☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » טרם כל ככלות הכל

טרם כל ככלות הכל

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #421

בן-זומא » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 12:35 pm

· #5433
טרם כל ככלות הכל
איך האב אריינגעבאמפט אין דעם בלאג. דאס שטיקל איז גאנץ פיין, אבער איך פארשטיי עס נישט אינגאנצן. איינער פארשטייט קלארער וואס ער וויל?

<a class="postlink" href="http://veltelech.blogspot.com/2012/01/blog-post_16.html">http://veltelech.blogspot.com/2012/01/blog-post_16.html</a>


דו ביזט איבעראל און בעצם אלעס;
ווער איך, טייל פון דיר, נישט מיד דיך זוכן

אלץ איז אילוזיע -- אזוי איז עס במציאות;
טו איך, בִּלתִּי עקזיסטענץ, צו דיר אויסשטרעקן נישט-הענט

דו זעסט אלעס, קוקסט אויף יעדן;
ווייל ווי יחידים האבן מיר זיך באשאפן אין דיין בריאה

נעמסט ארום און פילסט אלץ אן --
באזייטיג אבער, פולשטענדיגער שלם, תּוך און פאָרם

אי-ה מקום כבודך:
פארוואס זענען פאראן וועגן און פלאץ אין צווישן?

נעם וואס איז במילא דיינס:
זאלן בטל ווערן געבער און נעמער

שרייב זיך אָן פירוש-רש"י אויף אחד,
און פיר אונז מיט חסד אריין אין די אותיות.

משה געציל » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 12:58 pm

· #5438
Re: טרם כל ככלות הכל
בן-זומא
איך האב אריינגעבאמפט אין דעם בלאג. דאס שטיקל איז גאנץ פיין, אבער איך פארשטיי עס נישט אינגאנצן. איינער פארשטייט קלארער וואס ער וויל?


זיי אזוי גוט אין ציטער די ווערטער וואס קוועטש דיר.

יידל » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:01 pm

· #5439
Re: טרם כל ככלות הכל
ווי איך פארשטיי וויל ער ארויסברענגן די געדאנק פון "ס'איז דאך אלס הבל הבלים, אין עוד מלבדו".