☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » רוט קענעל מעדיקעיד קאוועריזש הילף

רוט קענעל מעדיקעיד קאוועריזש הילף

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4197

קעגן די נעט » מאנטאג יולי 1, 2013 3:03 pm

· #129756
רוט קענעל מעדיקעיד קאוועריזש הילף
ווער קען ארויסהעלפן מיט אן איידיע איז דא ווער ס'האט א ידיעה דערינען? מיין צאן דאקטאר זאגט מיר אז כ'דארף האבן 3 רוט קאנעלס און מיין מעדיקעיד יונייטעד העלט קעיר קאווערט נישט , איינס קען אפשר ווערן באצאלט אויב גיי איך אריבער צו אן אנדערע אינשורענס דאכט זיך פידעליטי. אבער 2 וועט מיר זיכיר קאסטן 1200 איטש. האט איינער לעצטענס געהאט און ווייסט עפעס וואס מ'קען טון, מוז נישט זיין אין ברוקלין
יישר כחכם

לעמיל » מאנטאג יולי 1, 2013 3:08 pm

· #129759
3 שטיק?? וויאזוי טוט מען אזאנס? אפשר לוינט זיך דיך צו מאכען דענטאל אינשארענס פאר א האלב יאר

מאטי » מאנטאג יולי 1, 2013 3:15 pm

· #129761
ODA

קעגן די נעט » מאנטאג יולי 1, 2013 3:16 pm

· #129762
איינע איז ממש אפען אנגאנצן צובראכן. דאס צווייטע האט ווייטאג און די דריטע מוז איך שוין גלייבען...... וואס מיינט מאכן קאווערידזש פאר אהאלבי יאר? סארבעט דען אזוי? יעדער וואלט זיך דעמאלט געמאכט אינשורענס בעפאר ער דארף אן אפאראציע ניין? און וויפעל וואלט עס געקאסט

קעגן די נעט » מאנטאג יולי 1, 2013 3:17 pm

· #129763
[quote="moti107"]ODA/quote]
זיי נעמען יונייטעד העלט קעיר? און זיי ערע דענטיסטן זענען עכ"פ עוורידזש גוט?

מאטי » מאנטאג יולי 1, 2013 3:20 pm

· #129764
יא אויף די צווייטע. אויף די ערשטע פרעג זיי

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 1, 2013 3:21 pm

· #129765
<a class="postlink" href="http://www.fideliscare.org/">http://www.fideliscare.org/</a>

גענצליך פריי

אין וומ"ס זענען דא מאנכע וואס בעטען א נדבה... אבער אין נארמאלע מקומות בעהט מען נישט, היות פידעליס דעקט דאס גאנצע.

זיי נישט אזוי @קעגן די נעט ווען דו באניצט זיך מיט איר פאר דיינע געברויכען, בירא דשתית מיניה...

קעגן די נעט » מאנטאג יולי 1, 2013 3:23 pm

· #129767
🙂 כ'בין קעגן די נעט אן א פילטער נאר.... פארוואס האט מיר דער דאקטאר געזאגט אז פידעליס וועט נאר קאווערן 1 נישט אלע 3?

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 1, 2013 3:33 pm

· #129775
ביסט אפשר גערעכט, איך האב נאר געמאכט איינס.

בן תמליון » מאנטאג יולי 1, 2013 3:42 pm

· #129781
אין מיין עקפעריענס איך האב אויך געדארפט 3 רוט קאנאלס לעצטנס, מיין מעדיקעד פלען, העלט פלאס, האט עס ריזשקעטעד און זיי האבן מיר געזאגט איז היינט איז קוים א 50% טשאנס אפילו מיט פידעליס און די אנדערע. (זיי קאווערן נישט קיין ציינער וואס איז נישט אנזעעדיק זיי זאגן שלעפ עס ארויס). ווידער נארמאלע אינשורעס וועט נאר קאווערן אפשר $1500 א יאר גענוג פאר איינס. למעשה בין איך געגאנגען צו ODA זיי בעטן נאר $400 א רוט קאנאל די דאקטורים זענען בחסד זיי האבן א וועיטינג ליסט פון אפשר 3 חדשים.

קעגן די נעט » מאנטאג יולי 1, 2013 3:50 pm

· #129788
נאז זעהנדיגע קאווערט מען? און וואס זאל מען עסן אן באק ציינער, לעבן אויף וואסער? און 400 האט דיר אויך געקאווערט די פאוסט און קראון?

בן תמליון » מאנטאג יולי 1, 2013 3:57 pm

· #129792
יא פרעג זיי זיי זאגן מאך פאלשע ציין און מען דארף נישט פיר באק ציינער גיי ווייס עס האט נישט קיין פשט. ניין פאוסט און קראון וועט זיין נאך 400 אויס דו דארפסט, נאכאלץ האלב ווי איבעראל. איינער האט מיר געזאגט אפסטעיט אין מאנראו העלט סענטער טשארזשט מען נישט פאר רוט קאנאלס, כ'האב עס נישט וועריפייד.

אביגדור » מאנטאג יולי 1, 2013 3:59 pm

· #129793
ואותנו עזבו לאנחות.

קעגן די נעט » מאנטאג יולי 1, 2013 4:02 pm

· #129794
בן תמליון
יא פרעג זיי זיי זאגט מאך פאלשע ציין און מען דארף נישט פיר באק ציינער גיי ווייס עס האט נישט קיין פשט. ניין פאוסט און קראון וועט זיין נאך 400 אויס דו דארפסט, נאכאלץ האלב ווי איבעראל. איינער האט מיר געזאגט אפסטעיט אין מאנראו העלט סענטער טשארזשט מען נישט פאר רוט קאנאלס, כ'האב עס נישט וועריפייד.

אויב אזוי איז אלעס צוזאמען 800, דאס איז נישט האלב פון אנדערע. און בארא פארק קען מען אויך טרעפן פאר די פרייז אלעס אינקלודעט. און וואס מיינט אויב איך דארף? ווער דארף דען נישט א קראון?

בן תמליון » מאנטאג יולי 1, 2013 4:06 pm

· #129797
קען זיין. נארמאל טשארזשד מען 800 פאר דעם רוט קאנאל און קראון עקסטער. נישט יעדע רוט קאנאל דארף אויטאמאטיש א קראון ווענדט זיך אינעם מצב. עכ"פ אזוי פארשטיי איך.

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 4:12 pm

· #129799
אין די איד לויפט לעצטענס אין די געזונטהייט קאלום ארטיקלען וועגן מעדיקעל ביללס וואס הארגענען פאציענטען. ס'איז ממש שרעקליך וואס אמעריקע איז, א פארשטינקענע לאנד קארופטירט פון אונטן ביז ארויף. למשל דעי וואך שטייט דארט וויפיל שווערע טויזענטער מ'צאלט אין אמעריקע פאר א קאלאנסקעפי, אין שווייץ און אין אנדערע אנטוויקעלטע לענדער צאלט מען עטליכע הונדערט דאלער. גיי פארשטיי די גדולה פון וואוינןען אין אמעריקע.

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 1, 2013 7:39 pm

· #129880
אפשר שיקט אריין אייער פראגע צום המספיק גאזעט?
ביז א יאר וועט איינער אריינשיקען א תשובה וואס איר מאן האט געהערט פון א חבר.
ווי שטארק זענען די יסורים? איר קענט ווארטען א יאר?

אבזערווירער » דינסטאג יולי 2, 2013 3:48 pm

· #130136
איך האב געהאט א באשטעטיגונג פון "העלט פירסט מעדיקעיד" פאר א קראון אויף א רוט קאנאל און ביז איך האב באקומען א אפאוינטמענט ביי א די עי האט מיר דער דאקטער געזאגט אז מען דארף קודם מאכן א "רי טריטמענט" אויפן רוט קאנאל פארן לייגן די קראון , ביני לביני איז אפגעלאפן די 90 טעג באשטעטיגונג פארן קראון, און איך בין געבליבן מיט גארנישט, איך דארף אלעס באצאלן טבין ותקלין

קעגן די נעט » דאנערשטאג אוגוסט 1, 2013 9:01 pm

· #137904
כווארט נאך פאר אן ענטפער פין או די עי צו מיין אינשורענס קאווערט מיר. אינדערצווישן צייט האביך נישקשה ווייטיג אין יענע צאן, אבער הודו לה' בעסער צו האבן יסורים אין די גאלדענע אמעריקע ווי צו זיין אויסגעהיילט אין די צוריקגעשטאנענע קענעדע אדער פארשינקענע בריטעניע. נישט אזוי?
הודו לה'!

galitzyana » פרייטאג אוגוסט 2, 2013 1:39 pm

· #138043
You can fly to Tokyo and have it done very cheap. I advise you to do it by a good doctor and pay the price someone Yablanovicth i know does great job you can negotiate for 1500 dollars each and if you don't have money borrow from a cc, 0 APR pay monthly for 18 months

קעגן די נעט » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 8:52 pm

· #148393
ווי א טאטעלע גיי איך צאלען 900 פארשוויצטע דאלערן פאר אלעס אריינגערעכנט אויך א קרוין און פאוסט ביי oda , נאך אלס ביליגער ווי נארמאל. ב"ה פאר דעם

גיבור » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:42 pm

· #159946
איך האב יעצט די זעלבע פראבלעם איך דארף א רוט קענעל אין מיין דאקטאר זאגט אז פידעליס וועט מיר נישט קאווערן אפילו איינס
איינער האט א עצה וואס איך קען טון ?

גיבור » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 5:15 pm

· #159955
מיט די קרוין פאר $450 ?

גיבור » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 5:18 pm

· #159957
עס איז צוויי עקסטערע זאכן נארמאל גייט עס צוזאמען אבער מען קען עס צוטיילן .

שטילע אינגערמאן » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 12:00 pm

· #160662
קעגן די נעט
ווער קען ארויסהעלפן מיט אן איידיע איז דא ווער ס'האט א ידיעה דערינען? מיין צאן דאקטאר זאגט מיר אז כ'דארף האבן 3 רוט קאנעלס און מיין מעדיקעיד יונייטעד העלט קעיר קאווערט נישט , איינס קען אפשר ווערן באצאלט אויב גיי איך אריבער צו אן אנדערע אינשורענס דאכט זיך פידעליטי. אבער 2 וועט מיר זיכיר קאסטן 1200 איטש. האט איינער לעצטענס געהאט און ווייסט עפעס וואס מ'קען טון, מוז נישט זיין אין ברוקלין
יישר כחכם


מאכן ביי א בילעגער דענטיסט וואס וויסט נישט ווער האט איהם די קאפ געשטעלט איז זיכער נישט קיין עצה.
ווען מיין רעבעצין (שטוב) (פרוי) (זאך) (הער נאר) (ווייב) האט באקומעו די מתנה א רוט קענאל האב איך געוואלט שפארען האב איך זיך נאכגעפרעגט דעמאלטס ביי מיינע באקאנטעץ אין איין גאלציאנע חבר האט געוויסט צו זאגען פון עפעס א ביליגע ציין דאקטער וואס ווייסט נישט בחייכון וביומיכון אין פארשטייט צו ציין ווי איך פארשטיי צו עלעפאנטען אין כהאב זיך טאקע געשפארט אפאר מאות אין גוט געפילט
ויהי היום א חודש שפעטער אינמיטען די נאכט האט מיין רעבעצין געקייט אויפן נאכטמאל אין מיטאמאל האט זי אסירי איוב איך האב שיעור געדארפט רופעל די הצלה לייט
איך בין צוריק געגאנגען צי דעים ביליגע (שמאק) דענטיסט אין ער הייבט אן צוזאם ווארפען גאנצע תורות פארוואס סאיז ארויס געפאלען.זאגט מיר דער חכם טאמער וויל איך קען ער עס איבער מאכען מיט א גאנצע צען פערצענט דיסקאונט
אקיצור כבין געגאנגען צו א נארמאלע דענטיסט טאקע געצאלט אין טאטנס טאטע אבער פעלזען שטארק אין שוין אדורך באלט 4 יאר אין ב"ה נאו פראבלעם

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 12:04 pm

· #160664
שטילע אינגערמאן

ווען מיין רעבעצין (שטוב) (פרוי) (זאך) (הער נאר) (ווייב)

😂 😂 😂

(א שטילע אינגערמאן זאל אזויפיל רעדן?..)

petergrifin » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 7:37 pm

· #160771
איך מעג צילײגן?

בני בית,תחי׳,פלונית׳טע,עזר כנגדו,אשת חיל,דאסעל, 🙄 😈

בערל_פרוכטבייסער » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 7:50 pm

· #160776
קודם כל ווי האלט מען אויס דיביטערע יסורים פון 3 ראדקענאלס????????
צוויט'ענס, גייבאצאהל טבין ותקילין אן אלף וגו', אנדערש וועסטו זיך רייסען פאר יסורים, קיינער צאהלט דאס נישט

שטילע אינגערמאן » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 12:05 am

· #160830
petergrifin
איך מעג צילײגן?

בני בית,תחי׳,פלונית׳טע,עזר כנגדו,אשת חיל,דאסעל, 🙄 😈

שקויח. אבער "זאך" אין "דאסעל" איז צו ענדליך

יוחנן הסנדלר » זונטאג יאנואר 19, 2014 7:00 pm

· #177492
מענין לענין בין קוים ארויס פון כולל אבער געהאט דענטיסטעריי ווי א האלאקאסט סורווייוער. נאך א האלבן דאזן רוט קאנאלס פון וואס צוויי האבן זיך נישט אויסגעארבעט איז נאר געבליבן מאכן אימפלענטס. יעצט ווער האט אינפארמאציע איבער דאקטוירים וואס מאכן אימפלענטס? די פרייזן לויפן פון 1800 ביז 2400 א שטיק. קען איך אפקומען ביליגער ערגעץ מיט גוטע ארבעט? איך וואלט געפארן אויף אונגארן עס מאכן איך הער דארט איז ביליג, וועט אבער די נישט באצאלטע וועיזשעיס צוויי וואכן אויסמאכן די דיפערענס.

אלזא ווער האט אינפארמאציע איבער אימפלענטס למצוה גדולה יחשב.