☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » ר' שׁימל לערנט באר מים חיים.

ר' שׁימל לערנט באר מים חיים.

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4195

בן תמליון » מאנטאג יולי 1, 2013 12:54 pm

· #129708
ר' שׁימל לערנט באר מים חיים.
זיין נאמען איז ר' שׁימל
מאכט נישט פון זיך קיין טומל
די הייליגע תורה איז ער מקיים
ער לערנט באר מים חיים

פיגא זי זיצט און וויינט
נישטא אויף ברויט היינט
ער זארגט נישט ר' שימל
הייבט אויף די אויגן צום הימל
פארלאזט זיך אויפן חי וקים
אין זכות פונעם באר מים חיים

דער עלעקטריק ביל איז דא
פון ווי צו באצאלן איז נישטא
ער זיצט אין שוהל ר' שׁימל
אויפן ספר'ל ער חאפט א דרימל
געשריבן דורך צדיק בעודו בחיים
זכות יגן דער באר מים חיים

ווען וועסטו שוין באצאלן דער חוב
ער שרייט און שעלט ר' דוב
ער פאלט נישט אין קיין קלעם
ר' שׁימל גיבט נישט קיין דעם
ביזט א ברודער פונעם טאטן בשמים
ער וועט שוין באצאלן בכפלי כפלים
אזוי שטייט בפירוש אין באר מים חיים

די דאגות זיי קומען זיך שפאצירן
ר' שׁימל עס טוט איהם נישט בארירן
פון הימל ער לאזט זיך פירן
בקרוב וועט ער שוין גיין אהיים
מיט תחיית המתים קיין ירושלים
זיך זען מיטן באר מים חיים

זיין נאמען איז ר' שׁימל
מאכט נישט פון זיך קיין טומל
די הייליגע תורה איז ער מקיים
ער לערנט באר מים חיים

ידען » מאנטאג יולי 1, 2013 2:19 pm

· #129738
איך בין ממש די ר׳ שימל און אלעז איז אמת אויזער אז איך לערען נישט באר מים חיים..

משה געציל » מאנטאג יולי 1, 2013 4:05 pm

· #129796
וואו! הערליך שיין!
א אומשולדיג אויסזענדער שטיקל אזוי טיף צו שניידן!

פרישער » מאנטאג יולי 1, 2013 4:26 pm

· #129806
דו מעשה האט קיין ענדע נישט
וואס איז געווארן ווען ער האט ציגעמאכט און געגעיבן דעים ספרל א קיש
וואס האט זיך אויס געלאזט מיט דו חובות
אויב איז די ענדע נישט גיט דעמאלץ מוחל טובות
מיר האבן דו תגובה געלייקט
און פיל חיזוק געזייגט

טעפל » מאנטאג יולי 1, 2013 4:34 pm

· #129813
בן תמליון זייער שיין
וואס וועט מיט אן ענדע זיין

כוכב » פרייטאג יאנואר 2, 2015 3:08 pm

· #245470
הערליך!
שכויעח שמעאל...