ווער האט מחבר געווען דער ניגון? 35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4179
ווער האט מחבר געווען דער ניגון?
דאכצעך אז ס'נאך נישט דא אזא אשכל. וזה החלי: עס איז דא א באקאנטע ווארימע ניגון אויף על נהרות בבל, מען זינגט עס אין אסאך קעמפס. ווער איז די מחבר פון דער ניגון? איך קען די ניגון נאר ביז די ווערטער עד היסוד בה, נאכדעם גייט עס צוריק צו אם אשכחך. איז דא א המשך צום ניגון?
באלאגנט אין מוזיק פורום. עס איז באמת א ווארימע ניגון ,איך קען עס אויך נאר ביז עד היסוד בה.
סיז א ניגון פון אלטע באבעווע רבי זאל אינזער אפיציעלע באביווער איבערנעמען
ניין, רבי בן ציון מבאבוב (הראשון) זצ''ל האט געמאכט אן אנדערע ניגון, וואס איז אויך נישט באקאנט אויפן וועלט. איך רעד פון א באקאנטע הארציגע ניגון.
מפורסם.
זצ"ל מיט הראשון איז א דאפעלטע לשון.
הראשון גייט אויף מבאבוב... [נאר א ווערטל...]
[.
ווער האט געמאכט די באקאנטע הודע לה' כי טוב ניגון. אין באבאב טאנצץ מען מצוה טאנץ דערויף
א מיידל פון קעמפ גילה.
ווער האט געמאכט דער שלום עליכם ניגון פין רעבע ז"ל?
וועלעכע ניגון האט ער געזינגען פאר ר' ווישעווער האט געמאכט דעם ניגון?
ליפא שמעלצער'ס can you put down the phone
שיין. מ'דארף נאר וויסן וואס האט אים געצווינגען צו טוישן
קאווע טרינקער א מיידל פון קעמפ גילה.
זי האט געהייסן ר' אליעזר'ל דזיקוב'ער.
איך קען נישט זעצען די ווערטער אה אה אה אה הקדוש בריך הוא
[ציטאט אראפגענומען]
זיי מיר מוחל, איך וואלט ווען געדארפט מער נזהר זיין. ביי ענק זענען דאך ניגונים פון די יסודות.
על נהרות איז פון אגודה בויס קווייער
They didnt compose. They just sing old songs,
ס'דא צווי רחם בחסדיך'ס די ערשטע זאגט מען צוויי מאל רחם און די צווייטע נאר איין מאל ווער האט געמאכט ביידע ניגונים?
די צוויי מאל איז חיים בנט'ס
ווער האט קאמפאזט די נייע ה' מלך און ווער זינגט עס?
ווער האט קאמפאזט שלום עליכם פון בני פרידמאן?
zurich ווער האט קאמפאזט שלום עליכם פון בני פרידמאן?
Ari Goldwag
ער איז אליינס א זינגער, איך מיין פון א"י.
זיין זייטל <a class="postlink" href="http://arigoldwag.com/">http://arigoldwag.com/</a>
אינטערעסאנטע פאקט ער איז איינס פון quintuplettes.
דא איז א הערליכע באקאנטע ניגון וואס ער זינגט אליינס.
/
VIDEO
ער איז א בעל דרשן גאר?
ווער האט געמאכט די ניגון וואס מבד זינגט "פארענדיג אהיים מיט א משפחה גרויס וכו'"?
אוי ס'איז א שיינער ניגון. אפשר יוסי גרין ?
דער (פינטעל) איד אוי ס'איז א שיינער ניגון. אפשר יוסי גרין ?
ניין! גרין האט געמאכט "טייערע פאטער, גרויסער קעניג".
ווער איז דער קאמפאזיטאר פון א חסידישע "ישמחו במלכותך" א 3 ביעט (כ'קען נישט געפינען א רעקארדינג אויפן געוועב). דאכט זיך אין געוויסע הויפן האט מען דאס געזינגן ביי מוסף. ווי און ווען איז דאס באשאפן געווארן?
איך בין נישט זיכער ווער עס האט מחבר געווען דער ניגון, אבער מקורו איז פון די פארצייטישע גראם ניגון וואס ווערט געזונגען אויף די אידיש קלאסיקס אלבום (מיט אנדערע קנייטשן). מ'זאל באהאלטן א ספאדיק אן אלטן בחדרי חדרים זייער גוט וכו' אויב קענסטו טרעפן די דעקל פון דער אלבום וועסטו מן הסתם קענען טרעפן אינפארמאציע איבער דער ניגון. אגב, קיינער ווייסט נישט די ענטפער צו מיין שאלה אין די ערשטע הודעה פון דער אשכול? .
געוואלדיג קיינמאל צוזאם גישטעלט
הוגה דאכצעך אז ס'נאך נישט דא אזא אשכל. וזה החלי: עס איז דא א באקאנטע ווארימע ניגון אויף על נהרות בבל, מען זינגט עס אין אסאך קעמפס. ווער איז די מחבר פון דער ניגון? איך קען די ניגון נאר ביז די ווערטער עד היסוד בה, נאכדעם גייט עס צוריק צו אם אשכחך. איז דא א המשך צום ניגון?
מיינסטו
דאס ?
יא. הייסט עס איז א פרחי ניגון. ווער איז דער פארפאסער פונעם ניגון?
הוגה איך בין נישט זיכער ווער עס האט מחבר געווען דער ניגון, אבער מקורו איז פון די פארצייטישע גראם ניגון וואס ווערט געזונגען אויף די אידיש קלאסיקס אלבום (מיט אנדערע קנייטשן). מ'זאל באהאלטן א ספאדיק אן אלטן בחדרי חדרים זייער גוט וכו' אויב קענסטו טרעפן די דעקל פון דער אלבום וועסטו מן הסתם קענען טרעפן אינפארמאציע איבער דער ניגון. אגב, קיינער ווייסט נישט די ענטפער צו מיין שאלה אין די ערשטע הודעה פון דער אשכול? .
עקזעקטלי מיין געדאנק.