☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זעלטן-היסטאריש ווידעא בעפאר'ן מלחמה אין שטעטעל וויעלאפאלע

זעלטן-היסטאריש ווידעא בעפאר'ן מלחמה אין שטעטעל וויעלאפאלע

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4205

זר זהב » דינסטאג יולי 2, 2013 8:00 pm

· #130253
זעלטן-היסטאריש ווידעא בעפאר'ן מלחמה אין שטעטעל וויעלאפאלע
ווערט א באזונדערען אשכול. א 5 מינוטג ווידעא פון 1938 אינעם אויבענדערמאנטן שטעטעל וואס איז אין פוילן, אלע דיטעילס איבער'ן ווידעא קענמען
ליינען דא אינעם לינק

קינות גירושין » דינסטאג יולי 2, 2013 8:25 pm

· #130262
אינטרעסאנט, יעדער גייט מיט העמעדר לינקס אויף רעכטס

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 2, 2013 9:03 pm

· #130268
אינטערסאנט, מ'זעהט אז די בית החיים איז געווען נאכגעלאזט. כידוע אז אמאל איז מען נישט געגאנגען באזיכען טויטע אזוי אפט, אויב בכלל.

דעת תורה » מיטוואך יולי 3, 2013 12:08 am

· #130342
זע איך נישט עפעס ספעציעל אין דעם קליפ. א גאר געמיינע קוואליטעט, איך בין מוחל דעם קאליר זאל עס נאר זיין קלאר. חוץ פון זען נטע ליפשיץ שיינדל שרה און חנה, און נישט פארגעסן שרה'ס מאן, כאפ איך נישט קיין התפעלות.

איין זאך וואס איז יא אינטערעסאנט, די שטאט קוקט אויס היבש פרום, רעלאטיוו צו אנדערע. די ווייבער מיט זייערע אראפגעבינדענע טיכלעך (ס'איז א שפיצל?) און די מענער מיט א העכסט חסיד'ישע אנטועכץ. וואו איז די שטאט?

בעריש » מיטוואך יולי 3, 2013 10:07 am

· #130398
דער כאפער קומט מסתמה פון א פרומע פאמיליע.
דאכט זיך מיר אז די אדמורי"ם לבית וועליפאלי האבן געהייסן ליפשיץ.

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 9:22 pm

· #152371
נאך איינס אין ווארשא פוילן 1939

elter-zeide » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:40 pm

· #152388
קינות גירושין
אינטרעסאנט, יעדער גייט מיט העמעדר לינקס אויף רעכטס

איך האב דאס זעלבע במערקט, רעכטץ אויף לינקס איז איינגעפירט געווארען דא אין אמערקא, אין יוראף זענען נאר דע רבישע קינדער אזוי געגאנגען אין אהנע קנעפלעך נאר מיט בענדלעך געבינדען,

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:40 pm

· #152389
ייש"כ זר זהב. על כגון דא נאמר "אינספיירינג". כ'ווייס נישט פארוואס.. אבער א יעדעס מאל איך זעה אזא מין פילם ווערט מיר ווארעם אויפ'ן הארץ. 👍

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:46 pm

· #152392
elter-zeide
קינות גירושין
אינטרעסאנט, יעדער גייט מיט העמעדר לינקס אויף רעכטס

איך האב דאס זעלבע במערקט, רעכטץ אויף לינקס איז איינגעפירט געווארען דא אין אמערקא, אין יוראף זענען נאר דע רבישע קינדער אזוי געגאנגען אין אהנע קנעפלעך נאר מיט בענדלעך געבינדען,

איך ווייס נישט וויאזוי דאס ארבעט ביי מאוויס. אבער ביי "סטילל" פיקטשערס, אויב מ'דעוועלאפט די פארקערטע זייט פונ'ם נעגאטיוו קומט די פיקטשער ארויס פארקערט. ס'הייסט אויף ענגליש "טרענס-פאוזד" אמאל געשעט עס בשוגג. אבער די איזראעלי מאגאזין'ס ווי "משפחה" וכד' טוען עס בכוונה. ווייל די פיקטשער פאסט בעסער אריין אין די סצענע. ❓

elter-zeide » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:49 pm

· #152393
איין זאך וואס איז יא אינטערעסאנט, די שטאט קוקט אויס היבש פרום, רעלאטיוו צו אנדערע. די ווייבער מיט זייערע אראפגעבינדענע טיכלעך (ס'איז א שפיצל?)

מיט טיכלעך פלעגען אויך להבדיל דע גויטעס גיין, אין אנגארען טרעפט מען נאך היינט גויושע פרויען גיין מיט טיכלעך,

elter-zeide » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:50 pm

· #152395
berlbalaguleh
elter-zeide
קינות גירושין
אינטרעסאנט, יעדער גייט מיט העמעדר לינקס אויף רעכטס

איך האב דאס זעלבע במערקט, רעכטץ אויף לינקס איז איינגעפירט געווארען דא אין אמערקא, אין יוראף זענען נאר דע רבישע קינדער אזוי געגאנגען אין אהנע קנעפלעך נאר מיט בענדלעך געבינדען,

איך ווייס נישט וויאזוי דאס ארבעט ביי מאוויס. אבער ביי "סטילל" פיקטשערס, אויב מ'דעוועלאפט די פארקערטע זייט פונ'ם נעגאטיוו קומט די פיקטשער ארויס פארקערט. ס'הייסט אויף ענגליש "טרענס-פאוזד" אמאל געשעט עס בשוגג. אבער די איזראעלי מאגאזין'ס ווי "משפחה" וכד' טוען עס בכוונה. ווייל די פיקטשער פאסט בעסער אריין אין די סצענע. ❓

דעמאלטץ קימט אויס אויך דע רעקלעך פארקערט, אין ביי דע פרויען פין לינקס אויף רעכטץ,

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:53 pm

· #152396
elter-zeide
berlbalaguleh
elter-zeide
קינות גירושין
אינטרעסאנט, יעדער גייט מיט העמעדר לינקס אויף רעכטס

איך האב דאס זעלבע במערקט, רעכטץ אויף לינקס איז איינגעפירט געווארען דא אין אמערקא, אין יוראף זענען נאר דע רבישע קינדער אזוי געגאנגען אין אהנע קנעפלעך נאר מיט בענדלעך געבינדען,

איך ווייס נישט וויאזוי דאס ארבעט ביי מאוויס. אבער ביי "סטילל" פיקטשערס, אויב מ'דעוועלאפט די פארקערטע זייט פונ'ם נעגאטיוו קומט די פיקטשער ארויס פארקערט. ס'הייסט אויף ענגליש "טרענס-פאוזד" אמאל געשעט עס בשוגג. אבער די איזראעלי מאגאזין'ס ווי "משפחה" וכד' טוען עס בכוונה. ווייל די פיקטשער פאסט בעסער אריין אין די סצענע. ❓

דעמאלטץ קימט אויס אויך דע רעקלעך פארקערט

יא. זיכער. א גוטער סימן צו דערקענען אן איבערגעדרייטע פיקטשער איז אויף די העמעד טאשן. אויב די טאש איז אויף די רעכטע זייט איז א סימן אז ס'איז איבערגעדרייט. נאר אויף דעים פיקטשער גופא האביך נישט מדייק געוועין.

משה געציל » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:32 am

· #152425
קינות גירושין
אינטרעסאנט, יעדער גייט מיט העמעדר לינקס אויף רעכטס

איטערעסאנט, יעדער גייט אנגעטוהן וויאזוי דאס הארץ באגערט. נישטא קיין קרייזן, נישטא קיין שיכטן.

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:08 am

· #152438
elter-zeide
berlbalaguleh
elter-zeide
קינות גירושין
אינטרעסאנט, יעדער גייט מיט העמעדר לינקס אויף רעכטס

איך האב דאס זעלבע במערקט, רעכטץ אויף לינקס איז איינגעפירט געווארען דא אין אמערקא, אין יוראף זענען נאר דע רבישע קינדער אזוי געגאנגען אין אהנע קנעפלעך נאר מיט בענדלעך געבינדען,

איך ווייס נישט וויאזוי דאס ארבעט ביי מאוויס. אבער ביי "סטילל" פיקטשערס, אויב מ'דעוועלאפט די פארקערטע זייט פונ'ם נעגאטיוו קומט די פיקטשער ארויס פארקערט. ס'הייסט אויף ענגליש "טרענס-פאוזד" אמאל געשעט עס בשוגג. אבער די איזראעלי מאגאזין'ס ווי "משפחה" וכד' טוען עס בכוונה. ווייל די פיקטשער פאסט בעסער אריין אין די סצענע. ❓

דעמאלטץ קימט אויס אויך דע רעקלעך פארקערט, אין ביי דע פרויען פין לינקס אויף רעכטץ,

אנטשולדיגט ר' עלטער-זיידע שליט"א לאויוש"ט עמו"ש. זענט איהר נישט עפעס א שטיקל קרוב מיט הרב פרישער שליט"א. כ'ווייס נישט פארוואס. אבער עפעס אזא מין מחשבה גנב'עטצעך מיר אריין אין קאפ. אפשר גאר דער זעלבער מענטש?! 😂 🙄