☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » נחמתני רבי נטע נחמתני.

נחמתני רבי נטע נחמתני.

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4183

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג יוני 30, 2013 2:18 am

· #129157
נחמתני רבי נטע נחמתני.
פאר צוויי וואכן צוריק דינסטאג בשעתן זיך אזוי פארקעמען די בארד; אויסגלייכענדיג די וואנצעס; און קרייזלנדיג די פאות כאפ איך מיר א בליק אין שפיגל זען צו אלעס קלאפט אזוי ווי עס פאסט פאר אזא איש מכובד כמוני. אריינקוקנדיג אזוי אין מיין הייליגע צורה בין איך געווארן פארבליפט און פארכישופ'ט אויפן ערשטע רגע, און אויף געשוידערט אויפן צווייטער רגע. קודם האב איך געמיינט אז איך חלום וואך אבער נאכן שטיין אזוי א לאנגע צייט האב איך איינגעזעהן אז דאס איז שוין גארנישט קיין חלום, עס איז ליידער די ווירקליכקייט. שטייעדיג אזוי פארן שפיגל האט זיך ארויסגעריסן פון מיין פארבלוטיגט הארץ א גריצילדיגע קרעכטץ. יא, את אשר יגורנו בא, דאס וואס איך פארכט זיך שוין יארן, דאס וואס איך חלום מיך אין מיינע לאנגע קאשמארישע חלומות בשליש האחרונה של הלילה בשעה שאשה מספרת עם בעלה איז אנגעקומען אזוי פלוצלינג אזוי אומגערופן פון איין טאג צום צווייטן. וואס איז געשעהן ? איז אזוי מעשה שהיה כך היה:

נישט מער און נישט ווייניגער נאר אויפן האריזאנט פון מיין פעך-שווארצע בארד האט זיך באוויזן א ווייסע זילבערנע האר.

רבותי ווי אזוי איך האב געשפירט יענע לאנגע מינוטן קען איך נישט מסביר זיין מיט ווערטער. און איין ווארט איך האב געשפירט אז עס איז עק וועלט... (אפילו איך ווייס די וועלט איז רינדעכיג). א קלייניגקייט, איך דער יונגער צוצאק, וואס די מאמע'ס מילך ליגט אים נאך אויפן צונג, ווערט אלט! איך וואס ביז א טאג צוריק בין נאך געווען א אינגער פרישער ענערגישער מאן פול מיט לוסט און חיות, איינער וואס די וועלט איז אפן פאר אים, דער הימל איז דער גרעניץ. איז פון איין מינוט אויפן צווייטן געווארן אן עלטערע איד, א זקן וואס די כוחות לאזן זיך אים אויס א יעדער ליאדע מינוט, א אלטער שייסער וואס האט שוין אויפגעגעבן אויף אלע חלומות און איז גרייט צו ריטייערן. בקיצור א איד וואס די בארד איז אים מלבין כשלג. אוי האט דאס וויי געטאן!!!

דער ערשטע רגע האב איך אינסטינקטיוו אויסגעשטרעקט מיין האנט צו דעם שערה הסוררת והמלבנת אים עוקר מן השורש זיין אזוי ווי מען איז עוקר א שורש פורה ראש ולענה, (כאילו נאכן אויסרייסן וועל איך ווערן אינגער פופציג יאר). אבער דא האט דער מוח אריינגעהאקט :

לא תלבש!!! המלקט שערה לבנה מתוך שחורות עובר משום לא תלבש!!!

נו, איך בין דאך א רעליגיעזער איד האב איך שטייטערהייט אראפגעלייגט מיין האנט אינגאנצן דעזערטירט. און אזוי איז עס זייט יענעם דינסטאג: א יעדען טאג ווען איך מאך מיך צורעכט מיין פנים שטויס איך מיך אן נאכאמאל מיט דעם ווייסן הארעלע און עס ציפט מיר דאס הארץ פון דאס ניי אויפן פארלוירענעם יוגנט (כלשון ר' יו"ט ערליך), און די טשערי אויף די פיי איז אז ניטאמאל ארויסרייסן דעם סורר ומורה מעג מען.

ביז דעם שבת.

די וואך שבת ביי קריאת התורה האב איך אויפגעהויבן א אלטן בלעטל, איינע פון די בלעטעלעך וואס מען צושפרייט אין אלע שולן, ליין איך דארט אזא מעשה, דאכט זיך פון הגאון רבי נטע צענווירט ז"ל. שריייבט דער שרייבער דארט אזוי : דער ר' נטע פלעגט האבן אן אינטערסאנטער מנהג ער פלעגט הנאה האבן פון זיך פארפליישיגן אינדערפרי אזוי אז יעדע מאל ווען ער האט געוואלט טרינקן א קאווע דורכן טאג האט ער געזאגט צו זיך, "נטע דו גייסט יעצט מקיים זיין א מצווה (תקנה מדרבנן) מיט נישט טרינקען א מילכיגע קאווע ווייל די ביסט פליישיג!" אזוי האט ער אריינגעכאפט נאך איבעריגע זעקס מצוות איבערן טאג און ר' נטע האט געשעפט פון דעם הנאה מער פונעם געשמאקסטן קאווע עד כאן הסיפור.

טראכט איך צו מיך, בנימין, טו אויך אזויווי ר' נטע! (די איינציגסטע חילוק איז ער האט עס געטון מרצון ובנפש חפיצה איך האב ממילא נישט קיין ברירה) פון היינט און ווייטער א יעדען אינדערפרי ווען די מאכסט דיר צורעכט די בארד און קוקסט אריין אין שפיגל און די זעהסט דארט דעם שערה לבנה בין השחורות, אנשטאט צו זאגן וואספארא שווארץ (ווייס) יאר זוכסטו דארט געב עס א גלעט זאג דעם הארעלע א דאנק דיר האב איך יעצט מקיים געווען נאך אמאל א לאו פון לא תלבש בשב ואל תעשה.

נחמתני רבי נטע נחמתני.

זר זהב » זונטאג יוני 30, 2013 2:22 am

· #129159
גוט גוט. יענער בלעטעל איז 'הידעת'

שמעקעדיג » זונטאג יוני 30, 2013 2:23 am

· #129160
בענזשאמין, שיין... האט עס א שייכות צום אשכול "וואס טוט מען מיט די שווארצע זקן"?

בדחן » זונטאג יוני 30, 2013 2:24 am

· #129162
הערליך,

אבער ארויסרייסען איין האר אויף אמאל איז אויך א פראבלעם? איך האב אלץ געוויסט - מעגליך בטעות - אז די איסור פון לא ילבש איז נאר אויב מען רייסט ארויס צוויי האר באנאזאם, און איך מיטשע זיך טאקע ווי לאנג מען דארף ווארטען פון האר ארויסרייסען ביזען צווייטען אז עס זאל נישט הייסען ארויסגעריסן צוויי האר אויף איינמאל,

איינער ווייסט די הלכה?

יואליש » זונטאג יוני 30, 2013 2:28 am

· #129164
די שאלה איז אויב מ'ברויך ווארטן בין שער לשער ווי פון מיליכיג צו פליישיג אדער פליישיג צו מילכיג.

דעת תורה » זונטאג יוני 30, 2013 2:33 am

· #129167
ביי שבת איז א חילוק פון איין האר אדער צוויי. לגבי לא תלבש, וואס זאל זיין א נפקא מינה? דיין ווייב ווארט ביז עס איז דא 2 האר כדי עס ארויסצורייסן?

להלכה, וואס וואלט געווען אויב אלע מענער הייבן אן ארויסצורייסן די ווייסע האר, וואלט עס נאך אלס געהייסן לא תלבש? (וואס איז דער מציאות ביי גוים, וועט א מאן פרובירן מיט אלע כוחות ארויסצורייסן די ווייסע הערעלאך, אויפן זעלבן שטייגער ווי א פרוי? אדער בכלל נישט?)

בדחן » זונטאג יוני 30, 2013 2:38 am

· #129170
איך האב אנגעפרעגט ביי גוגל, און ער האט מיר טאקע צוגעפירט צו מראה מקומות אז די איסור איז אויך אויף איין שער.

יואליש » זונטאג יוני 30, 2013 2:43 am

· #129173
געווענליך פארבן די מענער די האר זיי זאלן אויסקוקן אינגער, חוץ אין פעלער ווי מ'זיכט רעספעקט, ווי למששל פאלאטישאנס ווי ווייסע האר צייגט אויך זקנה זה שקנה חכמה.

כ'געדענק ווען אבאמא איז געלאפן ס'ערשטע מאל איז געווען באריכטעט אז ווען ער לאזט די האר וואקסן צי לאנג, צייגן זיך ווייסע הערעלעך. וויבאלד דאנמאלס איז זיין שטארקייט געווען אז ער איז אינג און פריש, האבן זיי זיכער געמאכט ס'זאל זיך נישט זעהן קיין ווייסע האר. ביים צווייטע עלעקשאן, ווען ער האט שוין טאקע באקומען א קאפ מיט ווייסע האר, זענען זיינע סטראטעגיסטן געווען מער פון העפי צו אנצייכענען וואספארא אפעקט די לאסט פון די פרעזידענטסי האט אויף מר. אבאמא.

***

דרך אגב, אונזערע פרויען וועלכע גאלן זיך די קאפ, רייסן נישט און פארבן נישט די האר. ס'איז דאך ממילא כנגד המשחיתים. ממילא קען זיי אז ס'הייסט שוין נישט לא תלבש. ווארום, מ'מעסט דאך נישט לויט די גוי, ווייל אויב יא איז הויזן נישט קיין כלי גבר אויך נישט. ויש לדון בזה.

דעת תורה » זונטאג יוני 30, 2013 2:55 am

· #129176
מען האט שוין גערעדט דוכט זיך דא אינעם שטיבל ערגעץ וועגן הויזן. עס איז נישט אזוי פשוט אז די סיבה פרויען כיום זאלן נישט גיין מיט הויזן איז וועגן לא תלבש, ווי דו ווייזט אן אז כיום גייען אלע גויטעס מיט הויזן, עס איז מער א ענין פון פריצות - פיסוק רגלים ביי א פרוי איז נישט קיין צניעות.

אויב גוים רייסן ארויס אדער פארבן די שווארצע האר, קומט לכאורה אויס אז די גאנצע סיבה וואס פאר אונז איז עס אסור, איז נאר ווייל ביי אונז טוען עס נישט די מענער, און פארוואס טוען עס נישט די מענער ווייל ס'איז אסור, וחוזר חלילה. אפשר מאכט מען א כינוס און צוזאמען הייבט עס יעדער אן צו טון, וועט מען קענען העלפן אונזער בענזשאמין דא פון זיין קלעם. נאכצומאכן ר' נטע וועט ער העכסטנס עסן א שטיקל אומצא צופרי...

יין שרף » זונטאג יוני 30, 2013 4:08 am

· #129192
כ''האב אמאל געהערט פון איינעם אז ער איז געווען ביי א חשוב'ע אנגענומענע רב, און ער האט זיך אפגערעדט בענין זה אז ער האט א ווייסע האראלע אין בערדל און ס'באדערט עם שטארק, און אפילו ארויספליקן קען ער עס נישט, האט זיך די רב אויפגעהויבן און ארויסגעשלעפט זייין האר פון בארד! זאגענדיג די איסור איז נאר עס אליין צו טוהן אדער צו בעטן איינעם...
ווען איך ווייס ווען ווער די ביסט, און די כאפסט א ציפ און מקוה פון דיין בארד זאלסטו וויסן פון וועם ס'קומט...

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 30, 2013 8:45 am

· #129203
ר' בנימין, אכן נודע, צו אלע מעלות א צדיק אויך!
כאפ אריין דיין שמחה של מצוה איידער די לבנים נעמען איבער ס'רוב...

אז מ'רעדט שוין יא אין לערנען, פארוואס נישט ניצן דעם היתר פון ר' עקיבא איגר המציון על גליון השו"ע ביו"ד בנוגע מראה, שפיגל,

ועוד, יעצט קלער איך אז אולי דער גאנצער לא תלבש פראבלעם ביי האר איז נאר ביים האר פון קאפ, אבער בארד האר האבן דאך פרויען נישט, איז ניטאמאל שייך לא תלבש.

זר זהב
גוט גוט. יענער בלעטעל איז 'הידעת'

ניין. נר הפטרה.

אביגדור » זונטאג יוני 30, 2013 8:56 am

· #129209
מטובת הק-ל.

פרישער » זונטאג יוני 30, 2013 9:10 am

· #129215
ראביי פרעינקל

עמו אנכי בצרה איך לייד אויפן זעלבען פעקל

עס איז אמאל געוועין אזא עיבדה מיט א בחור וואס האט געהאט דו מעלה פין רב אלעזר בן עזריה

רב שז אויערבאך האט עים מתיר געוועין ווייל לא תלבש איז מחמת זקנה און א בחור ווייסע האר איז נישט שייך קיין זקנה, ואם זקנה אין כאן לא תלבש אין כאן

שוב ראיתי איינער איז געקימען וויינען צין א רב אז א ווייסע הארעלע שטערט עים שרעקליך

האט די רב זיך אויפגעשטעלט און ביי עים ארויסגעריסען ס'האר

ווייל לא תלבש גייט נישט אן ביי א צווייטען

איך בין דאך א למדן ממילא היות איך בין נאך נישט קיין פיפציג, ניץ איך די אויערבאך היתר, און היות איך בין אויך א פרימער, און לצאת ידי שניהם, בעיט איך מיין ווייב זאל מיך מאכען פאר א שליח, און...

אביגדור » זונטאג יוני 30, 2013 9:18 am

· #129222
זו מלקטות לו שחורות וזו מלקטות לו לבנות, ונמצא קרח מכאן וקרח מכאן.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 30, 2013 9:23 am

· #129229
ווער זאגט אז די מעשה איז געווען ביי א איד?

קינות גירושין » זונטאג יוני 30, 2013 10:03 am

· #129235
קאווע טרינקער
ווער זאגט אז די מעשה איז געווען ביי א איד?

דו האלסט אז די גמ וואלט גברענגט א מעשה פון א טמנע גוי, די משכל איינער

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 30, 2013 10:10 am

· #129236
כ'האב געמיינט בדרך צחות, ווייל באמת איז דאס נאר א משל...

אביגדור » זונטאג יוני 30, 2013 10:34 am

· #129243
הכונס.

מאראנצןזאפט » זונטאג יוני 30, 2013 11:09 am

· #129259
👍
הערליך!

אביגדור » זונטאג יוני 30, 2013 11:28 am

· #129264
ה' הידוע.

מאראנצןזאפט » זונטאג יוני 30, 2013 11:36 am

· #129267
אז זאלסט קענען קוואטן מיין גרויסן לייק און זאל דער ציבור צוויי מאל באמערקן מיין גרויסע הנאה פון דיין קונסט פאעזיע אזוי פון ארבל ארויס.
צופרידן?
או יאמר ס'געווען א טעות, או יאמר אז געווענליך קומען נישט קיין נעמען מיט קיין אותיות שימושים נאר דעם עצם אליין, או יאמר האו קעירס, א קאמפלימענט איז קאמפלימענט וויטשעווער וועי יו ספין איט.

זר זהב » זונטאג יוני 30, 2013 11:47 am

· #129269
@קאווע טרינקער
ביזט אויך גערעכט. איך דערמאן זיך אז הידעת האט עס טאקע נאכגעברענגט פון נר הפטרה

berlbalaguleh » זונטאג יוני 30, 2013 12:03 pm

· #129273
א שאלה צו הרב פרישער שליט"א
און צו עסן קאקאוש קעיק בעיטסטי אויך דיין וויי זי זאל דיך מאכן פאר א שליאח?! ה"ה ביי אייז-קריעם.

פרישער » זונטאג יוני 30, 2013 12:13 pm

· #129276
ניין!!

ביי אכילה איז מצוה בו יותר מבשליחו

עס העלפט נישט קיין שליחות אויפ אזונה ענינים

אביגדור » זונטאג יוני 30, 2013 12:57 pm

· #129286
לכאורה לא.

איך אויך » זונטאג יוני 30, 2013 1:19 pm

· #129296
אויך באמערקט אבער מען דארף זיך קענען איינהאלטן.

איחוד פעלד » זונטאג יוני 30, 2013 1:48 pm

· #129306
נאך א היתר איז דא אויב מען רייסט ארויס א ווייסע צוזאמען מיט א שווארצע, דעמאלס איז מען נישט א מלקט ודו"ק.

פרישער » זונטאג יוני 30, 2013 1:50 pm

· #129307
למה אתה מגלה מה שאני מכסה

אביגדור » זונטאג יוני 30, 2013 2:55 pm

· #129343
נניח.

דעת תורה » זונטאג יוני 30, 2013 2:57 pm

· #129345
איחוד פעלד
נאך א היתר איז דא אויב מען רייסט ארויס א ווייסע צוזאמען מיט א שווארצע, דעמאלס איז מען נישט א מלקט ודו"ק.


ביי בורר העלפט עס. ביסט זיכער אז ביי דעם אויך? אידן פארלאזן זיך אויף דיינע הוראות, הן בענין מסירה והן אנדערע ענינים, דארפסטו נזהר זיין אין וואס דו שרייבסט. איך זע נישט פארוואס עס זאל זייןא חילוק. דער איסור איז דען דער לקיטה אדער דער אופן הלקיטה? דער פראבלעם איז דאך דא דער ציל, לייפות עצמו.. וואס א נ"מ צי ער נעמט מיט נאך א הארל?

מאטי » זונטאג יוני 30, 2013 3:52 pm

· #129369
דער ציל פון נישט טראגן שבת איז ווייל שבת דארף מען רוען און נישט שלעפן שווערע זאכן ארויס פון הויז. אדער און וויליאמסבורג איז דער ציל אנצוהאלטן דער מסורה דער אויסקוק דאס בליט און שווייס וואס איז אריינגעלייגט געווארן און די ווענט דורך די פריערדיגע קדושים. איז למאי נפק״מ צו ס׳איז דא א בענדל ארום דער שטאט אדער נישט נעמט דאס עפעס אוועק פונעם ציל?

אבגד » זונטאג יוני 30, 2013 4:04 pm

· #129376
מאטי ביסט פארפארן! דא איז מען נישט יעצט דן אויף דעם!
אויסער בבחינת אז מען רעדט שוין פון קרח...

מאטי » זונטאג יוני 30, 2013 4:28 pm

· #129384
האסט טאקע נישט געכאפט וואס איך מיין ? אדער איך דארף לערנען מיט דיר יעצט א ב (ג ד)

דעת תורה » זונטאג יוני 30, 2013 5:02 pm

· #129398
מאטי, האלטסט אז דאס איז דומה צו א איסור שבת וואס דער איסור איז דער אמצעי, נישט דער ציל?

לדוגמא, האלטסט אויב איינער רייסט ארויס די האר כלאחר יד, אדער פארקערט, מיט א כלי, איז ער פטור? איז דען דער גדר הלקיטה משנה? בקיצור, לפי הבנתי איז דער איסור נישט די וועג וויאזוי מען טוט עס נאר דער פאקטישער פועל יוצא משא"כ בשבת.

אטו לקיטת שערות כתיבא? לא תלבש כתיב. משא"כ בשבת דהאיסור הוא על עשיית המלאכה.

סאשי פיש » זונטאג יוני 30, 2013 5:11 pm

· #129401
תורה
איך מיין אז מען דארף עס ריקען צו די תורה מחשבה פארום

מאטי » זונטאג יוני 30, 2013 5:47 pm

· #129408
דעת תורה
מאטי, האלטסט אז דאס איז דומה צו א איסור שבת וואס דער איסור איז דער אמצעי, נישט דער ציל?

לדוגמא, האלטסט אויב איינער רייסט ארויס די האר כלאחר יד, אדער פארקערט, מיט א כלי, איז ער פטור? איז דען דער גדר הלקיטה משנה? בקיצור, לפי הבנתי איז דער איסור נישט די וועג וויאזוי מען טוט עס נאר דער פאקטישער פועל יוצא משא"כ בשבת.

אטו לקיטת שערות כתיבא? לא תלבש כתיב. משא"כ בשבת דהאיסור הוא על עשיית המלאכה.

לכאורה זענט איר גערעכט לגבי שבת

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 22, 2013 11:57 am

· #135201
גירסא דינקותא:

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1303">viewtopic.php?f=25&t=1303</a><!-- l -->

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 8, 2015 8:00 pm

· #264939
אנאנים: אבער קעמענדיג דעם בארד קענמען ח"ו, ל"ע, רח"ל, ה"י היל"ת ארויסרייסן צוויי האר (אדער אפילו איינס לשיטתך) אויף איינמאל. און דאן וועט מען ח"ו...וכו' עובר זיין אויף א לאוו... ע"כ איז שוין בעסער אז מ'גייט יא מיט א צושויבערטע בארד און ס'ווערט א קאלטן, אזוי וויי הר... שליט"א.... פאר מ'האט עס איהם אפגעשוירן... 😂 🙄 😮