☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זיך גרייטן צו די ענדגילטיגע קאטאסטראפע, מלחמת גוג ומגוג

זיך גרייטן צו די ענדגילטיגע קאטאסטראפע, מלחמת גוג ומגוג

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4127

חזקיהו המלך » דאנערשטאג יוני 20, 2013 7:36 pm

· #126781
זיך גרייטן צו די ענדגילטיגע קאטאסטראפע, מלחמת גוג ומגוג
ס'איז קלאר אז ס'וועט שוין נישט געדויערן צו לאנג ביז ס'וועט אויסברעכען די ענדגילטיגע מלחמה פון די וועלט, וואס ווערט אנגערופען מלחמת גוג ומגוג, ס'וועט זיין א מלחמה וואס די מענטשהייט האט נאכנישט בייגעוואוינט, א שרעקליכע קאטאסטראפע

לויט ווי עס איז משמע אין די נבואה פון זכריה וועלען צוויי דריטעל פון די מענטשהייט גע'הרג'עט ווערען,
אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (זכריה פרק יג):

"והיה בכל הארץ נאום ה' פי שנים בה יכרתו יגוועו והשלישית יוותר בה וגו' "
כלומר שני שליש מאוכלוסית העולם ימותו. ורק שליש ישאר.

חז"ל זאגן, אז די וועג צו ווערען געראטעוועט פין די קומענדיכע מעגא מלחמה איז צו לערנען תורה און טוהן חסד, די גמרא זאגט (סנהדרין צ"ח) שאלו תלמידיו את רבי אלעזר מה יעשה אדם וינצל מחבלו של משיח, יעסוק בתורה ובגמילות חסדים,

די איינציגע עצה איז צו לויפען צום באשעפער, די לופט ברענט שוין, די מלאכי חבלה שארפען שוין די מעסער'ס, די גאנצע וועלט איז שוין אויף קוילען,

ס'קומט שוין די צייט וואס דער באשעפער גייט אויסמעקן אלע שלעכטס, וכל הרשעה כולה כעשן תכלה, מען דארף אוועקלויפען פון שלעכטס ווי ווייטער, ווייל די שלעכטס גייט אונטערגיין, ביי גאולת מצרים זענען נאר א פיפטעל ארויס, די איבריגע פיר פיפטלעך זענען אומגעקומען בימי אפילה, ווער ווייסט וויזוי ס'וועט איצטערט זיין,

מען דארף זיך אנהייבען גרייטען צו די צייטען, קודם תשובה טאהן און זיך קערען צו גאט, אין דינען נאר אים אין ווייטער קיינעם, נישט קיין רבי'ס אין נישט קיין פארטיי, אין נישט דעי אלע נארישקייטען, נאר זיך אומקערען צו גאט מיטען גאנצען הארץ,

נאכדעם דארף מען צוגרייטען עסען מיט וואסער, מיט גאלד און זילבער, ווייל די דולר וועט לכאורה קראכען, ווער ס'קען זאל זיך צוגרייטען א הויז אינדרויסען פון די שטאט,

אין בעיקר זאל מען זיך היטען פין די שלש חמורות, זנות ואביזרהו, וואס דאס האט דער באשעפער זייער פיינט, אין אזוי אויך פין עבודה זרה וואס דאס מיינט פון פאלשע אמונות,

אין אסאך מתפלל זיין צו גאט אז מען זאל גיין אויפן ריכטיגען וועג, אין אז מען זאל האבען שכל וויזוי זיך צו פיהרען,

ס'איז זייער א שווערע צייט אין די היסטאריע פין די וועלט, מען דארף רחמי שמים יעדע רגע, אבער מען האלט שוין נישט ווייט פון די ענדע פון דעם קאשמאר, חאפט זיך אן אינעם באשעפער און אין זיין תורה מיט ציין און נעגעל, די נסיונות קענען רייסען אבער לאזט נישט נאך, חבי כמעט רגע עד יעבור זעם, דער ס"ם וויל רייסען פון כלל ישראל וויפיל שטיקער ער קען, ער ווייסט אז ער גייט אראפ, אבער ער וויל נישט גיין אליינס,

האלט אייך שטארק אידעלעך, נאך אביסעלע, ס'וועט נאך זיין א שטארקע פינסטערניש, אבער נאכדעם וועט ווערן לעכטיג,

והיה לעת ערב יהיה אור, אין ווער ס'וועט זיך האלטען וועט עס דערלעבען, ווען ס'וועט זיין: במיתי לי נהורא ותחפי להון בהתא
די לעכטיגקייט וועט קומען אויף אידישע קינדער, ווען ס'וועט שוין נתגלה ווערען די כבוד פון אונזער גרויסען באשעפער אויף די גאנצע וועלט, במהרה בימינו אמן,

זר זהב » דאנערשטאג יוני 20, 2013 7:38 pm

· #126783
חזקיהו המלך
ווער ס'קען זאל זיך ציגרייטען א הויז אינדרויסען פין די שטאט,

😃

זר זהב » דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:02 pm

· #126792
🙄 😕 😮

יענער איז לכאורה אן אידיעט

לעיקוואד » דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:05 pm

· #126795
שוין זייט די צייטען פון חזקיהו המלך דער ערשטער שרייען מענטשען אזוי.



איך לעיקוואד בין אייך דא מבטיח אז אין די נעקסטע צען יאר וועט נישט זיין קיין שום מלחמת גוג ומגוג און באופן כללי וועט זיך די וועלט פירען כמנהגו. מילא האט איר לפחות נאך ניין יאר צו לעבן רוהיג און איר דארפט נאכנישט פלאנען פאר די Armageddon.
ובאתי עה"ח.

שוין, ע'לן מיר רעדן ווייטער אין ניין א-האלב יאר ארום זעהן וואס מען איז מיר דעמאלטס מודיע מן השמים.

חזקיהו המלך » דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:08 pm

· #126798
לעיקוואד
שוין זייט די צייטען פון חזקיהו המלך דער ערשטער שרייען מענטשען אזוי.



איך לעיקוואד בין אייך דא מבטיח אז אין די נעקסטע צען יאר וועט נישט זיין קיין שום מלחמת גוג ומגוג און באופן כללי וועט זיך די וועלט פירען כמנהגו. מילא האט איר לפחות נאך ניין יאר צו לעבן רוהיג און איר דארפט נאכנישט פלאנען פאר די Armageddon.
ובאתי עה"ח.

שוין, ע'לן מיר רעדן ווייטער אין ניין א-האלב יאר ארום זעהן וואס מען איז מיר דעמאלטס מודיע מן השמים.


כ'ווייס נישט קיין דעיט, אבער אפילו ווען ס'וועט נאך דויערען צען יאר, דארף מען אבער שוין זיך קערען צים באשעפער כדי מען זאל דעמאלץ געראטעוועט ווערען,

לעיקוואד » דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:11 pm

· #126800
קערן צו'ם באשעפער איז אלעמאל א גוטע זאך.

נבואות זעם וואס געשעהן קיינמאלנישט איז קיינמאלנישט קיין גוטע זאך.

===

דו האסט נישט געהערט פון דעם אז דער רבי ר' מיילעך האט מבטל געווען חבלי משיח?

קינות גירושין » דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:16 pm

· #126805
ווייסט איינער וויפיל יאר נאכען חרבן האט מען אנגעהויבען זאגען אז סאיז שוין משיח׳ס צייטען??

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:17 pm

· #126806
חזקיהו המלך
לעיקוואד
שוין זייט די צייטען פון חזקיהו המלך דער ערשטער שרייען מענטשען אזוי.



איך לעיקוואד בין אייך דא מבטיח אז אין די נעקסטע צען יאר וועט נישט זיין קיין שום מלחמת גוג ומגוג און באופן כללי וועט זיך די וועלט פירען כמנהגו. מילא האט איר לפחות נאך ניין יאר צו לעבן רוהיג און איר דארפט נאכנישט פלאנען פאר די Armageddon.
ובאתי עה"ח.

שוין, ע'לן מיר רעדן ווייטער אין ניין א-האלב יאר ארום זעהן וואס מען איז מיר דעמאלטס מודיע מן השמים.


כ'ווייס נישט קיין דעיט, אבער אפילו ווען ס'וועט נאך דויערען צען יאר, דארף מען אבער שוין זיך קערען צים באשעפער כדי מען זאל דעמאלץ געראטעוועט ווערען,

די ערשטע זאך איז מבער זיין דעם אינטערנעט, וואס איז דער מקור פון אלע השחתות. חוץ ווען איינער דארף עס פאר פרנסה. זאל ער איינשטעלן א פילטער. י.מ. סופר 'עט נאך באלד זאגן אז ער האטצעך געדרייט באם רעבי'ן זכותו יגן עלינו אין שטוב און ר'האט געהערט כמה פעמים ווי דער רבי זכותו יגן עלינו האטצעך מתמרמר געוועין איבער די השחתה פונ'ם אינטערנעט, ר"ל.

חזקיהו המלך » דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:20 pm

· #126807
לעיקוואד
קערן צו'ם באשעפער איז אלעמאל א גוטע זאך.

נבואות זעם וואס געשעהן קיינמאלנישט איז קיינמאלנישט קיין גוטע זאך.

===

דו האסט נישט געהערט פון דעם אז דער רבי ר' מיילעך האט מבטל געווען חבלי משיח?


מלחמת גוג ומגוג איז א פאקט וואס גייט געשעהן, ס'שטייט אין אלע נביאות,

וויפעל ס'וועט שאטען פאר אידען ווענדזיך צי אידען וועלען תשובה טוהן,

אבער ס'נישט קיין ספק אז ס'גייט געשען, אלע נביאות ביז דא זענען מקוים געווארען, אין דאס גייט אויך מקוים ווערען צי די גלייבסט צי נישט,

ירמיהו הנביא אין אנדערע נביאים האבען יארען נביאות געזאגט אויפען חורבן, אין ס'געוון וואס האבען נישט געגלייבט, צים סוף איז עס פינקליך מקוים געווארען, אין אזוי אויף אנדערע נביאות פין נביאי אמת, מלחמת גוג ומגוג גייט געשען, אין ס'קוקט אויס אז ס'וועט שוין נישט דויערען צי לאנג, ממילא דארף מען זיך יאגען צי תשובה טהון,

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:22 pm

· #126810
קינות גירושין
ווייסט איינער וויפיל יאר נאכען חרבן האט מען אנגעהויבען זאגען אז סאיז שוין משיח׳ס צייטען??

די גמרא זאגט אין מס' סנהדרין. " שית אלפי שנין הווא עלמא. תרי אלפי שני הווי תוהו ובוהו. תרי אלפי, תורה. ותרי אלפי ימות המשיח". דאס מיינט אז די לעצטע צוויי טויזנט יאר איז שוין געווען ראוי אז משיח זאל קומען.

לעיקוואד » דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:23 pm

· #126811
קינות גירושין
ווייסט איינער וויפיל יאר נאכען חרבן האט מען אנגעהויבען זאגען אז סאיז שוין משיח׳ס צייטען??

שוין פאר'ן חורבן האט מען דאס אנגעהויבען צו זאגען, ליין אביסעל ארום תקופת בית שני ותבין.

לעיקוואד » דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:25 pm

· #126812
חזקיהו המלך
אין ס'קוקט אויס אז ס'וועט שוין נישט דויערען צי לאנג, ממילא דארף מען זיך יאגען צי תשובה טהון,

דיר קוקט אויס, מיר קוקט אויס פארקערט און איך בין גרייט צו וועטן מיליאן דאלאר אז מלחמת גוג ומגוג וועט נישט געשעהן אין די נעקסטע צען יאר.

כאמור, תשובה טוהן, כל חד לפום מאי דמשער בליביה, איז אלעמאל א גוטע זאך, מדארף נישט וועגן דעם דערשרעקן מיט כל מיני נארישקייטן.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:30 pm

· #126816
לעיקוואד
קערן צו'ם באשעפער איז אלעמאל א גוטע זאך.

נבואות זעם וואס געשעהן קיינמאלנישט איז קיינמאלנישט קיין גוטע זאך.

===

דו האסט נישט געהערט פון דעם אז דער רבי ר' מיילעך האט מבטל געווען חבלי משיח?

דו זאגסט עס ערנסט אדער סארקאסטיש? אויף דעים האט שוין דער צאנזער רב, דער דברי חיים (אויכעט איינער פון די חסידיש'ע רעבעס אין וועימען די ליטוואקס גלייבן נישט.) געזאגט: מיט די אלע המתקות (ממתיק געווען) פון רבי ר' מיילעך, דארפן מיר נאך גרויס רחמים ווייל קיין לאקשן מיט יויעך 'עט מען דארט (ביי די נאציס, ימ"ש/חבלי משיח) נישט געיבן.

לעיקוואד » דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:32 pm

· #126818
איך זאג זייער ערנסט.

די מעשה פון די נאציס האט גערנישט צוטוהן מיט "חבלי משיח", ווי דער הייליגער בעלזער רב זי"ע האט שוין קלאר געזאגט. און היינט האבן מיר שוין אפילו א ראיה מוכרחת לכך: משיח איז נאכנישט געקומען.

האט שוין איינער געזאגט: "אלעמאל נאך אזעלכע זאכען קומט משיח".

לבונה זכה » דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:37 pm

· #126821
לעיקוואד
חזקיהו המלך
אין ס'קוקט אויס אז ס'וועט שוין נישט דויערען צי לאנג, ממילא דארף מען זיך יאגען צי תשובה טהון,

דיר קוקט אויס, מיר קוקט אויס פארקערט און איך בין גרייט צו וועטן מיליאן דאלאר אז מלחמת גוג ומגוג וועט נישט געשעהן אין די נעקסטע צען יאר.

כאמור, תשובה טוהן, כל חד לפום מאי דמשער בליביה, איז אלעמאל א גוטע זאך, מדארף נישט וועגן דעם דערשרעקן מיט כל מיני נארישקייטן.


כ'האב מורא אז די ביזט עטוואס קאנסערוואטיוו מיט דיין בלויז צען יעריגען delay. כ'האב מורא אז ס'עט נעמען אסאך אסאך לענגער. ווי האט א קלוגער איד אמאל געזאגט, שאץ נישט אונטער משיח'ן. ער האט א זייער שטארק הארץ. ער קען דערהייבן פול מער ווי מ'מיינט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:39 pm

· #126822
לעיקוואד
איך זאג זייער ערנסט.

די מעשה פון די נאציס האט גערנישט צוטוהן מיט "חבלי משיח", ווי דער הייליגער בעלזער רב זי"ע האט שוין קלאר געזאגט. און היינט האבן מיר שוין אפילו א ראיה מוכרחת לכך: משיח איז נאכנישט געקומען.

האט שוין איינער געזאגט: "אלעמאל נאך אזעלכע זאכען קומט משיח".

אבער א טייל צדיקים האבן געהאלטן אז די צווייטע וועלט'ס מלחמה איז יא געווען א טייל פון די חבלי משיח. נאר די מימרא פון צאנזער רב האט ער נישט געזאגט ספעציפיש איבער דעם האלאקאוסט, (ס'איז נאך געווען א סאך יאהרן פאר דעים). ר'האט עס געזאגט בכלליות ווען איינער האט געפרעגט אז ר' אלימלך פון ליז'ענסק האט שוין ממתיק געווען די חבלי משיח.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:41 pm

· #126823
וואס וועט מען טון מיטן אני מאמין "אחכה לו בכל יום שיבא"?

MickyMouse » דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:42 pm

· #126824
[כפירה איז פארבאטן אין קאווע שטיבל.]

לעיקוואד » דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:43 pm

· #126825
@לבונה זכה
איך נעם זיך אונטער צען יאר, אז דו ווילסט זענען די נעקסטע הונדרעט יאר נאך אפען.

און איך רעד נישט וועגן משיח נאר וועגן מלחמת גוג ומגוג, משיח איז א צווייטער מעשה. (דאס איז א תשובה אויך צו שמעקעדיג'ס שאלה יעצט, משיח קען קומען היינט. די מלחמות קענען ווארטען.)

לבונה זכה » דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:58 pm

· #126833
שמעקעדיג
וואס וועט מען טון מיטן אני מאמין "אחכה לו בכל יום שיבא"?


האפן און ווארטן מוז מען. וואס טוט מען אבער מיטן "זכו אחישנה לא זכו בעתה?"

לבונה זכה » דאנערשטאג יוני 20, 2013 9:08 pm

· #126838
לעיקוואד איז נישט דער ערשטער וועלכער געט אזעלכע סארט גאראנטיעס.
ר' עקיבה כד הוה חמי בר כוזבה הוה אמר דין הוא מלכא משיחא א"ל ר' יוחנן בן תורתא עקיבה יעלו עשבים בלחייך ועדיין בן דוד לא יבא. (ירושלמי תענית פ"ד ה"ה)

קינות גירושין » דאנערשטאג יוני 20, 2013 9:16 pm

· #126840
האט דען נישט הלל געזאגט אז משיח זאל נישט קומען, ווייל ער איז שוין געקומען אין די צייטען פון חזקי המלח?
כדרכך נאכאמאל איבער קוקען בספה״ק ״the limis of the orthodox theology" פון הרב מרק שפירא, וואס סבלייבט צו משיח גייט קומען צו נישט , עפעס גדענק איך ער ברענגט פון רב כשר 

יאיר » דאנערשטאג יוני 20, 2013 9:30 pm

· #126847
איין מינוט, די וועלט איז דאך שוין חרוב געווארן פאראיאר דעצעמבער איין און צוואנציג, נישט אזוי, חזקיהו?
ערנסט גערעדט, וואס מאכט דיר טראכטן אז מלחמת גוג ומגוג מוז דוקא פאסירן היינט-מארגן?
מענין לענין, נאכדעם וואס מען האט געשאסן דעם אטאם באמבע אויף יאפאן האט איינשטיין געזאגט אז די פערטע וועלט מלחמה וועט ווערן געפירט דורך שטיינער און העלצער, ווייל די דריטע וועלט מלחמה וועט צוריקרוקן ציוויליזאציע מיט צוויי טויזנט יאר.

חזקיהו המלך » דאנערשטאג יוני 20, 2013 9:44 pm

· #126855
MickyMouse
...


אין אנדערע ווערטער די גלייבט נישט אין איינע פין די אני מאמין'ס, לכאורה לויטען רמב"ם ביסטע אן אפיקורוס, וואס דיין וויין איז יין נסך,

לבונה זכה » דאנערשטאג יוני 20, 2013 9:58 pm

· #126861
חזקיהו המלך
MickyMouse
...


אין אנדערע ווערטער די גלייבט נישט אין איינע פין די אני מאמין'ס, לכאורה לויטען רמב"ם ביסטע אן אפיקורוס, וואס דיין וויין איז יין נסך,


כ'מיין אז MickyMouse טרונקט נאר מבושל צוליב דעם חשש

MickyMouse » דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:21 pm

· #126877
...

MickyMouse » דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:35 pm

· #126897
איך האב נישט געזאגט אז איך גלייב נישט.
[...]
אבער נישט געזארגט, מען וועט מעקן מיינע תגופות פאר כפירה

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:10 pm

· #126928
MickyMouse
...

מיקי, מען האט גארנישט פארלוירן, דו ווייסט נישט אז לויט היסטאריקער איז דער גאנצער מקום המקדש מיטגעקומען קיין לונדון?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:11 pm

· #126929
ונבנתה העיר
MickyMouse
...

מיקי, מען האט גארנישט פארלוירן, דו ווייסט נישט אז לויט היסטאריקער איז דער גאנצער מקום המקדש מיטגעקומען קיין לונדון?

😂 😂 😂

חזקיהו המלך » דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:22 pm

· #126936
MickyMouse
איך האב נישט געזאגט אז איך גלייב נישט.
[...]
אבער נישט געזארגט, מען וועט מעקן מיינע תגופות פאר כפירה


די בויעסט בנינים אויף דברי הבל,
אין נאכדעם זאגסטע נאך אויפען רמב"ם אזאלכע זאכען,
קאמאן, וואקסט אויף,
ווייל משיח וועט קומען, אין די וועסט בלייבען חוזק מיט דיינע שיטות,

קינות גירושין » פרייטאג יוני 21, 2013 1:28 am

· #126987
בספה״ק שהזכרתי לעיל מבואר בפי אז סאיז נישט קיין כפירה אויב מבלייבט נישט בביאת המשיח אין רמבם אליין איז נישט קלאר 

דעת תורה » פרייטאג יוני 21, 2013 1:39 am

· #126990
וואס טייטש ״נישט קלאר״? ער האט דאך געמאכט די נוסח פון די אני מאמין׳ס, ניין? זיי אזוי גוט קוק אריין אין די צוועלעפטע.

גימפל » פרייטאג יוני 21, 2013 10:52 am

· #127023
אנטשולדיק הרב חזקיהו, אבער דער רמב"ם דיסעגריט מיט אייך.

אמרו חכמים, אין בין העולם הזה לימות המשיח אלא שיעבוד מלכיות בלבד. יראה מפשוטן של דברי הנביאים שבתחילת ימות המשיח תהיה מלחמת גוג ומגוג, ושקודם מלחמת גוג ומגוג יעמוד נביא ליישר ישראל ולהכין לבם, שנאמר הנה אנכי שולח לכם את אליה וגו’. ואינו בא לא לטמא הטהור ולא לטהר הטמא ולא לפסול אנשים שהם בחזקת כשרות ולא להכשיר מי שהוחזקו פסולין אלא לשום שלום בעולם, שנאמר והשיב לב אבות על בנים. ויש מן החכמים שאומרים שקודם ביאת המשיח יבא אליהו. וכל אלו הדברים וכיוצא בהן לא ידע אדם איך יהיו עד שיהיו, שדברים סתומין הן אצל הנביאים, גם החכמים אין להם קבלה בדברים אלו אלא לפי הכרע הפסוקים, ולפיכך יש להם מחלוקת בדברים אלו. ועל כל פנים אין סדור הויית דברים אלו ולא דקדוקיהן עיקר בדת, ולעולם לא יתעסק אדם בדברי ההגדות, ולא יאריך במדרשות האמורים בעניינים אלו וכיוצא בהן, ולא ישימם עיקר, שאין מביאין לא לידי יראה ולא לידי אהבה. וכן לא יחשב הקצין אמרו חכמים תפח רוחם של מחשבי הקצים. אלא יחכה ויאמין בכלל הדבר, כמו שבארנו.רמב"ם הלכות מלכים פרק יב

קינות גירושין » פרייטאג יוני 21, 2013 11:14 am

· #127026
דעת תורה
וואס טייטש "נישט קלאר"? ער האט דאך געמאכט די נוסח פון די אני מאמין'ס, ניין? זיי אזוי גוט קוק אריין אין די צוועלעפטע.

ס'איז דא מדרשים וואס ברענגען ראיות פון פסוקים אז די פיינעל גאולה וועט זיין דורך השי"ת, נישט דורך א מענטש.