נייעס פון מצרים
36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4214
נייעס פון מצרים
אין מצרים איז דא נייעס און קיינער שרייבט נישט וועגען עס?
מאסרי ווארפט מען אראפ
<a class="postlink" href="http://www.cnn.com/2013/07/03/world/meast/egypt-protests/index.html?c=&page=0">http://www.cnn.com/2013/07/03/world/mea ... ?c=&page=0</a>
קריינא דאיגרתא להווי הוא פרוונקא
איך עפן אויף אלע נייעס קוועלער, ס'איז הימל און ערד און מצרים, אבער נישט און קאווע שטיבל.
מיר דארפן א געהעריגע נייעס אגענטור. פינטל
און קאווע שטיבל איז כמעט נישטא קיין נייעס
איז דאס די זעלבע מאסרי פון קר'י?
גארנישט די מצרישע מיליטער האט ארויסגעקאפעט דעם מורסי מיט זיין גאנצן רעגירונג און איבערגענומען די לייצעס אין לאנד. מען האט געגעבן פאר די מוסלעם ברודערהוד א טשאנס צן פירן און אנשטאט דעמאקראטיע און רעפארם האבן זיי געשטופט איסלאמיזם און דיקטאטורשאפט. אלזא איז ארויס מיט די פרומע יושבי חושך. וואס וועט זיין מארגן? ונזכה ונחיה ונראה.
מארסי ווערט ארויסגעפירט..
📎 untitled_WA.jpg
מ'פייערט אין די גאסען..
📎 47175250990100408281no.jpg
יוי האביך א נקמה אין אבאמא יעצט
ווי קומט אריין אבאמא אינעם פיקטשער?
טישו באקסווי קומט אריין אבאמא אינעם פיקטשער?
אבאמא האט גערופן מובאראק צו גיין, און האט זיך איינגערעדט אז מאסרי איז פיינע נייעס
אמעריקע האט א שטיקל אישו דא, פון איין זייט איז דער מארסי פון די מוסלעמענע ברודערהוט, וואס איז היפש ראדיקאל און א שטארקע שטער פאר מדינת ישראל, און אמעריקע וואלט זייער נישט געוואלט אז די מוסלעם ברודערהוט זאל פירן מצרים.
אבער פון די אנדערע זייט שיקט אמעריקע אסאך געלט קיין מצרימה, און אמעריקע האט א פאליסי אז זיי האלטן נישט קיין נאנטשאפט מיט א לאנד וואס א מיליטער האט אומגעווארפן זייער פירער וואס איז למעשה דעמעקראטיש ערוועלט געווארן.
boxcoverטישו באקסווי קומט אריין אבאמא אינעם פיקטשער?
אבאמא האט גערופן מובאראק צו גיין, און האט זיך איינגערעדט אז מאסרי איז פיינע נייעס
ער האט זיך נישט איינגערעדט אז דער מארסי גייט איהם ברענגען נאר גוטס. ער האט פשוט נישט געהאט קיין צוויי ברירות, ווען דער פאלק שרייט מיר ווילן דעמאקראטישן ערוויילטן פירער, קען נישט קומען די דעמאקראטישע אמעריקע און זאגן פאר מובאראק בלייב אויפן בענקל און שיס מענטשן רעכטס און לינקס, פאר די זעלבע סיבה וואס מ'פארלאנגט אז אמעריקע זאל זיך אריינמישן אין סיריע און הייסן אסאד'ן גיין ווען און די זעלבע צייט קען ארויפקומען אויף זיין פלאץ א צווייטער איסלאמישער עקסטרעמיסט
אבאמא איז אן אקס. ער האט געקענט בלייבן שטיל. מובאראק איז געווען א גוטער דיקטאטור, ער האט אנגעהאלטן די שלום טריטי מיט מדינת ישראל, ער האט געדינט אמעריקא'ס אינטערעסע אין יענעם ראיאן. וואס האט די וועלט געדארפט ארויסלערענען פון אמעריקא'ס דאמפן אויף א פריינד?
און וואס איז מיט סיריע? דארט האסטע אן עכטן שונא פאר אמעריקע און וואס טוט אבאמא? ס'שוין בעסער צו זיין א שונא ווי א פריינט.
טישו באקסboxcoverטישו באקסווי קומט אריין אבאמא אינעם פיקטשער?
אבאמא האט גערופן מובאראק צו גיין, און האט זיך איינגערעדט אז מאסרי איז פיינע נייעס
ער האט זיך נישט איינגערעדט אז דער מארסי גייט איהם ברענגען נאר גוטס. ער האט פשוט נישט געהאט קיין צוויי ברירות, ווען דער פאלק שרייט מיר ווילן דעמאקראטישן ערוויילטן פירער, קען נישט קומען די דעמאקראטישע אמעריקע און זאגן פאר מובאראק בלייב אויפן בענקל און שיס מענטשן רעכטס און לינקס, פאר די זעלבע סיבה וואס מ'פארלאנגט אז אמעריקע זאל זיך אריינמישן אין סיריע און הייסן אסאד'ן גיין ווען און די זעלבע צייט קען ארויפקומען אויף זיין פלאץ א צווייטער איסלאמישער עקסטרעמיסט
זר זהבאבאמא איז אן אקס. ער האט געקענט בלייבן שטיל. מובאראק איז געווען א גוטער דיקטאטור, ער האט אנגעהאלטן די שלום טריטי מיט מדינת ישראל, ער האט געדינט אמעריקא'ס אינטערעסע אין יענעם ראיאן. וואס האט די וועלט געדארפט ארויסלערענען פון אמעריקא'ס דאמפן אויף א פריינד?
און וואס איז מיט סיריע? דארט האסטע אן עכטן שונא פאר אמעריקע און וואס טוט אבאמא? ס'שוין בעסער צו זיין א שונא ווי א פריינט.
לע"ד איז די בעסטע בעסטע מהלך זיך טאקע נישט צו אריינמישען אין יעדעמ'ס חזר'יי. עס קומט קיין גוטס נישט ארויס, און אייביג - שפעטער - בייסט עס צוריק אויפן זיצער.
לשמחה מה זו עושה?
זיי האבן דאך אליין אריינגעשטעלט דעם מורסי און אים ערוועלט נישט אזוי?
וואס איז יעצט געשען אז זיי האבן זיך געטוישט די מיינד?
זיי אליין? מוסרי האט געווינען מיט 2 פראצענט. מיליאנען האבן נישט געשטימט פאר אים. און אפילו די וואס האבן יא געשטימט פאר אים זענען היבש פון זיי אויפגערעגט אז ער האט נישט דעליווערט גארנישט
קאמענטירערלשמחה מה זו עושה?
זיי האבן דאך אליין אריינגעשטעלט דעם מורסי און אים ערוועלט נישט אזוי?
וואס איז יעצט געשען אז זיי האבן זיך געטוישט די מיינד?
הער אויס הערשעל פרידמאן אויף קול מבשר גייסטו אלעס פארשטיין 3 9 פון די מעין מעניא
פארפאלן די אראבערס מוזן האבן א מלך קשה כהמן.....שוין בעסער געווען סאדאם חוסיין אין בבל, מובאראק אין מצרים, און דער שאך אין פרס, זאלן זיי אינטערדריקן זייער פאלק ווי מער, און די איבעריגע וועלט קען דאן שלאפן רוהיג
אבזערווירערפארפאלן די אראבערס מוזן האבן א מלך קשה כהמן.....שוין בעסער געווען סאדאם חוסיין אין בבל, מובאראק אין מצרים, און דער שאך אין פרס, זאלן זיי אינטערדריקן זייער פאלק ווי מער, און די איבעריגע וועלט קען דאן שלאפן רוהיג
ר' קאדאפי האסטו פארגעסען..
קאדאפי איז אויך געווען פון די בני ישמעאל איז ער כלול אין דעם וואס איך האב געזאגט, אפילו ס'איז דא מענליכע וואס קאנספרירן אז ער איז גאר געווען מבני ישראל מצד האם
בן תמליוןגארנישט די מצרישע מיליטער האט ארויסגעקאפעט דעם מורסי מיט זיין גאנצן רעגירונג און איבערגענומען די לייצעס אין לאנד. מען האט געגעבן פאר די מוסלעם ברודערהוד א טשאנס צן פירן און אנשטאט דעמאקראטיע און רעפארם האבן זיי געשטופט איסלאמיזם און דיקטאטורשאפט. אלזא איז ארויס מיט די פרומע יושבי חושך. וואס וועט זיין מארגן? ונזכה ונחיה ונראה.
די ציונים זענען זיכער שולדיג. כ'ווייס נאכנישט וויאזוי. אבער זיי פארזיכערט אז הרב י.מ. סופר (אין צייטונג) 'עט שוין טרעפן עפעס א קשר. דאס איז דאך זיין דזשאב. פארדעים צאלט מען איהם.
ליביע האט זיך למעשה זייער שיין מסדר געווען, מיט א פרידליכע דעמאקראטישע מערב גענויגטע רעגירונג. טראץ אלע חששות אז אל קאידא שטייט אונטער די רעבעלן.
אמעריקע האט אין ליביע געכאפט א גוטן שנעלקע מיט היבשע בזיונות, אסאך נאך קאדאפיס פגירה
berlbalagulehדי ציונים זענען זיכער שולדיג. כ'ווייס נאכנישט וויאזוי. אבער זיי פארזיכערט אז הרב י.מ. סופר (אין צייטונג) 'עט שוין טרעפן עפעס א קשר. דאס איז דאך זיין דזשאב. פארדעים צאלט מען איהם.
נאך אסאך טיפע פארשונגען, בין איך געקומען צו די מסקנא אז בערל באלעגאלע האט א שרעקליכע קראש אויף הרב סופר, ומינה לא תזוע.
@געפילטע פיש שרייבט שוין
דאגעפילטע פישאיך ווייס נישט וועגן לעיקוואד, אבער דו בערל, אדער ביסטו א געהיימע אגענט פאר י. מ. סופר, אדער האט ער דיך מאלעסטעד. אנדערש האב איך נישט קיין שום הסבר אויף די איבערגעטריבענע אבסעסיע מיט עם. סא זאג שוין, וואו האט ער דיך געטאטשט?
אבי גערעדטאיך עפן אויף אלע נייעס קוועלער, ס'איז הימל און ערד און מצרים, אבער נישט און קאווע שטיבל.
מיר דארפן א געהעריגע נייעס אגענטור. פינטל
די איינציגסטע זאך מיט וואס אייוועלט איז בעסער...
און דאס איז דערפאר וואס זייער אסאך אייוועלט ליינער האבן אן אינטערעסע זינט זיי ליינען נישט די נייעס ערגעץ אנדערש. משא"כ קאווע ליינער זעהן אלע נייעס אויף די ריכטיגע וועבסייטס
אדער קען זיין ווייל אין קאווע שטיבל איז מען ביזי מיט די היזיגע פרילינג.
אבער למעשה דערלייגן מיר דאס דורך שמועסן און אנאלאזירן בינינו...
א גוטע עצה פאר דעם קומענדיגען פרעזידענט פון מצרים, מבטל צו זיין דעם טאכריר סקווער איינמאל פאר אלעמאל.
שמעקעדיגberlbalagulehדי ציונים זענען זיכער שולדיג. כ'ווייס נאכנישט וויאזוי. אבער זיי פארזיכערט אז הרב י.מ. סופר (אין צייטונג) 'עט שוין טרעפן עפעס א קשר. דאס איז דאך זיין דזשאב. פארדעים צאלט מען איהם.
נאך אסאך טיפע פארשונגען, בין איך געקומען צו די מסקנא אז בערל באלעגאלע האט א שרעקליכע קראש אויף הרב סופר, ומינה לא תזוע.
הא הא! ביסט נישט דער ערשטער און נישט דער איינציסטער. עיין געפילטע פיש!
למדןא גוטע עצה פאר דעם קומענדיגען פרעזידענט פון מצרים, מבטל צו זיין דעם טאכריר סקווער איינמאל פאר אלעמאל.
ס'דארף הייסן תכריכים סקווער.