עצמו לדעת צי זינדיגען דארט.
מען זינדיגט זיכער. גייסט מיר זאגן ווען מ'קומט אן אין קאנטרי הערט מען אויף זאגן ליגענט? לשון הרע? (אויב עפעס רעדט מען מער ל"ה) רכילות? אונאת דברים? רעדן ביים דאווענען? רעדן אינמיטן ליינען? דאווענען נאך חצות? וכהנה וכהנה
איך פארשטיי נישט
@מורינו הרב. דו ווילסט דא מאכן א נושא אויף אפצופרעגן א זאך מיט א רייע לא ראינו'ס?
אויב האלטסטו עס טרעפט זיך נישט איז נישט. קיין בעל דבר אליין וואס וועט מודה זיין וועסטו מסתם נישט אהערברענגן.
שמעקעדיגבקיצור, דער עין רואה והלב חומד איז אין קאנטרי, און דאס איבריגע איז ערגעץ אנדערש.
דאס איז פונקט אזוי אין שטאט אויך.
און לאמיך דיך פרעגן
@מורינו הרב: אז אין שטאט טוט זיך אפ א זינדיגעריי, דאס גלייבסטו יא? אדער אויך נישט?
וויאזוי איז שייך צו זינדיגן ווען די מענער זענען אלע אין שטאט און די פרויען אין קאנטרי? קוים וואס פת קומט אן אין סלו. ווילסט מוציא לעז זיין אויף די כלי קודש דארט? ס'איז אן עיר שכולו נשים און בית שכולו ספרים.
א גוטן ר' שלום.
ווי איך זעה האסטו גענומען אויף זיך אן אויפגאבע צו מאכן יעדן גלויבן אז מען זינדיגט אין קאנטרי, הגם דו אליין ווייסט ווי נישט שייך עס איז. לאמיר נאכאמאל קלארשטעלן - איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז עס איז נישט אמת. איך זאג קלאר "איך ווייס נישט", אבער... איך בין פון די וואס וואלטן יא געדארפט צו וויסן, און בכלל - עס מאכט מיר נישט סענס אז עס זאל זיין אמת. אבער אויב מען וועט מיר אויפווייזן, אדער אפילו נישט אויפווייזן - נאר עס וועלן אפירקומען נאך עטליכע משלנו און זאגן אז יא, זיי ווייסן און עס איז אמת אז עס פאסירט, וועל איך מסתמא טוישן מיין בליק, און אנהויבן זוכן און פארשטיין ווי אזוי עס קומט פאר.
איך מיין אז עס איז א שאד דאס זיך דינגען מיט דיר, בשעת דו ווייסט אליין אז אויב דאס זאל זיין אמת, איז קאווע שטיבל דער פלאץ וואו מען וועט אפירקומען און זאגן, אז יא... עס פאסירט... גיב א קוק לדוגמא דראגס, איך האב אלעמאל געהאלטן אז עס איז נישטא אזוי ווייט ביי אונז, אבער זעענדיג א פולן אשכול מיט מענטשן דא וואס שרייען קלאר אז עס איז אמת, האב איך געטוישט מיין מיינונג און איך נעם היינט אן אז עס איז יא דא שטארק ביי אונז, ווייל איך גלויב נישט אז מען קען אנפולן אזויפיל בלעטער מיט שקרים. ס'קען אמאל זיין איינער אדער צוויי טרייבן איבער אבער אזויפיל תגובות מיט די זעלבע אינהאלט איז נישט אזוי ווייט במציאות. דאס זעלבע איז דא - אויב איך וועל זען אז עס וועט זיך אנפולן בלעטער פון געשיכטעס און פאסירונגען פון עבירות אין קאנטרי'ס, וועל איך עס קלאר אננעמען. און קום מיר נישט מיט קיין מעשיות אז קיינער וועט נישט וועלן דערציילן וכו' - ווייל דראגס און אנדערע גוטע מעשיות רעדט מען פיין ארום דא.
בנוגע מעשיות אין שטאט. יא, איך נעם אן אז עס איז פאראן פיל מער אין שטאט. הגם דו טרייבסט עס פיין איבער אינעם אנדערן אשכול, זונות קומען נישט מעיד זיין, ס'איז שקר וואס דו זאגסט עס מיט א קלארקייט כאילו דו ווייסט, אבער יא, איך מוז ליידער מודה זיין אז איבעראל זענען פאראן בעלי עבירה, הגם איך גלויב נאכאלס אז ביי היימישע אידן איז עס היבש ווייניגער ווי ביי די גוים, אבער נאכאלס מער פון וויפיל עס וואלט געמעגט זיין.
און מיין נישט אז איך גיי דיר ענטפערן יעדע מאל וואס דו שרייבסט דא דיין אגענדע. די אשכול איז געגרינדעט געווארן מיט די מטרה, ווייל איך וויל הערן און זען פונעם ציבור, אויב עס איז טאקע פאראן אזא זאך און אויב עס איז בכלל מעגליך אז עס זאל פארקומען אין די עפנטליכקייט. איך בין נישט דא צו דעבאטירן מיט דיר אט די זאך.
פארשטאנטא?
דו ווארפסט מיר עפעס זייער אן אנטאגאניסטישע תגובה, מיין פריינד. איך ווייס נישט פארוואס דו מיינסט איך האב אן אגענדא. איך האב א דעה, פונקט ווי א צווייטער. דער קאנטרי עסק איז מיר נישט מעלה און נישט מורד. איך האב עס דערמאנט אויף ארויסצוברענגען אן אנדערן נקודה, אבער אזוי צו אזוי טוישט עס נישט די עיקר פונקט אין דעם אנדערן אשכול. הכלל אבער, איך זעה האסט דיך עפעס צובייזערט פון דעם גאנצן נושא, און עס בלייבט טאקע נישט מער פאר מיר צוצולייגן דא. איט וואז נייס נאואינג יו.
זינדיגט מען בכלל?
ווער עס האט שוין געזינדיגט מיט אן אשת איש זאל שוין מודיע זיין!
איך מיין, עס איז אביסעל נאריש צו פראבירען דן זיין ברבים אין א נושא וואס מעצם מהותו באהאלט מען עס גוט וכו'. ניין?
די איינציגסטע פלאץ ווי מען קען אפשר מברר זיין אזא נושא איז ביי שלום בית מאכער'ס וכדו' וואס האנדלען אין די ענינים. איך האף אז זיי זענען גענוג פראפעשינעל נישט ארויסצוגעבן פונטקליך יעדער חודש א רעפארט וויפיל עפעירס זענען געשעהן ביים היימישען עולם יענער חודש.
באופן כללי נאמנים עלינו דברי חז"ל וואס האבען געזאגט "רובם בגזל ומיעוטם בעריות", איך מיין אז ווילאמסבורג און מאנסי זענען אויך נכלל אין די הייליגע נצחיות'דיגע ווערטער פון חז"ל. איך ווייס נישט פונקט וואס איז די גדר פון מיעוט און רוב, אבער דאס איז זיכער אז רוב איז העכער פופציג פראצענט און מיעוט איז ווייניגער. אין אנדערע ווערטער, ווען איר גייט אריין אין בית המדרש הגדול שבת צופרי, און עס זענען עולה זיבן צו אכט מענטשען לתורה, מעגסטו אננעמן אז פיר פון זיי זענע גנבים, און בערך איינס אדער צוויי לכה"פ זענען נואפים.
לץ איינער...
סוי למשל אין דעם אשכול האבן שוין געשריבן תגובות, איך, שמעקעדיג, שלום דין, בן תמליון, מורינו הרב, יואליש, ידען און גליקמאן. קען מען אננעמען אז 2 חברה דא האבן שוין נואף געווען... איך נאך נישט, ווער יא ? כ'וועל טרייען צו געססען
זר ווער זענען די גנבים פון די ווייסטו יא?
די גמרא זאגט מעוטן בעריות קען אויך זיין אין אביזרייהו. ממילא צוויי דא זענען עובר אויף אביזרייהו, וואס דאס טוט אינקלאדען ז"ל און געבען עפעס מיד ליד מיט א כוונה הנאה צו האבען וכו'.
לדעתי געשעהט זנות סיי אין שטאט סיי אין קאנטרי. עס איז דא מענטשען וואס זענען מזנה, און זיי וועלען מזנה זיין איבעראל, סיי אין שטאט סיי אין קאנטרי. אין קאנטרי איז לכאורה שווערער פאר אונזערע סארט מענער און פרויען מזנה זיין, ווייל די פרויען בדרך כלל דרייווען נישט, און ממילא קען די פרוי נישט אפפארען און טוהן מה שלבה חפץ. און בכלל פארט מען נישט אזוי פיל, און מען דארף קענען אויף מאכען גענוג מעשה'ליך ווי מען איז געוועהן, ווען דער מאן רופט און פרעגט ווי זי איז.
וואס יא?
זומער ווען די פרויען זענען אין קאנטרי, איז דא אסאך מענער וואס מאכען א לעבען דא אין שטאט, און פין ווי ווייס איך? פין די רבנים, זיי זאגען דאס ביי דרשות.
איחוד פעלדדי גמרא זאגט מעוטן בעריות קען אויך זיין אין אביזרייהו. ממילא צוויי דא זענען עובר אויף אביזרייהו, וואס דאס טוט אינקלאדען ז"ל און געבען עפעס מיד ליד מיט א כוונה הנאה צו האבען וכו'.
נישט מסתבר, ווען די גמרא וויל זאגען אביזרייהו ווייסט עס וויאזוי דאס צו זאגען בפירוש, בפרט דא אז למשל ביי לשון הרע האט ער געזאגט בפירוש וכולם באבק לשון הרע וויבאלד ער רעדט נישט פון לשוה"ר גופר. נאר עריות מיינט עריות כפשוטו. אויב ז"ל איז בכלל עריות איז א צווייטער סוגיא, אבער אויב רעדט מען פון ז"ל פאסט נישט אזוי צו זאגען אז נאר מיעוטם. וכמדובר במקומות אחרים.
איחוד פעלדזומער ווען די פרויען זענען אין קאנטרי, איז דא אסאך מענער וואס מאכען א לעבען דא אין שטאט, און פין ווי ווייס איך?
פון נחום ראזענבערג וואס זאגט עס אויפן האטליין..
טאמער גייט פאר עפעס זומער אויף די בערג, איז עס מסתמא מער מאלעסטעישן אויף בחורים און קינדער אין די קעמפס, ווי איידער זנות צווישן די באנגעלאוס!
הייליגע לאליפאפ
פינווי נעמסטי אזא גרויסע בילבל
וואס איז דו פשט פון דעים בילד דער פארטראכטער מאן ער לייקט נישט קיין לאליס לכאורה
אולי טיילט ער לאליס פאר דו קינדער און קעמפס עכעם
במחילת כבוד פותח האשכול. "אין" קאנטרי, צו מ'זינדיגט מער ווי אין שטאט במשך'ן יאר, איז נישט קיין זאך וואס איז מעגליך צו וויסן. דאס יא, אסאך couple friends זענען נולד געווארן אין קאנטרי.
יעצט גיי איין טרעפ ווייטער. Couple friends זינדיגען מער ווי נישט couple friends?
מסתבר אז נישט, ווייל אין זייער פאל דארפן 4 שפילער מסכים זיין. און אויב ס'איז נישט א two way street איז אויך מסתבר אז זיי זינדיגען נישט מער ווי נישט couple friends צוליב די נאכווייען אין פאל ס'ווערט נתגלה, עכ"פ די ענינים זענען זאכן וואס מ'וועט קיינמאל נישט וויסן.
על דרך
@זר זהב, די איינציגסטע חטא וואס איז מער אין קאנטרי, איז טראגן מיט די עירוב, רח"ל.
כ
@לעיקוואד, די גמרא זאגט אין כתובות אז ס'איז גרינגער צו טרעפן איינעם מיט וועם צו זינדיגן, ווי איינער וואס זאל העלפן פעלשן א שטר. הגם היינט איז זיכער דער מציאות אנדערש, זעט מען אבער אז ס'טרעפט זיך.
מאידך גיסא פון וואו נעמסטו די חלוקה פון 2 פון 8? אפשר 1 פון יעדע דריי? אדער מער 49 פון יעדע 100?
@ידען, אר יו פאר ריעל? דערצייל אפאר פירסט הענד סטארי'ס.
@אנאנים תורה
ביסט גערעכט, די צוויי פון אכט האב איך סתם געזאגט אלץ משל, עס איז ערגעץ צווישען 49% און 1%, איך האב אנגעכאפט וואס עס האט מיר אויסגעקוקט מסתבר.
בין איך דער איינציגסטער וואס האלט די אשכול באלאנגט אין מאחורי??
לעיקוואדזינדיגט מען בכלל?
ווער עס האט שוין געזינדיגט מיט אן אשת איש זאל שוין מודיע זיין!
איך מיין, עס איז אביסעל נאריש צו פראבירען דן זיין ברבים אין א נושא וואס מעצם מהותו באהאלט מען עס גוט וכו'. ניין?
די איינציגסטע פלאץ ווי מען קען אפשר מברר זיין אזא נושא איז ביי שלום בית מאכער'ס וכדו' וואס האנדלען אין די ענינים. איך האף אז זיי זענען גענוג פראפעשינעל נישט ארויסצוגעבן פונטקליך יעדער חודש א רעפארט וויפיל עפעירס זענען געשעהן ביים היימישען עולם יענער חודש.
באופן כללי נאמנים עלינו דברי חז"ל וואס האבען געזאגט "רובם בגזל ומיעוטם בעריות", איך מיין אז ווילאמסבורג און מאנסי זענען אויך נכלל אין די הייליגע נצחיות'דיגע ווערטער פון חז"ל. איך ווייס נישט פונקט וואס איז די גדר פון מיעוט און רוב, אבער דאס איז זיכער אז רוב איז העכער פופציג פראצענט און מיעוט איז ווייניגער. אין אנדערע ווערטער, ווען איר גייט אריין אין בית המדרש הגדול שבת צופרי, און עס זענען עולה זיבן צו אכט מענטשען לתורה, מעגסטו אננעמן אז פיר פון זיי זענע גנבים, און בערך איינס אדער צוויי לכה"פ זענען נואפים.
און וואס איז די סטאטיסטיק לגבי די וועלכע האבן נישט באקומען אן עלי'?
שמעקעדיגאיחוד פעלדזומער ווען די פרויען זענען אין קאנטרי, איז דא אסאך מענער וואס מאכען א לעבען דא אין שטאט, און פין ווי ווייס איך?
פון נחום ראזענבערג וואס זאגט עס אויפן האטליין..
כאב פיינט נחום ראזענבערג א שקרן וואס קען באשמיצען די אומשילדיגסטע מענטשען אבער דא ביי אונז אין שטאט איז לעבעדיג .
ווען די פרויען זאלען וויסן וואס סע גייט פאר דא וואלט קיין איין פרוי נישט געוואלט פארען אין די קאנטרי.
שמעקעדיגאיחוד פעלדזומער ווען די פרויען זענען אין קאנטרי, איז דא אסאך מענער וואס מאכען א לעבען דא אין שטאט, און פין ווי ווייס איך?
פון נחום ראזענבערג וואס זאגט עס אויפן האטליין..
און ווייל נחום ראזנבערג זאגט עס איז עס שוין אזוי?
איך אויךבין איך דער איינציגסטער וואס האלט די אשכול באלאנגט אין מאחורי??
איך מיין אז דארט איז אויך דא אזא אשכול. און אביסעל מער זאפטיק
איך אויךבין איך דער איינציגסטער וואס האלט די אשכול באלאנגט אין מאחורי??
מיין הערה קומט עכט נישט אריין דא, אבער ס'איז מיר אויפאלענד, אז מער ווי איינמאל זעה איך "איך אויך" שרייבן "בין איך דער איינציגסטער". פרדוקס.
און נאך צוויי מאל, וואס איר האט געמיינט אז איר זענט דער איינציגסטער
@איך אויך אויב דאס ברענג אייך נישט קיין שמייכל, אישי מיר, איך וועל מעקן דעם הודעה.
ואהבת לרעך כמוך דיך וואלט עס געשמעקט???
קאווע טרינקעראיך אויךבין איך דער איינציגסטער וואס האלט די אשכול באלאנגט אין מאחורי??
מיין הערה קומט עכט נישט אריין דא, אבער ס'איז מיר אויפאלענד, אז מער ווי איינמאל זעה איך "איך אויך" שרייבן "בין איך דער איינציגסטער". פרדוקס.
און נאך צוויי מאל, וואס איר האט געמיינט אז איר זענט דער איינציגסטער
@איך אויך אויב דאס ברענג אייך נישט קיין שמייכל, אישי מיר, איך וועל מעקן דעם הודעה.
קודם יעצט קענסטו מעקן ביז מארגען, איך האב עס שוין 😂 😂
(טאמער ווילסטו מעקן לאז מיך וויסן וועל איך אויך מעקן)
דארפסט פארשטיין זיין ניק איז ״איך אויך״ וויל ער קיינמאל נישט זיין דער איינציגסטער, לכאורה זייער פארשטענדליך..
עס איז זיכער מעגליך אויף צו נעמען איינעם ביים קארנער און אוועק פארן פאר ווי לאנג די הערצער באגערן.
עס איז אבער נישט מעגליך צי וויסן וויפיל עס געשעהט יא צי נישט ווייל די וואס ווייסן רעדן נישט און די וואס רעדן ווייסן נישט.
קאוועלע ,צו ענטפערן דיין אישי ,ניין עס גייט מיך נישט אן אויב דו ענדשויסט דיך אביסל אויף מיין חשבון. העוו פאן!
Logic would say that it doesnt happen in the country. People live very close to one another. No lady walks out of a clony without other ladies knowing/wondering where she went. Iv'e heard stries in the city between heimish men and women, but never in the country.
יעדער הערט, יעדער ווייסט אדער גאר מיט געלעבט מהני עובדין טבין...
למה אגרע? אזוי שלעכט זעה איך אויס?
עמך אנכי בפעקל.
איך זעה אז די עולם בעט זיך ממש בתחנונים פאר א מעשה. נו, וואס טוט מען נישט פאר א צווייטע איד.
דיסקלעימער: די מעשה צייגט גארנישט בנוגע די שמועס דא און איז נישט מצדד לא לכאן ולא לכאן. ס''ה צייגט עס אז ס'שייך.
פאר אפאר יאר צוריק באלד נאכן זיממער האט זיך א קהלה אויפגעשאקלט ווען א פארפאלק האט זיך גע'גט צוליב די מאנ'ס אינפידעליטי. די רב הקהלה האט אויסגעפונען אז די יונגערמאן האט געקענט (מלשון וידע את...) א פארהייראטע פרוי, א חשוב'ע מחנכת. די מעשה גייט ווייטער, זיי האבן זיך עטליכע מאל געטראפן אין מיטן די זיממער אין קאנטרי, (ווען איר מאן איז געווען אין קלאס) האט ער איר געטראפן ערגעץ אין מיטן די ראוד, און ער איז אוועק געפארן מיט איר פאר א שעה צוויי.
די רב מיט וועם דער יונגערמאן איז גאר נאנט, (און האט פרובירט צו ראטעווען די מערידזש) האט פרובירט צו דערגרינטעווען ווי אזוי אזא זאך האט געקענט געשעהן. כ'מיין ער האט דאך א ווייב און קינדער, וואס האט ער זיי געזאגט? וואו ווערט ער נעלם די 6-8 שעה? ביז ער האט געכאפט אז די אלע פגישות זענען געשעהן אין די פאר מאל וואס זיין געטרייע תלמיד האט אים - די רב - ארויף געדרייווט אין קאנטרי.
איר זעהט? כ'האב אלץ געוויסט אז די רבנים זענען שולדיג... 😂
דאס איז נישט קיין פערזענליכע מעשה, דאס איז א מעשה וואס איז ברייט באקאנט געווען בשעתו. (אגב, איך קען איינער וואס פלעגט זיך טרעפן אויפן זעלבע אופן אין די קאנטרי אבער אן די 'ידיעה'.) יא, ס'דא דינע ווענט און גרויסע אויערן אין די קאנטרי, אבער עס איז אויך דא א מלך זקן וכסיל וואס קומט אויף מיט גוטע עצות.
פארוואס שרייב איך די מעשה, כ'ווייס אליינס נישט. איך האב שוין חרטה פארן שרייבן. מנהלים, ביטע מעקט עס אויס... 😳
דא האט איר א מעשה....
http://newyork.craigslist.org/brk/cas/3944305085.html
עס מוז נישט זיין אז דו כמכחול בשפופרת געשעט און קאנטרי, אבער אסאך מאל הייב זיך דו קשר אן דארטן.
קאווע טרינקערדא האט איר א מעשה....
http://newyork.craigslist.org/brk/cas/3944305085.html
מיינט עס טאקע אז דא הייבט זיך עס אן?? אין אונז האלטן מיט לייוו???
ידעןאיך אויךבין איך דער איינציגסטער וואס האלט די אשכול באלאנגט אין מאחורי??
איך מיין אז דארט איז אויך דא אזא אשכול. און אביסעל מער זאפטיק
נישט שיין זיך צו רייצן מיט די וואס מ'האט געלאזט אינדרויסן פונעם פרגוד
אזעלכע תגובות קען אונז וויי טוהן און מאכט אונז פיהלן דיסקרימינירט 😞
איינגעשלעפט
סאיז באקאנט די מעשה, געווען אמאל א אידעל האט געמאכט א סוכה מיט דופן עקומה, לבוד, גיד אחית , בקיצור א סוכה כשר לכל הדיעות . אין האט געלאזט די זילבער אין די סוכה ביינאכט איז געקומען א גנב אין אלעס גע'גאנוועט, איז ער געקומען צום רב פרעגען היתכן די סוכה איז דאך געווען פארמאכט מיט לבוד אין דופן עקומה וויאזוי האט די גנב געקענט ארויסגאנווענען?האט עם די רב געענפערט גערעכט אבער די גנב קען נישט לערנען .
לענינינו , סאיז דא א חיוב חייב אדם לפקוד וכו, בא מן הדרך יוצא לדרך ,אויב קימט מען ארויס פרייטיג קומט זיך ציזאם צוויי חיובים , אבער וואס קען מען טין, זיי קענען אבער נישט לערנען אין מהאט זיי נישט געלערנט ....? 😛
קוקט מיר אויס אז
@מורינו הרב האט אנגעכאפט א תאוה און ער זיכט אויסצושמועסן זיינע פאנטאזיעס איבער אינטימישע באציאונגען אין קאנטרי, עפענט ער אן אשכול ווי ער שרייבט אז ער האט געהערט דעיס און יענץ איבער קאנטרי און האפט אז ס'עט זיך אנטוויקלן א זאפטיגע שמועס מענין לענין באותו ענין.
בין איך דער איינציגסטער (קרעדיט
@איך אויך) וואס טראכט אזוי?
יעצט געליינט איבער א יונגערמאן וואס איז היינט פארלוירן געווארן אין וואלד פאר עטליכע שעה. איך פאנג שוין אן חושד זיין.....
דריידליעצט געליינט איבער א יונגערמאן וואס איז היינט פארלוירן געווארן אין וואלד פאר עטליכע שעה. איך פאנג שוין אן חושד זיין.....
נע, די גמרא זאגט "איתתא בדברא לא שכיחא"..
אויב איך מעג וועל איך ארויס ברענגען מיינע געפילען פון די קאנטרי
איך בין שוין ב"ה און די דריטע קאנטרי און א יעדע "יא יא" ממש א יעדע קאנטרי בין איך געשטיגען ברוחניות, און איך בין נישט געגאנען און א קאנטרי ווי איחד אדער כולל קאנטרי אדער לפידות וכד'... איך בין און א קאנטרי ווי מען שפילט מצשב"ק וואלי באל און נאכדעם שווימט מען און נאכדעם פראוועט מען א מל"מ און מען זינגט ביז שפעט און די נאכט, אבער סיי פרייטאג'ס און סיי שבת און סיי זינטאג'ס איז די ביהמ"ד נישט ליידיג .. איינער זאגט תהילים און איינער קוקט אריין און א חסידישע ספר און אסאך לערנען מיט חבריתות אדער אליינס אדער אויף טעלעפאן, און א דאווענען און קאנטרי איז אסאך בעסער ווי און שטאט. אפילו מען דאווענט שפעט .................. און ב"ה לויט ווי איך ווייס איז נאכקיינמאל נישט פארגעקומען קיין פראבלעם אפילו נאנט צו אביזרייהו... און יעצט וויל איך פרעגן פון די מענטשן און שטאט פארוואס זענען די בתי מדרשים פיל ביינאכט ? יא יא די רעסטעראנטען זענען אויך פיל און אויב עס איז דא 10 מענטשן און ווילאמסבורג און 15 מענטשן און בארא פארק וואס זינדיגען ליידער
(אגב די וואס זינדיגען זומער זינדיגען אויך ווינטער) איז עס .001 % מעג מען זאגען אז יודישע קינדער זינדיגען ווען די פרוי איז און קאנטרי ח"ו
יא מ'זינדיגט ליידער
פון וועלעכע זינד רעדט מען דא? איך גלויב אז מען מיינט עובר זיין אויף זמן תפילה, איך בין עדות אז מ'פאלט דורך! אבער ביג טיים, ליידער ליידער, בעיני ראיתי, כ'אב שוין געפאקט אפילו מער פון איינעם דאווענען אן קיין מנין בכלל! איך עס מיך שוין אויף יארען דערויף אינעווייניג, ס'בייסט מיך און רייסט פון מיר שטיקער, כ'אב נישט געהאט ווי זיך אויסצורעדען, ענדליך טרעף איך א פלאץ ווי אנדערע בייזערען זיך אויכעט דערויף, די זינדיגען דארף נעמען אן עק!.
כ'זעה דא עמיצער - עטליכע עמיצערס האבען געשריבן אז פרויען זינדיגען אויכעט? געוויס און זיכער! גארנישט קיין זמן תפילה פראבלעמען, פיל ערגער פון דאס!
נישט איינמאל האב איך מיך ממש נישט געקענט גלויבען, מיט מיינע אויערען האב איך עס געהערט און מיט מיינע אויגען געזען! גאנצע קופקעס אויף אמאל! פוי! גראבע עבירות!
מ'זיצט און מ'פלאפעלט, און מ'רעדט דברים בטלים מיט גראבע לשון הרע! יא יא, נישט קיין אבק אדער אביזרייהו, נאר פעטע גראבע לשון הרע!
לאמיר ארויסנעמען די בת היענה קאפ פון דר'ערד, יא ליידער מ'זינדיגט אין די קאנטריס!
א שאד איך קען נאר איינמאל לייקן. און א שאד אז די האסט אביסל מקצר געווען פונעם עיקר פוינט . אזוי העל איך מוזן צוענדיגן. די סלאגאן " דער עולם זינדיגט". איז 1:נישט אמת דער עולם זינדיגט כמעט נישט מענטשן זענען געסטלט א גוטן שלום בית. מיט א ביסל יר"ש. מאכט די זאך.2 : דאס איז טאקע דער עצת נחש. מ'העט האמערן וואך איין וואך אויס אז "דער עולם זינדיגט"."דער עולם מאלעסטעט". אזוי אז דער יונגערמאן וואס ס'מאכט זיך ביי אים א שוואכע מינוט העט ער זיך מאכן א חשבון. דער עולם זינדיגט דאך ממילא לאמיך אויך זיין פארט פון די קרו. אבער אין רילל לייף איז עס גאר גאר א קליינער פראצענט
@לעיקוואוד די כללים פון חז"ל זענען געזאגט געווארן אויף די יתעטף שחורים וילבש שחורים עפאכע, ווען מאן הוי ליומא איז געווען א לעגעטימע באגער.
היינטיגע צייטן האט מען אפגעהארגט די יצרא דעריות מיט פארגעשריטענע טאקטיקן.
[ציטאט אראפגענומען]
קיינער מאלעסטעט נישט קיינעם, עס איז ברצון, סא ווער קערט?