☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ווי שניידן די זאלי'ס ווייץ ???

ווי שניידן די זאלי'ס ווייץ ???

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4203

זלמן זאפיר » דינסטאג יולי 2, 2013 12:38 pm

· #130074
ווי שניידן די זאלי'ס ווייץ ???
ווען האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א האט פאריארן צוריק געמאלדן אז מען גייט שניידן ווייץ פאר די מצות אין אריזאנא וועגן די הידורים אין חומרות
די זאלי'ס דעמאלס האבן זיך אויף געטיען אז זיי נעמען יא לאנג איילאנד ווייץ וועגן מנהג אבותינו ברגלינו
מיט גאנצע ביילאגס אין דער איד ווי מען גייט שניידן זישא כ"ץ יאנקל ברוך טירנויער מיט די דוד ראנבערג

מיט די יארן האבן די זאלי'ס געמערקט אז לאנג איילאנד ווייץ איז א פראבלעם ס'איז זייער נישט פאפאלער
האבן זיי אנגעהויבן נעמען ווייץ פין נארט דיקאטע מערילענד טעקסאס

למעשה היי יאר זאגן נישט די זאלי'ס ווי זיי גיין שניידן ווייץ ס'איז א סוד שששששאאא

דאס ווארט שניידן ווייץ איז געווארן ביי די זאלי'ס ווי דער חטא הידוע מען רעדט נישט דערפין ברבים זיכער נישט
קיין חומרות האבן זיי נישט פין לאנג איילאנד אלץ דער מנהג אבותינו נעמען זיי אויך נישט

איז פין ווי יא ???

נפתלי בלומנפעלד איז הייליג גערעכט ר' אהרן איז שליט אויף די מוחות

פיינע קאווע » דינסטאג יולי 2, 2013 1:56 pm

· #130092
just for the record

לכאורה איז נישט קיין נייעס. דאס שניידען אין אריזאנע איז א אויפטוה פון א חשובער אינגערמאן כייעם פון באראפארק. מען קען אים זעהן אויף אלע בילדער מיט די רבנים אין אריזאנע. ער איז נישט קיין אהרוני. ער האט עטליכע יארן שטודירט דאס ענין. געטראגן די ווייץ פאר מומחים וכדו דערנאך איז ער געלאפען פון איין רב צום צווייטען מיט זיין המצאה צו נעמען ווייץ פון א פלאץ נקי מכל חשש. אנפאנג האט ער שטארק פרובירט מפתה זיין הגז"ל שליט"א. וואס האט אים אנגעקוקט ווי א האן אין דע בני אדם נישט פארשטייענדיג פארוואס מען ברויך א תיקון. דערנאך איז ער ארום צו נאך רבנים ביז ער האט געטראפן א אוזן קשבת ביי הרב ברודי. ביים דיין פון סאטמאר פופצען ווי דער כייעם דאווענט. לאחרונה איז ער געווען ביים רבין מהר"א שליט"א און פון דארט איז די באן געפארן. ווי מען האלט היינט ווייסט יעדער. לויט די ערליכע רבנים מנהיגי קהילות סאטמאר פאפא וויזניץ ועוד ועוד דיינים חשובים פון נייטרא סקווירא איז עס א הידור גמור. רביה"ק זי"ע האט אויך געשיקט שניידען קיין אריזאנע צוויי יאר נאך איידער תשכ"ח.

לויט אלע זאלונים איז אריזאנע ווייץ אויטאמאטיש אסור. יעדעס יאר צוליב א צווייטע איסור. די קונטרס פון אברהם לויפער ווערט איבער געדריקט יאר נאך יאר מען נעמט אראפ אלטע איסורים און מען לייגט צו פרישע אלעס געוואנדען לויט די מצב. ער צאלט אסאך געלט צו פארשפרייטען דעם קונטרס ווי מען קען אבי אידן זאלן ח"ו נישט נכשל ווערן מיט איסור פון מצות אריזאנע ואכמ"ל. ביי ובלכתך בדרך איז דא צובאקומען א סידי פון מעכיל אינדיג מלפנים קעכער בישיבה סאטמאר. ווי ער שטורעמט אויך געפערליך קעגען ווייץ

ווי די זאלונים שניידען? היינט שניידען זיי ווי עס לאזט זיך. אין לאנג איילענד און נארט דעקאטע און סיי ווי מען טרעפט א פלאץ וואס רעגנט דאס ווייניגסטע. זיי האבן שוין אפילו געשניטען אין אריזאנע אבער נישט אין יומא אריזאנע ח"ו ווייל דארט האט דער רבי זי"ע נאכנישט געשניטען און דארט שניידט א"ט און עס איז חזיר טריף.

איך וועל נאר זאגן וואס א חשובער דיין האט מיר געזאגט. ער פלעגט אלע יארן נעמען מצות ביי דוד ר"ב ביז פאר א יאר ווען ער האט געפרעגט דוד ר"ב ווי מען שניידט דאס ווייץ וואס מען באקט יעצט? זאגט אים דוד ער זאל פרעגען ר' זושא כ"ץ. גיט מען רופט אן זושא כ"ץ זאגט ער אים מען זאל פרעגן דעם דייןס זוהן ר' לייבוש. מען רופט ר' לייבוש זאגט ער מען זאל קאלן יאנקעל ברוך. פארשטייט זיך אז דער דיין האט אריבער שפאצירט קיין ראדלידזש ווי ער האט נישט געהאט קיין שום קשיא ווי מען שניידט און ווער עס גיבט די השגחה.

שעפטל » דינסטאג יולי 2, 2013 3:23 pm

· #130111
אן אינטערסאנטע שמועס פון הגה"צ ר' בנציון הלוי וואזנער שליט"א רב דקהל שבט הלוי בית שמש/מאנסי מיט כ"ק האדמו"ר מ'צאנז קלויזענבורג שליט"א
📎 וואזנער-צאנז.jpg

קינות גירושין » דינסטאג יולי 2, 2013 4:06 pm

· #130150
זלמן זאפיר, איך הער אז אין פאפע שטעטל וואקסט ווייץ מגייט דארט שניידען דע יאר
זיי געזונט

היסטאריקער » דינסטאג יולי 2, 2013 4:45 pm

· #130182
קינות גירושין
זלמן זאפיר, איך הער אז אין פאפע שטעטל וואקסט ווייץ מגייט דארט שניידען דע יאר
זיי געזונט


ווער עס פארשטייט די תגובה באקומט א ......

אבזערווירער » דאנערשטאג יולי 4, 2013 9:39 am

· #130677
ער מיינט צו זאגן אז פאפא שיקט שוין נישט מער קיין פארטרעטערשאפט ביים שניידן קיין אריזאנא ווי אמאל....אבער סוכ"ס איז אין פאפא געשטאנען א צעטל די פארגאנגענעם חודש אדר תשע"ג אז אריזאנא ווייץ איז מהודר ביותר....עפעס איז פארמישט פאליטיק מענצער וכדומה