JULY 4 און די אויגן פון א איד
44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4216
JULY 4 און די אויגן פון א איד
וואס מיינט פאר א איד דעם מארגענדיגען טאג?
מיר אידן ווארטען אויף משיח זאל אונז אויסלייזען און מיר זאלן צורק גיין צו אונז אהיים קיין אר"י, דא אין אמעריקע זענענן מיר אין גלות עס איז נישט אונזער לאנד און האפענוג,
למעשה אבער איז אמעריקע היינט צוטאגס די פלאטץ ווי מען קען דינען השי"ת, אמעריקע האט געגעבן די טאן פאר די וועלט אז מען זאל נישט רודפ'ן קיין אידן, אמעריקע איז די איינציגסטע פלאטץ אין די וועלט ווי אידן האבן גלייך פון אנפאנג באקימען פולע גלייכע רעכטען, און עס איז די בעסטע פלאטץ ברוחניות ובגשמיות {ביז דער עוכר ישראל, ומפיר ברית, בלומבערג האט אנגעהיבן מיט זיין קאמפיין קעגן ברית מילה בפרט און קעגען די מענטשהייט בכלל. עס שטערט אים צו זען א מענטשן און א רואיג געמוט בכלל}
גייט איר מיר דאנקן השי"ת פאר צושטעלן - און גלות - אזא לאנד ווי אמעריקע?
פאר די וואס וואינען און ניו יארק סיטי איז די שאלה אפשר נישט אזוי רעלאטיוו, ווייל ברוקלין איז פון די ערגסטע פלעצער און אמעריקע,
דער פסוק ודרשו את שלום העיר, איז געזאגט געווארן אויף א שטאט ווי מען האט נישט געקענט עסן כשר'ס (חנניה מישאל ועזריה), און מען האט נישט געטארט דאווענען (דניאל).
לכאורה ערגער פין ברוקלין.
אדער אפשר איז א קאנסענט אויף מציצה בפה ארגער?
דאס איז זיכער אז מ'דארף אפגעבן א שבח והודאה אז נאך אזוי פיל יארן פון גלות און פיין, פאגראמען און רציחות, האט דער איד א לאנד וואו ער קען אראפלייגן זיין געביין, א land of the free וואס איז געווען א פיאנער אין די אפטיילונג פון די קירכע און געזעץ, (הגם היינט איז זי שוין הונטערשטעליג אונטער מערב אייראפע, אבער גיוו קרעדיט ווער קרעדיט איז דו) א לאנד וואס גיבט פאר יעדעם גלייכע רעכטן, וואו מ'קען לעבן רואיג און אפען ווי אידן, נארדערצו ווען די מאמר חז"ל פון הוי מתפלל בשלומה של מלכות איז געזאגט געווארן אפילו אויף א מלכות הרשעה וואס פייניגט די אידן.
איי פארוואס פייערט מען עס נישט ביי אונז? א גוטע שאלה, מסתמא די זעלבע סיבה פארוואס מ'פייערט נישט פאטער'ס פון מוטער'ס טאג, ווייל מיר זענען זיי מכבד אגאנץ יאר, אדער פארוואס מיר פייערן נישט טענקסגיווינג, ווייל מיר דאנקן דעם באשעפער יעדן טאג. אבער די טענה איז אזוי לעכערליך ווי ווען איז זאג אז מ'דארף נישט פייערן פסח ווייל מיר זענען מזכיר יציאת מצרים אגאנץ יאר ביי קריאת שמע און ביים בענטשען, אדער אז מיר דארפן נישט פייערן שבועות\שמח"ת ווייל מיר היטן\לערנען די תורה אגאנץ יאר.
<a class="postlink" href="http://jpupdates.com/2013/07/03/video-the-national-anthem-hasidic-version/">http://jpupdates.com/2013/07/03/video-t ... c-version/</a>
זיי קודם מסביר july 4 אין די אויגען פון א גוי וואס איז דעמאלץ געשען?
וואס איז די חאגע על שום מה?
july 4 איז די זעלבע פון די יום המר והנמהר ה' אייר.
גנדיjuly 4 איז די זעלבע פון די יום המר והנמהר ה' אייר.
דאן ווייסמיר שוין וואס דאס איז אין די אויגן פון א איד...
האלב זאגען תהילים און האלב זאגען הלל!
האלב וויינען און האלב לאכן!
אלע טאנצען אין די גאסן, האלב מיט פלאקאטן האלב אן...
כהנו וכהיינו... ולא פליגי מר כאתריה ומר כאתריה...
(די עיקר איס מ'זאגט תחנון)
JULY 4 און די אויגן פון א איד
צ"ל "אין" די אויגן פון א איד.
כ'מיין אז ר' אביגדור מיללער פלעגט מעורר זיין איבער די סגולת היום.
בקיצור לאמער רעדן פון די עיקור ווען אין ווי מאכט mesys די fireworks און ווי קען מען עס זעהן?
בשם ״קאווע טרינקער״
צ״ל "Macy's"
אין מצרים איז שוין יולי 4 , מ'קען דארט מיטהאלטן די פייערווארקס
<a class="postlink" href="http://www.foxnews.com/world/2013/07/03/egypt-teeters-on-brink-overthrow-as-army-deadline-is-set-to-expire/">http://www.foxnews.com/world/2013/07/03 ... to-expire/</a>
אבגדבשם ״קאווע טרינקער״
צ״ל "Macy's"
לא תשא שם קאווע לשוא, (בפרט אן א טעג.. ) איך בין נישט קיין וויליאמסבורגע לעדי וואס נעמט טעגליך א טעקסי קיין מעסיס צוריק צו טראגן וואס מ'האט נעכטען געקויפט, פון וואו זאל איך וויסן וויאזוי צו ספעלן די נאמען פון א קאמפאני וואס שמירט אן טעגליך די גוישע צייטונגען מיט אומווערדיגע בילדער, פוי.
בד"וו, אין אנדערע נייעס, אז מ'רעדט שוין וועגן יולי 4 און אייר 5,
@יונה כהן האט געטוויט:
מי יגלה עיני החזון איש זצ"ל, עלעקטעריק קאמפאני אין ישראל ווערט שומר שבת
<a class="postlink" href="http://www.israelnationalnews.com/wap/Item.aspx?type=0&item=169468">http://www.israelnationalnews.com/wap/I ... tem=169468</a>
איך וואלט ענדערשט מעיר געווען "מי יגלה עיני האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל, ברוך השם די מדינה ווערט מער אידיש..
אה! עס האט זיך מיר געדאכט אז דיין אוועטער דרייט זיך יא אין Macy's
(דרך אגב - וואס מיינט, און וויאזוי מאכט מען א טעג.. און וואס טוט עס אויף) יישר כח פאר די אינפארמעישאן
ניין איך דערקען קלאר איר קלייד קומט פון bloomingdels קאווע די מוזט זיין א גרויסע עושר אז דיין רבצין קען זיך דאס ערלויבען
קינות גירושיןניין איך דערקען קלאר איר קלייד קומט פון bloomingdels קאווע די מוזט זיין א גרויסע עושר אז דיין רבצין קען זיך דאס ערלויבען
בשם
@קאווע טרינקערצ״ל
bloomingdales 😂 😂
וויאזוי פלעגן צדיקים נאר זאגן, רעדטס פון אונז פון אונזערע טישען בענק און קליידער, דאס וועט אייך האלטן וכו'
האט מיר א יוד אמאל מסביר געווען, אי לאו האי יומא, וואלטן אלע אמעריקאנע געווען ענגלישע..
אנטשולדיג פון די ענגלאנדער חברים דא.
איי דאנט קנאו
איך פלעג אמאהל טראכטען דעם טאג און דאנקען דעם אייבירשטען אז ס'איז דא אזא לאנד ווי מ'קען לעבן רואיג בשלום בשלוה וואס אמעריטשקע איז געווען דער פייאניר אין צושפרייטען פרייהייט איבער די גאנצע וועלט.
באט... נאט עני מאר...
כעל נישט אריין גיין אין קיין לאנגע פשעטלעך, נעם א משל דער יוסטיץ דעפ. ווער ס'האלט נאר אביסל מיט ווי אזוי זיי ארבעטן -איך רעד נישט נאר פון אידן, נאר אלל אווער אמעריקע- וויזוי סיי טוען מיט מענטשען וואס זיי ווילן, ואין פוצה פה, קען מען פון דעים אליין זעהן ווי דער אמאליגער פרייהייט גייט צוביסלעך אונטער מער אין מער, די סיסטעם איז צובראכען, זאכען ווערן געטריבן דורך אגענדעס, בירגער ווערן גענוצט צו בויען קאריער(גוט געספעלט?) פאר פראסיקיוטערס, צופיל אומשולדיגע שמאכטען אין טורמע מ'זאל עס נאך קענען רופן The land of the Free
ביסט גערעכט אבער אלץ איד דארף מען נאך אלץ קוקען וואו נאכען קריג זענען אידען געקומען קיין אמריקא מ'האט זיך טאקע געמוטשעט מיט כל מיני זאכען אבער דא איז געוועהן די רואיגסטע פאר אידען..
@געפילטע פיש אייראפע איז טאקע מער ליבעראל, אבער פונקט אין דעם פרט - סעפערעיט סטעיט פון טשוירטש - איז אמעריקע די איינציגסטע, און אויטאמאטיש די מערסטע פריי ווען עס קומט צו רעליגיעזע רעכטן.
געפילטע פישאיי פארוואס פייערט מען עס נישט ביי אונז? א גוטע שאלה, מסתמא די זעלבע סיבה פארוואס מ'פייערט נישט פאטער'ס פון מוטער'ס טאג, ווייל מיר זענען זיי מכבד אגאנץ יאר, אדער פארוואס מיר פייערן נישט טענקסגיווינג, ווייל מיר דאנקן דעם באשעפער יעדן טאג. אבער די טענה איז אזוי לעכערליך ווי ווען איז זאג אז מ'דארף נישט פייערן פסח ווייל מיר זענען מזכיר יציאת מצרים אגאנץ יאר ביי קריאת שמע און ביים בענטשען, אדער אז מיר דארפן נישט פייערן שבועות\שמח"ת ווייל מיר היטן\לערנען די תורה אגאנץ יאר.
איך בין זיכער דו מיינסט עס נישט ערנסט צו פארגלייכן א יו"ט דאורייתא, מיט אלע מיני קדושות, צו א אמעריקאנע פארגרעבטע חאגע...
זאלעך אנצינדן מיין סארקאזם דעטעקטאר? איך בין אזוי צומישט...... כ'ווייס נישט ווען יא און ווען נישט 😞
קינות גירושיןניין איך דערקען קלאר איר קלייד קומט פון bloomingdels קאווע די מוזט זיין א גרויסע עושר אז דיין רבצין קען זיך דאס ערלויבען
עס איז איין קאמפני מיט macy's
ביי אונזער אייגן לאנד (נעמליך די מדינה…) זענען מיר אנטקעגן דאס סעלעברירן; איז דאך אוודאי א פרעמד לאנד…
אדער איז גאר מעגליך אז די סיבה פארוואס מיר זענען אנטקעגן די מדינה איז זאגאר וויבאלד אמעריקע האט עס אינדארסירט…
שמעקעדיגאיך בין זיכער דו מיינסט עס נישט ערנסט צו פארגלייכן א יו"ט דאורייתא, מיט אלע מיני קדושות, צו א אמעריקאנע פארגרעבטע חאגע...
זאלעך אנצינדן מיין סארקאזם דעטעקטאר? איך בין אזוי צומישט...... כ'ווייס נישט ווען יא און ווען נישט 😞
איך פארגלייך נישט די ימים טובים, איך פארלייך נאר די תירוצים פארוואס נישט צו פייערן. דיין סארקאזם דיטעקטער קומט נישט אריין דא, כ'מיין עס גאנץ ערענסט. די זעלבע תירוץ וואס מ'נוצט אויף פאטער'ס\מוטער'ס טאג, אינדיפענדענס אדער טענקסגיווינג דעי, וואלט מען אויף געקענט נוצן אויף אידישע ימים טובים, נאר מ'זעט אז די תורה האלט אויך אז אפילו אויף א זאך וואס איז שייך יעדע טאג, מאכט מען איין טאג אין יאר עס צו פייערן ביתר שאת ועוז.
טעפלביסט גערעכט אבער אלץ איד דארף מען נאך אלץ קוקען וואו נאכען קריג זענען אידען געקומען קיין אמריקא מ'האט זיך טאקע געמוטשעט מיט כל מיני זאכען אבער דא איז געוועהן די רואיגסטע פאר אידען..
יא יא
ביסט טיילווייז גערעכט, פארגעס אבער נישט וויזוי פרעזידענט רוזוועלט מיט זיין אדינמיסטראציע האבן באהאנדעלט די "יודן פראגע" דורכאויס דעם גאנצען קריג, עד שבא פרעזידענט טרומאן וקבלהו.
דאס איז אלעס געווען אמאהל, אבער אין די 21'st century טוישן זיך זאכען, און נישט אויף צום גוטן.
@MondroeBucher: Intersting fact: July 4, 1776, was on a Thursday, Tzom 17 of Taamuz.
גראדע איז אינטערעסאנט צו וויסן אז די גרעסטע מיליטערישע קאנפליקט פון די מלחמה אף אינדעפענדונס איז פארגעקומען ממש דא אין די ברוקלינער גאסן באקאנט אלס the battle of brooklyn. מ'קען זעהן שריים פון דעם אין מערערע פארקס און געגענטער אין ברוקלין.
דברי חיזוק ליום זה, מאת רביה"ק והט' רשכבה"ג מרא דארעא ישראל והגלילות.
געמאכט א סטאפ אין קרית יואל צו כאפן א מנחה, דארטן איז געווען ביזנעס עז יאזשעל. די קאווע שטיבל איז געווען פיל און שנארערס כחול הים.
איך הער דארט ווי איינער רופט זיך אן אז ער געדענקט שוין לאנג נישט ארבעטן דזשולי פאר... ווען איך האב ווען די גאטס וואלט איך אים געפרעגט צו דעם פינפטן און זעקסטן געדענקט ער יא...
געפילטע פישדאס איז זיכער אז מ'דארף אפגעבן א שבח והודאה אז נאך אזוי פיל יארן פון גלות און פיין, פאגראמען און רציחות, האט דער איד א לאנד וואו ער קען אראפלייגן זיין געביין, א land of the free וואס איז געווען א פיאנער אין די אפטיילונג פון די קירכע און געזעץ, (הגם היינט איז זי שוין הונטערשטעליג אונטער מערב אייראפע, אבער גיוו קרעדיט ווער קרעדיט איז דו) א לאנד וואס גיבט פאר יעדעם גלייכע רעכטן, וואו מ'קען לעבן רואיג און אפען ווי אידן, נארדערצו ווען די מאמר חז"ל פון הוי מתפלל בשלומה של מלכות איז געזאגט געווארן אפילו אויף א מלכות הרשעה וואס פייניגט די אידן.
איי פארוואס פייערט מען עס נישט ביי אונז? א גוטע שאלה, מסתמא די זעלבע סיבה פארוואס מ'פייערט נישט פאטער'ס פון מוטער'ס טאג, ווייל מיר זענען זיי מכבד אגאנץ יאר, אדער פארוואס מיר פייערן נישט טענקסגיווינג, ווייל מיר דאנקן דעם באשעפער יעדן טאג. אבער די טענה איז אזוי לעכערליך ווי ווען איז זאג אז מ'דארף נישט פייערן פסח ווייל מיר זענען מזכיר יציאת מצרים אגאנץ יאר ביי קריאת שמע און ביים בענטשען, אדער אז מיר דארפן נישט פייערן שבועות\שמח"ת ווייל מיר היטן\לערנען די תורה אגאנץ יאר.
אלא מאי איז דאס (וואס מ'זאגט פארוואס מיר פייערן נישט די אמעריקאנער האלידעיס) נאר א תירוץ פאר די קליינע קינדער. נאר ס'איז דא א פסוק. "אל תשמח ישראל אל גיל כעמים". לאמיר זיך פארשטעלן אז די נאכט פון דזשוליי4 וועט זיך צוזאמקומען אן עולם אין נאנאשער בית המדרש, אדער אין חאצאצק נאך מעריב, און מ'וועטצעך נעמען שיסן פייערקרעקערס.
אבגדבשם ״קאווע טרינקער״
צ״ל "Macy's"
יא. ס'איז גוט אז מ'שרייבט פונקטליך. סיי אידיש און סיי ענגליש. ייש"כ פאר קאווע טרינקער.
קאווע טרינקערוויאזוי פלעגן צדיקים נאר זאגן, רעדטס פון אונז פון אונזערע טישען בענק און קליידער, דאס וועט אייך האלטן וכו'
היינטיגע צדיקים זאגן...רעדטס נאר פון אונזערע טישן, בענק אקאונטס און קליידער. דער עיקר שיקטס אריין די טשעקס... 😂
יין שרףדברי חיזוק ליום זה, מאת רביה"ק והט' רשכבה"ג מרא דארעא ישראל והגלילות.
וועים מיינסטו מיט "מרא דארעא דישראל והגלילות". יעדער האט אן אנדערן רעבי'ן פאר מרא דא"י. למשל ס'אידא ווער ס'האלט רב קוק אדער רב מעצגער, אדער הרב עובדי' יוסף פאר מרא דארעא דישראל. והגלילות, מיינסטו אוודאי נישט סאודי אראביע אדער די פאלעסטינער שטחים...
אויפגעוועקט
בדחן
גייט איר מיר דאנקן השי"ת פאר צושטעלן - און גלות - אזא לאנד ווי אמעריקע?
פאר די וואס וואינען און ניו יארק סיטי איז די שאלה אפשר נישט אזוי רעלאטיוו, ווייל ברוקלין איז פון די ערגסטע פלעצער און אמעריקע,
דו פרעגסט אויב מען דארף דאנקען דער באשעפער אויף אזא גלות?
מען דאנקט נישט אויף דעם "גלות" מען דאנקט אז דו קענסט זיין א איד "אין" גלות. דאס ביסעל פרייהייט אז אונז קענען נאך זיין פרומע אידן אין פאבליק. און טאמער דו ווילסט וואונען אויף א פלאץ ווי מען פילט דעם גלות גיי וואונען אין אירן אדער אפילו פראנקרייך און דארט וועסטו טאקע פילן דעם גלות.
קיינער זאגט נישט אז דו מוזט מיט טאנצען און מיט הוליען מיט זיי אבער דו פארגעסט פון...
"הוה מתפלל בשלומה של מלכות".
מעג איך ארויפלייגן א בלויע און רויטע פאן אויף מיין מיניווען?
יא.
איז עס א מצוה?
דאס איז זיכער אז דאנקען דעם באשעפער דארף מען אויף חעדע חסד וואס ער טיט מיט אונז אין לית מאן דפליג אז אמעריקע איז דא אין דעם חסד אין טאקע יעדן טאג ביים דאווענען דאנק מען די באשעפער על נסיך שכל יום עמנו.
בנוגע מאכן א טאג ווי יו"ט אין חז"ל טרעפט מען דער מושג פין יום שנעשה בו נס אבער דאס איז נאר פאר א יחיד וואס האט געהאט א דירעקטער נס איז אפשר דער טאג וואס א איד איז דא אנגעקומן וואלט געווען א הו"א צי מאכן א זכר אבער july 4 ? האט דאן קיינער נאך נישט געהאט א דירעקטער טובה.
בנוסף די אלע יו"ט זענען פאר נסים אדער צייטען וואס האבן אונז געמאכט פאר ווער מיר זענען אדער לפחות האבן געהאט א טובה מוחלטת פאר גאנץ כלל ישראל.
אין בעיקר איז גארנישט אזוי זיכער אז פרייהייט איז א גוטע זאך די פרייע לעבען קומט אויפן חשבון פין רחניות לא בכדי האט זיך דער בעל התניא אזוי ארויס אנקעגן נפוליון
מ'זעט קלאר אז july 4 איז פון הימעל
In a remarkable coincidence, both John Adams and Thomas Jefferson, the only signers of the Declaration of Independence later to serve as Presidents of the United States, died on the same day: July 4, 1826, which was the 50th anniversary of the Declaration.
פאר די אויבער חכמים
Historians have long disputed whether Congress actually signed the Declaration of Independence on July 4, even though Thomas Jefferson, John Adams, and Benjamin Franklin all later wrote that they had signed it on that day. Most historians have concluded that the Declaration was signed nearly a month after its adoption, on August 2, 1776, and not on July 4 as is commonly believed.[
📎 IMG-20180703-WA0003.jpg
גוט יו"ט, גוט יו"ט. אי לאו האי יומא כו'.
לאחר קריאת המגילה האביך אנגעהויבען 'או סעי קען יו סי', ומיד פתחתי במאמר ד"ה 'להבין למה לא נקבע היו"ט ביום הנצחון'.
וואו איז ליטוואק? אה... לחיים ליטוואק, לחיים! גאד דעם דע קווין...