☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » 19 פייער לעשער זענען אומגעקומען אין אריזאנע וויילדפייער!

19 פייער לעשער זענען אומגעקומען אין אריזאנע וויילדפייער!

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4193

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 12:36 am

· #129560
19 פייער לעשער זענען אומגעקומען אין אריזאנע וויילדפייער!
א וויילד פייער אין יארנעל אריזאנע, 80 מייל צפון פון פינעקס, האט היינט אומגעברענגט 19! פייער פייטער'ס. דער פייער ברענט שוין 2 טעג, און האט געצווינגען אייוואוינער פון צוויי טאונס צו עוועקאואירן. ארום 200 פייערלעשער פרובירן לעשן דעם פייער.
22 זענען פארוואונדעט.
------
דאס איז א באריכט איבער'ן פייער

בדחן » מאנטאג יולי 1, 2013 1:13 am

· #129576
רח״ל,

האט מען אנגעהויבן גיסען וואסער בעפאר מען האט געשניטען די ווייץ...?? 😳 🙄

הערשי » מאנטאג יולי 1, 2013 2:19 am

· #129597
בדחן
רח״ל,

האט מען אנגעהויבן גיסען וואסער בעפאר מען האט געשניטען די ווייץ...?? 😳 🙄

A score of firefighters died. Maybe this is not the appropriate time for humor. Just saying

בדחן » מאנטאג יולי 1, 2013 7:50 am

· #129617
א לייכטען ווערטעל איז אייביג און פלאטץ, און א לייכטען ווערטעל איז דאס וואס האלט אונז טאקע אז מען זאל קענענן דערהייבען די שווערע נייעס 😎

מיר דארפן נישט זיין אזוי פאליטיקעל קארעקט.

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 1, 2013 8:07 am

· #129619
ווילאנג ס'איז סתם פייערלעשער און נישט קיין מצילי אש איז זייער בלוט הפקר?
כאילו פייערלעשער האבן נישט קיין ווייב און קינדער.

בדחן » מאנטאג יולי 1, 2013 8:12 am

· #129620
מען זיך דערגרונטערן אינעם מאטיווען פינעם ווערטעל, אויב האט מען חוזק געמאכט אדער אפגעשפעט פון די פייעלעשער אדער פון די טראגעדיע אדער עני זאך וואס האט א שייכות מיט די טראגעדיע, איז עס טאקע נישט אויסגעהאלטן, און מען דארף זען בשל מי הרעה הזאת און צו מען זאל נישט באשולדינגען - א ווי אייביג - די גאנצע חסידישע חינוך דערויף,

אויב איז עס נאר א זייטיג ווערטעל, און עס האט גארנישט קיין שייכות מיט די טראגעדיע, איז עס יא אקסעפעטעביל.

בדחן » מאנטאג יולי 1, 2013 8:18 am

· #129621
דאס איז די ערגסטע פייער טראגדיע און די היסטארי אין אמעריקע ווען אזויפיל פייער לעשער זענענן געשטארבן אויף איינמאל..!
די פריערדיגע רעקארד איז געווען ווען 14 פייער לעשער זענענן אויף איינמאל אומגעקימען באקעמעפענדיג א פייער.

די פייער איז נאך נישט אינטער קאנטראל.. א גאנצע טאון איז שוין געגאנגענן,

די טראגעדיע דערמאנט די אסון הכרמל אין אר״י.

בדחן » מאנטאג יולי 1, 2013 8:35 am

· #129622
בילד פון די פייערלעשער וואס זענענן גע׳הרג׳ט געווארען, עס כאפט א דריזל.
📎 image.jpg

דעת תורה » מאנטאג יולי 1, 2013 9:05 am

· #129624
בדחן, נישט אינגאנצן גערעכט. מעשי ידי טובעין בים ואתם אומרים זשאוקס?

שלשלת » מאנטאג יולי 1, 2013 9:20 am

· #129631
בילדער פונעם פייער וואס האט פארציקט די 19 חברה, פון א עליטע פייער לעשער טיעם.
arizona 1.jpg arizona 3.jpg arizona 4.jpg

אבזערווירער » מאנטאג יולי 1, 2013 9:28 am

· #129634
מ'דארף מתפלל זיין ס'זאל זיין שפך כעסו על עצים ואבנים. מזמור לאסף קינה לאסף מבעי לי' אלא וכו'

טעפל » מאנטאג יולי 1, 2013 10:44 am

· #129650
וואס איז די מצב יעצט?

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 10:49 am

· #129655
פילייכט קען מען מאכן א באזונדערן אשכול אויף דעם... כ'רעד נישט וועגן פייערלעשער אין אלגעמיין. אבער דא אין ניו יארק זענען די פייער לעשער עפי"ר באקאנטע אנטיסעמיטן און ראסיסטן. אויפוואקסענדיג דא אין ברוקלין קען א יעדער פארציילן עפעס וואו ער האט געשפירט די ביגאטרי אדער אומסענסיטיוויטי פו א פייערלעשער.
ווען א פאליציאנט שטארבט אין די ליין אוו דוטי שפיר איך א שטאך און שטארק מיטגעפיהל, נישט אזוי ווען א פייערלעשער שטארבט. - נישט אז איך מאך אוועק די טראגעדיע דא ח"ו. (כ'רעד נאר לאקעלי)

בד"וו ווען האסטע דאס לעצטע מאל געזען א שווארצן פייערלעשער?

טעפל » מאנטאג יולי 1, 2013 11:39 am

· #129675
אינטערסאנט טאקע, אז אלץ קינד האט מען געוואוסט אז מ'טאר נישט מאכען קיין פאני קאלס אויף פאליס, ח"ו נישט הצלה, אוודאי און אוודאי נישט אויף שאמאראם, נאאאאאאר אויף פייער לענז'ער (כלשון וויליאמסבורג) זיי מעג מען משוגע מאכען, וחזקה על ילדי וויליאמסבורג אז זיי האבען גוט מעשוגע געמאכט די פייער לענז'ער..

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 11:40 am

· #129676
זיי פארדינען נישט רעספעקט. זיי שרייען צו פיהל מאל "וואלף". זיי מאכן קולות און יללות מיט זייערע פייפערייען און וויפיל דערפון זענען פייערס? זיי זענען זיך אליינס שולדיג

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 12:22 pm

· #129692

טשולענט » מאנטאג יולי 1, 2013 2:36 pm

· #129743
בדחן
דאס איז די ערגסטע פייער טראגדיע און די היסטארי אין אמעריקע ווען אזויפיל פייער לעשער זענענן געשטארבן אויף איינמאל..!
די פריערדיגע רעקארד איז געווען ווען 14 פייער לעשער זענענן אויף איינמאל אומגעקימען באקעמעפענדיג א פייער.

די פייער איז נאך נישט אינטער קאנטראל.. א גאנצע טאון איז שוין געגאנגענן,

די טראגעדיע דערמאנט די אסון הכרמל אין אר״י.


ביי די ווארלד טרעיד סענטער זענען אומגעקומען איבער 300 פייער לעשער.

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 2:37 pm

· #129744
דערפאר האט ער געשריבען "פייער טראגעדיע". דאס טוט אויטאמאטיש עקסקלודען 911

סאשי פיש » מאנטאג יולי 1, 2013 2:40 pm

· #129746
???
זיי האבען זיך דערשטיקט אדער פארברענט געווארען ווי א קרבן עולה?

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 2:42 pm

· #129748
אשם תלוי

סאשי פיש » מאנטאג יולי 1, 2013 2:45 pm

· #129750
ביי א עולה שטייט תקטיר כולו להי׳

boxcover » מאנטאג יולי 1, 2013 3:45 pm

· #129785
זר זהב
פילייכט קען מען מאכן א באזונדערן אשכול אויף דעם... כ'רעד נישט וועגן פייערלעשער אין אלגעמיין. אבער דא אין ניו יארק זענען די פייער לעשער עפי"ר באקאנטע אנטיסעמיטן און ראסיסטן. אויפוואקסענדיג דא אין ברוקלין קען א יעדער פארציילן עפעס וואו ער האט געשפירט די ביגאטרי אדער אומסענסיטיוויטי פו א פייערלעשער.
ווען א פאליציאנט שטארבט אין די ליין אוו דוטי שפיר איך א שטאך און שטארק מיטגעפיהל, נישט אזוי ווען א פייערלעשער שטארבט. - נישט אז איך מאך אוועק די טראגעדיע דא ח"ו. (כ'רעד נאר לאקעלי)

איך בין נישט מסכים צו דיין החלטה אז זייער לעבען איז ווייניגער טראגעדיש ווי אנדערע אמערדזשענסי אפישעלס. עס זעהען פארהאן אוממענטשליכע פייערלעשערס און אוממענטשליכע פאליציאנטן, בעליוו יו מי. א פיערלעשער טוט אסאך מער מסירת נפש לטובתך ווי א EMT, און האט א קלענערע כבוד ווי דער פאליציאנט.

אבער איך פארשטיי וואס דו מיינסט. זיי לעבן אין זייער וועלטל און זענען ברוגז אויף דאס מענטשהייט.


זר זהב
בד"וו ווען האסטע דאס לעצטע מאל געזען א שווארצן פייערלעשער?

אדער א סטרעיט...

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 3:51 pm

· #129789
איך האב נישט געזאגט אז ס'ווייניגער טראגיש ווער קען עפעס מעסטן?

כאדיר געזאגט מיין פערסאנעל פילינגס.

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 1, 2013 10:20 pm

· #129921
The 19 killed were
Andrew Ashcraft, 29
Kevin Woyjeck, 21
Anthony Rose, 23
Eric Marsh, 43
Christopher MacKenzie, 30
Robert Caldwell, 23
Clayton Whitted , 28
Scott Norris, 28
Dustin Deford, 24
Sean Misner, 26
Garret Zuppiger, 27
Travis Carter, 31
Grant McKee, 21
Travis Turbyfill, 27
Jesse Steed, 36
Wade Parker, 22
Joe Thurston, 32
William Warneke, 25
and John Percin, 24

זיי זענען געווען אונזערע שלוחים. ייש"כ פאר אייער סערוויס.

קינות גירושין » מאנטאג יולי 1, 2013 10:23 pm

· #129922
תנצבה

בדחן » מאנטאג יולי 1, 2013 10:38 pm

· #129926
קינות גירושין
תנצבה


מזנא

סאשי פיש » מאנטאג יולי 1, 2013 10:39 pm

· #129927
בדחן
זמשג

וואס מיינט דאס??..

בדחן » מאנטאג יולי 1, 2013 10:39 pm

· #129928
און וואס מיינט דאס?
קינות גירושין
תנצבה

קינות גירושין » מאנטאג יולי 1, 2013 10:47 pm

· #129930
טאנץ נישט צום בוידעם הויך

סאשי פיש » מאנטאג יולי 1, 2013 11:35 pm

· #129936
בדחן
און וואס מיינט דאס?
קינות גירושין
תנצבה

תהיה
נשמתה
צרורה
בצרור
החים
יעצט זאג וואס מיינט זמשג

איך אויך » דינסטאג יולי 2, 2013 12:49 am

· #129971
זיי מיר שוין געזונט.

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג יולי 2, 2013 1:09 am

· #129981
איך אויך, איך האב ליב דיין האס צו א גוי.
בדרך אגב היינט ווען מיין ווייב האט מיר פארציילט פון די מעשה איבער די 19 פייערלעשער האב איך געזאגט א הילכיגן "ברוך דיין אמת".
האסט געברויכט זען איר פנים איי וואלסטו הנאה געהאט.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 2, 2013 1:14 am

· #129983
ובלע המות לנצח.

משה געציל » דינסטאג יולי 2, 2013 1:19 am

· #129985
בענדזשאמין פרענקלין
איך אויך, איך האב ליב דיין האס צו א גוי.
בדרך אגב היינט ווען מיין ווייב האט מיר פארציילט פון די מעשה איבער די 19 פייערלעשער האב איך געזאגט א הילכיגן "ברוך דיין אמת".
האסט געברויכט זען איר פנים איי וואלסטו הנאה געהאט.

דערמאנסט מיר פון דעם מאדערענעם שטיקל מדרש בדוי וואס איך האב אמאל באגעגענט; "מעשי ידי טובעים בים ואתם אומרים שירה?!"

טעפל » דינסטאג יולי 2, 2013 2:28 am

· #129999
משה געציל
בענדזשאמין פרענקלין
איך אויך, איך האב ליב דיין האס צו א גוי.
בדרך אגב היינט ווען מיין ווייב האט מיר פארציילט פון די מעשה איבער די 19 פייערלעשער האב איך געזאגט א הילכיגן "ברוך דיין אמת".
האסט געברויכט זען איר פנים איי וואלסטו הנאה געהאט.

דערמאנסט מיר פון דעם מאדערענעם שטיקל מדרש בדוי וואס איך האב אמאל באגעגענט; "מעשי ידי טובעים בים ואתם אומרים שירה?!"

? מגילה דף י' ע"ב, מדרש בדוי?

קינות גירושין » דינסטאג יולי 2, 2013 9:23 am

· #130019
פארוואס מדרש בדוי סאיז א חז״ל, ניין?

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 2, 2013 11:52 am

· #130060
משה געציל איז מכסה טפחיים, איך וויל מגלה זיין נאר א טפח..
כידוע, אז יעדע מאמר חז"ל וואס שטימט עפעס נישט אזוי גלאט מיט אונזער מסורה, איז בהכרח נישט כפשוטו, אדער תלמיד טועה כתבו..
ועיין בסליחה דער טונקעלע מארגען שורה 21 ואילך..

משה געציל » דינסטאג יולי 2, 2013 3:30 pm

· #130118
כקאווע טרינקער ועוד, נאכן דורכליינען אפאר תגובות דא בין איך געקומען צום מסקנא אז דער מאמר איז בדוי כתולדות צדיקים בצהריים.

בדחן » מיטוואך יולי 3, 2013 12:04 am

· #130341
דן זיין לכף זכות (אויף שותומ״צ) איז א מצוה, מן הסתם ווייסען נישט א טייל שרייבער דא אז דער גוי גייט נישט אויפשטיין תחית המתים, ער האט נישט קיין נשמה, און עס איז נישט צרורה בצורר החיים,

בדחן » מיטוואך יולי 3, 2013 12:08 am

· #130343
משה געציל
כקאווע טרינקער ועוד, נאכן דורכליינען אפאר תגובות דא בין איך געקומען צום מסקנא אז דער מאמר איז בדוי כתולדות צדיקים בצהריים.


עיין בסנהדרין דף י״א ע״ב וברש״י ד״ה דלמא בתר דעברהו, א פאסיגע תירוץ אויף די תגובה, וכ״כ שבת דף פ״ג ע״א.

משה געציל » מיטוואך יולי 3, 2013 12:13 am

· #130348
עמיר באלד נאכקוקען אי"ה
בדחן
דן זיין לכף זכות (אויף שותומ״צ) איז א מצוה, מן הסתם ווייסען נישט א טייל שרייבער דא אז דער גוי גייט נישט אויפשטיין תחית המתים, ער האט נישט קיין נשמה, און עס איז נישט צרורה בצורר החיים,

דו ווייסט יא בדחן זיסער?
לאמיר לערנען א שטיקל גמרא; "גדול יום הגשמים מתחיית המתים, דאילו תחיית המתים לצדיקים ואילו גשמים בין לצדיקים ובין לרשעים" זאגט די הייליגע רש"י; "רשעי עובדי כוכבים אינן חיין". ב וואס שטייט דא אין רש"י? און חסידי אומה"ע?

נ.ב. בעפאר דו ברענגסט אנדערע ראשונים אדער אנדערע פשטים אין רש"י זיי דן דער וואס האט עס געשריבן -איך ווייס נישט צו לכף זכות- אבער עכ"פ נישט לכף חוב.

בדחן » מיטוואך יולי 3, 2013 12:17 am

· #130350
משה געציל
עמיר באלד נאכקוקען אי"ה
משה געציל
בדחן
דן זיין לכף זכות (אויף שותומ״צ) איז א מצוה, מן הסתם ווייסען נישט א טייל שרייבער דא אז דער גוי גייט נישט אויפשטיין תחית המתים, ער האט נישט קיין נשמה, און עס איז נישט צרורה בצורר החיים,

לאמיר לערנען א שטיקל גמרא; "גדול יום הגשמים מתחיית המתים, דאילו תחיית המתים לצדיקים ואילו גשמים בין לצדיקים ובין לרשעים" זאגט די הייליגע רש"י; "רשעי עובדי כוכבים אינן חיין". ב וואס שטייט דא אין רש"י? און חסידי אומה"ע?


אנשטאט מיר פרעגן און פראבירען אויספארעמען דיין מיינוג בדרך שאלה ותשובה, זאג אלעס וואס דו האסט צו זאגן איבער די ענין צו נישט אידן גייען אויך אויפשטיין תחית המתים, אדער אז זיי האבן יא א נשמה, און מען וועט רעאגירען דערויף.

סאשי פיש » פרייטאג יולי 5, 2013 7:41 pm

· #131110
...
get-attachment-725x543.jpg