☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ר"ח אב יומא דהילולא של מרן הרה"ק מהר"ש מבאבוב זי"ע

ר"ח אב יומא דהילולא של מרן הרה"ק מהר"ש מבאבוב זי"ע

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4222

news10 » פרייטאג יולי 5, 2013 12:01 am

· #130944
ר"ח אב יומא דהילולא של מרן הרה"ק מהר"ש מבאבוב זי"ע
דעם מאנטאג ב' דברים ר"ח אב הבעל"ט פאלט אויס דער 13'טער יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מהר"ש מבאבוב זי"ע

כ"ק רבינו שליט"א וועט גיין אויפ'ן ציון הקדוש מאנטאג נאכמיטאג אום 2:30, באסעס וועלן פארן פון בית המדרש אויף 49סט. אום 1 אזייגער

רבינו שליט"א וועט פירן די סעודת הילולא רבתי אום 7:30
צוזאמען מיט'ן סיום הש"ס לעילוי נשמתו הטהורה,
וואס איז געלערנט געווארן דורך עדת קהילתו תלמידיו וחסידיו שזכו להסתופף בצל קדשו, וללכת בדרכיו ולדבקה בו.

זכותו יגן עלינו להפקד בדבר ישועה ורחמים, עדי נזכה לקבל פני משיח צדקנו ומלכנו בראשינו בב"א
5.jpg

קאמענטירער » פרייטאג יולי 5, 2013 3:38 am

· #130985
כהאב געהערט אז די באבוב׳ע פרעימס האט ר׳ ב״צ באבובער זי״ע געמאלען (אלע פרעימס וואס באבוב ניצט זענען ענליך) איז עס אמת? אויב יא פ״וו האט ער עס טאקע געמאלן (ער האט געהאט א סיבה דערביי אדער אפשר איז דא א מעשה בשייכות ??

news10 » פרייטאג יולי 5, 2013 9:34 am

· #131000
מגבית השנתית לטובת מלבושי כבוד
טעיפ פון דרשת כ"ק רבינו שליט"א ביים כינוס חסידי באבוב אין ירושלים ה' חקת תשע"ג,
ווערט געטיילט ווערן פאר אלע תורמים
02.jpg

על המחיה » דינסטאג יולי 9, 2013 9:46 am

· #131776
קאמענטירער
כהאב געהערט אז די באבוב׳ע פרעימס האט ר׳ ב״צ באבובער זי״ע געמאלען (אלע פרעימס וואס באבוב ניצט זענען ענליך) איז עס אמת? אויב יא פ״וו האט ער עס טאקע געמאלן (ער האט געהאט א סיבה דערביי אדער אפשר איז דא א מעשה בשייכות ??


ער האט עס געמאכט פאר די מגילת יוחסין לבית באבוב וואס ר' אברהמ'לי הירשפרונג האט תוזאמען געשטעלט
כאות הכרת הטוב פאר'ן מחבר

לעמיל » דינסטאג יולי 9, 2013 12:37 pm

· #131840
רבי א ישועה בילדער

news10 » פרייטאג יולי 12, 2013 9:09 am

· #132949
סעודת הילולא קדישא
כ"ק רבינו שליט"א ביים זאגן דברות קודש ביי די סעודת הילולא
בהשתתפות הרבנים הגה"צ רבי זלמן לייב מייזליש שליט"א גאב"ד סיגעיט נכד כ"ק הרה"ק רבי שלמה (הראשון) מבאבוב זי"ע
והגה"צ רבי ברוך דוד הלברשטאם שליט"א אבד"ק סארוואש נכד כ"ק הרה"ק הקדושת ציון מבאבוב זי"ע.
ביידע זענען פון די ערשטע תלמידים ומקורבים פון כ"ק הרה"ק מהר"ש מבאבוב בעל הילולא זי"ע אין אמעריקא פון איבער 60 יאר צוריק
6817 Bobov Yurtzeit (23).JPG