☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » נייע ספר "דער קדושת ציון פון באבוב"

נייע ספר "דער קדושת ציון פון באבוב"

62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4215
בלאט: 1 2

news10 » מיטוואך יולי 3, 2013 5:22 pm

· #130507
נייע ספר "דער קדושת ציון פון באבוב"
דאס ערשטער מאהל אין די היסטאריע וואס עס איז באשריבן געווארן אין א ספר דאס הייליג לעבענס געשיכטע
פון דעם גרויסען מנהיג ישראל כ"ק מרן אדמו"ר הגאון הקדוש בעל קדושת ציון אבד"ק באבוב זי"ע הי"ד.

איבער 600 עמודים מיט הערליכע היסטארישע בילדער און דאקומענטן וואס ווערן פארעפענטליכט דאס ערשטער מאהל

יצא לאור ע"י מערכת בית צדיקים דבאבוב
בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א

דאס ספר וועט זיין צובאקומען דעם קומענדיגן מאנטאג ראש חודש אב יומא דהילולא פון כ"ק מרן אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זי"ע
ביים שלחן הטהור סעודת הילולא פון כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א
אין בית המדרש הגדול דבאבוב 45/15
1.jpg

דעת תורה » מיטוואך יולי 3, 2013 7:20 pm

· #130549
וועגן די גט פרשה שטייט דארט? די קאלטע בליק פון די אנדערע גאליציאנע רבי'ס צוליב זיינע א.ג. מאדערניזאציעס ווערט דערמאנט?

אביגדור » מיטוואך יולי 3, 2013 8:09 pm

· #130557
געהאט האט ער די גרעסטע ישיבה אין גאליציע, אין יעדע שטעטל'ע האט מען געדינט דעם אויבערשטען מיט זיינע ווארעמע ניגונים, זיינע חסידים האבן זיך נישט געשלאגן, זיי זענען געוועהן שטיל און איידעל. זיינע תלמידים האבן זיך געשריבן מיט די גרעסטע רבנים בדורם, טייל האבן מחבר געוועהן לומדישע ספרים, חידושי יעקב פון ר' יעקל'ע גאלדוואסער, עפעס פנחס אויף תמורה און קדשים, גאר א דיק ספר. און נאך פיהל. אין קובץ כרם שלמה זענען געדרוקט זייערע בריוולעך וואס האבן איבערגעלעבט דער קריג, אלע מיט הערליכע שריפטן, געשריבן מיט חכמה און דעת, און מלא תורה וחסידות.

משולם שטיינפעלד » מיטוואך יולי 3, 2013 8:26 pm

· #130560
קאנגראטולאציעס!!!!
ער פארטיידיגט עפעס וואס צד 45 גיבט ארויס, הגם עס איז בעקיפין, אבער עפעס אנערקענט ער צד 45......

מיט ראדאמסק האט מען זיך נישט געשלאגן? שטיל און איידל? וואס איז געווען פורים אין קראקא נאכן פורים שפיל ווי מען האט חוזק געמאכט פון ראדאמסק? און פון בעלזא?

קאמענטירער » מיטוואך יולי 3, 2013 10:19 pm

· #130575
וואס איז געווען די נאמען פונעם ישיבה נעץ? (תומכי תמימים איז לובאוויטש, און כתר תורה איז ראדמאסק)

ר״ר ב"צ זצ״ל פלעגט אלעמאל גיין מיט א קאלפיק?

משה געציל » מיטוואך יולי 3, 2013 10:22 pm

· #130578
[ציטאט אראפגענומען]

👍
א לייק דיס, מען ברויך העדזשטעגן די נייע טערמין.

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 3, 2013 10:40 pm

· #130584
אל ירע בעיניך, אבער איר האט מיר געלייקט אויף מיין סאמע ערשטע תגובה אין שטיבל...
ליין יענץ איבער, apply עס דא.

דעת תורה » דאנערשטאג יולי 4, 2013 12:10 am

· #130612
איך אנטשולדיג זיך אויב ביסטו געווארן אפענדעט פון מיין תגובה. (פליז פאוסט נאכאמאל די אריגינעלע נוסח פון דיין תגובה אדער שיק מיר עס אין אישי. כ'האב נישט אויספיעט עס צו ליינען בעפארן פארראכטן ווערן 2 מאל...)

איך האב חלילה נישט געמיינט צוזאגן עפעס שלא לפי כבודו ח"ו. איך האב נישט געשריבן קיין זאכן וואס איז נישט פאסיג. דער גט, אויסער דעם פונקט וואס קופערניקוס האט דערמאנט אז עס איז פשוט א וויכטיגע טייל פון זיין לעבנס געשיכטע, איז עס אבער געווען זייער סענסאציאנאל און מחלוקת צווישן די רבנים צי עס איז ריכטיג צו גט'ן אין אזא מציאות אדער נישט.

איבער די מאדערנקייט, האב איך געשריבן "א.ג.". קען זיין אין באבוב ליינט מען עס א-יבער ג-עטריבן, אבער ביינונז מיינט עס א-זוי ג-ערופענע - די אידישע איבערזעצונג פון "סאו קאלד".

און לגופו של ענין, האלט איך פונקט ווי דו.

איחוד פעלד » דאנערשטאג יולי 4, 2013 12:38 am

· #130618
דער קדושת ציון האט זיך קיינמאל נישט גע'גט, דער היינטיגע ר' בן ציון האט זיך גע'גט.

און צושרייבען וועגען א גט אין א ביאגראפיע קומט נישט אין בייטראכט פין קיינעם.

אגב ווער איז טאקע געוועהן דער שווער פין דער היינטיגע ר' בן ציון באבאווער בזיווג ראשון? עפעס האב איך לעצטענס געהערט רעדען וועגען דעם איך דענק נישט ווי.

newkave » דאנערשטאג יולי 4, 2013 12:41 am

· #130619
איחוד פעלד
דער קדושת ציון האט זיך קיינמאל נישט גע'גט, דער היינטיגע ר' בן ציון האט זיך גע'גט.

און צושרייבען וועגען א גט אין א ביאגראפיע קומט נישט אין בייטראכט פין קיינעם.

אגב ווער איז טאקע געוועהן דער שווער פין דער היינטיגע ר' בן ציון באבאווער בזיווג ראשון? עפעס האב איך לעצטענס געהערט רעדען וועגען דעם איך דענק נישט ווי.

גאב'ד מוזאי ז'ל

אביגדור » דאנערשטאג יולי 4, 2013 12:58 am

· #130626
לא מצאתי לזה חבר בכל המקרא.

דעת תורה » דאנערשטאג יולי 4, 2013 1:02 am

· #130628
די צווייטע ווייב איז געווען נאך א מיידל?

אביגדור » דאנערשטאג יולי 4, 2013 1:09 am

· #130633
אודאי.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 4, 2013 1:10 am

· #130634
מהדורה ראשונה:

געווען אמאל אן אשכול איבער דעם ספר קדושת ציון.
נו, השבת אבידה

מהדורה שניה:

זיך דערמאנט.
געטראפן דעם אשכול אין אן אנדערן וועלט.. איי וועלט

מהדורה שלישית:

יעצט באמערקט, אז @דולה ומשקה האט דאס שוין געמאלדן אפאר מינוט פאר מיר.

קאמענטירער » דאנערשטאג יולי 4, 2013 1:20 am

· #130635
קאמענטירער
וואס איז געווען די נאמען פונעם ישיבה נעץ? (תומכי תמימים איז לובאוויטש, און כתר תורה איז ראדמאסק)

ר״ר ב"צ זצ״ל פלעגט אלעמאל גיין מיט א קאלפיק?

אביגדור » דאנערשטאג יולי 4, 2013 1:28 am

· #130637
קאמענטירער
קאמענטירער
וואס איז געווען די נאמען פונעם ישיבה נעץ? (תומכי תמימים איז לובאוויטש, און כתר תורה איז ראדמאסק)

ר״ר ב"צ זצ״ל פלעגט אלעמאל גיין מיט א קאלפיק?

די באבוב'ער ישיבות אין פולין האבן געהייסן "עץ חיים". עס האט פארמאגט 40 סניפים.

הדד בן בדד » דאנערשטאג יולי 4, 2013 2:14 am

· #130642
[

עס איז לכאורה נישט אמת. אויף ווי ווייט איך געדענק האט ער נישט געהאט קיין קינדער פון די ערשטע (דאס איז דאך געווען דאס גאנצע מעשה, מ'האט גע'טענה'ט אז זי קען נישט האבן). זי האט שפעטער געהאט איין קינד.

טעפל » דאנערשטאג יולי 4, 2013 5:31 am

· #130658
news10
דאס ערשטער מאהל אין די היסטאריע וואס עס איז באשריבן געווארן אין א ספר דאס הייליג לעבענס געשיכטע
פון דעם גרויסען מנהיג ישראל כ"ק מרן אדמו"ר הגאון הקדוש בעל קדושת ציון אבד"ק באבוב זי"ע הי"ד.
5/15

האט נישט באבוב אמאהל ארויסגעגעבען א ספר "נר המערבי" אויפן קדושת ציון??

דולה ומשקה » דאנערשטאג יולי 4, 2013 1:18 pm

· #130738
איבער דעם גט פון דער קדושת ציון זעה דא: <a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?whichpage=5&topic_id=2462969">http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?w ... id=2462969</a>
ער איז געוועהן א איידעם בזיווג ראשון פון רבי נפתלי ממעליץ, בשעתו איז דער גט געוועהן א שמוציגע פרשה, זעה אויך שו"ת באר משה ח"ב סימן ט"ז פון הרב ירושלמסקי, דא האט איהר א לינק
<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=15104&pgnum=244">http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=244</a>
די ראפשיץ'ער אייניקלעך והרבה מנכדי צאנז, זענען געוועהן שטארק אויפגערעגט איבער דער גט, אין נאך דערצו דער טעם פארוואס מ'האט זיך גע'גט, רבי איצקיל סטיטשינער פלעגט מאכען אסאך ליצנות אויפן חשבון פון דער קדושת ציון נאך דער מעשה מכוער.

דער נר מערבי איז געוועהן בשעתו מיוחד פאר בילדער אין דאקומענטאן, אלע אנדערע קורצע באשרייבונגען איבער אשים ושונות איז געוועהן מלוקט פון די קובץ כרם שלמה אין אזוי מהקדמת המהר"ש מבאבוב לספר קדושת ציון.

איבער דער ספר קדושת ציון צו עס איז יא מזיוף אדער נישט, פון איי-וועלט קוק דא: <a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=54&t=15243">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=54&t=15243</a>
בעיקר אין די תגובות פין "ישלהוסיף", (כ'האף ער זאל דארט ממשיך זיין מיט זיינע הוספות), ער האט אנדעקט גאנצע שרייענדיגע ענינים בנוגע דעם ספר קדושת ציון, זעה דארט דף 4 פון יענע אשכול.

איך אויך » דאנערשטאג יולי 4, 2013 7:01 pm

· #130869
מה היה הטעם?

סאו וואט » מאנטאג יולי 8, 2013 4:39 pm

· #131501
דולה ומשקה

העי?
פארוואס געסטו נישט קיין קרעדיט פאר'ן ניק ראש הקהל?
ס'קען גאר זיין, אז דער נייע בוק פונעם קדושת ציון, איז אויך א שיינע ליקוט פון מעשיות, גענומען פון ערגעץ אנדערש, ביהיינד דער קאונטער?

על המחיה » דינסטאג יולי 9, 2013 9:56 am

· #131782
דולה ומשקה
איבער דעם גט פון דער קדושת ציון זעה דא: <a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?whichpage=5&topic_id=2462969">http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?w ... id=2462969</a>

יישר כח פאר די לינק. גאר אינטרעסאנט און בארייכענט

lowlow » מיטוואך יולי 10, 2013 9:05 pm

· #132440
איך האב זייער הנאה אז זיי דריקען
אדרבה זאלן זיי מאכן אזוינס פון רבינו שלמה אויך
פון מיין קהלה וועט סייווי גארנישט ארויסקומען זאל מען כאטש הנאה האבן פון זיי

איך האב זייער מגן אבות מנהגי שבת הגם עס איז דא אסאך שטותים איז אבער אויך דא אסאך שיינע זאכן וואס איך האב שטארק הנאה
פון זאגן קריטיג אויף יעדע זאך וואס מען דריקט אויף די וועלט און אליין טוט מען גארנישט פון דעם האט קיינער גארנישט

אביגדור » מיטוואך יולי 10, 2013 10:23 pm

· #132466
בלי נדר.

smartinof » דינסטאג יולי 23, 2013 3:04 pm

· #135561
אבער איין קושיא בלייבט אומפארענטפערט פארוואס שאצען זיי אונטער זייער גרויסער ריזיגער מעכטיגער מנהיג מיט'ן אים טיטולירן קדושת ציון, די ריכטיגע טיטול אויף אים, לדברם, וואלט באדארפט צו זיין קודש קדשים ציון...
זאלן זיי נאר גיין הערן פון דעם באכנער פון ווילעמסבורג א א תלמיד פונ'ם קודש קדשים וואס ער האט צו דערציילען אויפ'ן קודש קדשים...

איך אויך » דינסטאג יולי 23, 2013 3:19 pm

· #135569
וואס פארציילט ער?

לאליפאפ » מיטוואך יולי 24, 2013 11:19 am

· #135851
סאו וואט">@סאו וואט פארוואס קומסטו צוברעכן אזא שיינע אשכול מיט נידריגע רייד, האלטסט נישט פונעם באבובער רב וואס איז געווען א צדיק וקדוש? איז נישט! אבער מיינט נישט אז דו דארפסט יעצט גיין אנ׳קאטשקענען יעדע קדושת ציון און צולייגן דיין גראממאר הערה. ביי די וועי קען זיין אז ער האט געראטעוועט דיין זיידע פון השכלה, און אזוי ווי איך רעד נישט אקעגן ר מיכאל בער ווייסמאנדל אפילו ער האט ״מיך״ גארנישט ארויסגעהאלפן, די זעלבע...

איך אויך » מיטוואך יולי 24, 2013 12:00 pm

· #135867
אזויפיל ווייס איך ,וואס דער קלויזענבורגער רב האט געזאגט אויף האדמו"ר מהר''ש מבאבוב "זיין טאטע האט שוין געדארפט זכות אבות"...

smartinof » מיטוואך יולי 24, 2013 1:23 pm

· #135901
און נאך האט דער קלויזענבורגר געזאגט, באבובער רב, פרישע בילקעס עסט ער זייער שיין...

אביגדור » מיטוואך יולי 24, 2013 1:34 pm

· #135906
הרוצה לשקר וכו'.

דעת תורה » מיטוואך יולי 24, 2013 1:44 pm

· #135909
די איראניע איז אז ער איז יא געווען רב אין קלויזענבורג, אבער נישט אין די שטאטישע קהילה נאר אין עפעס א בני יואל'ע סטיל קהילה וואס האט זיך אפגעטיילט פון די אריגינעלע קהילה. אויך דארטן האט מען אים נישט דירעקט אויפגענומען, די קהילה האט נאר געשיקט א קאנסוס פאר זיין "פעטער לבן..." דער סאטמארער רב, וועלכער האט עס אוודאי נישט געהאלטן ביים אננעמען, נאר אנשטאט אריין געשטעלט במקומו זיין נעפיו, יעקב אבינו. איך מיין דער קלויזענבורגער.

לאליפאפ » מיטוואך יולי 24, 2013 6:04 pm

· #135967
איך אויך
אזויפיל ווייס איך ,וואס דער קלויזענבורגער רב האט געזאגט אויף האדמו"ר מהר''ש מבאבוב "זיין טאטע האט שוין געדארפט זכות אבות"...

ס׳איז גאר איראניש ווען מענטשן וואס זוכן חוזק צו מאכן פון... קדושת ציון זצוק״ל און ברענגען מימרות פון נישט קיין צווייטן ווי קלויזענבורגער רב 😂
ער איז לכל הדיעות געווען אינטערעסאנט... און נישט געווען נאך די מלחמה ביי די כוחות צו מעיד זיין אויף קיינעם.

זר זהב » מיטוואך יולי 24, 2013 6:27 pm

· #135968
מדערציילט אז רבי מיכאל בער האט געוואלט עפעס איינמאל אנרייסן באבויקערן דעם קלויזענבורגער זצל.

אזא שאד. סוואלט געווען א יו טוב היט

סאו וואט » מיטוואך יולי 24, 2013 8:39 pm

· #136006
במחכ"ת אביסעלע פאזיטיוו
הגאון אדמו"ר מקלויזענבורג זצוק"ל מיט זיין תורה, תלמוד תורה כנגד כולם, גם כנגד מידות, אביסעל גארליץ שארפקייט, נא, נישט געפערליך
עניוועי צו זיין אן איידעם ביים עצי חיים איז לכאורה שענער ווי ביים קדושת ציון, הא?
נו ווער האט איבערגענומען דעם קלויזענבורגער רב'ס פלאץ? ר' משה סטעמפיל, אה דאס איז איין שיין יחוס, שכל ארץ גאליציע רעש משידוך [...] זו.

פארגעס נישט אפזאגען א שידוך, און פארוואס ס'ווערט נישט דארף הערן ביידע צדדים.

ולעומת זה סיפר לי הרה"צ רבי שלום אליעזר ט"ב שיחי' מסאטמאר, שכידוע היה הברך משה בבאבוב, ולמה? ווייל מ'האט אנגעטראגען איינע פון דו טעכטער פון קדו"צ.
והברך משה ראה שהמשפחה הוא מאדערן, וממילא לא נעשה השידוך, וכן יעץ לו הרב הדברי יואל מסאטמאר ז"ל שלא יעשה השידוך, והדברים ידועים.

סך הכל, פארוואס א שידוך ווערט נישט, איז כידוע ווייל ס'איז נישט באשערט

שמו יגער » מיטוואך יולי 24, 2013 9:09 pm

· #136009
די גאליציאנע זענען אביסל אינטרעסאנטע חברה דא שרייבן אפאר אירע איי ער מער ברמז איינער ווייניגער קעגן די צוויטע רבי׳ן פון זייער שלשלת ואין פוצה פה.... משא׳׳כ ווען איינער זאל נאר טראכטן הויך וועגן זייער פערטע רבי׳ןס מופתים וכדומה דעמאלסט ..... איז אלעס אויף הלמאי???? Just wondering פארוואס איז טאקע אזוי???

לאליפאפ » דאנערשטאג יולי 25, 2013 1:56 am

· #136108
שמו יגער
די גאליציאנע זענען אביסל אינטרעסאנטע חברה דא שרייבן אפאר אירע איי ער מער ברמז איינער ווייניגער קעגן די צוויטע רבי׳ן פון זייער שלשלת ואין פוצה פה.... משא׳׳כ ווען איינער זאל נאר טראכטן הויך וועגן זייער פערטע רבי׳ןס מופתים וכדומה דעמאלסט ..... איז אלעס אויף הלמאי???? Just wondering פארוואס איז טאקע אזוי???

מיינע מחאות רעכנט איר נישט 😢

שמו יגער » דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:14 am

· #136154
לאליפאפ
שמו יגער
די גאליציאנע זענען אביסל אינטרעסאנטע חברה דא שרייבן אפאר אירע איי ער מער ברמז איינער ווייניגער קעגן די צוויטע רבי׳ן פון זייער שלשלת ואין פוצה פה.... משא׳׳כ ווען איינער זאל נאר טראכטן הויך וועגן זייער פערטע רבי׳ןס מופתים וכדומה דעמאלסט ..... איז אלעס אויף הלמאי???? Just wondering פארוואס איז טאקע אזוי???

מיינע מחאות רעכנט איר נישט 😢

גערעכט, סארי טעות לעולם חוזר אבער מיין תמי׳ ווערט נישט פארענטפערט פון דעם

הדד בן בדד » דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:26 am

· #136160
איך אויך
אזויפיל ווייס איך ,וואס דער קלויזענבורגער רב האט געזאגט אויף האדמו"ר מהר''ש מבאבוב "זיין טאטע האט שוין געדארפט זכות אבות"...

quote="smartinof"]און נאך האט דער קלויזענבורגר געזאגט, באבובער רב, פרישע בילקעס עסט ער זייער שיין...[/quote]

וואס נאך האט דער "קלויזענברוגער" געזאגט? כ'מיין הו קעירס, ווער איז ער געווען?

קיין איין ווארט וואס דער מענטש האט געזאגט קען מען נישט רעכענען, ער האט געזאגט וואס עס האט זיך אים געלוינט אויף די מינוט, אפגעזעהן פון דעם מציעות (עובד' יוסף דערמאנט מיך אסאך מאל פון אים, א מענטש, וועלכער קען מיליאנען בלעטער ספרים, און ביי דעם ענדיגט זיך עס, און לעומת זה האט ער א מיאוס'ן פיסק אז עס איז א עקל און א גרויל...)

הדד בן בדד » דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:27 am

· #136162
קאווע קעסל
איך אויך
אזויפיל ווייס איך ,וואס דער קלויזענבורגער רב האט געזאגט אויף האדמו"ר מהר''ש מבאבוב "זיין טאטע האט שוין געדארפט זכות אבות"...

און אף על פי כן איז דער קלויזנבורג'ער (וואס אגב איז ער קיינמאהל נישט געוועהן רב אין קלויזענבערג, נאר ער האט געהיידזעקט א שטאט נאמען ווי ער האט פארברענגט אביסל נאכ'ן קריג) רב געקומען אויף א שבת קיין באבוב, אלס בחור, כדי נושא חן צו זיין ביים קדושת ציון און נעמען זיין טאכטער פאר א ווייב. דער קדושת ציון האט איהם אבער נישט געוואלט, זאגענדיג דערביי (געהערט פון ר' נחום מאיר גערמאן) אז ער זוכט א בעל מידות... ער איז דערנאך געווארן אן איידעם ביים שוואגער פונעם קדושת ציון, דער עצי חיים.

און אנגעהאקט (באבויקערט) זיין טאכטער די ביינער...

איך אויך » דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:28 am

· #136163
הדד'ל דו פארעקלסט מיך.

הדד בן בדד » דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:29 am

· #136166
דעת תורה
די איראניע איז אז ער איז יא געווען רב אין קלויזענבורג, אבער נישט אין די שטאטישע קהילה נאר אין עפעס א בני יואל'ע סטיל קהילה וואס האט זיך אפגעטיילט פון די אריגינעלע קהילה. אויך דארטן האט מען אים נישט דירעקט אויפגענומען, די קהילה האט נאר געשיקט א קאנסוס פאר זיין "פעטער לבן..." דער סאטמארער רב, וועלכער האט עס אוודאי נישט געהאלטן ביים אננעמען, נאר אנשטאט אריין געשטעלט במקומו זיין נעפיו, יעקב אבינו. איך מיין דער קלויזענבורגער.

(דעת, כ'האב געמיינט אז בני יואל איז גאר די עכטע...)
ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול...

הדד בן בדד » דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:29 am

· #136167
איך אויך
הדד'ל דו פארעקלסט מיך.

הסבר פליז

איך אויך » דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:33 am

· #136171
וועלכע פון די פיר ווערטער פארשטייסטו נישט?

הדד בן בדד » דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:34 am

· #136173
איך אויך
וועלכע פון די פיר ווערטער פארשטייסטו נישט?

די לעצטע דריי, זיי מסביר פארוואס איך פארעקל דיך. איך פארשטיי נישט

אביגדור » דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:41 am

· #136177
עצים ואבנים.

הדד בן בדד » דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:49 am

· #136179
סאו וואט
במחכ"ת אביסעלע פאזיטיוו
הגאון אדמו"ר מקלויזענבורג זצוק"ל מיט זיין תורה, תלמוד תורה כנגד כולם, גם כנגד מידות, אביסעל גארליץ שארפקייט, נא, נישט געפערליך
עניוועי צו זיין אן איידעם ביים עצי חיים איז לכאורה שענער ווי ביים קדושת ציון, הא?
נו ווער האט איבערגענומען דעם קלויזענבורגער רב'ס פלאץ? ר' משה סטעמפיל, אה דאס איז איין שיין יחוס, שכל ארץ גאליציע רעש משידוך [...] זו.

פארגעס נישט אפזאגען א שידוך, און פארוואס ס'ווערט נישט דארף הערן ביידע צדדים.

ולעומת זה סיפר לי הרה"צ רבי שלום אליעזר ט"ב שיחי' מסאטמאר, שכידוע היה הברך משה בבאבוב, ולמה? ווייל מ'האט אנגעטראגען איינע פון דו טעכטער פון קדו"צ.
והברך משה ראה שהמשפחה הוא מאדערן, וממילא לא נעשה השידוך, וכן יעץ לו הרב הדברי יואל מסאטמאר ז"ל שלא יעשה השידוך, והדברים ידועים.

סך הכל, פארוואס א שידוך ווערט נישט, איז כידוע ווייל ס'איז נישט באשערט

לאמיר אנהייבן, תלמוד תורה כנגד מידות? אזוי גאר? זייט ווען, מיר ווייסן אז דרך ארץ קדמה לתורה. א איד וואס לערנט די תורה, אבער די תורה לערנט אים גארנישט, איז נישט קיין תלמוד חכם.

נעקסט, טשולדיגט מיר, דאס טרייען צו פארגלייכן אים צום גארליצ'ער רב איז א שוידערליכע פגיעה בכבודו פון דעם הייליגן גארליצ'ער רב. דאס איז פלעין שלעכטע מידות, האט גארנישט מיט גארליץ.

ווייטער, כ'אב הנאה אז דו שרייבסט נאר לכאורה, ביי וועמען עס איז שענער צו זיין אן איידעם ווענדט זיך ביי וועמען דו פרעגסט. לדעתי איז אסאך שענער צו זייין אן איידעם ביים קדושת ציון.

און צום שלוס, צו שרייבן אויף דעם קדושת ציון אז ער איז געווען מאדערן, איז כמעט אזא אבסורד ווי צו שרייבן אויפן קלויזענבורגער אז ער איז געווען א בעל מידות.

שמו יגער » דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:51 am

· #136181
זיך אויפפירן מאדנע איז א סתירה צו מידות??

הדד בן בדד » דאנערשטאג יולי 25, 2013 11:08 am

· #136182
ניין, עס איז צוויי עקסטערע זאכן, און ביי אים האט מען געזעהן ביידע.

זאגן מאדנע אויפפירונג איז טייל מאל פשוט א לשון סגי נהור פאר שלעכטע מידות...

שמו יגער » דאנערשטאג יולי 25, 2013 11:10 am

· #136184
ווייל איך האב געמיינט אז אפשר האסטו אינזין געהאט זיין שונא בצע חלק ועוד.....

איחוד פעלד » דאנערשטאג יולי 25, 2013 11:18 am

· #136188
אינטרעסאנט ווי דורות טוישען זיך, דער אלטער באבאווער איז געוועהן דער בעל מידות, און היינט איז דער צאנזער דער בעל מידות. און אין באבוב להיפוך.
בלאט: 1 2