וואס איז די אבסעסיע מיט די O.T.D.'ס דא?
30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4154
וואס איז די אבסעסיע מיט די O.T.D.'ס דא?
א ריזיגן פראמינענטן חלק פון די שמועסן אויף קאווע שטיבל, ספעציפיש די געזעלשאפט אפטיילונג אבער אנדערע אפטיילונגען זענען נישט אויסגעמיטן, פארנעמען די שמועסן איבער די או. טי. די.'ס - באמעס, אפגעפארענע, שקצים, יו נעים איט.
עס וואלט געווען נאריש און פאלש צוזאגן אז דאס שפיגלט אפ די אלגעמיינע שמועסן אין די גאס. עס איז בלי ספק אז די טעמע און אלעס ארום ווערט דא דורכגעקייט איינמאל און נאכאמאל, אויף א וועג וואס איז גענצליך ארויס פון יעדן פראפארץ.
וואס איז די אונטערליגנדע סיבה דערצו? איז מעגליך אז דא דרייען זיך אויך או טי די'ס וואס דאס מאכט אז עס זאל זיין מער א מדובר ווי אין סתם א געווענליכע שול קופקע? אדער איז די פשט אז א היפשער טייל ניקס דא גייט זיי נעבעך אויס די אויגן פאר קנאה, און כעס אויף זיך אליין אז זיי האבן נישט די קוראזש (= גדלות הנפש...) זיי נאכצומאכן? אדער קאנסידערן טאקע טייל דא עס צו טון למעשה און ווילן עס גוט אויסשמועסן פון אלע זייטן און אספעקטן? איך בין נייגעריג וואסנדי אמת'ע סיבה דערצו איז.
פארוואס פרעגסטו?
איך וואלט בוחר געווען די #2 אויסוואל. אבער זינט אונזער ראש ישיבה, הרב לעיקוואוד שיחי' האט נעכטען אראפגעלייגט ווי שווער זייער לעבן גייט, און ווי געשמאק אונזער לעבן איז, קלער איך פון טוישן מיין מיינונג.
אויב או. טי. די. איז ביי דיר גדלות הנפש! ביסטו אליינס איינע פון זיי ממילא ביידע דיינע סברות איז איינס.
קאווע טרינקעראיך וואלט בוחר געווען די #2 אויסוואל. אבער זינט אונזער ראש ישיבה, הרב לעיקוואוד שיחי' האט נעכטען אראפגעלייגט ווי שווער זייער לעבן גייט, און ווי געשמאק אונזער לעבן איז, קלער איך פון טוישן מיין מיינונג.
לעיקוואד באוויינט דעם רשע ורע לו און ער וויל איך זאל אים שוינען, אבסורד.
מיט צדיק וטוב לו ווייסעך אז לעיקוואוד איז נישט גערעכט.... די חלק פון רשע וטוב לו מוז איך אים גלייבען... (אע"פ זיי אליינס גלייבן גארנישט...)
נישט אמת. עס פארנעמט נישט א ריזיגע טייל פין די שמועסען דא. אבי גערעדט. און עס זעהט בכלל נישט אויס אונז זאלען זיין אבסעסד.
ממילא איז א שאד צו זוכען אונטערליגענדע? סיבות צו א פינאמינעטאט וואס עקזיסטירט נישט .
די סיבה איז פשוט, עס איז אין די נייעס.
מאראנצןזאפט
לעיקוואד באוויינט דעם רשע ורע לו און ער וויל איך זאל אים שוינען, אבסורד.
רשע וועסטו רופען דיין רבי, נישט דער וואס זוכט דער אמת במסירות נפש. אקעי?
יעדער וואס איז מבטל א מצות עשה ווערט אנגערופן א רשע (כ"כ בתניא).
כ'טראכט, אז וויבאלד דא אין שטיבל רעדט מען אסאך פון די חסרונות פון אונזער סיסטעם, איז כדאי צו קוקן אויף די OTD חברה די סיבות וואס זיי זאגן עס האט זיי גורם געווען צו ווערן וואס זיי זענען,
דערנאך באטראכטן מיר מיט א מעגניפייער גלאז יעדעס ווארט וואס זיי זאגן, צי איז אמת זייערע ווערטער? אויב יא, צי קענען מיר עפעס מתקן זיין (אדער עכ"פ האקן..)? אדער רעדן זיי סתם דברים של מה בכך הבל וריק אין בהם ממש?
איזהו חכם הלומד מכל אדם, בשעת אונזערע רבנים שרייען און וויינען אז עס פאלט שטיקער פון כלל ישראל, איז כדאי צו הערן וואס די ארויסגעפאלענע האבן צו זאגן, הלואי קענען מיר בעסער מאכן - לכה"פ אין אונזערע שטובער - כדי עס זאל נישט פאלן נאך שטיקער.
ביי די פרומערע חברה און רבנים אליינס, איז דאך מאן דכר שמיה, מען טאר דאך נישט רעדן פון דעם פוקר, "יענער פורק עול וועט מיר איינטיילן ווי אזוי צו פירן אונזער באשיידענעם לעבן...?", ממילא כאפן זיי נישט ווי דער פראבלעם שטעקט,
אבער מיר דא ווייסן הלומד מכל אדם און קבל את האמת ממי שאומרו, און ממילא טוט מען אדורך שטודירן די מעגליכע סיבות וואס האט זיי געפירט אנצוקומען וואו זיי זענען אנגעקומען, און דאדורך וויסן וואס יא - און נישט - צו טון אנדערש.
איך בין נישט מער ווי א דעת בעה"ב אקעגן דעם ניק "דעת תורה", אבער הנלע"ד כתבתי,
שמעקעדיג
איזהו חכם הלומד מכל אדם, בשעת אונזערע רבנים שרייען און וויינען אז עס פאלט שטיקער פון כלל ישראל, איז כדאי צו הערן וואס די ארויסגעפאלענע האבן צו זאגן, הלואי קענען מיר בעסער מאכן - לכה"פ אין אונזערע שטובער - כדי עס זאל נישט פאלן נאך שטיקער.
<a class="postlink" href="/post/62255">http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=62255#p62255</a>
אינטערסאנט, אז לעיקוואד שרייבט דארט אז
"רוב מאל זענען די אלע טענות תירוצים מער ווי טענות".לעיקוואדמאראנצןזאפט
לעיקוואד באוויינט דעם רשע ורע לו און ער וויל איך זאל אים שוינען, אבסורד.
רשע וועסטו רופען דיין רבי, נישט דער וואס זוכט דער אמת במסירות נפש. אקעי?
מיין רבי איז לעיקוואד!
מיר קענסטו אויך רופן רשע אבער איך בין רשע וטוב לו צוליב אשתו מקושטת לפניו אויף א גאלדענעם טאץ.
בכל אופן, דער ווארט רשע איז א געבארגטן טערמין פון איינעם אויפ'ן אנדערן זייט בריק וואס קוקט עס אן אלס מסירת נפש פאר'ן שקר און זוכט פשוט קלארצושטעלן די סיבה פון זיין אומסימפאטיע ופשוט הוא.
דער ויכוח פארט שוין דא אריין פערסאנעל הגם איך האב פרובירט אנהאלטן א רואיגן טאן, (און איך זע נישט פארוואס א חרדי זאל נישט מעגן באצייכענען אן או.טי.די. מיט'ן אויבנדערמאנטן טיטל), און איך גרייט מיך צו טוישן מיין חתימה דערפאר, נאר איין זאך פארשטיי איך נישט, זייט ווען איז דער כלי מדה אויף אן אקט ווייל ס'איז מיט אן אמביציע פון מסירת נפש פאר'ן אמת, שפיטיווקער רבי האט אויך א לעבנסשטייגער פון זוכן דעם אמת מיט מסירת נפש און איך מוז אים נישט אפלאדירן דערפאר איינמאל זיינע פעולות זענען אפגעפרעגט ביי מיר.
מאראנצן,
פארוואס נישט מעריך זיין הרה"צ משפיטיווקע שליט"א? בעיני קומט א שטארקע הערכה אויף א מענטש וואס שעמט זיך נישט און טוט צו דער זאך, אין זיינע אויגען. דער שאלה צו ער איז גערעכט איז א באזונדערע שאלה, אבער אלץ דעם וואס ער האט גאטס וואס אונז קליינע מענטשעלעך האבען נישט קומט עם אוודאי הערכה, און עכ"פ זיכער נישט זלזול וביטול סתם ווייל מיר קענען נישט באווייזען אפילו א צענטל אזעלכע דרייסטקייט. (נו, זאל שיין איינער דא אנהייבען שרייבען מיט זיין אמת'ע נאמן, i challenge you... א באנדע פחדנים, באהאלטען זיך אינטער ניקס, און האבען נאך די חוצפה אוועקצומאכען מענטשען..)
עניוועיס, נאטינג פערסאנעל, כמובן. בכלל האט שוין קופערינוקס אויפגעקלערט באיזהו מקומן אז בי לעיקוואד איז נישטא אזא זאך פערסענאל, עס איז אלץ נאר בבחינת עלה בלבו צו צארענען, למעשה זיצט זיך לעיקוואד מיט א גרוסע שמייכל און זיפט קאלטע ביער און האט הנאה ווי אנדערע מיינען אפילו אז ער צארענט אדער אז ער רעדט פערסענעל. שוין, ער האט אביסעל מגזים געווען, די ביר איז נישט אזוי קאלט, אבער באופן כללי איז אזוי. איך הבא ס"ה געוואלט ארויסברענגען אז ס'נישט קיין חכמה אנצורופען איינער מיט'ן טיטל רשע בשעת וואס לויט'ן תניא זענען כולם ראוים לאותו איצטלא טאקע, און בכלל טראכט וויאזוי דו וואסלסטו געפילט אז מ'זאגט אזוי אויף דיר, איך מיין אז דאס טאקע טראכסטו יעצט.. איך האב דאס ס"ה געשריבען בלשון קצרה ותבחר לשון ערומים, ונקטיתי לשון קצרה.
א קלאפ אויפ'ן פלייצע ידידי היקר (תלמידים נעם איך שוין נישט אן נאכדעם וואס כמה האבען זיך פארופען בחוצפה על שמי תלמידי לעיקוואד און אויפגעשטעלט א ריזיגע ישיבה דארט און צום סוף זעה איך נישט קיין פעני פון דעם, פאר חברים האב איך נאך אפאר ליידיגע סלאטס קענסט זיך מצטרף זיין), איך מיין גארנישט דיר, שטייצעך..
קאווע טרינקער האט שוין א ורמינהו, הכא אמר לעיקוואד הכי ומשמע במקום אחר שאמר אחרת, נו, שוין, כ'בין דען א גמרא, איך געדענק נישט אפילו וואס איך האב געשריבען דארט, מן הסתם אויב כ'האב געשריבען עפעס האב איך אזוי געטראכט, קען זיין כ'האב געטוישט מיין מיינד, ווי עס מאכט זיך גאנץ אפט, קען זיין ס'איז באמת נישט קיין סתירה ויש לחלק, קען זיין הא לן והא להו, קען זיין אז איין זאך האב איך געשריבען לפנים לצורך ההמון און א צווייטער איז מיין אמת'ע דעה, קען זיין נאך אסאך זאכען, אבער הו קעירס? א קשיא אויף גאנץ לעיקוואד.. לעיקוואד שטארבט נישט אז ס'איז דא א קשיא אויף עם.
ווען א נארמאלער מענטש טוט אזאנס קן מען עס רעספעקטירן. אבער דער שפיטיווקע קוקט דאך אויס נישט מיט אלעמען טו בעגין וויט
אינטערעסאנט אז די אלע דרייסטע ווי דער שפיטיווקער האבן נאר דרייסטקייט פאר משוגעת, אפשר איז זיך זיין 'דרייסטקייט און זיך נישט שעמען און טון צו דער זאך' זיך מאחד מיט זיין משוגעת און איז א חלק פון זיין פראבלעם?
גאטס און מסירות נפש איז נאר געזאגט געווארען ביי א מענטש וואס פראמאגט שכל אבער איינער וואס פארמאגט נישט האט נישט קיין פראבלעם מיט געוויסע זאכן און א שריט וואס דו קוקסט אהן אז עס קומט מכוח זיין גאטס, מסירות נפש קומט מכוח וואס זיין שכל איז נישט דעוועלאפט ווי ביי א נארמאלער מענטש און ס' בלאקט איהם נישט צו טוהן זאכן וואס א נארמאלער מענטש טוהט נישט און דארף דעריבער נישט אנקומען צו די אויבן דערמאנטע טערמינען
איך האב נישט געמיינט השפיטיבקאי בעצמו וואס קען זיין עס איז טאקע פשוט בבחינת והיית משוגע, וואס דאס איז טאקע נישט דרייסקייט בכלל נאר טיפשות, נאר אלץ משל אויף די נקודה. אויב איר ווילט אן אנדערע משל פעלט נישט.
[ציטאט אראפגענומען]
אז דו וועסט מיר ממש טשעלענדזשען וועל איך עס טוהן, און דו וועסט נישט האבען קיין תירוץ עס נישט נאכצוטוהן, ראו הוזהרת..
(מנהלים, וויאזוי טוישט מען א ניק-נאמען?)
איך פיל ווי עפעס גייט דא פלאצן....
לעיקוואד, זוך אויף קאלטע ביר און relax... דיין תלמיד מארנצען זאפט וועט צו ווארטען ...
איך פארשטיי נישט ואס האסטו מורא, אז אנשטאט לעיקוואד וועט שטייט חיים משה שטערנבערג? כ'מיין, ס'איז דען עפעס א נפקא מינה?
דיין עצה לגבי די קאלטע ביר נתקבל במערכת איך האף בס"ד מקיים זיין.
משה חיים שטיינבערג איז די פורים רב אין סקולען.................................
no kidding
און ער לערנט ברית כהונת עולם, איך מיין ס'הייבט זיך אן ארויסשיילן א שטיקל בילד...
כ'מיין אז אזוי וווי אמאהל איז מען אפגעפארען און אראפגעווארפען דאס קאפל און אפגעשניטען דעם בארד, און היינט קען מען גיין מיט'ן קאפל און בארד און זיין אפגעפארען א דע דערעך, אזוי אויך קען מען זיין א נאמראלע ניק אין קאווע שטיבל און שרייבען נארמאלע זאכען און זיין א אפדערעכניק..
וואס איז די הגדרה. וואו הייבטצעך עס אן? אוואו איז די גרעניץ???!
די אבסעסיע מיט די א.ט.ד שטייגט שוין באלד איבער זייער אבעסיע מיט אונז חסידים.
אויב איינער שפירט ס'איז א שעת חירום דאן ברויך מען חזרן די לעצטע נבואה וואס איז מער פאסיג היינט פון סיי ווען אין מאדערן היסטאריע:
חזקו עלי דבריכם אמר יהוה ואמרתם מה נדברנו עליך. אמרתם שוא עבד אלהים ומה בצע כי שמרנו משמרתו וכי הלכנו קדרנית מפני ה' צבאות. ועתה אנחנו מאשרים זדים גם נבנו עשי רשעה גם בחנו אלקים וימלטו. אז נדברו יראי ה' איש את רעהו ויקשב ה' וישמע ויכתב ספר זכרון לפניו ליראי ה' ולחושבי שמו. והיו לי אמר ה' צבאות ליום אשר אני עשה סגלה וחמלתי עליהם כאשר יחמל איש על בנו העבד אתו. ושבתם וראיתם בין צדיק לרשע בין עבד אלקים לאשר לא עבדו. כי הנה היום בא בוער כתנור והיו כל זדים וכל עשה רשעה קש ולהט אתם היום הבא אמר ה' צבאות אשר לא יעזב להם שרש וענף. וזרחה לכם יראי שמי שמש צדקה ומרפא בכנפיה ויצאתם ופשתם כעגלי מרבק. ועסותם רשעים כי יהיו אפר תחת כפות רגליכם ביום אשר אני עשה אמר ה' צבאות.
זכרו תורת משה עבדי אשר צויתי אותו בחרב על כל ישראל חוקים ומשפטים. הנה אנכי שלח לכם את אליה הנביא לפני בוא יום ה' הגדול והנורא. והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם פן אבוא והכיתי את הארץ חרם.
The reasons we discuss OTD in kave shtibel a lot are many. Following is a list of some of them:
1. Because the idea of kave shtibel is mainly to discuss things that are not usually publically debated in our circles, but need to be debated.
2. OTD issues are also something that is very important to us personally. I think many of us (parents) have the fear / worry that it shouldn’t happen to one of our kids
3. OTD issues touch many areas in our school and home chinech that are challenging, complicated, difficult to solve and fascinating to discuss
4. In general, kave shtiel members are more “oifgeklert” (open minded). So we can relate more to the way of thinking of OTD people than your average yukel.
לענ"ד רעדט מען דא פון אד"ד ווייל מיר אלע פלאצען אוועק פון זיי. נישט אראפשלינגען און נישט אויסשפייען. זיי קריכען אויף די נערווען, ווילן נישט גיין און ווילן נישט בלייבן, און והעיקר מיר ווייסן אלע אז ס'איז נישטא קיין עצה מיר ווילן זיך בלויז אויסרעדן, מיר ווילן זיך אויסוויינען אונזערע הערצער אן אפילו הערן תירוצים און די בעסטע פלאץ אויף די וועלט איז טאקע דא אין קאווע שטיבעל, און אינאיינוועגס זיך אויסרעדן צום רבש"ע.
אני כשלעצמי ווייס פון א ידיד נאמן וואס וויינט זיך צו מיר אויס איבער זיין ביטערער סיטיועשאן, א קרוב זיינער א בחור וואס איז היבש אראפ פון וועג און די עלטערען האבן אים געמיזט פארשיקען פון שטוב. דער בחור מאכט קליא די שטוב. איז געגאנגען מיין ידיד און האט רחמנות געהאט אויפן טאטן און בחור און האט זיך אנגעטראגן אז ער וועט אריינעמן דעם בחור צו זיין הויז. דער טאטע האט פרובירט אפצורעדן מיין ידיד, וואוסענדיג וואס זיין בחור קען אלז אפטאן, אבער דער בחור האט זיך געבעטען אז ער האט נישט ווי צו זיין און ער וועט זיין וואויל און מיין ידיד וואס האלט זיך פאר א שטיקל מחנך און האט עטליכע גרעסערע נארמאלע קינדער אין שטוב האט זיך מיישב געווען אז ס'וועט נישט שאטן, זיינע קינדער זענען שטארק און וועלען אים שוין איבערעדן און האט מסכים געווען.
מענטשן האבן אים אנגעהויבען אפצורעדן און געווארנט ער וועט ביטערליך חרטה האבן, דער בחור איז נישט קיין בר נש און וועט זיכער פארדארבן זיינע גוטע קינדער, איבערהויפט אז דער בחור האט נאך א שטיקעל קאנדישאן אויך, ס'נישטא מיט וועמען צו רעדען, האט מיין ידיד צוריקגעטענהט אז דער בחור וועט זיך דרייען אויף די גאס און וועט ווערן א גוי. אויף וואס מ'האט אים געווארנט חייך קודמין.
למעשה גייט דורך א שטיקל צייט און דער בחור האט אנגעהויבן אזוי מצער צו זיין מיין ידיד. ער האט זיך פון טאג צו טאג געטוישט דעם לבוש, ווייל ער קען דאך טאן וואס ער וויל. ער טרעט מער נישט אריין אין א ביהמ"ד ווייל קיינער קען אים נישט צווינגען. הערט זיך צו צום אייפאד פון וואס ס'שרייט ארויס געמיינע גוישע מוזיק און דער שוטה זינגט נאך מיט, אום שב"ק ליגט ער און וואטש מאוויס רח"ל. און והעולה על כולנה האט ער זיך גענומען צו רייכענען דראגס און פראנט פונעם גאנצען הויזגעזונט אז אלע זיינע קינדער זענען שוין געווארן מבינים אויף דראגס. ווען מיין ידיד זאגט אים נאר א ווארט מאכט ער א דשאוק אז ס'איז נישט געפערליך ער ווייסט נישט וואס מ'וויל פון אים.
מיין ידיד שרייט פון ווייטאג וואס ברויך איך צו טאן? אים אנשגעצן בין איך דאך דער רשע און ער וועט זיך גיין, אים ווייטער מקרב זיין איז דאך עס אויפן חשבון פון מיינע קינדער. און צום גרעסטען בראך קומען יעצט אפיר די אלע וואס האבן געשריגן ניין און זיי רייצן זיך מיט אים גאר. נא יעצט זעהסטו שוין וואס מ'האט דיך געווארנט? און אסאך לייגען נאך אן די שולד אויפן קרוב אז ער איז אוודאי שולדיג ווייל ביי אים איז ער נאך ארגער געווארן.
פרעג איך אייך וואס ברויך מען צו טאן אין אזא פאל? רבותי די מעשה שפילט זיך אפ אין הונדערטער אידישע שטובער טאג טעגליך!!! דאס הארץ צוגייט ווי עלטערען דארפן זיך רייסן ביי די קעפ, יא ארויסווארפן דעם קינד, נישט ארויסווארפן, אבער ער פאדארבט דאך אנדערע, אבער ער איז דאך אונזער קינד, און דער אד"ד קוקט דאס צו און לאכט ער קערט נישט ער האט זיך זיין שמאלן דעת און ער וויל עפעס אויספירן און ווי א שור צוטרעט ער יעדעמס לעבען ארום זיך. גלייבט מיר איך האב טרערען יעצט ווען איך שרייב דאס. דער אויבערשטער זאל שוין רחמנות האבן
אין די ענגלישע משפחה איז געווען א דעבאטע איבער די ענינים יא אוועקשיקן אזעלכע קינדער אדער נישט צו מען דארף האבן אן קאנדישענעל לאוו צו נישט קודם האט איינער ראביי אייזענשטארק געשריבן און זיין פוינט איז געווען אקעגן נעגאטיוו (אינטרעסאנט ער שרייבט נישט אין די מעלות) מיט די טענה do you love hashem more then your children וואס איז געווען זייער א שלעכטער ארטיקל, און צוויי וואכן נאכדעם האט ראביי בענדער פטן פייוו טאונס גענטפערט, עס איז כדי עס צו ליינען
איך זע נישט ווי אזוי מען קען נישט ליעב האבן א קינד... און סיי וועלכע מצב,
און אגב, השי״ת האט אונז אויך ליעב כאטש אז מיר זענענן נישט אזוי פויגעלדיג, השי״ת זאל העלפן איך זאל קיינמאל נישט קימען דערצו.
די פראבלעם איז:
1) אויב זיי מאכען קליא אנדערע, דאן דארף מען באלאסירען צווישן ח״ו אויפגעבן אויף אידשקייט און ליעבשאפט, א ווייטאג,
2) זיי פירען זיך נישט אויף מענטשליך און רעכענענן זיך נישט מיט די געפילען פון אמריגע, און מאכען שווער דאס לעבן פאר אנדערע, ווי למשל היטען שבת, ריינקייט,דראגס, וכד׳. א ווייטאג.